חבורת תורתך שעשועי

חיים יוסף
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 214
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 11:16 am
x 350

Re: חבורת תורתך שעשועי

פאוסט דורך חיים יוסף »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 6:32 pm
בודקע האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 4:52 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 3:53 pm

1) אויב אזוי איז עס נאר לויט איין וועג אין רבי יוחנן הסנדלר. פארוואס נישט ענדערשט כתנא קמא?
דאס איז מיך אויך שווער

2) מאן יימר אז לא יכנס לביהמ"ד מיינט אויך משנה? אפשר זאל ער נישט אריינגיין ווייל ער וועט הערן מדרש/גמרא?
רש"י
וועלכע רש"י? איך זע נאר דאס, וואס דאס מיינט נישט דוקא שולל צו זיין משנה:

לא יכנס למדרש כל עיקר - לא להציע ולא לשנות אבל לבית המדרש הוא נכנס ושותק
איר לערנט פשט אין רש"י אז ער מעג לערנען משניות אבער נישט מהציע זיין די טעמים איז עס דאך די זעלבע ווי ר' יוסי?
פון ושותק איז משמע אז מען טאר גארנישט לערנען
ווייס פרעזידענט
ניי צום טיש
פאוסטס: 5
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 7:31 pm
x 7

Re: חבורת תורתך שעשועי

פאוסט דורך ווייס פרעזידענט »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 16, 2025 2:26 pm מ"ד זה וזה אסור כרבי יוחנן הסנדלר.

רבי יוחנן זאגט דאך נאר "מדרש", איז דאך משמע איז משנה מעג מען יא לויט אים! ניין?

והשנית, וואס איז מיר ממילא שווער, וואס זאגט נישט די גמרא אז ער איז כתנא קמא?
דיין צווייטע קשיא איז טאקע שווער

אבער די ערשטע קשיא ווענדט זיך וויאזוי מ'טייטשט לא יכנס למדרש, קוק וויאזוי רש"י לערנט עס אפ, לא יכנס למדרש כל עיקר - לא להציע ולא לשנות אבל לבית המדרש הוא נכנס ושותק. ס'מיינט, גארנישט לערנען

אבל לבית המדרש הוא נכנס ושותק מיינט לאפוקי פונעם צווייטן פשט לא יכנס לבית מדרש

אזוי האב איך עס פארשטאנען
Joel
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 457
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:53 am
x 738

Re: חבורת תורתך שעשועי

פאוסט דורך Joel »

שיעור חדש בבית מדרש הגדול קרית יואל
unnamed - 2025-07-20T161635.595.jpg
unnamed - 2025-07-20T161635.595.jpg (338.42 KiB) געזען געווארן 1134 מאל
unnamed - 2025-07-20T161629.734.jpg
unnamed - 2025-07-20T161629.734.jpg (293.12 KiB) געזען געווארן 1134 מאל
unnamed - 2025-07-20T161623.539.jpg
unnamed - 2025-07-20T161623.539.jpg (303.63 KiB) געזען געווארן 1134 מאל
Joel
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 457
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:53 am
x 738

Re: חבורת תורתך שעשועי

פאוסט דורך Joel »

unnamed - 2025-07-20T161703.947.jpg
unnamed - 2025-07-20T161703.947.jpg (309.2 KiB) געזען געווארן 1128 מאל
unnamed - 2025-07-20T161657.088.jpg
unnamed - 2025-07-20T161657.088.jpg (242.46 KiB) געזען געווארן 1128 מאל
אוועיטער
יענץ מבין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 164
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
Location: brooklyn
x 859

Re: חבורת תורתך שעשועי

פאוסט דורך יענץ מבין »

איך האב אמאל געהערט א חסידישע [פוילישע] ווארט אויפן נעכטיגע דף (כו:).

די גמרא זאגט אז תפילות אבות תיקנם, און די גמרא ברענגט פסוקים דערויף וואס מיט גזירות שוות לערנט מען ארויס אז דאס מיינט תפילה.

יעצט, און די תורה געפונען מיר ביי אלע דריי אבות קלארע ווערטער אז זיי האבן געדאווענט, ביי אברהם שטייט עס ביי די פרשה פון סדום, ביי יצחק שטייט ויעתר אל ה', און ביי יעקב שטייט עס ביי עשיו וייצר יעקב, דורון, תפילה, ומלחמה (איך בעט איבער אז איך געדענק נישט אויסענווענדיג די לשון הפסוקים), אבער ביי די פסוקים איז אונז די תורה נישט מרמז די אז זיי האבן מתקן געוועהן די דריי תפילות, דוקא ביי די אנדערע פלעצער ווי עס שטייט נישט קלאר אז זיי האבן געדאווענט דארטן איז די תורה מרמז די ענין פון תפילה, פארוואס?

ווייל ביי די פלעצער וואס עס שטייט ארויס קלאר אז זיי האבן געדאווענט רעדט זיך אלץ ווען די אבות זענען געוועהן אין א צרה, אדער עכ"פ געבעטן פאר א ישועה, משא"כ דארט די פסוקים ווי די תורה איז מרמז אז תפילות אבות תיקנום, שטייט גארנישט אז די אבות האבן געדאווענט פאר א ישועה, (דוק ותשכח, איך האב פשוט נישט קיין חומש און גמרא אין פארנט פון מיר יעצט).

ווייל די 3 תפילות וואס חז"ל האבן מתקן געוועהן איז די תכלית דערפון נישט אז מיר זאלן באקומען וואס מיר ווילן, די תכלית דערפון איז צו ווערן געקנופט און געבינדען צום באשעפער, צו אנערקענען אז אלעס וואס מיר האבן קומט נאר פון איהם, א דוגמא ווי א טאטע וואס זיין קינד פארט אוועק אויף אויסלאנד, און ער האט מורא אז די קינד גייט פארגעסן פון איהם, געבט ער פארן קינד נאר גענוג געלד פאר די הוצאות פון איין וואך אויף אמאל כדי די קינד זאל בלייבן מקושר מיט איהם אפילו אין די מרחקים.
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4661
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6182

Re: חבורת תורתך שעשועי

פאוסט דורך שמח »

יענץ מבין האט געשריבן: מיטוואך יולי 23, 2025 11:12 pm
שטארק!
דעת זקנים
פרישער באניצער
פאוסטס: 20
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 12:39 pm
x 92

Re: חבורת תורתך שעשועי

פאוסט דורך דעת זקנים »

יענץ מבין האט געשריבן: מיטוואך יולי 23, 2025 11:12 pm
זייער שיין!
אבער בפשטות ברענגט די גמרא דייקא די פסוקים ווייל פון די פסוקים זעהט מען אויך די צייט פון זייער תפילה, וישכם אברהם ׳בבוקר׳, ויצא יצחק לשוח בשדה ׳לפנות ערב׳, ויפגע במקום ׳וילן שם׳.
אוועיטער
יענץ מבין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 164
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
Location: brooklyn
x 859

Re: חבורת תורתך שעשועי

פאוסט דורך יענץ מבין »

דעת זקנים האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 2:15 pm
יענץ מבין האט געשריבן: מיטוואך יולי 23, 2025 11:12 pm
זייער שיין!
אבער בפשטות ברענגט די גמרא דייקא די פסוקים ווייל פון די פסוקים זעהט מען אויך די צייט פון זייער תפילה, וישכם אברהם ׳בבוקר׳, ויצא יצחק לשוח בשדה ׳לפנות ערב׳, ויפגע במקום ׳וילן שם׳.
גערעכט, די עיקור נקודה איז פארוואס האט די תורה הק' דאס דווקא מרמז געוועהן ביי די פסוקים.
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
אוועיטער
יענץ מבין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 164
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
Location: brooklyn
x 859

Re: חבורת תורתך שעשועי

פאוסט דורך יענץ מבין »

יענץ מבין האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 1:55 pm
מסתמא האט געשריבן: זונטאג פעברואר 02, 2025 2:55 pm
► Show Spoiler
ביים לערנען נעכטן מסכת ברכות דף כז: במסגרת תורתך שעשועי, איז מיר בייגעפאלן אזוי:

די גמרא זאגט אז מען טאר נישט דאווענען 'אחורי רבו', זאגט רש"י 'משום יוהרא', אז עס זעהט אויס ווי מען איז נישט אונטערטעניגט אונטערן רבי. תוס' ברענגט, ויש מפרשים, 'שנראה כמשתחווה לרבו'.

ווי עס זעהט אויס ליגט דא די צווי עקסטרים'ס וואס @מסתמא האט דא ארויס געברענגט, פון איין זייט אנארכיע אהן קיין שום גבולים (רש"י) מצד שני פולע קאנטראל (תוס'), און אט די ביידע זאגט די גמרא איז 'גורם לשכינה שתסתלק מישראל'.
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 7853
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 18841

Re: חבורת תורתך שעשועי

פאוסט דורך דער תהלים איד »

יענץ מבין האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 2:18 pm

פשששיהא!

א שיינער דערהער דאס.
אוועיטער
יענץ מבין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 164
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
Location: brooklyn
x 859

Re: חבורת תורתך שעשועי

פאוסט דורך יענץ מבין »

א געדאנק אויף די נעכטיגע בלאט - ברכות דף לד.

די גמרא ברענגט א ברייתא: תנו רבנן, העובר לפני התיבה צריך לסרב, ואם אינו מסרב דומה לתבשיל שאין בו מלח, ואם מסרב יותר מדאי דומה לתבשיל שהקדיחתו מלח. כיצד הוא עושה? פעם ראשונה יסרב, שניה מהבהב, שלישית פושט את רגליו ויורד.

שטעלט זיך די שאלה, וואס איז דאס די צוגלייך דוקא צו זאלץ.

האב איך געקלערט בשעתן לערנען - און אדרבה איך וויל הערן וואס די עולם זאגט - אזוי:

---

ווען מען קאכט א תבשיל לייגט מען אריין אסאך אנדערע ספייסעס, און יעדער פון זיי געבט צו צום מאכל א אייגן ארטיגע טעם, איין ספייס לייגט צו א זיסער טעם, א צווייטער געבט צו א ביטערע טעם, אא"וו. משא"כ די אייגנשאפט פון זאלץ איז - אז די עיקור תפקיד פון זאלץ איז נישט צוצוגעבן די טעם פון די זאלץ, נאר בעיקור ארויס צוברענגן די טעם וואס ליגט שוין אין די מאכל.

דהיינו מען קען האבן גאר א גוטע מאכל, מיט אלע מטעמים, אבער אויב מען לייגט נישט צו די זאלץ, וועט מען ממש נישט שפירן די טעם פונעם מאכל.

פון די צווייטע זייט - אָך און וויי אויב לייגט מען צופיל זאלץ, דעמאלטס וועט מען נאר שפירן די טעם פון די זאלץ, און בכלל נישט די מאכל.

---

יעדע מענטש האט כל מיני מידות טובות, איינער איז א גרויסע בעל חסד, א צווייטער איז א באמתער פארגינער, און די אלע מידות האבן זייערע אייגענע אייגנשאפטען. אויסער די מדה פון ענוה, וואס די 'עיקור' אייגנשאפט פון ענוה איז אז עס ברענגט ארויס די שיינקייט פון אלע אנדערע מידות וואס די מענטש פארמאגט. לדוגמא, איינער וואס איז א בעל חסד אבער האט נישט קיין ענוה, איז זייער שווער צו באמת קענען הנאה פון זיין חסד. אבער לייג נאר צו אביסעלע ענוה צו אזא מענטש, און עס איז באמת א מחיה צו פארברענגען מיט איהם.

אבער פון די צווייטע זייט - איינער וואס האט צו א גרויסע דאזע פון [אזוי גערופענע] ענוה, וועט דאס איהם צוריק האלטן פון אויסנוצען זיינע אנדערע גוטע מידות. אין אונזער משל, וואלט ער נישט געטוהן די אלע חסד פעולות, וויבאלד ווער בין איך בכלל; מיין הילף איז סייווי גארנישט ווערט אא"וו.

---

דאס זאגט די ברייתא:

ואם אינו מסרב - אויב האט ער נישט די ביסעלע ענוה, דומה לתבשיל שאין בו מלח - פעלט איהם די זאלץ; מען קען נישט ריכטיג שפירן די פיינע טעם פון זיין אלע גוטע מידות.

ואם מסרב יותר מדאי - אויב אבער האט ער צופיל ענוה, דומה לתבשיל שהקדיחתו מלח - שפירט מען נאר די טעם פון זיין ענוה, וויבאלד ער קען נישט אויסנוצן זיין אלע אנדערע גוטע מידות.
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
דעת זקנים
פרישער באניצער
פאוסטס: 20
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 12:39 pm
x 92

Re: חבורת תורתך שעשועי

פאוסט דורך דעת זקנים »

זייער שיין! א הערליכער צושטעל.
יישר כח!
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2789
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8622

Re: חבורת תורתך שעשועי

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

איינער קען ביטע אימפארטירן די לוח החזרה ותלמידו בידו וכדו' אין די ראמען פון תורתך?
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4661
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6182

Re: חבורת תורתך שעשועי

פאוסט דורך שמח »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 05, 2025 2:32 pm איינער קען ביטע אימפארטירן די לוח החזרה ותלמידו בידו וכדו' אין די ראמען פון תורתך?
דעת זקנים
פרישער באניצער
פאוסטס: 20
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 12:39 pm
x 92

Re: חבורת תורתך שעשועי

פאוסט דורך דעת זקנים »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 05, 2025 2:32 pm איינער קען ביטע אימפארטירן די לוח החזרה ותלמידו בידו וכדו' אין די ראמען פון תורתך?
‎⁨לוח ותלמידו ושננתם קיץ תשפה 1⁩.pdf
(482.03 KiB) דאונלאודעד 10 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 7853
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 18841

Re: חבורת תורתך שעשועי

פאוסט דורך דער תהלים איד »

יענץ מבין האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 05, 2025 1:12 pm א געדאנק אויף די נעכטיגע בלאט - ברכות דף לד.

די גמרא ברענגט א ברייתא: תנו רבנן, העובר לפני התיבה צריך לסרב, ואם אינו מסרב דומה לתבשיל שאין בו מלח, ואם מסרב יותר מדאי דומה לתבשיל שהקדיחתו מלח. כיצד הוא עושה? פעם ראשונה יסרב, שניה מהבהב, שלישית פושט את רגליו ויורד.

שטעלט זיך די שאלה, וואס איז דאס די צוגלייך דוקא צו זאלץ.

האב איך געקלערט בשעתן לערנען - און אדרבה איך וויל הערן וואס די עולם זאגט - אזוי:

---

ווען מען קאכט א תבשיל לייגט מען אריין אסאך אנדערע ספייסעס, און יעדער פון זיי געבט צו צום מאכל א אייגן ארטיגע טעם, איין ספייס לייגט צו א זיסער טעם, א צווייטער געבט צו א ביטערע טעם, אא"וו. משא"כ די אייגנשאפט פון זאלץ איז - אז די עיקור תפקיד פון זאלץ איז נישט צוצוגעבן די טעם פון די זאלץ, נאר בעיקור ארויס צוברענגן די טעם וואס ליגט שוין אין די מאכל.

דהיינו מען קען האבן גאר א גוטע מאכל, מיט אלע מטעמים, אבער אויב מען לייגט נישט צו די זאלץ, וועט מען ממש נישט שפירן די טעם פונעם מאכל.

פון די צווייטע זייט - אָך און וויי אויב לייגט מען צופיל זאלץ, דעמאלטס וועט מען נאר שפירן די טעם פון די זאלץ, און בכלל נישט די מאכל.

---

יעדע מענטש האט כל מיני מידות טובות, איינער איז א גרויסע בעל חסד, א צווייטער איז א באמתער פארגינער, און די אלע מידות האבן זייערע אייגענע אייגנשאפטען. אויסער די מדה פון ענוה, וואס די 'עיקור' אייגנשאפט פון ענוה איז אז עס ברענגט ארויס די שיינקייט פון אלע אנדערע מידות וואס די מענטש פארמאגט. לדוגמא, איינער וואס איז א בעל חסד אבער האט נישט קיין ענוה, איז זייער שווער צו באמת קענען הנאה פון זיין חסד. אבער לייג נאר צו אביסעלע ענוה צו אזא מענטש, און עס איז באמת א מחיה צו פארברענגען מיט איהם.

אבער פון די צווייטע זייט - איינער וואס האט צו א גרויסע דאזע פון [אזוי גערופענע] ענוה, וועט דאס איהם צוריק האלטן פון אויסנוצען זיינע אנדערע גוטע מידות. אין אונזער משל, וואלט ער נישט געטוהן די אלע חסד פעולות, וויבאלד ווער בין איך בכלל; מיין הילף איז סייווי גארנישט ווערט אא"וו.

---

דאס זאגט די ברייתא:

ואם אינו מסרב - אויב האט ער נישט די ביסעלע ענוה, דומה לתבשיל שאין בו מלח - פעלט איהם די זאלץ; מען קען נישט ריכטיג שפירן די פיינע טעם פון זיין אלע גוטע מידות.

ואם מסרב יותר מדאי - אויב אבער האט ער צופיל ענוה, דומה לתבשיל שהקדיחתו מלח - שפירט מען נאר די טעם פון זיין ענוה, וויבאלד ער קען נישט אויסנוצן זיין אלע אנדערע גוטע מידות.

גאר שיין דיין פשט.

הגם די פשוטע הסבר איז ווייל די גמרא רעדט שפעטער פון "שאור מלח וסרבנות". אבער מיט דיין הסבר איז עס עקסטער הערליך...

אגב, האסט דערמאנט "שהקדיחתו מלח" האב איך זיך דערמאנט פון מיין געדאנק אין די פריערדיגע בלעטער:

די גמרא רופט אן א קינד וואס איז ל"ע ארויס לתרבות רעה, "הקדיח תבשילו". האב איך געקלערט די צושטעל, וואס איז טייטש הקדיח תבשילו? עס האט צוגעברענט. וויאזוי? ווייל ער האט עס "צו אסאך געקאכט".

א קינד וואס איז ל"ע אראפ פון דרך הישר, קען אסאך מאל זיין אז ס'איז הקדיח תבשילו, מען האט אים "צו אסאך מחנך געווען"... ס'האט צוגעברענט...

מיין טאטע פלעגט זאגן "די עיקר ארבעט פון א טאטן היינטיגע צייטן איז נישט חינוך, נאר די עיקר ארבעט איז נישט צו קאליע מאכן". די מחנכים זענען מחנך, דו זיי מחזק.

פינג @האאפטשאהההה.... סארי...
איפכא מסתברא
פרישער באניצער
פאוסטס: 26
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 5:16 pm
Location: גליל התחתון
x 61

Re: חבורת תורתך שעשועי

פאוסט דורך איפכא מסתברא »

על פרי העץ.... על פרי האדמה.... ירקות.... דשאים...
ס'איז מיר געווען אינטערעסאנט ווי מיין חברותא האט געעפענט אפאר קעלבערנע אויגן ווען איך האב אים געזאגט אז טאמעיטאס און איגערקעס זענען א "פרוכט" און נישט קיין וועזשטעיבל... והא ראי' מרופט עס "פרי האדמה" נישט "ירקות". ווען איך בין אריין מיט אים ווי אזוי טאמעיטאס וואקסט ווערסעס מייערן און צוויבל, האט ער מיר שוין געוואלט שטויסן...
א זאך וואס איז פאר אסאך איז עס דברים פשוטים. איז אבער נאכאלץ דא גאר אסאך מענטשן וואס אין די היינטיגע וועלט ווי פראדוקטן וואקסן אין גראסערי און ביי מאנכע אין קעבינעט פעלט די פשוטע וויסענשאפט.
א גאר גרויסע חלק פון פראדוקטן וואס ווערט אנגערופן אין די אידישע קאך "וועזשטעיבלס" אדער ירקות, זענען פאקטיש אין די וועלט פון פלאנצונג (ווי אויך אין די משנה) א פרוכט. נאר אנשטאט וואקסן אויף א בוים וואקסט עס אויף דער ערד. צומאל אויף א קליינע ביימעלע וואס צופאלט יערליך און מ'דארף עס יאר יערליך איבערזייען, און צומאל וואקסט עס ארויס פון א באנטש פון גראז.
---די אויסדרוקליכע חילוק צווישן פרי האדמה און פרי העץ, איז אז א פרוכט וואס וואקסט אויף א בוים איז דער בוים איז דער זעבסשטענדיגער לעבנס פארזארגער פאר זיינע פרוכט, כלומר דער בוים האט אייגענע חיות וואס ער זאמלט אן פון דער ערד. משא''כ פרי אדמה ציט חיונה פון דער ערד דורך דעם ביימעלע, די קליינע ביימעלע האט נישט קיין זעלבסשטענדיקייט, והא ראי' אז ווען דער ווינטער קומט צוגיין און ער טרעפט נישט זיין שפייז צופאלט ער.
די ריכטיגע חילוק צווישן פרוכט און וועזשטעיבלס, איז וועלכע חלק פונעם געוויקס מען עסט.
--פרוכט ווערט גערופן סיי וואס עס וואקסט ארויס פון א געוויקס (נישט קיין נפ''מ ווי גרויס דאס ביימעלע איז) און די פרוכט וואקסט מיט זומען אינעווייניג. אין דעם איז כולל אויך איגערקעס - סקוואש - עגפלענט - אפגערעדט אז ניסלעך.
--וועזשטעיבלס ווערט גערופן אלע איבעריגע עסבארע חלקים פון א געוויקס וועלכע זענען נישט אינעם פריערדיגן כלל, ווי די ווארצלען וואס וואקסן אינטער דער ערד (לדוגמא מייערן, פעטרישקע, און צוויבל), די שטאם פון א געוויקס (וואקסט אויף דער ערד, לדוגמא סעלערי), בלעטער (לדוגמא ראמעין, ספינעטש), און צומאל די בלומען (בראקאלי).
ווי אויך איז פארהאן אן עקסטערע קאטאגאריעס פון בונדלעך - קטניות (beans). פארשידענע ערליי גראזן (דשאים) און דגן (grain).
ירקות פון די משנה באציט זיך לכאורה צו "גרינס" כפשוטו. מיני גראזן און בלעטער, און אויף דעם זאגט ר' יהודה מיני דשאים
דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1514
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 3419

Re: חבורת תורתך שעשועי

פאוסט דורך דעת קדשי »

איפכא מסתברא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 06, 2025 2:15 pm
► Show Spoiler
מענין לענין אין א קיוקאמבער איז דא מער וואסער פרעצנטיש ווי אין א וואסער מעלאנע...
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
אוועיטער
יענץ מבין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 164
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
Location: brooklyn
x 859

Re: חבורת תורתך שעשועי

פאוסט דורך יענץ מבין »

איפכא מסתברא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 06, 2025 2:15 pm על פרי העץ.... על פרי האדמה.... ירקות.... דשאים...
ס'איז מיר געווען אינטערעסאנט ווי מיין חברותא האט געעפענט אפאר קעלבערנע אויגן ווען איך האב אים געזאגט אז טאמעיטאס און איגערקעס זענען א "פרוכט" און נישט קיין וועזשטעיבל... והא ראי' מרופט עס "פרי האדמה" נישט "ירקות". ווען איך בין אריין מיט אים ווי אזוי טאמעיטאס וואקסט ווערסעס מייערן און צוויבל, האט ער מיר שוין געוואלט שטויסן...
► Show Spoiler
אין ענגליש זאגט מען:
Knowledge is knowing that a tomato is a fruit. Wisdom is knowing not to put it in a fruit salad.

אין אידיש:
וויסענשאפט איז צו וויסן אז א טאמעיטא איז א פרוכט, אבער קלוגשאפט איז צו וויסן אז מען לייגט עס נישט אין א פרוכט סאלאט...
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
איפכא מסתברא
פרישער באניצער
פאוסטס: 26
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 5:16 pm
Location: גליל התחתון
x 61

Re: חבורת תורתך שעשועי

פאוסט דורך איפכא מסתברא »

יענץ מבין האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 06, 2025 2:38 pm

היינט עקזיסטירט שוין נישט קלוגשאפט מען לייגט צוזאם גראזן מיט מענגא במפולת יד אינאיינעם מיט פיש, און יאכלו ענוים וישבעו.
פארוואס טאקע האט נאך קיין קעכער נישט ערפינדען אז מקען לייגן טאמעיטאס אין א פרוכט סאלאט? סדארף ווערן די נעקסטע טרענד
איפכא מסתברא
פרישער באניצער
פאוסטס: 26
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 5:16 pm
Location: גליל התחתון
x 61

Re: חבורת תורתך שעשועי

פאוסט דורך איפכא מסתברא »

ברכות ל''ו

איינער קען אפשר געבן אן אילוסטראציע פונעם צלף בוים מיט אלע אירע עסבארע חלקים?

אט איז וואס מיין ריסוירטש האט מיר אויסגעשפיגן (קרעדיט ChatGPT)
(ער איז אבער ראנג מיט זיין דעפיניציע אויף "תמרים")

אין מסכת ברכות רעדט די גמרא פון א פלאנץ מיטן נאמען "צלף", וואס היינט צוטאגס איז באקאנט אלץ די "Caper bush", אדער אין לשון־הקודש: קפריסין. די ביימל וואקסט אין ארץ ישראל און נאך הייסע מקומות, און ס׳האט פארשיידענע חלקים וואס מען קען עסן. אינעם צלף־בוים איז דא פיר טיילן:
וויאזוי די גמרא רופט די טיילן פונעם צלף־בוים – אין היינטיגע שפראך

1. אביונות – די פרימארדיעלע פרוכט

דאס איז דער עיקר־פרי פון צלף. ווען דער בלום גייט איבער דעם בליט־צייט, וואקסט דערויף א רונדלעכער גרינער פירות'ל – א ביסל אזוי ווי א קליינער זית'ל, וואס היינט רופט מען דאס Caperberry. ס׳איז א פיין זאפטיגע זאך, גענוצט אין געוויסע קיכן אדער סתם אזוי איינגעמאכץ. די גמרא קוקט דערויף ווי דער עיקר פרי.

2. כפריסין – די פארשפארטע בלומען

די כפריסין איז עפעס וואס מ’נעמט ביים ערשטן שטאפל פונעם בלום – דאס איז די צומאכטע קנעפל פון בלום, א קליינע קוגל'דיקע באבעלע. היינט רופט מען עס פשוט Capers, וואס איז גאר א באקאנטער געווירץ אויף מאכלים ווי פיש, סאלאטן וכדומה. דאס איז אויך א עיקר־חלק אין גמרא.

3. תמרים – די שויסן אדער ציגל

אין לשון חז״ל, תמרים מיינט דא נישט טייטלן, נאר לכאורה די קליינע שויסן און צווייגן וואס האלטן דעם פרי און בלומען. זיי זענען ווייך און אפשר עסבאר אין א געוויסע צייט פונעם וואקסטום. חז״ל דערמאנט דאס אלץ אויך א חלק וואס איז שייך פאר אכילה.

4. עלין – בלעטער

די עלין זענען פשוט די גרינע בלעטער פונעם ביימל. זיי זענען פלאך און פלעשליך, און אין געוויסע מעדיטערראנישע קיכנס ניצט מען זיי אלס טייל פון פיקלעכץ אדער טיי. די גמרא ברענגט אז זיי זענען אויך שייך פאר אכילה.
זאנוויל ראזענבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 252
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
x 637

Re: חבורת תורתך שעשועי

פאוסט דורך זאנוויל ראזענבערג »

איפכא מסתברא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 06, 2025 2:15 pmמיין חברותא האט געעפענט אפאר קעלבערנע אויגן ווען איך האב אים געזאגט אז טאמעיטאס און איגערקעס זענען א "פרוכט" און נישט קיין וועזשטעיבל...
מענין לענין, כ'וויל שוין לאנג וויסן וויאזוי ס'קוקט אויס א פאר קעלבענע אויגן.

האט עספיעט א בילד?
אוועיטער
יענץ מבין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 164
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
Location: brooklyn
x 859

Re: חבורת תורתך שעשועי

פאוסט דורך יענץ מבין »

בילדער פון די צלף בוים און אירע חלקים:

1. אביונות:
אביונות.jpg
אביונות.jpg (12.6 KiB) געזען געווארן 292 מאל
2. כפריסין:
כפריסין2.JPG
כפריסין2.JPG (26.04 KiB) געזען געווארן 292 מאל
כפריסין1.JPG
כפריסין1.JPG (28.58 KiB) געזען געווארן 292 מאל
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
אוועיטער
יענץ מבין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 164
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
Location: brooklyn
x 859

Re: חבורת תורתך שעשועי

פאוסט דורך יענץ מבין »

3. תמרים:
תמרים.png
תמרים.png (787.25 KiB) געזען געווארן 291 מאל
4. עלין:
עלין.JPG
עלין.JPG (134.43 KiB) געזען געווארן 291 מאל
עלין 2.JPG
עלין 2.JPG (21.6 KiB) געזען געווארן 291 מאל
קרעדיט: @gemini
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
איפכא מסתברא
פרישער באניצער
פאוסטס: 26
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 5:16 pm
Location: גליל התחתון
x 61

Re: חבורת תורתך שעשועי

פאוסט דורך איפכא מסתברא »

זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 12:02 pm
איפכא מסתברא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 06, 2025 2:15 pmמיין חברותא האט געעפענט אפאר קעלבערנע אויגן ווען איך האב אים געזאגט אז טאמעיטאס און איגערקעס זענען א "פרוכט" און נישט קיין וועזשטעיבל...
מענין לענין, כ'וויל שוין לאנג וויסן וויאזוי ס'קוקט אויס א פאר קעלבענע אויגן.

האט עספיעט א בילד?
גוט?
פיילס
קעלבערנע אויגן.jpg
קעלבערנע אויגן.jpg (40.31 KiB) געזען געווארן 278 מאל
שרייב פאוסט