בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער
Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער
שָׁבַת מְשׂוֹשׂ אַחֶיךָ עַם לֹא אַלְמָן, עֵת לִבְכּוֹת לַכֹּל זְמַן, כְּלַל יִשְׂרָאֵל עִמְּךָ; שְׁנֵיאוֹר זַלְמָן!
נִזְדַּעְזַע כָּל שׁוֹמֵעַ חִיל אָחַז, שָׁמוֹעַ תִּשְׁמַע וּבִטְנֵנוּ תִּרְגַּז, הַמַּכָּה רַבָּה וְהַצָּרָה נֶחְפָּז
יִתֵּן בֶּעָפָר פִּיהוּ כִּי מִלִּים אֵינוֹ, אִישׁ אִישׁ דְּמָעוֹת תִּדְמַע עֵינוֹ, מִי יָבִין שְׁמוּעָה וּמִי יִתֵּן פִּתְרוֹנוֹ
אֲבָל השי"ת הֲמִמֶּנּוּ דָּבָר יִפָּלֵא, יוֹדֵעַ מַכְאוֹבֶיךָ אֲשֶׁר כְּבָר נַפְשְׁךָ מָלֵא, בִּהְיוֹתְךָ שָׁבוּי בְּאֶרֶץ גְוַאטֶעמַאלֶע
וְאָמְנָם הַמָּקוֹם יְנַחֶמְךָ מִן הַצָּרָה, כִּי אֶצְלוֹ הַכֹּל צָפוּי מִבְּרֵאשִׁית בָּרָא, וְאַנְחָתְךָ מִמֶּנּוּ לֹא נִסְתְּרָה
רָנִי וְשִׂמְחִי בְּבוֹא זְמַן וְעִדָּן, אֲשֶׁר תֹּאמַר כְּבָר כָּלָה מַכַּת חֶרֶב וְאַבְדָן, אָז תַּעֲלֹץ קִרְיָה מִבְּאֵר שֶׁבַע וְעַד דָּן
זַעֲקָתֵנוּ תַּעֲלֶה, לִשְׁמֵי מַעְלָה, מִשָּׁם יִתְגַּלֶּה, נֶחָמַת צִיּוֹן וּבִרְנָנָה נַעֲלֶה
החותם בדמע וצער לב ותקוה איתנה
בנצי

-
שמועות טובות
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 407
- זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
- x 1303
Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער
אזוי יונג נאך געווען, קיינער פארשטייט נישט וואס דא איז געשעהן.
בורא כל עולמים דעם פאטער און מוטער גיב א טרייסט, און שיקן משיח מיר האפן שוין אז דו גייסט.
רירענד ביז גאר וויינט יעדער אזוי מיט, פון קליין ביז גרויס עס איז פאר קיינעם נישט גוט.
המקום ינחם א יעדעם איינעם באזונדער, בקרוב זאל שוין געבוירן ווערן ביי זיי נאך גאר אסאך קינדער.
מי שאמר לעולמו די וועט אונז קיינמאל נישט פארלאזן, נישט דיין קרוב און אויך נישט דיין קאזין.
ימים מיט טרערן פליסן דאך אזוי שטארק, אזא טייערע נשמה געווען אזא גרויסע ליכט אין די דארק.
הלואי וואלטן מיר פון דיר נאך געקענט שעפן נחת, און דעם גלעזל אונטערן חופה וואלט מען דיר געקענט זאגן צוקראך עס.
ווי מען דרייעט זיך אהער אדער אהין, זעהט מען אויף יעדעמס אויגן אז עס איז בכלל נישט קלין.
שומר ישראל גיב א קוק אראפ אויף אונז, אזא מצב איבערצולעבן איז בכלל נישט קיין קונץ.
עד מתי ווי לאנג נאך וועט דאס אזוי אנגיין, די ביינער ציטערן און אויך די ציין.
חשובע עלטערן דיינע נעמען דאס אזוי שווער, זייי פילן זיך זיצן אינעם מויל פונעם בער.
יא מען האט חלילה קיין חרטה נישט, אז מען האט דיך ליב געהאט און שטענדיג געקושט.
יענער וועלט פאר דיר איז דאך אזוי גוט, אבער אונז עלטערן ווייסן נישט וואס ווייטער מען טוט.
מער פון צרות וועלן אונז שוין נישט וויסן, ווייל דער אויבערשטער גייט אונז שוין אויסלייזן דעם קומענדיגן חודש ניסן.

איך וויל זיין ערליך
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 50
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 7:33 am
- Location: ישראל
- x 102
Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער
איי איי איי
וואו קען מען בכלל נעמען די פעדער אין די האנט אין שרייבן נאך אזא שווערע בשורה
טייערע לעכטיגע צדיקים
די מדרש זאגט ביי אברהם אבינו אין הקדוש ברוך הוא מנסה את הרשעים אלא את הצדיקים שנאמר ד' צדיק יבחן
אין די מדרש שטעלט דאס צו צי איינער וואס מאכט כלים אין ער וויל עס באקוקן וועט ער נישט דאקוקן די שוואכע כלים וואס מיט איין קלאפ צוברעכן זיי זיך נאר די שטארקע כלים באקוקט ער.
עם ד' חזקו ונתחזקה
די אייבישטער זאל העלפן ענק זאלן בקרוב ממש ארויסקומען מאפלה לאורה,
טייערער ר' שניאור זלמן
וואס איז דא צו זאגן ?
מיין הארץ איז צו שאסן און צובראכן פון הערן די שרעקליכע בשורה
אבער מיר גלייבן באמונה שלימה אז אין רע יורד מלמעלה און וואס די אייבישטער טוט איז נאר גוטס אפילו מיר פארשטייען נישט
דיין קליין יונגעלע אברהם יושע חיים איז ארויף צום טאטן אין הימל אין דארט צוזאמען מיט דיין טאטע ע"ה וועלן זיי זיך בעטן ביים כסא הכבוד ס'זאל שוין אנקומען א ענדע צו דיין ווייטאג און דו מיט דיין בני בית צוזאמען מיט אלע וואס שמאכטן אפ ביי די שעלטערס זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן און ארויס קומען לחרות צוזאמען מיט אלע יודן בביאת משיח צדקנו בקרוב ממש
המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבלי ציון וירושלים ולא תוסיפו לדאבה עוד

- יענץ מבין
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 182
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
- Location: brooklyn
- x 960
Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער
אוי!
טייערע שניאור זלמן שיחי',
מיין הארץ שרייט, מיינע אויגן וויינען, מיין הענט ציטערן, און מיין מח קען עס נישט גלייבן...
קוים א פאר וואכן צירוק האבן מיר אלע [און מיט דעם מיין איך גאנץ כלל ישראל] זיך נישט געוואוסט ווי אהין צוטוהן פאר גרויס שמחה, זיך מיטפרייענדיג פון דער ווייטענס מיט די געבורט פון דיין לעכטיג יונגל אברהם יהושע חיים ע"ה... און יעצט קוים א פאר וואכן שפעטער שטייען מיר דא [און נאכאמאל, גאנץ כלל ישראל] און וויינען און קלאגן צוזאמן מיט דיר...
איך קען בכלל נישט פראססעסן אזא בשורה, איך וויל אזוי שטארק זיך מחזק זיין צוזאמן מיט דיר, אבער ווי אזוי?? ווי אזוי קען מען זיך מחזק זיין און אזא קלעם?? וואס זאגט פאר א קוים געווארענע טאטע אין אזא צייט?? איך ווייס נישט... איך ווייס באמת נישט...
די איינציגע זאך וואס איך קען דיר זאגן איז אז איך בין מיט דיר, אלע מיינע חברים זענען מיט דיר, גאנץ כלל ישראל איז מיט דיר, ווי מען דרייט זיך נאר דא אין אמעריקא די לעצטע טאג צייט, האלט מען און איין הערן ווי יודן פילן מיט - מיט דיר, ווילן וויסן וואס גייט פאר, מיט וואס קען מען העלפן, כלל ישראל איז גרייט צוטוהן און טוט וואס אימער, דיך צו ארויסהעלפן אין דיין שווערע מינוטן...
נישט אומזיסט האט די אייבערשטער צוגעפירט אז די אומגליק זאל פאסירן דוקא אין די 9 טעג, ווען גאנץ כלל ישראל איז באבילות...
המקום ינחם אתכם מתוך שאר אבילי ציון בירושלים,
הכותב וחותם,
א יוד וואס ווארט אייך מקבל פנים צו זיין אין אמעריקא ווי שנעלער.

ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!

מרדכי פריעדמאן
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 76
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 1:24 pm
- x 100
Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער
מיין טייערער ידיד הרב שניאור זלמן לעווי.
גלייב מיר ביטע בנאמנות, איך שרייב די ווערטער מיט נאסע אויגן. מיט א שווערע אטעם. איך וויין.
נישט ווייל איך קען דיר, איך האב דיר קיינמאל נישט געטראפן, און ביז לעצטנס קיינמאל געהערט איבער דיר. אבער, אונז זעמיר גוטע ידידים. ווייל מיר אלע זארגן פאר דיר, און פאר דיינע חברים הרב חיים אלעזר לעווי, הרב פישל העלבראנץ, הרב אלימלך ברוך העלבראנץ, און הרב משה עמרם ראזנער. מיר אלע טראכטן וועגן ענק יעדן טאג, מיר זענען מתפלל פאר ענקער וואוילזיין.
ווי גרויס איז געווען אונזער שמחה ווען אונז האמיר געזען בילדער ווי דו גייסט ארויס פון שעלטער צו א ברית. איי דיין לעכטיגע צורה האט געשטראלט, ס'האט אנגעפילט אלעמען מיט פרייד!
און יעצט, שבת משוש לבינו. אזא טראגעדיע. אזא פארלוסט. דאס קינד איז אזוי שנעל צוריק לשמי מעל. אזוי שנעל צוריקגעגעבן די נשמה. ווי קען מען צוקוקן אזא צער פון א פרישן טאטע? אוי הייליגער באשעפער, ראה ענינו!!!
פארשטיין פשט קענען מיר נישט. הנסתרות לה' אלקינו. אבער אויב ווען ס'איז "עולם כמנהגו נוהג" איז פארהאן א נסיון צו זען אז אלעס פירט זיך פון אויבן, און נישט פארגעסן אז יעדע ריר איז בהשגחה פרטי מיט א חשבון פונעם אב הרחמן, ווי אנדערש איז ווען עס געשעט עפעס אויסערגעווענליך, וואס דאן איז דאך ממש ווי א בת קול רופט אויס "מרדכי, איך האב דיר יעצט געטון כך וכך, דאס איז יעצט דיין תפקיד אויף דער וועלט, און מיט דעם קומסטו אן צו א הויכע שטאפל אין דיין תכלית בעולם!". ס'איז דאך פשוט נאריש איך זאל אפילו טראכטן אנדערש.
ווער רעדט נאך ווען ס'איז א שבר על שבר, עס זיצן 5 בחורים אליינס אין א גוי'אישע רעגירונג שעלטער, וואס קאסט אזויפיל כוחות הנפש דאס צו קענען אדורכגיין, און דא אזא צרה בתוך צרה! רחמנא ליצלן. דאס איז דאך אודאי נישט קיין ספק ביי קיינעם אין הארץ אז "עפעס פירט מען דא פון הימל", איין טאג וועלן מיר נאך וויסן וואס, און וואס די טובה איז געווען, אבער יעצט זעען מיר בלויז אז "עפעס רודערט". עפעס קאכט. עפעס טוט מען דא, עפעס פירט מען דא, דער "מנהג עולמו בחסד וברחמים" האט געשיקט א שווערע צרה וואס מיר פארשטייען נישט. מיר קענען בלויז וויינען, און זיך מחזק זיין.
אבער די נשמה'לע האט דאך צוגעזען וואס דא גייט פאר, און די נשמה'לע איז דאך געוויס אזאנס וואס האט נישט געדארפט קיין סאך תיקונים אויף דער וועלט, והא ראי' ס'האט אזוי שנעל יוצא געווען! האפן מיר אלע אז די נשמה טהורה וועט מעורר זיין רחמים דארט אויבן! און פון דעם זאל ארויסקומען א נאנטע ישועה פאר דיר שניאור זלמן, פאר דיינע 4 חברים, און פאר אלע ארטיגע פריינט!
המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבלי ציון וירושלים! והימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה, לכם, לנו, ולכל ישראל!

ווי קען מען אנהייבן? עיני עיני יורדה מים, אָמַר רַבִּי מֵאִיר: בִּזְמַן שֶׁאָדָם מִצְטַעֵר, שְׁכִינָה מָה הַלָּשׁוֹן אוֹמֶרֶת? קַלַּנִי מֵרֹאשִׁי, קַלַּנִי מִזְּרוֹעִי (משנה סנהדרין ו ה).
דער אמרי אמת פון גור זי"ע איז אמאל געגאנגען מנחם אבל זיין ביי א טראגעדיע ווי א יונגערמאן איז פלוצלינג נפטר געווארן און איבערגעלאזט א משפחה מיט קינדער, האט דער גערער רבי זי"ע געזאגט "אזא 'אכזריות' קען קומען נאר פון דער גרעסטער בעל הרחמים", טייערער שניאור זלמן נ"י! איך האב געהערט די ביטערע בשורה היינט פאר שחרית, אוי ווי ס'האט מיר געריסן די הארץ, וויפל טרערן ס'האט געקאסט פאר דיר, איך האב געדאוונט פאר דיר דער אייבערשטער זאל דיר געבן די כוחות צו זיך מחזק זיין, און זאלסט האבן א פרייליך און לעכטיגן לעבן און מער נישט וויסן פון קיין שום צער.
איך האב דיר אויך אינזינען געהאט ביי ברכת כהנים (איך וואוין אין ארה"ק), יְבָרֶכְךָ֥ ה' וְיִשְׁמְרֶֽךָ׃ יָאֵ֨ר ה' פָּנָ֛יו אֵלֶ֖יךָ וִֽיחֻנֶּֽךָּ׃ יִשָּׂ֨א ה' פָּנָיו֙ אֵלֶ֔יךָ וְיָשֵׂ֥ם לְךָ֖ שָׁלֽוֹם׃
היינט נאכט איז די יארצייט פון אר"י הק' זאל שוין אויך מקויים ווערן "חֲדוּ סַגִּי יֵיתֵי, וְעַל חֲדָא תַּרְתֵּי, נְהוֹרָא לָהּ יִמְטֵי וּבִרְכָאָן דִּנְפִישִׁין" אכי"ר.

לכבור ר' שניאור זלמן שליט"א
זייט איך האב געהערט די ביטערע בשורה ליידער, פארביר איך צוזאם צו נעמען מיין מוח צו שרייבן אפאר ווערטער דיר צו טרייסטן, דערווייל איז מיר עס נישט געלונגען, צוליב די טרערן וואס רינען פון מיין אויגן.
קיינער קען נישט פארשטיין דיין צער!, נאר דער רבש"ע איז דער וואס פארשטייט דיר, און ער וועט דיר טרייסטן און געבן דו כוחות דאס צו אריבערטראגן,
נ.ב. איך וועל נאך בעז"ה שרייבן געהעריג ווען איך וועל אביסיל קומען צו זיך

אזוי זיס און הארציג איז יעדע בריוו'עלע באזונדער,
קיין איינס איז נישט גלייך צו די צווייטע,
יעדע באזונדער האט א טעם וואס די צווייטע האט נישט.
א גרויסן דאנק פאר יעדן איינעם.
קיין איינס איז נישט גלייך צו די צווייטע,
יעדע באזונדער האט א טעם וואס די צווייטע האט נישט.
א גרויסן דאנק פאר יעדן איינעם.
Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער
אחי אהובי ר' שניאור זלמן היקר והחשוב הי'ו
הלב דופק כבד בין שמחה ליגון, ימים של אור וימים של צללים מתערבבים בלבך. לפני מעט זמן נצחקת בשמחה של הולדת בנך, ועתה נשבר הלב תחת משא של כאב שאין לו מידה.
העולם כולו עמד עמך בשמחה, אך עכשיו עומד אתך גם בצער, באובדן שאינו נתפס. צערך הוא כאב של כל הקהל, והלב מתייפח כאב בלתי נגמר.
כּי “איש איש דמעות תִּדְמַע עֵינוֹ,” וכל נשימה קטנה של בנך הייתה מתנה קדושה, רגע של חסד אלוקי שהאיר את דרכך, אם כי לזמן קצר.
הקב"ה רואה כל דמעותיך, יודע את עומק ייסוריך, ומושיט יד רפואה ונחמה.
"כִּי לֹא יִשְׂכַּח שֶׁבֶר אֶבְיוֹן" (תהילים ט"ז, ז), ונשמת בנך נשמרת בגן עדן, מלאת אור ושלום.
חזק ואמץ, ואל תיאוש! אמונתך היא המגן, תקוותך היא הכח לעמוד גם ברגעי החושך הכבד.
"ה' קרוב לכל קוראיו" (תהילים ק"ד, יח), ואין מצב שאור התקווה יכבה בליבך.
אני עומד איתך בתפילה ובאהבה גדולה, ומבקש מהקב"ה שיתן לך כוחות חדשים, שלמה בנפש ובגוף, ונחת רוח בלב, כי לא תישאר לבדה צללים ויגון.
זכר בנך יהיה לך לנחמה ולברכה, ודרכך תאיר כמו נר קדוש לעד.
החותם בצער יגון ואנחה — אחיך המכונה "אמונה"

מנהיג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 185
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 5:19 pm
- Location: וואו נישט?
- x 1037
Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער
מיין הייליגע לעכטיגע ברודערל שניאור זלמן ני''ו
אוי דאס הארץ רייסט, קוים עטליכע וואכן צוריק, די גאנצע משפחה איז געווען אויפגעהייטערט, איך פערזענליך האב באקומען עטליכע טעלעפאן קאלס איבערצוגעבן די פרייליכע נייעס מזל טוב! שניאור זלמן איז א טאטע!!
און אזוי שנעל, אזוי טראגיש, אט ה' נתן, און באלד דערויף ה' לקח.
אבער, יהי שם ה' מבורך, דער טאטע אין הימל האט זיך נישט וואס צו שעמען מיט דיר, זיין זיסער שניאור זלמן, וועם ער האט פארטרויעט מיט דעם הייליגן פקדון, און געווען זיכער אז ביי דיר איז דאס בעסטע פלאץ פאר די נשמה'לע זיך אויפצוהאלטן אויף ווילאנג זיין שליחות אויף דעם עולם השפל דארף צו זיין, און ווען די צייט וועט קומען וועסטו צוריקגעבן דעם פקדון שענער, בעסער, און אן קיין תערומות, נאר מקבל זיין באהבה גמורה.
און יא שניאור זלמן, דו האסט פארפילט דיין שליחות אויפ'ן שענסטן און בעסטן אופן שייך!!!
די התחזקות וואס דו שטארקסט זיך יעצט, די שמייכל וואס דו גיבסט יעצט די זעלבע ווי שטייענדיג מיט דיין שעפעלע ביים ברית, דאס איז דאך בוקע רקיעים!!!!
טאטעניו אין הימל!! מי כעמך ישראל!!! דיינע קינדערלעך זיצן פארשפארט אין שעלטער צווישן גוים, און דינען דיר מיט א מסירות נפש און שמחה!!!!
די גרעסטע נסיונות שווימען זיי אדורך!!!
מיר גלייבן אז אלעס איז חסדים, אבער מיר בעטן ''הראינו ה' חסדך'' מיר זאלן דאס זעהן מיט די גשמיות'דיגע אויגן!!!
מיר בעטן דיר באשעפער זיסער, ווייז אונז דיין רחמנות, ווייז אונז מער נישט ווי שטארק אונזערע כוחות זענען!!!
גיב שניאור זלמן ומשפחתו די ריכטיגע נחמה, טרייסט זיי ווי נאר דו קענסט און לייז זיי אויס פון זייער גלות הפרטי אינאיינעם מיט כלל ישראל'ס גאולה כללי בבא לציון גואל ויקוצי וירננו שוכני עפר בב''א!
והימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה במהרה!!
אחיך אוהבך ומצפה לישועתך
המכונה 'מנהיג'

מ'ברויך מיר האבן איין מנהיג, דעם לעבעדיגן באשעפער!!!! (רביה''ק מ'סאטמאר אמור תשכ''ז)
Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער
אוי מה היה לנו
טייערע "שניאור זלמן" שליט"א סלאזט זיך נישט גלייבען וואס מיר האבן דא געהערט
מיר האבן זיך דאך אלע משתתף געווען ביים ברית פון דערווייטענס און זיך מיטגעפרייט מיט דיין שמחה
און דא נהפך לאבל מחולינו מיר זענען ממש געכאפט גיווארן אין א שאק
סאיז נישט דא קיין ווערטער דיר צו מנחם זיין נאר קוב"ה בעל הנחמות אליין קען אוטן אוודאי וועט דיר מנחם זיין
דער אייבישטער זאל העלפען דו און אלע פארשפארטער זאלן ארויסקומען בקרוב ממש פון די שעלטערס און בכלל פון גוואטעמאלע
און "המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבילי ציון וירושלים" און זאלסט נישט וויסן פון קיין צער נאר פון שמחות מיט שמחה אמן
און אלע פון אונז זאלן ארוסגיין פון אונזער מיצרים בביאת גואל צדק במהרה אמן

מיין פעדער איז באגרעניצט און מיין שפראך איז ארעם אבער ווי קען מען זיך צוריקהאלטן פון שרייבן א ווארט לנחם את את אבליהם בעת צר, דאס הארץ שטעלט זיך אפ און דער מח פארנעמט נישט; אט יעצט נאך געווען אזא שמחה והנה נהפך לאבל מחולנו, מנחם זיין איז נישט שייך איך קען נאר זאגן אז מיר וויינען מיט דיר און דער רבוש"ע זאל זיך שוין מרחם זיין וינחם אותך בתוך שאר אבלי ציון וירושלים.
Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער
הרב שניאור זלמן אזא צייט וואס דער אייבערשטער טרויערט אויף זיין הויז וואס איז חרוב געווארען אונז כלל ישראל וויינט אין טרויערט אפען חורבן הבית איז כלל ישראל איז אין א קלעם ווי מיר קענען נאר מיט וויינען מיט דיר אין אזא צייט וואס א טאטע מאמע גייט א דורך זיין אייגענע חורבן הבית זאל שון זיין א נחמה ווי די הייליגע באשעפער זאל שוין אונז טרייסטען מיט אוף בויען זיין הייליג הויז בית המקדש השלישי בביאת משיח צדקינו בב''א.
האלט דיר שטארק די באשעפער איז א גוטע באשעפער ער טוט נאר גוטס אין מיינט נאר גוטס קיימאל שלעכטס אין מ'טארקיינמאל נישט טראכטען אז עס איז שלעכט אין מ'דארף אנגיין מיט'ן לעבן זא זיך מחזק אין דיין שמחה וואס די האסט געהאט ביים האבען דיין קינד זאלסטו נישט אראפ נעמען דאס איז אסאך ווערט פאר די באשעפער פין די וועלט איך נישט ווערט צו געבן טרייסט וואונטשען דאס קען נאר די אייבערשטער אליין אין מחזק קען איך יא די אייבעשטער זאל העלפן די אין אלע יושבי חושך וצלמות אין גווטעמאלא זאל שוין וואס שנעלער ארויס גיין פין דאס פלאץ אין גאנץ כלל ישראל איז מיט יעדע איינער פין ענק אין מ'הערט נישט אויף צו טראכטען פין ענק אין מ'טוט וואס מ'קען ענק ארויס נעמען אבער וואס שנעלער אין נאר מיט שמחה אין פריילעך קען מען ארויס גיין וואס שנעלער פין דארטען.
עס בלייבט צו וואונטשען פאר דיר ''המקום מנחם אתכם ציון מירושלים'' דאס איז די ריכטיגע באדייט אין אזא צייט אין די זאלסט קיינמאל מער נישט וויסען פין קיין צער אין אלעמאל זיין פריילעך אין מיט שמחה וועט מען ארויס גיין פין אלע צרות אין ארויס גיין מאפילה לאור גדול.
געשריבען בשעת'ן שרייבען האב איך נישט אויף געהערט צו וויינען

שניאור זלמן ני"ו
מה נאמר ומה נדבר.
ס'שטייט אין זוהר הקדוש, אז ווען א מענטש מאכט א ברית, איז ער מקריב א קרבן פאר'ן אויבערשטער.
א מאל וויהל השי"ת נאך ה קרבן פון א מענטש, געשעהט א צרה, און דער מענטש איז נעבעך מקריב נאך א קרבן.
אז א קינד וועט רח"ל נפטר, אין יעדער עלטער פון לעבען, אין יעדער שלב אין לעבען איז דאס א שרעקליכע צרה און
גאר א גרויסע קרבן בכלל פאר גאנץ כלל ישראל, ובפרט פאר די משפחה און ארומיגע, ובמיוחד פאר די עלטערען.
מ'מוז זאגען אז די קרבן די האסט געברענגט פאר'ן רבונו של עולם יענער וואך האט געשפאלטען הימלען, ציזענדיג ווי
א יונגער יונגערמאן (און דער היים פארען וועלטס קריג וואלט מען געזאגט נאך א יונגל) זאל אזוי מיטמאכען די גאנץ לעבען.
ענדליך ווען די מאכסט שוין א שמחה, אין דיין ברידער יואליש האט קוים געפועלט, דארך זיינע דמעות שליש, פאר'ן שופט די זאלסט קענען משתתף זיין ביי די ברית.
מהאט געזען ווי די פרייסט זיך מיט די מצוה, בשמחת השי"ת ממש "משתכחין בצערא דלהון ועסקין בחדוותא דילי"
ממש פארגעסען פון די אייגינער אומשטענדען און זיך געפרייט, מיטן באשעפער'ס שמחה.
נאך די האסט געשפאלטען הימלען, ביים ברית האט מען אין הימל געהאט אזא נחת רוח, פון דיין פעלזן שטארק שמחה של מצוה, מיט א אמונה פשוטה.
האט השי"ת געוואלט אזא ריזיגע קרבן, אז אפילו נהפכה לאבל מחוללינו, וועסט די נישט ווערען ציבראכען, און געדענקען אז השי"ת איז אב הרחמן, וואס איז די בעל הרחמים, נאר ער האט געקענט טוהן אזא אכזריות, ווייל ער איז די שורש פון רחמים.
און ס'דא א רחמים, וואס אונז קענען נישט פארשטיין אויף די וועלט. אבער ס'וועט קומען א טאג ווען מיר אלע וועלען אויסגעלייזט ווערען פון די ביטערע גלות.
והי'ה ביום ההוא י'הי'ה ה' אחד ושמו אחד, דעמאלסט וועלען מיר אלע פארשטיין די רחמנות וואס איז דא באהאלטען.
האלט דיך שטארק, ווייל דיין פיין און צער ברענגט די גאולה נאנטער און נאנטער, משיח קומט שוין.
איך בין זעכער אז די האסט מחשבות אין קאפ, איך האב קוים געקענט זען מיין בכור די ביסל צייט וואס ער האט געלעבט.
און איך האב נישט מיין בני בית, די ריכטיגע שותף לצערך.
אבער זאלסט די וויסען השם יתברך איז מיט דיר און געבט ענק ביידע די כוחות, אדארך צי ברעכען און צי וואקסען העכער און הייליגער און בעיקר שטערקער פון דעם שווערע מיט מאכינשט און צרה, וואס זאל קיינמאל אין די וועלט מער באטרעפען א אידיש קינד.
ס'טאקע א געפיל ווי ס' חרוב געווארן דיין גאנצע וועלט, אבער די אויבערשטער שלאגט נישט מיט ביידע הענט, די וועסט זיך שטארקן.
בעזרת השם יתברך ווען די קומסט ארויס אויף די פריי ציזאמען מיט דיין ווייב גאר בקרוב, וועלען ענק אויפשטעלען א הערליכע אידישע דור לשם ולתפארת
המקום ינחם אתכם מתוך שארי אבלי ציון וירושלים, זאלסט נישט וויסען מער פון קיין צער
צי שניאור זלמן'ס באליבטע ברידער חיים אלעזר, קיינער פארגעסט נישט פון דיר חס ושלום.
מיר וויינען מיט דיר, אויף דיין צער און אלגעמיין, און יעצט בפרט.
נאטירלעך, איז מען יעצט מער באשעפטיגט מיט עם, ווייל ער איז און א מצב, שחרב עליו עולמו.
אבער מיר האבען דיך אינגאנצען צייט אינזון.
פישל, אלימלך יעדער טאג איז א פרישע מצוה מנחם אבל זיין.
ענק ריקען זיך ביידע נישט אוועק פון אונזער זארג כסדר
עמרם משה, קיינע פארגעסט נישט פון דיר, זיי מחזק זיך מיט דיינע חברים, סעפציעל שניאור זלמן, די פארשטייסט זיין פיין מער ווי די אנדערע. אז די ביסט אויך אפגעטיילט פון דיין שטיב פאר לאנגע חדשים
@גרינטליך

סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
https://toirem.org/31069
- על פי תורה
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1528
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
- Location: בירושלים בקרוב
- x 15246
Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער
הרה''ג ר' עזרא משה כאירה שליט''א האט היינט באקומען לעגאלע רשות צו רעדן אויף ווידיאו קאל מיט שניאור זלמן ני''ו, עס איז געווען א לענגערע שמועס מיט אסאך בכיות. אינצווישן האט אים שניאור זלמן דערציילט פון די בריוון וואס ער באקומט פון אידטיש, אז עס געבט אים שטארקע שטארקע חיוזק, עס גייט אריין ביז זיין נפש אריין, ער האט קיינמאל נישט געוויסט וויפיל חברים ער האט אויף דער וועלט.
דרך אגב איז ר' עזרא משה שליט''א ארויס פון די כלים פון שניאור זלמן'ס גבורת הנפש און ביטחון, ווי ער איז זיך מחזק מיטן הייליגן באשעפער.

איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
בשם ה' נעשה ונצליח!
Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער
להאחים העלבראנץ היקרים
פישל מיט אלימלך ברוך ני"ו
מיר האבען ענק אויכעט אויף אונזער הארץ, נישט נאר שניאור זלמן מיט חיים אלעזר שיחי'
זייטס מחזק ידיד בית ישראל ר' שניאור זלמן שיחיו.
אלעס איז אנגעפירט פון אויבען יש מנהיג לבירה, קיינער קען נישט שעדיגען קיינער אן ס'זאל אנגעשריבען ווערען פון אויבן.
יא מגלגל זכות ע"י זכאי, וחוב ע"י חייב.
אבער אונז ווייסען נישט השי"ת חשבונות, מיט נשמות, און מיט גארנישט.
געבטס עם איבער בכל מקום שדת המלך מגיע אבל ובכי ומספד, נישט שק ואפר יצע לרבים, אבער אסאך מער אפילו ווי מ'האט זיך מיט געפרייט מיט זיין שמחה!!!
המקום ינחם אתכם מתוך שארי אבלי ציון וירושלים
כלל ישראל וויינט מיט בלי סוף
מיר זענען זיך נאר מחזק מיט דעם, אז ענק האלטען זיך פעלזען שטארק באמונה איתנה ובטחון גמורה!!!
@גרינטליך
נ.ב. שיק עמרם משה א גריס, גראדע בין איך פונקט געווען אויף קברי אבות אין דער אלטע היים, אין איך האב געזען קברים פון זיינע עלטע עלטע זיידעס, זאל'ן זיי מליץ יושר זיין פאר ענק אלע
פישל מיט אלימלך ברוך ני"ו
מיר האבען ענק אויכעט אויף אונזער הארץ, נישט נאר שניאור זלמן מיט חיים אלעזר שיחי'
זייטס מחזק ידיד בית ישראל ר' שניאור זלמן שיחיו.
אלעס איז אנגעפירט פון אויבען יש מנהיג לבירה, קיינער קען נישט שעדיגען קיינער אן ס'זאל אנגעשריבען ווערען פון אויבן.
יא מגלגל זכות ע"י זכאי, וחוב ע"י חייב.
אבער אונז ווייסען נישט השי"ת חשבונות, מיט נשמות, און מיט גארנישט.
געבטס עם איבער בכל מקום שדת המלך מגיע אבל ובכי ומספד, נישט שק ואפר יצע לרבים, אבער אסאך מער אפילו ווי מ'האט זיך מיט געפרייט מיט זיין שמחה!!!
המקום ינחם אתכם מתוך שארי אבלי ציון וירושלים
כלל ישראל וויינט מיט בלי סוף
מיר זענען זיך נאר מחזק מיט דעם, אז ענק האלטען זיך פעלזען שטארק באמונה איתנה ובטחון גמורה!!!
@גרינטליך
נ.ב. שיק עמרם משה א גריס, גראדע בין איך פונקט געווען אויף קברי אבות אין דער אלטע היים, אין איך האב געזען קברים פון זיינע עלטע עלטע זיידעס, זאל'ן זיי מליץ יושר זיין פאר ענק אלע
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
https://toirem.org/31069
- על פי תורה
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1528
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
- Location: בירושלים בקרוב
- x 15246
Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער
א בריוו פון ר' יצחק טייכמאן:
טייערע חברים אין שעלטער. אזוי ווי ענק זען דאך פילט כלל ישראל מיט מיט ענק. און מען האפט צוזאמען מיט ענק אויף די ישועה, בקרוב ממש.
שניאור זלמן דו האסט געזאגט אז דו האסט געזען עפעס אז מען האט געשאפט געלט, און דו פארשטייסט נישט פונקטלעך, איז לאמיר דיר מסביר זיין, מען שאפט יעצט געלט דיר ארויסצונעמען פרייטאג אי''ה אינאיינעם מיט חיים אלעזר, און אזוי אויך ארויסצונעמען א וואך שפעטער פישל און אלימלך ברוך (מען ארבעט אויך שווער אויף משה עמרם, האפנטלעך בקרוב ממש).
כלל ישראל האט שוין געגעבן מיליאנען ארויסצונעמען קינדער פון די שעלטער (אנפאנג איז געווען 180, יעצט זענען ליידער דא 50, בעז''ה וועט אין די קומעדיגע 2 וואכן זיין אינטער 20, ווייל ר' אוריאל גאלדמאן נעמט ארויס 9, ר' יוחנן לאווער 9, די העלבראנץ'עס 2, ר' אלטער נסים גאלדמאן 4, ר' יואליש מארקוס 4, ראוזנער 2). אבער מיט דעם אלעמען יעדע מאל מען בעט דער עולם זאל געבן געלט געבט יעדער פון פריש. כלל ישראל וועט אלעס טון ענק צו זען אינדרויסן ווי שנעלער.
עס איז טאקע זייער שווער, און לאמיר זיין אפען, ס'ווערט נאר שווערער און שווערער, אבער די גוטע נייעס איז אז בדרך הטבע קומען ענק אלע ארויס זייער שנעל, עס גייט שוין טאקע נישט נעמען אזוי לאנג, האלטס ענק שטארק נאך אביסל, הערטס אויף צו שמועסן ציווישן זיך ווי שווער ס'איז ענק דא, מ'קען שוין אנהייבן שמועסן ווי געשמאק ס'גייט זיין אינדרויסן ווייל בעז''ה גייט עס מער נישט נעמען אזוי לאנג.
ביטע מודיע זיין פאר ר' אליעזר זילבערשטיין הי''ו וועלעכע סייז וועסטל און הויזן פישל און אלימל ברוך דארפן, אויכעט אויב ענק דארפן נאך עפעס.
זונטאג איז תשעה באב, מיר האבן אייך געשיקט 2 גרויסע ליידיגע באקסעס, צו קענען פאסטן...
עה, נאר א ווערטל... ר' עזרא משה כאירה שליט''א גייט ברענגן מארגן קינות'לעך, און נאך ספרים. וויפיל עטס וועטס קענען זאגן אין דעם וועט עס זיכער רעש'ן אויבן אין הימעל, עס איז קלאר אז אין דעם דור זענען נישט דא נאך אזאלעכע מסירת נפש יודן ווי ענק אין די גאנצע וועלט. אזוי זאגט יעדער.
משה'לע און ישראל אלימלך קומען צו מיר אויף דעי וואך שבת, איך האב שוין גרייט געמאכט בעטן פאר פישל און אלימלך ברוך, אז ענק זאלן אויך קומען צו מיר אין איינע פון די קומעדיגע שבתים. שניאור זלמן און חיים אלעזר גייען אויף ארץ ישראל... א שאד...
ס'גייט זיין גוט!
לאמיר דורכשטופן נאך אביסל!
מיט בענקשאפט
יצחק

- בערל דער פייפער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1329
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 2066
Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער
@על פי תורה עפעס שטימט נישט מיט די נעמען
שניאור זלמן דו האסט געזאגט אז דו האסט געזען עפעס אז מען האט געשאפט געלט, און דו פארשטייסט נישט פונקטלעך, איז לאמיר דיר מסביר זיין, מען שאפט יעצט געלט דיר ארויסצונעמען פרייטאג אי''ה אינאיינעם מיט שניאור זלמן
- על פי תורה
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1528
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
- Location: בירושלים בקרוב
- x 15246
Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער
פארראכטןבערל דער פייפער האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 29, 2025 11:44 pm @על פי תורה עפעס שטימט נישט מיט די נעמעןשניאור זלמן דו האסט געזאגט אז דו האסט געזען עפעס אז מען האט געשאפט געלט, און דו פארשטייסט נישט פונקטלעך, איז לאמיר דיר מסביר זיין, מען שאפט יעצט געלט דיר ארויסצונעמען פרייטאג אי''ה אינאיינעם מיט שניאור זלמן
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
בשם ה' נעשה ונצליח!
- גארנישט
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 368
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
- Location: קרית בבל החריבה
- x 1729
Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער
עלה מוות בחלונינו, בא בארמנותינו, שוד ושבר בגבולינו
צו אונזערע טייערע געשוויסטער אינעם ווייטען גוואטאמאלא הר''ר שניאור זלמן לאווי ונ''ב הע''י
איי איי איי, די הענט טרייסלען די פענע וואקלט זיך, און אנשטאט טינט גיבט זי ארויס בלוט, בשעת די פאפיר ווערט נאס פון נאטירליכע פליסיגקייטן וואס רינען נאכאנאנד פון די אויגן אן אפשטעל, ווי נעמט מען די שטארקקייט אייך צו שרייבן אפאר ווערטער? ווער קען דען פארשטיין אייער צער? ווי איז דען דא אויף די וועלט אזא גרויסע הארץ מיטצופילן אזויפיל הרגשים וואס איז דא דא צו שפירן?
די גמ' זאגט אחד מבני החבורה שמת ידאגו כל החבורה כולה, ווער איז דא די בני החבורה? ווער שפירט זיך דא נאנט? גאנץ כלל ישראל מכל קצוי תבל, אט די גאנצע כלל ישראל וואס האט זיך מיטגעפרייט מיט די געהויבענע שמחה טוט יעצט מיטוויינען מיט די שרעקליכע טראגעדיע, ואחיכם כל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ד'.

אהה! הוא הלך למנוחות ואותנו עזב לאנחות ולשברון לב ולדאבון נפש!
אויה! כי נגזרה הגזירה מלפניו יתברך ואין לנו רשות להרהר אחריה!
בכי גדול אעורר על ההרים הרמים אשא קינה ונהי בכי תמרורים!

איך בעט רשות צו ברענגן פון מקורות פון חז''ל און נאך פאסיגע דיבורים וואס איז גילטיג אין אייער מצב, און ביטע נעמט דאס נישט אן ווי מען טוט עטוואס ממעט זיין פון אייער צער, וויסן זאלט איר אז מיר וועקן זיך אויף אינמיטן די נאכט און די קישן איז דורכגעווייקט.. עס גייט נישט דורך קיין צען מינוט וואס מיר דערמאנען זיך נישט פון אייער צער, אבער דאך איז א מצוה פון די תורה מנחם צו זיין אבלים, און דער רבוש''ע זאל מיר געבן די פאסיגע דיבורים.
עס שטייט אין די תורה אין פרשת ראה בנים אתם לד' אלוקיכם לא תתגדדו ולא תשימו קרחה בין עיניכם למת איז מבואר אז צוליב דעם וואס מיר זענען קינדער פונ'עם רבוש''ע דערפאר טאר מען נישט טוען אט די פעולות פון אבילות, דער רמב''ן זאגט אויף דעם צוויי פירושים, איין פירוש ברענגט ער פון אבן עזרא דעו לכם שאתם בנים להשם והוא אוהב אתכם יותר מן האב לבנו, ולכן לא תתגודדו על כל מה שיעשה, כי כל מה שיעשה לטוב הוא, ואם לא תבינוהו, כאשר לא יבינו הבנים הקטנים מעשה אביהם רק יסמכו עליו, כן תעשו גם אתם כי עם קדוש אתה ואינך כשאר כל הגוים על כל לא תעשה כמעשיהם לויט דעם איז די פשט אז צוליב דעם וואס מיר ווייסן אז דער רבוש''ע איז אונזער טאטע און ער האט אונז ליב מער ווי א טאטע האט ליב זיינע קינדער, דארפן מיר פארשטיין אז עס איז נישט דא קיין מקום פאר קיין צער, און ווי א קליין קינד ווייסט אז אלס וואס זיין טאטע טוט איז גוט, איז די זעלבע זאך אויכעט דא.
מיר דארפן זיך פארלאזן אויפן רבוש''ע וואס ירמיהו הנביא זאגט אונז די נבואה בשם ד' כי אנכי ידעתי את המחשבות אשר אנכי חושב עליכם נאם ד', מחשבות שלום ולא לרעה, לתת לכם אחרית ותקוה עס איז נאך אסאך בעסער פון וואס מיר קענען זיך פארשטעלן, דען דער רבוש''ע האט אונז ליעב מער ווי אונז אליין האבן זיך ליב.
מען דערציילט אויף א תלמיד פונע'ם הייליגן רמב''ן וואס איז נפטר געווארן ביי די צוואנציג יאר, איידער זיין פטירה האט אים דער רמב''ן געזאגט אז ווען די קומסט אן אויבן צו א געוויסע היכל זאלסטו דארט פרעגן פארוואס מען האט דיך אוועקגענומען פון די וועלט אזוי יונג, וואלסט געלעבט לענגער וואלסטו דאך נאך געקענט מקיים זיין אסאך מצוות און לערנען אסאך תורה, נאך די פטירה האט זיך דער תלמיד באוויזן צום רבי'ן און געזאגט, אז ביז ער איז אנגעקומען צו דעם היכל האט ער שוין געזען אז עס איז נישט דא קיין קושיות! אויבן אין הימל איז נישט דא קיין קושיות אלעס איז קלאר, אלעס איז מיט א חשבון, כל מה דעביד רחמנא לטב עביד.
און די נקודה איז אסאך טיפער ווי דעם, פאר א טאטע מצער זיין זיין קינד איז א שרעקליכע צער, כ''ש פאר'ן רבוש''ע וואס האט אונז ליב יותר מן האב לבנו איז א מורא'דיגע צער מצער צו זיין זיינע קינדער, אבער א טאטע ווייסט אויכעט פון א אפעראציע, און אז טוט וויי פאר'ן קינד וויינט דער טאטע מיט אבער פון גרויס ליבשאפט טוט ער וואס ער טוט, איי געוואלד ר' שניאור זלמן! דער אייבערשטער טוט וואס איז באמת גוט פאר דיר, אבער דער רבוש''ע וויינט מיט מיט דיר!!!, ושכינה מה אומרת קלני מראשי קלני מזרועי! זיי זיך מתבונן אין דעם, דער רבוש''ע איז די צער שווערער ווי פאר דיר אליינס, די ביזט נישט אליינס אין דיין קלעם דער רבוש''ע איז מיט דיר, ער וויינט מיט דיר...
את אשר יאהב ד' יוכיח יסורים איז א סימן אז דער רבוש''ע האט דיר ליב, טוען טובות און זאגן דברי שבח קען מען פאר יעדן איינעם מען דארף פאר דעם נישט זיין קיין נאנטע חבר, אבער צו מוכיח זיין יענעם דארף מען זיין גאר גאר נאנט און גאר געטריי, ר' שניאור זלמן איר זענט גוט מיט די גוטע... גאנץ כלל ישראל איז מקנא די פראטעקציע וואס דו האסט ביים רבוש''ע, די נאנטשאפט וואס די האסט מיט אים, וויפיל מענטשן אין די וועלט איז דא וואס דער רבוש''ע טוט זיי געטרויען מיט אזאלעכע תוכחות מיט אזאלעכע נסיונות?? וויפיל? מען קען זיי לכאו' ציילן אויף איין האנט... מיר קענען דאס גארנישט צונעמען מיר קענען דאס נישט צולייגן, מיר פארמאגן נישט די כלים דערצו...
אין אלע דורות זעט מען אז גדולי ישראל האבן פארלוירן יונגע קינדער, אנגעהויבן פון די שני בני אהרן, בועז וואס אלע זיינע קינדער זענען אוועק בחייו, ביי די תנאים ואמוראים (ברכות ה' ב' שר' יוחנן מתו לו עשרת בניו, ושם גם על רבי אליעזר בן פדת, תענית י''ג א' מעשה ומתו בניו של רבי יוסי בן חנינא, מו''ק כ' א' כשמת בנו של רבי אחייה בגולה, שם כ''ג א' בנו של רבי יוסי בציפורי, כ''א ב' מעשה ומתו בניו של רבי עקיבא, כ''ח ב' כשמתו בניו של רבי ישמעאל, שבת קנ''א ב' רבי חנינא שכיב לי' ברתי', בבא בתרא כ''ו א' מת בנו של רבי חנינא, בבא קמא ל''ח א' רב שמואל בר יהודה שכיבא לי' ברתא, ושם נ' א' מעשה בבתו של נחוניא חופר שיחין שנפלה לבור גדול וכו', סנהדרין צ''ז א' מתו בניו של רב טביומו, כתובות ס''ב ב' מתה בתו של רבי חייא בעת שידוכיה, ועוד רבות) ראשונים ואחרונים, דער רמב''ם דער ר''י דער רא''ש, דער ט''ז (או''ח סי' קנ''ד סק''ד) דער בית מאיר (בהקדמת הספר) דער חיי אדם (כדאיתא בסוף חכמת אדם) דער גר''א דער חפץ חיים ר' חיים עוזר און נאך.
דאס איז א נסיון מיט וועלכע מען טראסט נישט יעדן...
עס שטייט אין תנא דבי אליהו זוטא פרק י''א אין יסורין באין על ישראל אלא לטובתן ואין יסורין באין אלא לאהבתן של ישראל, משל למה הדבר דומה למלך שהיה לו עבד ועלתה לו מכה ברגליו וצוה לרופא לרפאותו ולהכניסו לפניו כשהוא שלם, שנא' מוסר בני אל תמאס ואל תקץ בתוכחתו מה כתיב בתרי' כי את אשר יאהב ד' יוכיח וכאב את בן ירצה, אלו הן היסורים של אהבה אלו תלמידי חכמים הצדיקים שמתים להם בניהם שלהם בקטנותם ומכפר להם על עוונותיהם בעולם הזה ואחר כן הם באין בטהרה לחיי העולם הבא. דא איז מבואר אז תלמידי חכמים צדיקים זיי זענען די וואס עס ווערן זיי נפטר קינדער קליינערהייט און דאס איז זיי גורם אנצוקומען אויף יענע וועלט ריינערהייט.
עס שטייט אין מדרש תנחומא פר' כי תצא סי' ב' אמר רבי אליעזר בן יעקב צריך אדם להחזיק טובה להקב''ה בזמן שהיסורים באים עליו, למה, שהיסורין מושכין את האדם להקב''ה, אמר רבי שמעון בן יוחאי אם מת לאדם בן לא יהא קורא תגר, שהבן מרצה אותו להקב''ה (רבי שמעון בר יוחאי זאגט אויב ווערט ל''ע פאר איינעם נפטר א קינד זאל ער נישט קיין טענות אויפן רבוש''ע, ווייל דאס קינד טוט אים באוויליגן פאר'ן רבוש''ע), משל למה הדבר דומה למלך שכעס על בן בתו ובא אחד וריצה את המלך לבן בתו הוי אומר אותו בן בתו אין צריך להחזיק טובה לאותו שריצהו? כך אם מת בן של אדם יחזיק טובה להקב''ה שירצה הבן את אביו לבוראו, למה, כי את אשר יאהב ד' יוכיח. דאס קינד גייט ארויף אויף יענע וועלט און טוט מליץ טוב זיין אויף די עלטערן און זיי באוויליגן פאר'ן אייבערשטען.
און יעצט וועל איך צוקומען צום צווייטן פשט פונ'עם רמב''ן אויפן א.ד. פסוק בנים אתם לד' אלוקיכם לא תתגודדו כו' וז''ל ולפי דעתי כי טעם עם קדוש הבטחה בקיום הנפשות לפניו יתברך, יאמר אחרי שאתה עם קדוש וסגולת השם ולא ישא האלוקים נפש, וחשב מחשבות לבלתי ידח ממנו נידח, אין ראוי לכם להתגודד ולהקרח על נפשו ואפילו ימות בנוער.
דער רמב''ן זאגט אז ווען א יוד ווערט נפטר איז עס נישט אויס, דאס קינד בלייבט דיין קינד, און דיין קינד גייט ארויף אויף יענע וועלט, דאס קינד האט נאך א עתיד, נישט דא נאר אויף פיל א בעסערע פלאץ, און מיט אייער רשות ר' שניאור זלמן וועל איך ברענגען עטליכע מאמרי חז''ל איבער די גרויסקייט פון די נשמות וואס זענען נפטר געווארן יונג און זייער תפקיד אויף יענע וועלט און ווי זיי זענען מגין אויפ'ן דור:
אין זוה''ק שטייט אז די ישיבה של מעלה באשטייט פון אט די קינדער פאלגנט איז א לשון פון זוה''ק: ומה דאמר והנה דמעת העשקים אלין אינון דמתין בתוקפא דאמהון אלין עבדין לאושדא דמעין לכל בני עלמא, בגין דלית דמעין דנפקי מליבא כהני דמעין דכל בני עלמא תווהין ואמרין דינא דקוב''ה קשוט אינון ועל אורח קשוט אזלי, הני מסכני ינוקי דלא חאבי אמאי מיתו, אן דינא דקשוט דעביד מארי עלמא, אי בחובי אבהתהון אסתלקי מעלמא אמאי, ודא אין להם מנחם, תו והנה דמעת העשקים ההוא דמעה דלהון בההוא עלמא דקא מגינין על חייא, דתנן אתר אית מתקן בההוא עלמא דאפילו צדיקים גמורים לא יכולין לקיימא תמן, וקוב''ה רחים לון ואתדבק בהו ואתקין בהו מתיבתא עילאה דיליה, ועלייהו כתיב מפי עוללים ויונקים יסדת עז ומאי תועלת עבדין תמן ואמאי סלקין תמן דכתיב למען צורריך להשבית אויב ומתנקם.
אין די מחזורים אויף יוה''כ איז געדרוקט נאך א זוה''ק אויפן פסוק הילדים אשר חנן אלקים את עבדך אז דאס איז מרמז אויף די קינדער וואס זענען נפטר געווארן אן קיין זינד, פאלגנט איז די לשון פון זוה''ק אלא רוח קודש אמר, אלין אינון ינוקי דלא חאבו ולא טעימו טעמא דחטאה, ומסר לון קודשא בריך הוא בידא דההוא ממנא דילך, וקטיל לון בלא חובא, כמה דאת אמר ומיד עושקיהם כח, ודא הוא את עבדך, כיון דשמע מאינון ינוקי, מיד סיליק לגבי קוב''ה, ואמר מאריה דעלמא כל ארחך בדינא דקשוט, ואי דינא שריא על ישראל, בגין חוביהון איהו, ינוקין דלהון דלא חאבו לקמך אמאי מסרת לון לקטלא לון בלא חובא, וקוב''ה נטיל מלוי בכך, וחס עלייהו, וההיא שעתא לא הוי אסכא בתינוקות זאגט ווייטער די הייליגע זוהר והשתא הילדים, אלין חכימין דהכא, קוב''ה יהיב לון רזין דאורייתא, לאתעטרא בהו ולאשתכללא בהו.
איז מבואר אז די דאזיגע קינדער זענען אין א ספעציעלע היכל אין מתיבתא דרקיע ווי די גרעסטע צדיקים קענען נישט אריינגיין, און זיי זענען מגין אויפ'ן דור, און דאס איז א חוץ דעם וואס זיי זענען מכפר אויף די עלטערן זייערע (און אין די גמ' אין שבת ל''ג ב' שטייט אז צדיקים שטארבן פון די עבירות פונעם דור אויב זענען נישט דא קיין צדיקים דאן זענען עס דאס די קליינע קינדער).
נאך שטייט אין די גמ' אין עבודה זרה דף ג' ע''ב אז דער רבוש''ע אליינס לערנט תורה מיט די קינדער וואס זענען נפטר געווארן ווען זיי זענען געווען יונג.
טייערער ר' שניאור זלמן! זיי זיך מתבונן אין די הייליגע דיבורים, זיי זיך מתבונן אין די פלאץ אין וועלכע דאס קינד געפינט זיך, דאס וועט זיין דיין נחמה, ''המקום'' די פלאץ ווי דאס קינד געפינט זיך איצט ''ינחם אותך'' וועט דיר טרייסטן.
ר' שניאור זלמן! כלל ישראל וויינט מיט מיט אייך! כלל ישראל טרייסט זיך אינאיינעם מיט אייך! כלל ישראל איז אייך מקנא אויף אייער הויכע מדריגה!
בואו נשתעשע באהבת אוהבנו, המצטער בצערינו, יותר ממה שאנו, ובכל זאת מיסרנו, להיטיב אחריתנו, וגם ראשיתינו, ככתוב מוסר ד' בני אל תמאס ואל תקץ בתוכחתו, כי את אשר יאהב ד' יוכיח וכאב את בן ירצה, אנכי אנכי הם מנחמכם, כה אמר אדניך ד' ואלהיך יריב עמו הנה לקחתי מידך את כוס התרעלה, את קבעת כוס חמתי לא תוסיפי לשתותה עוד, פצחו רננו יחדו חרבות ירושלים כי נחם ד' עמו גאל ישראל.
ששש... איך האב גארנישט געזאגט
Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער
@גארנישט נישטא קיין ווערטער, הערליכע ארבעט!!!
דער אבי יתומים גייט דיר באצאלן אויף דיין הערליכע הארציגע בריוו
-
נחת רוח
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 45
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 22, 2025 10:57 pm
- Location: spring valley
- x 59
Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער
לכבוד מיין טייערע אידישע ברודער הרב שניאור זלמן שיחי'
כאטש וואס אונז קענען זיך נישט פון דער נאנט בגשם, בין איך אבער ברוח די לעצטע תקופה גאר נאנט מיט דיר, מיט דעם וואס איך - בתוך כל אחינו בני ישראל זענען באזארגט פאר ענקער וואוילזיין די לעצטע האלבע יאר, און מיטגעפילט די צער וואס ענק גייען דורך.
ובשמחתכם ישמח לבנו, טרערן פון שמחה איז מיר געקומען ביי דיין שמחה דריי וואכן צוריק, איך בין ממש געטאנצן פאר פרייד ווען איך האב מיטגעהאלטן די פרטי השמחה דא.
און יעצט גיסט זיך טרערן פון צער פון מיינע פארצערטע אויגן איך קען זיך נישט בארואיגן, און איך האב נישט קיין וועטער זיך צו טרייסטן און דיך צו טרייסטן, מיין הארץ ממש פלאצט פון ווייטאג.
אבער איין זאך קען איך דיר יא זאגן, די געוואלדיגע השפעה און חיזוק וואס דו וועסט ברענגען אויפן וועלט מיט דעם וואס דו וועסט זיך נישט לאזן אונטערברעכן, וועסט ווייטער אנגיין מיט דיין עבודת הקודש באמונה וויפיל עס איז מעגליך, וועט זיין א השפעה וואס וועט אויפרודערן די וועלט מסוף העולם ועד סופו, די חיזוק וואס אזויפיל וועלן נעמען פון דעם אז "געב א קוק, שיאור זלמן לעווי האט אזוי פיל מיטגעמאכט און קוק ווי שטארק ער האלט זיך, אויב אזוי קען איך אויך" די חיזוק איז אין לשער, קיינער - און ממש קיינער - אויפן וועלט האט נישט אזא געלעגענהייט צו מחזק זיין אזויפיל אידן ווי דו. איז בער איך דיר בשם כל ישראל, טוה אונז דער טובה, זיי דיר מחזק, און דאס וועט זיין אונזער חיזוק קוואל ביז ביאת הגואל בקרוב ממש במהרה בימינו אמן

עס איז ניכר אז ער האט אריינגעלייגט אסאך ארבעטגארנישט האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 29, 2025 11:47 pmעלה מוות בחלונינו, בא בארמנותינו, שוד ושבר בגבולינו
צו אונזערע טייערע געשוויסטער אינעם ווייטען גוואטאמאלא הר''ר שניאור זלמן לאווי ונ''ב הע''י
איי איי איי, די הענט טרייסלען די פענע וואקלט זיך, און אנשטאט טינט גיבט זי ארויס בלוט, בשעת די פאפיר ווערט נאס פון נאטירליכע פליסיגקייטן וואס רינען נאכאנאנד פון די אויגן אן אפשטעל, ווי נעמט מען די שטארקקייט אייך צו שרייבן אפאר ווערטער? ווער קען דען פארשטיין אייער צער? ווי איז דען דא אויף די וועלט אזא גרויסע הארץ מיטצופילן אזויפיל הרגשים וואס איז דא דא צו שפירן?
די גמ' זאגט אחד מבני החבורה שמת ידאגו כל החבורה כולה, ווער איז דא די בני החבורה? ווער שפירט זיך דא נאנט? גאנץ כלל ישראל מכל קצוי תבל, אט די גאנצע כלל ישראל וואס האט זיך מיטגעפרייט מיט די געהויבענע שמחה טוט יעצט מיטוויינען מיט די שרעקליכע טראגעדיע, ואחיכם כל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ד'.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
בשם ה' נעשה ונצליח!
-
שמועות טובות
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 407
- זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
- x 1303
Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער
גוט מארגן פון פריש
מען גרייט שוין צו דעם טיש
די טרערן גיט מען א וויש
און דעם סידור'ל גיט מען א קוש
לאמיר זיך צוזאמען מחזק זיין
ווייל פונקט ווי ענק שפירן מיר מיט ענקער פיין
דער טאג תשעה באב קומט שוין כמעט
וואס נאך משיח'ן וועט דאס זיין א יום טוב גאר גלאט
נישט לייגן די מחשה אין דער זייט
ווייל אט אט קומט שוין דער צייט
ווען מען גייט עפענען א פרישן בלאט
און פון שלות הנפש וועט א יעדעמס הארץ שוין זיין זאט
דער עיקר זייטס מתפלל פאר אונז אויך
ווייל ענקערע תפלות גרייכן דאך אסאך מער הויך
פון באשעפער שטענדיג געדענקן ווייל ער איז אויך מיט ענק דארט
און ער ווארט פונקט ווי ענק אז עס זאל שוין אדורכגיין ענקערע קארט
מיט א ברכה לאמיר פארטיגן דא
דער אויבערשטער זאל ענק שוין ארויסנעמען פון דעם שווערן זאא
נאר צווישן ערליכע אידן מיט גוטע הערצער זיך שטענדיג קענען געפונען
טרערן פון פרייד זאל פון ענקערע אויגן שטענדיג קענען רינען
אלע אויפגעראכטן זאלן ענק שוין ווערן
קיינער זאל ענק מער נישט קענען פייניגן און אויך נישט שטערן
נאר ווארטן אויף משיח'ן מיט א הארץ א פרייליכע
כדי מען זאל אים קענען אויפנעמען מיט א שמייכל א ברייטליכע
מען גרייט שוין צו דעם טיש
די טרערן גיט מען א וויש
און דעם סידור'ל גיט מען א קוש
לאמיר זיך צוזאמען מחזק זיין
ווייל פונקט ווי ענק שפירן מיר מיט ענקער פיין
דער טאג תשעה באב קומט שוין כמעט
וואס נאך משיח'ן וועט דאס זיין א יום טוב גאר גלאט
נישט לייגן די מחשה אין דער זייט
ווייל אט אט קומט שוין דער צייט
ווען מען גייט עפענען א פרישן בלאט
און פון שלות הנפש וועט א יעדעמס הארץ שוין זיין זאט
דער עיקר זייטס מתפלל פאר אונז אויך
ווייל ענקערע תפלות גרייכן דאך אסאך מער הויך
פון באשעפער שטענדיג געדענקן ווייל ער איז אויך מיט ענק דארט
און ער ווארט פונקט ווי ענק אז עס זאל שוין אדורכגיין ענקערע קארט
מיט א ברכה לאמיר פארטיגן דא
דער אויבערשטער זאל ענק שוין ארויסנעמען פון דעם שווערן זאא
נאר צווישן ערליכע אידן מיט גוטע הערצער זיך שטענדיג קענען געפונען
טרערן פון פרייד זאל פון ענקערע אויגן שטענדיג קענען רינען
אלע אויפגעראכטן זאלן ענק שוין ווערן
קיינער זאל ענק מער נישט קענען פייניגן און אויך נישט שטערן
נאר ווארטן אויף משיח'ן מיט א הארץ א פרייליכע
כדי מען זאל אים קענען אויפנעמען מיט א שמייכל א ברייטליכע
- על פי תורה
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1528
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
- Location: בירושלים בקרוב
- x 15246
Re: בריוון צו די בחורים אין גוואטעמאלא שעלטער
► Show Spoiler