מסתמא האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 27, 2025 11:39 pm
מענין לענין, דער צדיק מענדי קעניג הי”ו איז א כח וואס מדארף אנאליזירן. ווען יעדע אידישע משפחה זאל ווען האבן אזא מיטגליד וואלט כלל ישראל אסאך שענער אויסגעזעהן. וויאזוי ער גיבט זיך אוועק פאר זיינע נאנטע און אפילו ווייטערע איז עפעס וואס דארף אונז לערנען. עס איז נישט נארמאל דאס, פשוט מזעהט די אידישע מידות פון רחמנים וגומלי חסדים אין זיין DNA . קיינער הייסט אים נישט טון וואס ער טוט. ער קאכט און דרייט א וועלט. זאל עס זיין פאר די יוצאים, זאל עס זיין פאר זיין ברודער חיים צבי, זאל עס זיין פאר וועמען עס זאל זיין. מענדי רוהט נישט ביז ווילאנג אלעס פאלט אין פלאץ, יעדער זאל זיין מסודר און אויף א גוטע פלאץ. מענדי איז אן ערליכער איד, דעי אלא במה שיש בו איז ממש ווי געשריבן אויף אים. ער איז א כח און א ברען וואס לערנט מיך פשוט א מוסר. נישטא נאך אזא מוסר ספר ווי א לעבעדיגע מענטש. הלואי איך זאל טון א טויזנטסטל ווי אים אין מיין וועלט. מענדי איז ריכטיג מקיים דעם במקום שאין איש אין צייטן און אין פלעצער ווי קיינער אנדערש קען נישט טון וואס ער טוט. מענדי האט גרויסע גרויסע זכותים ומגלגלין זכות על ידי זכאי.
סארי, כווייס גוט אז ער איז בלויז איינער פון צענדליגער עסקנים און ווען די פרשה גייט זיין געשלאסן בעזה”ש גייט מען דא דארפן מאכן צענדליגע ביוגראפיעס אויף א שיינע פאר צענדליג צדיקים. אבער מענדי איז זיכער איינער וואס שטארט ארויס מיט זיין ברענעדיגע אידישע הארץ און אומבאשרייבליכע עסקנות. כהאף אז איך ברעך נישט די תקנות המקום מיט דעי פאוסט וואס רעדט פון א יחיד, אויב יא ביטע מעקן, פשוט כקען מיך נישט צוריקהאלטן.
מענדי איז דער סימבאל בדורונו פון א מעביר על מדותיו!!!
טאטע אין הימל קוק צי וויי דיינע קינדער פארגעסען פון זייער אייגינער ווייטאג, הארץ וויי אנגעפילט מיט פיין, און זענען נאר פארנומען אוועק נעמען
צער פון אנדערע.
יא ער מאכט נישט חשבונות ער טוהט וואס א ערליכער יוד דארף טוהן.
איך פארביר מיר צי לערנען פון דעם יעדער טאג
און דאס איז איינער וואס מען האט עם געווארפען ווי א הונט אליין אין די וועלט אלץ יונגער יונגערמאן, וואס וואלט נאך געווען ביי אונז א ישיבה קטנה בחור בכלל.
וויפיהל פון אונז קענען זאגען אונז וואלטן געבליבען שומר שבת נאך אזא מיטלעבעניש?
דאס מוז זיין די חשוב'ע זיידעס, אין הימל האב זיך געמיט ביים כסא הכבוד פאר די אייניקלעך.