פשטות

געזונטע שמועסן און ידיעות
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2761
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 6035

פשטות

פאוסט דורך פשוט און גראד »

קרעדיט @חביבי

ס‘איז אזוי גרינג, נאר טאקע מחמת די ‘פשטות‘ דערפון קומט מען נישט אן דערצו,

טראכט אריין וויפיל מענטשן קומען נישט אן צו ווי זיי ווילן אנקומען, ווייל מען איז נישט באהאווענט מיט פשטות

א מענטש איז הונגעריג און ער עסט זיך אן,

א מענטש איז אומבאקוועם און ער בויעט זיך א ריזיגע ווילא,

א מענטש איז נישט פריילעך און ער טרינקט זיך אן,

א מענטש האט נישט קיין סיפוק און ער פרובירט צו לערנען 24 שעה א מעת לעת,

א מענטש וויל פיהלן חשוב און ער פרובירט צו ווערן א כוכב,

א מענטש וויל זיין אייגנארטיג און ער ווערט א מעשוגענער אדער עקטער,

א מענטש וויל זיין קלוג און ער קריכט און גריבלט אין חכמה פארן זיין קלאר מיט די פשטות,

ער וויל זיין רואיג אז ער קען באצאלן זיינע בילס אין צייט און ער וויל ווערן אן עושר,

ער וויל זיין מסודר מיט זיין צייט אין זיין טאג טעגלעכע לעבן און ער ווערט ראבאט,

ער וויל זיין ערלעך און ער פארגינט זיך מער נישט קיין הנאה אין לעבן,

ער וויל זיך אויסקומען מיט חברים און זיין רואיג מיט אנדערע מענטשן און מען ווערט א פיפל פליזער,

א מענטש וויל פארשטיין לערנען און ער לערנט יעדע ר׳ חיים קצות ונתיבות, וכו׳ וכו׳ וכו׳

און ווי קומט מען למעשה אן מיט דעם? קיינמאל קומט מען נישט אן צום ציהל אזוי, וואס געשעהט יא? די ביסל וואס מען האט שוין יא, פארלירט מען אויך...

אוי רבוש״ע נעם אונז שוין ארויס פון גלות.

מען האט אונז נישט געלערנט די פשטות פון לעבן
,

הרה"צ מיכאל בער ווייסמאנדל זי"ע, האט געזאגט אז היינטיגע צייטן וואקסט יודישקייט אין די לענג און אין די ברייט נאר נישט אין די טיף... היינט א מענטש זיכט קוואנטיטי, מ‘פרובירט צו זיין אין קאנטראל ‘אינגאנצן‘, אנשטאט צו לעבן מיטן הוה רעליסטיש מיטן עס עפרישיעיטן.

עס קומען כסדר ארויס נייע געדאנקען ומהלכים און עצות, אזוי ווי אנקאנדישענעל עקסעפטענס - ליוו אין די now -meditation -, כל מיני טעראפיעס, היימישע יונגעלייט דעגריס, א זאך וואס איז קיינמאל נישט געווען, 12 סטעפס, דימארטיני, אינעיט העלטה, פיקסן די חינוך סיסטעם וכו׳ וכו׳ וכו׳ אלעס הייליגע טייערע זאכן, נו.. אויב אזוי פארוואס זעמער נאכאלץ אזוי סטאק?

פארוואס טרעוולט מען פון איינעם צום צווייטן, איזעס נארמאל אז אזויפיל מענטשן גייען היינט פאר טעראפי? מחלות הנפש איז אלעמאל געווען,

אבער אויב זענען דא אזוי סאך איז עס דען נישט א סימן אז מען פארזעהט דא די פוינט?

די וועג מען כאפט זיך צו, צו די אלע עצות, איז ווייטער אויפן זעלבן איבערגעטריבענע וועג, מען זוכט א קוויק פיקס ‘שוין היינט צו גוט פילן‘, די טעקנאלעדזשי האט גע׳טשעינדזשט די גאנצע וועלט אבער די מענטשהייט זענען די זעלבע בלוט און פלייש, די זעלבע נפשות ווי אמאל, און וואס עס האט אמאל גע׳ארבייט צו מאכן די מענטשעלע העפפי וועט זיך קיינמאל נישט טוישן, עס איז נאכנישט ארויסגעקומען די נייע מאדעל מענטשן
א”י’דיגע אידיש
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 03, 2025 3:03 pm
x 39

Re: פשטות

פאוסט דורך א”י’דיגע אידיש »

זייער שטארק, שכח!
שרייב פאוסט