מיין אינגל נ"י האט בר מצוה; "בלייב ערליך!", וויאזוי?
- שוואכע הערצער
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 33
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:42 pm
- x 24
מיין אינגל נ"י האט בר מצוה; "בלייב ערליך!", וויאזוי?
כ'שרייב נישט דא אסאך, אבער היות ס'איז א נושא וואס קען זיין ביי אנדערע וועט מען צופיל מעקן, שרייב איך עס דא. (כ'ווייס אויך נישט פונקטליך ווי ס'געהערט אבער כ'מיין אז דא איז די בעסטע פלאץ)
מיין זוהן האט בקרוב בר מצוה, ער איז א 12 אהאלב יעריגע יונגעל.
איך זעה שוין אויף אים, אז ער גייט נישט זען די גרויסע מתמיד, ער גייט נישט זיין ווי מ'רופט עס 'די בעסטע בחור', כ'האף אז יא....
וואס כ'מיין צו זאגן איז, אז ער איז א צוהיצטע, א לעבעדיגער, א פרייליכער וכו'. איך זע אים אין ישיבה זיין די אנפירער פון די קאווע שטיבל און האבן אלע שליסלעך וכו'. (כ'בין אויך נישט געווען די גרויסע צדיק אין ישיבה.....)
אבער דאך וויל איך, אז ער זאל אויסוואקסן אן ערליכער יוד, אן אפגעהיטענער יוד, און זיך אויפפירן וואזוי עס דארף צו זיין. אז אפילו ער גייט נישט זיין די גרויסע לערנער, זאל ער זיין א יוד וואס איז מקפיד אויף זמן קרי"ש שטייט אוף ווי א מענטש, ליינט ערליך קרי"ש וכו'. ווי מ'זאגט - צו גאט און צו לייט.
און אפילו ער איז די לעבעדיגער וכו' זאל ער זיין אפגעהיטן פון טעכנעלאגיע, ער זאל ארויסהאבן וואס מיינט א יוד, און אפילו מ'פירט אן די גאנצע שבת זכור דארף מען נאכאלס זיין א מענטש און ערליך וכו'.
יעצט אין חדר איז ער גראדע זייער וואויל, ער גייט יעדן טאג צום דאווענען, ער קומט שבת און שוהל און דאוונט אויפן פלאץ וכו', וואס כ'האב מורא - אז ער גייט ווערן א בחור, און די נסיונות וועלן אנהייבן קומען וכו', דארט וויל איך אויך ער זאל קענען זיך האלטן.
וואס איז די עצה? פשוט אים עס זאגן און מסביר זיין? (וואס כ'האב מורא אז ער גייט עס אננמען פאר צופיל סטרעס וכו' און איך וויל נאר נישט אז ער זאל פלאצן וכו')
וואס זאגט עטס?
(כ'האב געשריבן זייער קורץ, כ'מיין מ'האט פארשטאנען, און ביטע זיך האלטן ווי סע דארף צו זיין)

Re: מיין יונגל נ"י האט בר מצוה; בלייב ערליך! וויאזוי?
מיט (גאר)אסאך תפילה צום אייבערשטן!
אויב וועט ער זיין אנגענומען און באליבט אינדערהיים, אזוי ווי ער איז, אהבה שאינו תלי' בדבר, וועט ער מיטן אייבערשטנס הילף נישט זיכן קיין אנדערע גליקן!
#אלף'ס ברילן

אלעס און אידטיש הייבט זיך אן ביי אלף!!!
זאג מיר אויף אידטיש טייטש וואס מיינט ???
הארדוועיר! סאפטוועיר! פראגרעמינג! איי טי טעקנישן! הארד דרייוו! אָו עס! מאדערבאורד! רעם! סי פי יאו! מעלעוועיר! סערווער! דרייווערס!
זאג מיר אויף אידטיש טייטש וואס מיינט ???
הארדוועיר! סאפטוועיר! פראגרעמינג! איי טי טעקנישן! הארד דרייוו! אָו עס! מאדערבאורד! רעם! סי פי יאו! מעלעוועיר! סערווער! דרייווערס!
Re: מיין יונגל נ"י האט בר מצוה; בלייב ערליך! וויאזוי?
אויב זאגט מען אים נערמאל אן שרייען אז דאס און דאס דארף מען טועהן און דאס טאר מען נישט טועהן פארוואס זאל עס זיין סטרעס און פלאצען?
דו דארפסט האבן די שטארקייט און אים זאגן מיטן פולסטן רואיגקייט אז דאס דארף מען טועהן און דאס טאר מען נישט בדרך הטבע וועט ער דאס אננעמען בעז''ה

-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1098
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: ביים קופקע
- x 3676
Re: מיין יונגל נ"י האט בר מצוה; בלייב ערליך! וויאזוי?
@אלף טויב האט עס גוט גענאגלט און אזוי אויך @שבת קודש
מוסיף צו זיין אויף זייערע רייד
לויט ווי אזוי דו לייגסט אראפ דיין קינד, האט ער גרויסע פאטענשאלס, ער וועט אויסשטייגן אלס עסקן, גביר, אנדרייער, וכו', אויב וועסטו זיין ערליך, אנערקענען זיינע אמת'דיגע מעלות, דו וועסט אים שעצן לויט זיין אמת'דיגע ערך, געבן חיזוק אין זיינע אויסגעהאלטענע פראיעקטן, שענקען אסאך ווארעמקייט, אטאמאטיש וועט ער זיך געפונען דאס פלאץ ביי דיר, און וועט זיך צוריקהאלטן פון זאכן וואס זענען מצער זיין טאטע.
איך זעה עס ביי מיר, און איך האלט עס מיט ביי בחורים, צומאל גיי איך ארויס פון התפעלות!!! צומאל איז דער בחור לאו דוקא דער רשכבה"ג, אבער טון עפעס וואס דער טאטע ווייסט נישט דערפון, אדער אן דעם טאטנס רשות וועט ער בשו"א!!! ער וועט זיכער מאכן צו לערנען פלייסיג, האבן פעסטע חברותות תמידים כסדרן, זיך אויפפירן ערליך, דאס אינאיינעם מיט זיין עסקנות, און בארדענען על טהרת הקודש, מאכן ביזנעס וכו' ווערן אינג ערוואקסן און זעלבסטשטענדיג,
צומאל קען איך דעם טאטן און איך האלט מיט, דער טאטע פארשטייט צו זיין בחור, און לאזט אים עסקנ'ען וכו', אבער ווען עס איז א ניין פארשטייט דער בחור אז ניין!!! והא ראיה אז אין אנדערע פעלער איז יא!!! מיין טאטע פארשטייט מיר!!! אטאמאטיש האט דער בחור א שטארקע הערצה און דרך ארץ פאר זיינע עלטערן.
(איך גיי דיר שרייבן עפעס וואס כ'האף אז דו גייסט עס נישט דורכגיין אי"ה - אבער עס דארף דאך ווערן ארויסגעברענגט, דער מציאות איז אז עס קען זיך מאכן שוואכערע תקופות ביי בחורים, איך גיי רעדן נאכמער! עס איז דא פעלער וואס ער טוט זאכן וואס דער טאטע האט נישט קיין אנונג!!! (עס ליגט מיר אויפן צינג א מעשה, אבער איך האלט מיך איין מחמת כבודו פונעם בעל המעשה וואס האט מיר עס דערציילט) אבער אויב שפירט ער זיך אינדערהיים, מכובד, געשעצט און נארמאל דאן וועט ער אין א גוטע מינוט זיך צוריק דערהייבן צומאל אנדעם וואס דער טאטע זאל אפילו מיטהאלטן זיין ירידה!!!)
און קורצן
גאר אסאך תפילה, זיין אויפריכטיג מיט זיין מצב, און אסאך ווארעמקייט!
(נישט ווייל איך האב קינדער אין די עידזש, אדער ווייל איך בין א מחנך, נאר איך קום מיט א טראפקעלע ערפארונג, און אביסעלע זיך אנגעהערט און אנגעליינט)

דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1098
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: ביים קופקע
- x 3676
Re: מיין יונגל נ"י האט בר מצוה; בלייב ערליך! וויאזוי?
איין שטארקע זאך וואס אזא עסקניש בחור'ל דארף באקומען און וויסן (כמובן פארשטיין צו געבן מיט הארץ און געפיל)
שטיין ווייט כמטחוי קשת פון מצער זיין א אידיש קינד!!!
עס ווערט דערציילט אויף הגאון הגדול ר' ישראל יצחק מענדלסאהן שליט"א - אבד קוממיות ירושלים , אז אלס קינד איז ער מיט זיין שארפע קעפל געווען א בארדאק און ליב געהאט פאן, איינמאל איז געקומען א רב באזוכן זיין טאטן, איז דער ישראל יצחק געגאנגען דרייוון יענעמ'ס קאר אין שטעטל... ווען דער טאטע איז געוואר געווארן האט ער אים אפירגענומען, אבער נישט ווי ער האט זיך גערישט
האט זיך געמאכט אמאל ווען דער רב האט פארהערט אין חדר, א אינגל האט נישט אזוי געקענט, און דער ישראל יצחק מיט זיין חריפיש מח האט זיך אונטערגעשמייכלט, זיין טאטע האט דאס געזען, ער האט געכאפט א קלינגעדיגע פראסק פון טאטן!!!
האט ער געפרעגט דעם טאטן, דארט האב איך געטון אזא גרויסע טראבל, דעם רב'ס זון טשילט ארום אין שטעטל!!! בין איך אפגעקומען גאנץ לייכט, דא האב איך בסך הכל א קליינע שמייכל געגעבן און דאס קומט זיך מיר?
האט ער אים מסביר געווען די נקודה, יענעם קינדערישע שטיק איז נישט אזוי געפערליך, אבער זיך פרייען מיט א צווייטע אידס דורכפאל? טרונקן אידיש בלוט? דאס איז א זאך וואס מען מוז אויסראטן!!! דאס טאר נישט פאסירן בשום אופן!!!
פארקערט! זיך אויפפירן מיט געפיל צו אנדערע בחורים, נישט שלאגן נישט שרייען, זיך נישט האלטן גרויס, ווייל אויב יא, אויסער די רוחניות'דיגע הארבקייט, איז במציאות אז מען גייט דיך פיינט האבן, און קיין בעל גאוה האט קיינער נישט ליב, מען חנפ'עט זיך צו אים, אבער מען לאכט אונטער זיין רוקן, און קיינער שעצט אים נישט.

ליבשאפט, שעצונג, אים פארשטיין, והעיקר תפילה.
Re: מיין יונגל נ"י האט בר מצוה; בלייב ערליך! וויאזוי?
אים צושטעלן וואס צו טון.
א בחור וואס קען נישט איינזיצן ביי די גמרא, אטעמאטיש גייט ליידיג אין דעס ברענג אלע פראבלעמען.
קוף אים א גיטאר וכו זיין טאג זאל זיין פיל
ער זאל אויסהערן אלע האטליינס בוקס וכו
ווער געוואר וואס זיין טאלאנט איז וואס האט ער ליעב צו טון אין שטעל אים צו וואס ער דארף.
מאך זיכער מיט די מנהל פון ישיבה אז די בחור זאל באקומען עפעס א עסקנות דזשאב אין ישיבה אדער א ארבעט אין דרויסן פון ישיבה
די עיקר איז ער זאל נישט גיין ליידיג
אויך איז האבן א יונגערמאן צוויי אינמיטן טאג צו לערנען אין פארברענגען וועם ער פילט זיך באקוועם העלפט אויך גאר אסאך

Re: מיין אינגל נ"י האט בר מצוה; "בלייב ערליך!", וויאזוי?
שאץ נישט אונטער דיינע תפילות, זאג נישט וואס ער גייט נישט טוהן, (ער גייט נישט זען די גרויסע מתמיד, ער גייט נישט זיין ווי מ'רופט עס 'די בעסטע בחור') ס׳קומט ראש השנה, אי״ה וועסטו פארגיסן טייכן טרערן און אויך זאגן תפילת השל״ה ווען אימער, דו וועסט נישט גלייבן וואס דיינע אויגן וועלן זעהן בעזהשי״ת
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5227
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9584
Re: מיין אינגל נ"י האט בר מצוה; "בלייב ערליך!", וויאזוי?
כבין נתפעל פון די תשובות דא. מורא'דיג מורא'דיג, איינס ביי איינס.
כ'וויל אבער יא מעיר זיין אויף @קיינמאל, אויך זייער גוט געשריבן, אבער געוויסע נקודות קענען זיין הייקל און מ'דארך שוקל זיין. ענדערש זאל ער זיין דער גבאי און עסקן אין ישיבה, ווי אים קויפן סידי'ס און א גיטאר, כלומר, העלפן אריינטאנצן אין עולם הנגינה.
איך האב געהאט א מגי"ש וואס פלעגט זאגן "עס באדערט מיר נישט אז דו רייכערסט. דער פראלעם ווערט נאר 'מיט וועמען' דו רייכערסט"... ודפח"ח.
עולם הנגינה איז זייער נאנט צו ווערן \ וועלן ווערן נאנט מיט אסאך שאול תחתית'ניקעס, פון זיין עידזש און פון עלטערע צוגלייך.

- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1599
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 3739
Re: מיין אינגל נ"י האט בר מצוה; "בלייב ערליך!", וויאזוי?
קודם כל ווי אזוי ווייסטו?שוואכע הערצער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 2:08 pmאיך זעה שוין אויף אים, אז ער גייט נישט זען די גרויסע מתמיד, ער גייט נישט זיין ווי מ'רופט עס 'די בעסטע בחור', כ'האף אז יא....
צווייטענס, די אלע בר מצוה בחורים וואס מען מיינט אז זיי גייען יא זיין דער גרויסער מתמיד. זענען דען געבליבען אזוי ביי די אכצען?
דריטנס, נניח ער וועט טאקע נישט זיין דער גרויסער מתמיד. מיינט שוין אז פארדעם גייט ער סטראגלען מיט אידיש קייט?
ולמעשה, ווי דער עולם האט שוין געזאגט. נאר תפילה. און זיי רואיג, פארלאז דיך אויפן אויבערשטען. אנגעצויגענקייט ברענג נאר די אומגעוואונטשענע רעזולטאטן. און טוה וואס דו קענסט צו האבן א געזונטע קשר מיט אים.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5227
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9584
Re: מיין אינגל נ"י האט בר מצוה; "בלייב ערליך!", וויאזוי?
שוב התבונתי אז דער עיקר שאלה וואס @שוואכע הערצער האט מכוון געווען איז, צו ער זאל אים אליינס פארברייטערן איבער די נסיונות וואס ערווארטן אים.
איך בין נישט זיכער וואס דער קלארער ענטפער איז, איך בין נישט בשדה החינוך, און ס'איז זיכער אז דאס קען נאר ענטפערן איינער מיט עקספיריענס. אבער אויבנאויף איז נישט ריכטיג צו פארנומען זיין מיט פראטעקשן ווייל ,ס'וועט זיכער געשען דאס אדער יענס". ווי אנדערע האבן שוין געזאגט, זיי גענוג נאנט מיט אים אז אויב טרעפט ער זיך אין א שוועריקייט זאל ער עס דיר זאגן, אזוי אז מ'דארף נישט זארגן פאר יעדע מעגליכע געשעעניש פון פאראויס.