א מעסער מאכט א שניט.האאפטשאהההה האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 29, 2025 4:33 pmהאסט נישט פארשטאנען?פופציגער האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 29, 2025 1:57 pmאיך פארשטיי ממש נישט וואס דו מיינסט. ניין.האאפטשאהההה האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 29, 2025 1:24 pm
פופצי מיין טייערער פופצי, איך זעה די שמעוס ציט זיך דא, און קיין צייט האב איך נישט, און איך פלאן נישט היינט נאכט צו זיין אויף ביז 2:00.
איך האב פאר דיר נייעס, איך האלט שוין נאך ת' איך ווייס זייער אסאך, איך האב גליינט און געהערט אן א שיעור פון טעראפי און אלע עניני נפש, און נישט נאר דעס איך האב אויך געהאלטן אמאל אזוי ווי די, און מיינע שוין אזוי אינגע יארן.
האסט נישט וואס צו ברענגען א שיעור אדער ארטיקל ווייל עס איז די מיליאנען טעאריעס און דעם, און יעדער שלעפט דער בענדל צו אן אנדערע זייט.
און זייט וויסן, איך פארשטיי א אינגערמאן וואס האט אנגעפאנגען צו לערנען אביסל פסיכלאיגע און געמיינט ער האט געטראפן א וועלט מיט אינפערמרציע, און ער מיינט אז ער איז שוין א מבין און תורת הנפש און ער קען שוין זאגן אז מענשטן מיינען זיי פארשטייען..... און האט אפאר חברים מומחים, און דאס איז.. ער איז א פארטיגער מומחה, ער האט עס ארויס.
זייט וויסן נאך איין זאך פאר איך ענדיג, די גוים, האבן נישט קיין ישיבה און נישט קיין בית מדרש/מקוה און נישט קיין קאפי רום (און נישט קיין אידטיש) ממילא אלע בויך אויסגיסכצער קומעט און פארם פון א ווידיא/ארטיקל/באאק/טעאריע, און נאכדעם קומט דער חסידישער אינגערמאן א פארגלייזטער פון די דמיניות.
נישט אז יעדע גוי רעדט שטיסם, באט פארשטייסט וואס איך מיין...
הצלחה רבה
יעצט שרייבט מען ידיד נפש?......
אויף וויפיל איך האב געזען פון דיינע ווערטער ווייסטו נישט וואס טראומא טוט צו א מענטש. סא ס'ממש א שאד.
דו בויעסט דיין הנחה אויף א טעאריע אז טראמע איז א זאך ווי א כלל, א מענטש האט טראומא, און דער עפעקט איז א געוויסער סופציפישער עפעקט.
און די ביסט מוראדיג קלאר דערין נאכן זעהן ארטיקלן און רעדן צו מומחים און מענטל העלט
דערנאך פרעגסטו מיר צו איך ווייס וואס טראומא טוט פאר א מענטש
חכם! עס עקזיסטירט נישט אזא כלל (כמיין יא געוויסע טערעפיסן און מומחים זאגן אזוי, די שאלה איז צו זיי זענען גערעכט) יעדער מענשט פראסעסט אנדערש זיינע דורכגענג און טראומאס, עס איז נישטא אזא כלל אז טראומא טוט א גוויסער סופציפשער זאך.
און אז די ווילסט רעדן קענען מיר אנהייבן א שלב פריער, וויאזוי געשעהט טראומא צו א מענשט??
און איך זאג דיר נאכאמאל דו נעמסט אן זייער אסאך זאכן פון מומחים און מענטל העלט, די שאלה איז צו זיי זענען בכלל גערעכט
מיין מיינונג, נאכן עס דורכטוהן און פון אסאך עיקספיריענס איז:אז זיי זענען אבסעלאטלי נישט!
און די אלע זאכן וואס די שרייבסט און די ברענגסט ארויס די חילוק פון א קינד וואס באקומט סוקירעטי און נישט וכו וכו יא איך האב שוין די אלע זאכן געהערט און דורכגעקייט.
אין איין פאל א קלענערע, און איין פאל א טיפערע.
אין איין פאל קען מען עס באהאנדלען מיט א באנדאזש, א צווייטע פאל דארף מען מעדעצינען.
טראומא האט א זאך וואס ס'טוט. יעדע מענטש און יעדע מצב, קען עס אויסקלאפן אויף זיין וועג.