בודקע האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 06, 2025 10:02 pm
געדרונגען האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 06, 2025 3:54 pm
איך מיין אז מזלזל זיין אין נדבורנא געהערט נישט צי אידטיש.
מעליץ אין מאנסי, גראדע פארשטיי איך יא, פאר דער וואס האט מיט געהאלטען דעם ווינטער....
אט אט דאס האב איך געמיינט.
און יעצט וויל איך צולייגן מיינע צוויי צענט בעצם צו די "לב טהור" טעמע:
אקעי, קודם, איך געב פול קרעדיט פאר די עסקנים פאר אלעס וואס זיי האבן געטון ביז יעצט, און טוען נאכאלץ.
יעצט, אידטיש איז ברייט באקאנט אז דא איז די פלאץ ווי מ'האט געליפטערט אלע נייעס פון ממש גלייך אנהייב, דאס מיינט, פון באשמוצן וועם/ווען מ'האט געדארפט, און ריינוואשן וועם/ווען מ'האט געדארפט, הכל כפי הנראה לעסקנים החשובים, און מיט רעכט.
אבער, די לעצטע שטיק צייט, און לעצטע שטיק צייט מיין איך, בערך די צייט פון דעם מלוה מלכה וואס איז געווארן דא ברייט אויס געשמועסט, האט דא אנגעהויבן אויס זעהן ווי א קאווע שטיבל ווי ס'זיצן דריי פיר עסקנים, און שמועסן זיך דורך מיט א קאווע אין די האנט, און בארעדן וועם זיי געפעלט (לאו דוקא יחידים..) און פראטעקטן אויף זייער א שארפע וועג וועם זיי געפעלט, לדוגמא, די פרשה מיט "קרעטשמע", וואס מ'דארף עכט דן זיין, צו זיי זענען טאקע געווען אזוי wrong ווי די העץ וואס איז געקומען אויף זײ דא, איי סשטימט נישט מיט די מהלך פון די עסקנים דאס ארויף לייגן אזא זאך? נו, פאר וויפיל אידן האט געבאדערט אנהייב פון די מערכה ווען מ'האט געניצט די מיאוס'טע לשונות אויף אידן? (וואס אגב, היינט באזינגט מען זיי ווי כאילו די גרעסטע צדיקים, אויך ווייל סשטימט בעסער).
קלארשטעלונג, כ'האב נישט קיין פראבלעם מיט די עסקנים, אדער מיט זייער מהלך וויאזוי מ'האט פארשפרייט די נייעס (אפי' מ'האט אסאך מאל געשפילט מיט די ציבור),
די עסקנים זענען גרויסע צדיקים , און איך וואלט נעווער געקענט טוען אפי' א טיפה מן הים וואס זיי טוען.
אבער נעמען האסטידזש דעם סייט (וואס איז געמאכט פאר מענטשן זיך אויס צו שמועסן), און דרייוון די מוחות פונעם ציבור אויף א פארנעם, אז ווען איינער טראכט נישט הונדערט פראצענטיג ווי די עסקנים, ווערט ער שוין א גרעסערע שגץ ווי......... למשל, ווען איינער שרייבט א פאוסט וואס האט אדער יא אדער נישט צוריק געהאלטן איינעם פון ארויס קומען, און ער ווערט נאכדעם באוואשן אלץ א שופך דם, איז לענ"ד wrong, דא איז דאך געמאכט אויס צו שמועסן נושאים, ווילסט דא טוען עסקנות? אדרבה! כל הכבוד! אבער מ'קען נישט פארגעסן פון דעם פאקט אז דאס איז א סייט וואס האט זיך בכלל נישט געגרינדעט ספעציעל פאר לב טהור.
אגעין, איך שטיץ זייער די עסקנים, איך געב געלט פאר יעדע קאמפיין דא, און איך האלט אז זייער שכר איז נישט צו באשרייבן, און כ'וואלט זײ אפי' אנגערופן די "צדיקי הדור ".
איך שרייב נאר מיין מיינונג, און ווי כ'האב געהערט פון נאך עטליכע אידן דא, וויאזוי מ'קוקט עס אן, ובפרט די קרעטשמע פרשה, כ'האף אז כ'בין נישט געווען צו שארף.
עניוועי, טענקס פאר פעינג אטענטשאן פאר דיס מעטער.