עס איז זיכער אז די בחורים דארפען יעצט אסאך אסאך וויכטיגער די בריווען נאך וואס ב"ה די טייערע לעווי'ס זענען ארויס פון דארטןיענץ מבין האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 04, 2025 2:44 pm אין די בחורים שעלטער זיצן כהיום דריי בחורים אינגאנצען אליין, האבן קיינעם נישט מיט זיך, אזוי זיצן זיי פיר און צוואנציג שעה א טאג און זיבן טעג א וואך.
זיי האבן נישט קיין שום קאמיוניקאציע מיט די דרויסענדיגע וועלט, זיי קענען ניטאמאל רעדן אויף קיין טאלאפאון, ס'איז זיי, מיט די פיר ווענט, און נאכאמאל זיי.
'אינגאנצען אלייין' - האב איך געזאגט - נישט ממש, זיי זיצן צוזאמען מיט צענדליגער גוים, ה' ישמרנו!
די איינציגסטע קשר וואס זיי האבן מיט די וועלט אינדרויסן - איז די בריוון וואס אונז שרייב מיר צו זיי דא.
די בחורים קוקן ארויס און ווארטן טאג טעגליך פאר די בריוון, דאס געט זיי חיזוק און כוחות צו קענען עטוואס אריבער טראגן די גאר שווערע אומשטענדן אין וואס זיי געפונען זיך.
ביטע נעמט די פאר מינוט און שרייבט אראפ אפאר ווערטער פאר זיי.
viewtopic.php?p=192934&sid=2044fdbecc97 ... 71#p192934
ס'זעט אויס אז די סיבה וואס די לעצטע פאר טעג איז דא וויינצגער בריווען איז ווייל די לעצטע בלאט פון יענער אשכול איז פארמאכט אין נעטפרי און נארמאל ווען איינער ליינט אפאר בריווען ווערט ער אנגיווארעמט און ער שרייבט אויכעט
אויב עס איז דא איינער (על פי תורה\סענס אוף יומער אדער איינער פון די מערכת פון אידטיש) וואס קען טאן וועגן די ענין און זעהן אז מען זאל עס עפענען (אפשר דארף מען עפעס פארמעקען) זעהט מיר אויס אז עס וועט אריינקומען אסאך מער בריווען פאר די טייערע בחורים
נ.ב. ביזדערווייל ווי מען האט שוין פריער געזאגט קען מען עס שיקען דורך אריינגיין אין א פריערדיגער בלאט אין יענער אשכול און שיקען פון דארט שפעטער קען מען עס זעהן ביי די אייגענער פאוסט