געדאנקען, שאלות והערות ארום די סיפור "די מערכה על טוהר חינוך הבנות"
-
זאנוויל ראזענבערג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 252
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
- x 637
Re: געדאנקען, שאלות והערות ארום די סיפור "די מערכה על טוהר חינוך הבנות"
אויב האלט איך נישט ביים (אדער ביין, ווי מיין מאמע זאגט) ליינען די גאנצע לאנגע אשכול דארט, קען איינער מיר זאגן אין אפאר שורות וואס די נקודה איז?
Re: געדאנקען, שאלות והערות ארום די סיפור "די מערכה על טוהר חינוך הבנות"
ס'האט נישט מיט זיכערקייט, ס'דא וואס שפירן אז דאס איז זאכן וואס מ'טאר נישט מתווכח זיין מיט ווער ס'וויל נישט הערן @שמח גייט וועגן דעם, און ער האט לכאו' רעכט
-
תינוק הבורח
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 912
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 980
Re: געדאנקען, שאלות והערות ארום די סיפור "די מערכה על טוהר חינוך הבנות"
שמות האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 04, 2025 3:47 pmאון די בעסטע איז ווען מען שיסט א לאטקע אויף איינעם'ס חשבון אהן אים צוטירן...אזוי אז ער ווייסט ניטאמאל אז ער דארף זיך פילן געטראפן.תינוק הבורח האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 04, 2025 2:57 pm אויב איר פילט זיך געטראפן, מן הסתם זענט איר נישט זיכער מיט אייער שיטה.
בבחינת דער נאר זאל ארויסגיין פון מקוה.
- אסמכתא בעלמא
- מנהל המערכת
- פאוסטס: 879
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
- x 1928
Re: געדאנקען, שאלות והערות ארום די סיפור "די מערכה על טוהר חינוך הבנות"
@בקיצור דיין ארגינעלע ארטיקל איז געווארן ארויסגעפירט, און ווערט נישט ערלויבט ממשיך צו זיין אויף אידטיש.
עס האט גענומען צייט ביז עטליכע חברי הנהלה זאלן קענען אדוכליינען און פארשטיין וואס איר שרייבט. דערפאר איז די החלטה געמאכט געווארן הערשט יעצט.
ווען איר ווילט שרייבן א מעשה שהי', און דעבאטירן אייער בליק און יענעמס בליק, איז שייך דן צו זיין. אבער פאבריצירן א פיקטיווע מעשה אויף גדולי ישראל קודשי קדשים??!! און נאך שפינען די מעשה רעכטס און לינקס אזוי אז מ'זאל עס ניטאמאל קענען דעבאטירן וויפיל מען דעבאטירט א מעשה שהי', ניטאמאל דאס? נאר מען דארף ליינען מיט שפאנונג א געבעקס וואס מאכט אדער יא אדער נישט חוזק פון דעם אדער פון יענעם?
עס האט נישט קיין שום מקום דא.

להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2808
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 8678
Re: געדאנקען, שאלות והערות ארום די סיפור "די מערכה על טוהר חינוך הבנות"
דער רויטער @אסמכתא בעלמא האט אהערגעצויגן מיין בליק און כ'האב עס נאך געטראפן...
ווענעכעל האבן איבריג צייט וועל איך מעגליך הערן די דאזיגע פיקציע...
ווענעכעל האבן איבריג צייט וועל איך מעגליך הערן די דאזיגע פיקציע...
Re: געדאנקען, שאלות והערות ארום די סיפור "די מערכה על טוהר חינוך הבנות"
ווענד זיך וויאזוי יענע "פאר ווערטער" זענען געווען געשריבן.שמות האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 04, 2025 1:48 pmביי מיר האט איר געפוילט, און פון מיין זייט זאל מען לאזן שרייבן אפען אבער און פאקט האט מען דא געהאלטן און איין מעקן...האט איינער געשריבן אפאר ווערטער אויף אונזער שכן אין 770 און אלעס איז געווארן געמעקט.דריידל האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 04, 2025 11:54 amכ'האב קיינמאל געזעהן סאטמאר זאל שרייבן גרויס "אנטי אגודה".צום טיש האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 04, 2025 11:22 am
א שאלה וואס איז מיר אינטערסאנט צו וויסען, ענטעפרט אויב איר זענט באקוועם, איר זענט אויפגעוואקסען אין סאטמאר?
מיין עכטע דיסעפוינטמענט איז נישט אז סאיז דא וואס האלטן\ווייסן\ווילן פארקערט ווי מיר, איך בין נאר איינס אין א 7 ביליאן,
מיין אישו איז אז כהאב תמימות'דיג געליינט עפעס, וואס איך וויל נישט וויסען! נישט ווייל כהאב א פראבלעם צו הערן יענעמס טענות, נאר ווייל סאיז פלעין ליצנות, דאס ניצן אלע נקידות וואס איך ווייס סאיז שייך ביי די מערכה קעגן די רשעים פורקי עול, און עס נוצען קעגן ערליכע אידן איז אפגעשפעט, דאס איז וואס קורח און דתן ואבירם האבן געטון, אויב איר זענט נישט קיין סאטמארער, לשבר האוזן שטעל דיך פאר די ביישרייבונג גייט די סיפור "די מערכה על טוהר פאטעיטא קוגל ובירור הלאקשן קוגל"
איך האב נישט קיין פראבלעם צו מישן ווייטער, איך האב א פראבלעם ווען מען עפענט אן אשכול צו חישן ווייטער,
שרייב גרויס אנטי סאטמאר און שלום על ישראל
און נאכאמאל סבאדערט מיר די ליצנות חלק און מען קען זיך ניטאמאל טענה'ן און + דעם מען כאפט נישט פון אנפאנג אז סאיז איינער מיט אן אגענדע
האטס מיר און זייטס מיר א ליכטיגע בייי
יעדער זאל שרייבן ווי ער פארשטייט ווילאנג ס'געשריבן מיט רעספעקט, און על פי תורה. יעצט איך ווייס אז געוויסע וועלן זאגן אז נאר מיין רבי פארשטייט וואס די תורה זאגט, און אנדערע האבן נישט קיין צו נעמען א שטעלונג דערין, אבער אזא איינער האט נישט וואס צו זיכן אויפן אינטערענעט ווי פארשידענע מיינונגן קענען געליפערט ווערן. יענער זאל ליינען בלויז צייטונגן און מאגאזינען וואס זענען אוטאראזירט פון זיין קהילה.
מיין שאלה איז אויב איך טוה עס באשרייבן מיט פיקטיווע נעמען און יעדער וועט פארשטיין וועם איך מיין צו איך קען אזוי ווייטער אנגיין????
מאכסט מיר טראכטן וואס וואלט געווען ווען איינער וואלט געשריבן וועגן "דער אלטער פון 500 בעדפארד"... ווי לאנג וואלט עס געבליבן דא? איך האלט אויסדריקלעך אז דאס איז נישט דרך ארץ'דיג און מ'דארף עס נישט לאזן. די האלטסט אבער אז "אונזער שכן פון 770" איז גארנישט ראונג, פארשטייסט ניטאמאל פארוואס ס'ווערט געמעקט.
62, בלאק אריין די קעדי
-
שמות
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 441
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
- Location: Brooklyn
- x 279
Re: געדאנקען, שאלות והערות ארום די סיפור "די מערכה על טוהר חינוך הבנות"
@דריידל
בקיצור האסט נישט פארשטאנען, געגאנגען ווייטער.
► Show Spoiler
-
זאנוויל ראזענבערג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 252
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
- x 637
Re: געדאנקען, שאלות והערות ארום די סיפור "די מערכה על טוהר חינוך הבנות"
איך בלייב נייגעריג? כ'בין געווארן אקטיוו נאך תשעה באב דא כ'ווייס נישט וואס דא איז פארגעקומען. אפשר כאטש אין קורצן?אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 04, 2025 8:21 pm @בקיצור דיין ארגינעלע ארטיקל איז געווארן ארויסגעפירט, און ווערט נישט ערלויבט ממשיך צו זיין אויף אידטיש.