viewtopic.php?p=195606#p195606
איך האב שוין געשריבן דא באריכות צו די בחורים אין שעלטער, אבער איך האב אויכעט עפעס צו זאגן פאר'ן חכם שליט''א, יא ר' חכם יעצט איז געקומען דיין רייע... שטיי שיין... אין די טייל... רבי לעבן, מיר ווייסן זייער גוט אז איר ליינט אלעס וואס שטייט דא... און יא כ'רעד טאקע צו אייך, נישט נאר לשם די פארשפיל און שרייבערישע סטייל.
עס איז געווען אמאל ביי איינע פון די גרויסע גדולים פון בני ברק
(יעצט קענט איר זיך נעמען האקן און שטויסן מיט די פיס אז זיי זענען אלע מתחברים לרשעים וכו' וכו' איי סימפל דאנט קעיר) הגאון ר' נסים קרליץ זצ''ל, אז מען איז ארויפגעקומען צו אים פון גאר גאר א מאדערענע זוממער קעמפ ווי עס האבן זיך ליידער געפינען בחורים און מיידליך זייט ביי זייט נישט גענוג אפגעטיילט, און איין טאג איז פאר א בחור אריין א שגען צו שפילן חתונה, ער האט גענומען א טבעת און אהינגעגעבן פאר א מיידל, געזאגט הרי את מקודשת לי, און דערנאך זענען געגאנגען די בחורים אין איין ביהמ''ד די מיידלעך אין א צווייטע צימער און געשפילט חתונה, געטאנצן און געשפרינגען, די קומענדיגע טאג האבן זיי געכאפט די בראך, די מיידל איז פשוט מקודשת געווארן, זענען זיי געגאנגען צו ר' נסים מיט א שאלה, ר' נסים האט אויסגעפרעגט פארשידענע עדות, און ער האט גע'פסק'ענט אז דאס איז קידושי צחוק עס איז קלאר אז קיינער האט נישט געמיינט קיין אמת'ע קידושין און די זאך איז מסודר
(יעצט קענט איר קאפענען אז די רבנים פון די ערב רב זענען מתיר די הארבסטע איסורים... להוי ידוע אז צווישן די עירוב רב זענען דא אזאלאכע וואס קענען באמת לערנען, זיי זוכן נישט קיין חומרות אויף גוגל... און דרך אגב ווייסן מיר גאנץ גוט אז איר האט ניטאמאל געקענט מסדר זיין גיין גיטין אין בבל, און איר האט זאגאר גענוצט די ערב רב רבנים דערפאר) נחזור לעניינינו, דער מדריך וואס האט אהינגעברענגט די בחורים האט געזאגט פאר ר' נסים אז ער זאל זיי זאגן עפעס, ר' נסים האט זיך פארטראכט א מינוט און דאן מיט א געמאסטענע שטימע געזאגט, די פאלגנדע געמאסטענע ווערטער:
מען דארף וויסן אז עס איז דא זאכן אין לעבן וואס איז נישט קיין שפיל...
און דאס איז וואס איך וויל אייך זאגן, חכם לעבן! עס איז געקומען אין צייט, צו נעמען דאס לעבן ערנסט... עס איז געקומען די צייט צו מאכן אחריות'דיגע החלטות אין לעבן, איך פארשטיי אז עס איז נישט לייכט, נאך וואס אין לב טהור זענען החלטות אלעמאל גענומען געווארן אומ'אחריות'דיג, מען האט זאגאר געשפילט הויז, געשפילט טאטע, געשפילט מאמע, און אזוי אויכעט חכם און אויכעט חסיד... אבער די צייטן האבן זיך געענדיגט, עס איז געקומען די צייט צו נעמען א אחריות'דיגע החלטה איבער די עתיד פון אייערע (און אנדערע יוצאים'ס) קינדער.
זיי אזוי גוט און קוק וואס איך האב געשריבן פאר אייערע קינדער, דאס איז אלעס גילטיג פאר אייך אויכעט,
איר ווילט לכאו' נישט געדענקט ווערן לחרפה ולדראון עולם, וועם מען וועט געדענקן אלס איינער וואס האט מפקיר געווען אידישע נשמות, און מעכב געווען די גאולה השלימה.
עס איז צייט צו אוועקווארפן די צאמי, גענוג געשפילט חכם... גענוג געשפילט עירב רב.. גענוג געשפילט אוישוויץ אאו''ו.
קוק מיר גוט אריין אין די אויגן, דו ווייסט אויכעט דעם אמת אז נאר די תאוות הנצחון ברענט אינעם חכם זאל זיין געזונט, לאז זיך אפ פון די משוגעת'ן, און יא, כלל ישראל איז דיר אויכעט גרייט מקבל צו זיין, אבער אויפ'ן ריכטיגע'ן פלאץ אין סעסייעטי, יעדער האט זיין פארדינטן ארט, און יא, עס איז אויכעט דא פלאץ פאר אנשים פשוטים, מיר וועלן זיך פרייען אייך צו אקאמענדירן דארט.
געדענק! נישט אלעס איז א וויץ!!!
ששש... איך האב גארנישט געזאגט