פארטריבן האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 06, 2025 2:34 pm
דער עולם האט געווענליך ליב צו הערן תירוצים אויף די קשיות וואס ווערן געפרעגט, נישט קיין נארישע בעבישע צוריקווארפעריי.
דו ביזט דאך דער קארעספאדאנט פון פערלס, און ביזט אויסגעקאכט אין זייער מהלך, ממילא האט מען געמיינט אז דו גייסט יעצט אויך קענען מסביר וואס איז די פשט פון די גאנצע אמיקוס,
דעריבער טאטע לעבן,
קענסטו ביטע שיין מסביר זיין וואס די ליין וואס דו האסט די בעסטע ליב איז מחדש אדער וויאזוי דאס העלפט פאר די קעיס?
קענסטו ביטע שיין מסביר זיין וואס איז געווען די טענות פון די OU אמיקוס און וויאזוי גייט עס דא העלפן?
קענסטו ביטע שיין מסביר צי איז דא א סיבה פארוואס די באבוב אמיקוס זאל שטערן פאר 'דער איד'?
אויב קענסטו דאס אלעס מסביר זיין איז גוט
אויב נישט איז נאך בעסער
כ'בין ברוך ה' קיינעמס קאראספאנדענט, כ'בין ב"ה מיין אייגענער מענטש און דער אייבירשטער זאל העלפן ווייטער.
די סיבה פאר מיינע ענטפערס איז טאקע צוליב דאס, איז טאקע צוליב די קינדערישע נארישע פארפירישע בעיבישע וועג פון פרעגן קשיות ווס אט דו הערסט נישט אויף אהנצופירקלן, כדי זאכליכע תשובות זאלן זיין ווערטלאז, כדי צו לאזן הערן צווישן די שורות פארשידענע טאלקינג פאינטס וואס פאר זיך אליין איז עס גארבידזש, אבער ווען עס איז צווישן די שורות קען עס באפשר בעסער ווירקן, און העלפט אויך ווי שוין געשריבן אז זאכליכע תשובות אויף די עצם קשיא זאלן זיין ווערטלאז.
קיינמאל, אבער קיינמאל פרעגסטו פלעין צו דער זאך א פשוט'ע טריקענע שאלה אדער קשיא, אייביג און טאקע אייביג איז עס אהנגעפילט מיט שטותים פון זייטיגע טאלקינג פוינטס און פערזענליכע פליקערייען און טשעפערייען.
און דעריבער איז מען מקיים דעם כסיל כאולתו און דעם עם עקש תתפתל.
אבער גראדע ליגט אין מיינע ענטפערס אויך ענטפערס אויף א צינישן אופן אז איר לערנט פאלש אפ, (זעה ווייטער)
כיון שלקה הרי הוא כאחיך
טראץ וואס צוליב די אויבנדערמאנטע וואלט איך אנטזאגט צו ענטפערן אויף די אזויגערופענע שאלות אבער אז כ'האב אייך מוסר געזאגט, און איר פרובירט צו פרעגן די שאלות אויף עטוואס מער א רעספעקטירטן אופן וועלן מיר דאסמאל מאכן אן אויסנאם.
אויף די שאלה פון:
מסביר זיין וואס די ליין וואס דו האסט די בעסטע ליב איז מחדש אדער וויאזוי דאס העלפט פאר די קעיס?
קודם כל די ליין וואס איך האב די בעסטע ליב מוז נישט זייך אז עס איז עפעס מחדש, נישט יעדע איינציגע שורה מוז זיין אז עס איז עפעס מחדש, און איך מעג די בעסטע ליב האבן א שורה וואס איז גארנישט מחדש.
גראדע איז אבער די ליין זייער שטארק מחדש...
דער ליין זאגט אז פונקט ווי א פובליק סקול וואס הכל מודים אז עס איז א שלעכטע פובליק, קען מען נישט זאגן אז עס אויס פובליק סקול, און מען נעמט נישט ארויס די קינדער פון דארטן נאר האט א גאנצע לאנגע פראצעדור, ווי למשל אז עס מוז זיין 10 יאר אין א ציה פון די ערגסטע און נאך (זעה פוטנאוט 5) און עס הייסט ווייטער א פובליק סקול, קענסטו נישט זאגן אז א פריוואטע סקול איז אנדערש, און אפילו די האלטסט אז עס קומט נישט נאך אלע פארלאנגען פון סוסטענשאל עקוויוועלענסי הייסט דאס נאך א סקול, און ממילא קען עס נעמען די נייע פעטוועיס.
און ניין בארשאוו רעדט נישט פון דעם.
(און דאס אז דו גייסט יעצט ווערן די סטעיטס לאיער און מסביר זיין וואס די סטעיט קען ענטפערן דערויף איז אירעלעוואנט)
אויף די צווייטע שאלה פון:
ביטע שיין מסביר זיין וואס איז געווען די טענות פון די OU אמיקוס און וויאזוי גייט עס דא העלפן?
כ'וועל דא אויך נוצן דיינן ארגינעלע תגובה פון די שאלה:
"אפשר קומסטו אריין קלאר און אביסל מסביר וואס זענען געווען די טענות אין די OU'ס אמיקוס פון פערלס קעיס, און וויאזוי דאס גייט העלפן די טענות אין די יעצטיגע קעיס פאר די דריי מוסדות צו קענען זיין עקוויוועלענט דורך די נייע געזעץ וואס די סטעיט לאזט זיי נישט נוצן."
ווי עס שיינט האסטו בדווקא אויס געלאזט די חלק פון די קלאגע וואס זוכט אפצוווארפן די עצם נעגעטיוו דעטערמינעשאן (אויך צוליב מען זאל קענען נעמען די נייע פעטוועיס), (כ'האלט נישט אז דאס איז געווען בטעות)
OU טענה'ט אז דארט ווי עס איז נוגע רעלידזשעס אדער אנדערע קאנסטיטוציענעלע רעכטן, ביסטו מחיוב אפצוטייטן די געזעץ די גרינגסטע שייך וואס איז די ווייניגסטע אין קעגנערשאפט מיט די רעכטן, און דאס העלט שטארק וויאזוי מען דארף בפועל אפטייטשן די עדיוקעשאן געזעץ סיי אהן פעלדער און סיי מיט פעלדער, ספעציעל ווען די סטעיט טענה'ט דא אז זיי האבן א רעכט אפצוטייטשן שווער אפילו אויב עס מאכט סענס אפצוטייטשן אנדערשScreenshot 2025-08-06 152647.jpg
אויף די דריטע שאלה פון:
ביטע שיין מסביר צי איז דא א סיבה פארוואס די באבוב אמיקוס זאל שטערן פאר 'דער איד'?
די תירוץ איז אז עס דארף טאקע נישט, און כ'וועל שוין נאכברענגען פונם אנדערן כותב הרב @היימישער
"אייגענטליך, ביים פערל"ס קעיס האבן 'דער איד' [פערל"ס] געהאט 'פארלאנגט' פון באבוב, אז זיי זאלן ביטע אריישיקן אן אמיקעס בריוו פארן פערל"ס קלאגע"
ענד דעטס עקזעקטלי מיי פוינט.
געווענליך ביי אזעלכע סארט קעיסעס, "זוכט" מען מען זאל אריינגעבן אן אמיקוס לטובה, יעצט אויב איינער וויל נישט, קען זיין ער האט א טענה, אבער ער איז דער וואס דארף זיך מסביר זיין פארוואס נישט, און נישט פארקערט.
דא, און איבערהויפט אין בלאט, פרובירט מען אראפצומאלן כאילו דאס עצם שרייבן אן אמיקוס איז א שלעכטע זאך, וואס מען טוט ווען מען וויל עפעס "אוועקנעמען פון איינעם, ווען מען האלט אז יענער טוט נישט קיין גוטע זשאב וכו' וכו',
דאס איז א פאררעטערישע און השחתה'דיגע וועג אראפצולייגן דעם ענין פון אמיקוס, כדי צו פארדעקן די עוולה פון נישט לאזן פערלס פיילן בלויז פאר שלעכטקייט.
און צוליב דעם פרעג איך מיט א צינישקייט צו מען האט געהאקט אויף באבוב.
אויב אין אן אמיקוס נאר מחדש צו זיין וואס יענער פארפעלט אדער פארזעהט, פארוואס האט פערלס געזוכט אז באבוב זאל אריינגעבן אן אמיקוס? פארוואס האבן זיי דאס נישט אליין געשריבן?
אלא מאי איז דאס פאלש אפגעלערנט וואס אמיקוס איז און דאס איז בדווקא פאלש אפגעלערנט כדי צו פארדעקן די אייגענע השחתה.
(און אויסער די סיבה פון העלפן פאר דעם ספעציפישן קעיס, האט פערלס אן אינטערעסע אין אנדערע קעיסעס אין אלגעמיין וואס פערלס זוכט צו זיכער מאכן אז יענע אינטערעסן ווערט ארויסגעברענגט, ספעציעל איבער אויסטייטשן די פסק פון קאורט אוו אפיעלס ווי מער גונסטיג שייך {וואס אויך בארשאוו האט אזוי געהאלטן נאר דער צד ה'דער בלאט" האט בשום אופן נישט געוואלט, וואס דאס האט אויפגעהאלטן דאס פיילן די קלאגע פאר עטליכע טעג, א געפערליכע השחתה פאר זיך, ועוד חזון למועד דאס צו באהאנדלן}, האט ער אלע רעכטן און אפילו א חיוב ציילן אן אמיקוס)
מוז מיר מאכן דא א קנייטש.