צו מיין צוקומפטיגער מיך
א גוטן וואס טוט זיך
אזוי פיל זאכן וויל איך
פרעגן דיך
דו ביסט געווען ביי פלעצער וואס איך בין קיינמאל געווען
און קענענגעלערנט מענטשן וואס איך האב קיינמאל געזעהן
איך ווייס אז די נעמסט די טעותים וואס איך האב געמאכט
און די לערנסט זיך וואקסן דערפון א פראכט
צו ביסטו פשוט צו פארנומען מיר צו געדענקען
צו הערן מיינע וויינען און שרייען וואס בענקן
צו האסטו אינגאנצן פארגעסן
וואס עס זענען געווען מיינע אינטערעסן
וואס איז געווארן פון מיינע חלומות
זענען זיי נאר זכרונות
פון דמיונות
וואס געווען איז
אויב איך באגעגן דיר יעצט
וואלט איך געווען שטאלץ אדער צוזעצט
צו וואלט איך דיר אפילו דערקענט
און צו וואלסטו מיר בכלל געדענקט
אויב צו גיין אויף צוריק האסטו א געלעגנהייט איין
וואו און וואס וואלסטו באשלאסן צו זיין
הלוואי וואלסטו מיר געקענט לאזן וויסן אויף זיכער
אז די וועסט שטייגן נאר העכער
צו מיין צוקומפטיגער מיך
- ראובי
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 191
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 16, 2025 3:54 am
- Location: קרית יואל
- x 213
צו מיין צוקומפטיגער מיך
Re: צו מיין צוקומפטיגער מיך
שטארק!