דברי צחות בדברי תורה

להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2789
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8624

Re: דברי צחות בדברי תורה

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

האלט קאפ:

פארוואס האט אחשורוש געשיקט שבעת הסריסים צו ברענגען ושתי?

נאר הרה"ג ר' אורי האלברשטאם גייט אריין אין די סוגיא אז ושתי מיט איר וויידל זענען געווען איסור נולד, איסור מוקצה וטלטל מיט הצד, לפי זה וואלט ווען געווען גענוג אז עס זאלן גיין צוויי סריסים אזוי וועט עס זיין שנים שעשהו.

אבער גם ושתי המלכה עשתה משתי נשים, האט זיך פארלאנגט צוויי מענטשן נאטורליך איינס פער פרוי.

אבער לפי זה וואלט זיך פארלאנגט 4 ווייל פאר יעדע פרוי שלעפט דאך מיט א צווייטע פרוי און ער דארף האבן מיט זיך א צווייטער פאר דעם צווייטן, קומט אויס אז 4 איז שוין כדרך.

האט מען געדארפט א דריטן פאר יעדע פרוי אז עס זאל זיין שלא כדרך, אויב אזוי פארוואס האט מען געדארפט א זיבעטן?

נאר וואלטן ווען ביידע געווען אייניג וואלט דאך שוין יעדער געהאט א ראי' פון דעם צווייטן אז דריי הייסט שוין כדרך, דעריבער האט איינער געהאט 3 און איינער 4 אז ממה נפשך איז עס שוין שלא כדרך...
עמוס
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 20, 2025 7:03 pm
Location: Rockland county
x 38

Re: דברי צחות בדברי תורה

פאוסט דורך עמוס »

יש לו מנה רוצה מאתיים

האב איך געהערט א טייטש יעצט אין די ניין טעג
יש לו מנה: אויב איינער האט א גוטע פארציע און ער קען עס נישט עסן ווייל מ'טאר דאך נישט עסן קיין פליישיגס אין די ניין טעג
רוצה מסיים: זוכט ער איינער זאל מאכן א סיום.
עמק השדים
פרישער באניצער
פאוסטס: 21
זיך איינגעשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 2:41 pm
Location: דאהי
x 48

Re: דברי צחות בדברי תורה

פאוסט דורך עמק השדים »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2025 8:50 pm 1. גרונם: יתרו היה גלח א"כ מנא ליה בנים? הלא גלחים האבן נישט חתונה?
גימפל: הבנים שהיו לו נולדו אחר שנתגייר...
או יש לומר,
ס'איז געווען פאר קבלת התורה
באמת ד"ת מרפא כל החסרונות, אך פעמים לומד האדם הרבה ואין לו שום ריוח ממנה והוא מעוות כמקדם מחמת שברוח חיים שלו במוחו ולבו שם יש לו חסרונות בתולדה ואינו מתקנם, ע"כ לא יועיל לו הד"ת, וצריך לראות לתקן מקדם חסרון זה ואז יוכל לקרב אל לבו ד"ת
שרייב פאוסט