בודקע האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 08, 2025 1:53 am
על פי תורה האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 08, 2025 1:02 am
בודקע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 4:16 pm
איך האב עס געהערט מכלי ראשון וואס האט עס געהערט פון יענעם וועם דער באטראפענער האט פארציילט.
עניוועי איך ווייס נישט פארוואס מ'האט זיך ארויף געכאפט אויף די קרעטשמע נקודה פון מיין פאוסט, מיין נקודה איז בכלל נישט געווען איבער קרעטשמע, כ'האב עס נאר גענוצט פאר א דוגמא
וואס דער באטרעפענדער פארציילט איז אי רעלעווענט. מען איז דאך דן אויף אים צו ער איז א שקרן אדער נישט, סאו וואס איז די ראי'? אז דו האסט געהערט איש מפי איש פונעם יונגערמאן אליין אז ער האט אליין עדות געזאגט אויף זיך אז ער איז נישט קיין שקרן?
ווען איך רעדט פון עדות רעדט איך פון אנדערע עדות אויפן סצענע. איך און נאך עסקנים האבן גערעדט מיט זיי, און עטליכע מאל מברר געווען אלע פרטים.
סארי, כ'גלייב מער דעם באטראפענעם, אנטשולדיגט.
כ'האב מיך געטרייט צו האלטן שטיל, כ'האב נישט געפילט פאר וויכטיג צו איבער קייען נאכאמאל, באט איי געס ס'איז דא א פארלאנג, זעמיר דא צוריק.
סיי על פי הלכה, סיי להבדיל אין קאורט, סיי אין די קאורט אף פאבליק אפיניאן, און סתם אזוי על פי שכל, איז א פרעמדער צוקוקער וואס האט נישט קיין נגיעה מיליאן מער מאל באגלייבט ווי ווען דער באשולדיגטער זאל אליינס זאגן אז ער איז אומשולדיג. ווער רעדט נאך ווען איינער הערט עס ניטאמאל פונ'ם באטרעפנדן אליין נאר פון איינעם וואס זאגט אז ער האט עס געהערט פון אים, פאלט די נאמנות נאך א שיינע פאר דרגות.
אמת אז דו ביזט בארעכטיגט צו דיין מיינונג. מעגסט אויך האלטן אז קיין מענטש האט נישט באטראטן די לבנה אדער סיי וועלכע דיעה אנדערש ווי די ווערסיע וואס די וועלט האט אנגענומען, אבער אין א פאל וואס דיין מיינונג איז איש מפי איש בשם דעם באטרעפנדער קעגן צוויי פרעמדע עדות וועלן רוב מענטשן ענדערש גלויבן יענע ווערסיע.
דאס איז בנוגע דיין משל. בנוגע די נמשל, איך דריי זיך ב"ה נישט דא 24 שעה אין טאג, אבער איך ליין דעם אשכול ערליך - געווענליך מער ווי איין מאל א טאג - און איך לאז נישט אויס קיין תגובה. עס קען זיין אז איך האב פארזעהן געמעקטע תגובות, אבער אויף וויפיל איך האב געזען איז דיין באשולדיגונג פלעין נישט אמת. יעדער האט געקענט פרעגן, און מען האט כסדר געענטפערט בטוב טעם ודעת. עס איז געווען א שטיק צייט וואס עטליכע לייסענסד טראלס זענען אהערגעקומען מאכן מהומות און דעמאלס איז דער עולם - נישט קיין ארקעסטרירטע קאמפיין מטעם די עסקנים נאר פשוט דער עולם דא - איז געווארן פעד אפ און מען האט אנגעהויבן צוריקגעבן ווי עס קומט זיך זיי. אויך איז אין די תקופה נאכדעם איז דער עולם געווען אזוי אפגעבריט פון די טראלס אז יעדער וואס איז אריינגעקומען מיט א ניק בן יומו און געפרעגט תמימות'דיגע שאלות האט מען פארדעכטיגט, אבער דאס האט זיך גאנץ שנעל בארואיגט. נאך איין זאך, געווען עטליכע טעג ווען עטליכע - וואס האבן זיך שפעטער ארויסגעשטעלט צו זיין פרישע עסקנים - זענען אריינגעקומען היציג און בייסיג, אבער זיי האבן זיך זייער שנעל דערלערנט אז לא זו הדרך.
אויסער דעם האב איך נישט מיטגעהאלטן קיין שום ספינערייען און העצערייען, נישט מטעם סתם ניקס און אודאי נישט מטעם די עסקנים. די פרשה מיט קרעטשמע למשל, כאטש דו האלטסט אין איין שרייבן 'קוק צוריק' איז עס פשוט ליגנט. איך דארף נישט צוריקקוקן ווייל איך האב עס מיטגעהאלטן לייוו. די עסקנים האבן ארויסגעשטעלט א מודעה מיט זייער ווערסיע פון די מעשה כדי להציל עשוק מיד עושקו, און א מעלדונג אז היות קרעטשמע האט זיך גע'עקשנ'ט צו לאזן די הוצאת שם רע, וואס אויסער די עוולה שבו קען עס האבן א מורא'דיג שלעכטע השפעה אויף די אידן וואס וואקלען זיך נאך צו זיי זאלן ארויסקומען, האקן זיי אפ מיט קרעטשמע און די מודעות דארט האבן מער גארנישט מיט זיי. נישט געווען קיין העץ קאמפיין און קיין אטאקעס. וואס יא, נאך וואס אידן ווי דו האבן פארפירט היתכן מען באשמוצט קרעטשמע, האבן מערערע ארויסגעפוינט אז קרעטשמע איז ידוע לשמצה מאז ומקדם פאר'ן לאזן פארשידענע לה"ר און הוצאות שם רע.
און יא, עס איז געווען פעלער ווי די עסקנים האבן פרובירט צו פארשווייגן געוויסע זאכן וואס וואלטן געקענט מאכן חורבנות, אבער די זענען געציילטע. די הוראה פונ'ם חכם איז איינס, די מעשה פון קרעטשמע קען מען לדעתך רעכענען פאר צוויי (ווייל אפילו אויב די מעשה איז אמת איז זיכער אז עס קען ברענגען מענטשן וואס קווענקלען זיך נאך מחליט צו זיין נישט ארויסצוקומען). דאס איז וואס קומט מיר יעצט אויפ'ן געדאנק, אבער אפשר איז דא נאך צוויי-דריי זאכן וואס איך געדענק נישט אויף די מינוט. עס איז זיכער נישט געווען די סטענדערט צוגאנג די לעצטע אכט חדשים.