אנעקדאט האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 16, 2025 2:46 pm
צווייטער האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 16, 2025 1:57 pm
@תינוק הבורח איך ווייס אמת'דיג נישט וואס איר ווילט, סארי.
ער פרעגט א נארמאלע שאלה.
לויט דער פאריזער רב איז נישט אויסגעהאלטן אז אידן זאלן האבן אן אייגענעם שטאט אפי' מ'איז אונטער די די גויאישע רעגירונג.
אויב אזוי איז לכאורה קרית יואל די זעלבע זאך, ס'איז א שטאט מיט אידן וואס ווערט געפירט דורך אידישע באאמטע.
אויב האט איר א תירוץ דאן ביטע ענטפערט, אויב נישט קענט איר זאגן אז איר ווייסט נישט, אדער בלייבן שטיל.
לדעתי איז די חילוק פשוט, אבער כדי עס מסביר צו זיין לאמיר צוריקגיין א טריט: איז אויסגעהאלטן לויט פאריזער רב וואס מען טוט שוין יארן אין בארא פארק, א געגנט וואו די אידן זענען א גרויסער רוב, אז מען ערוועלט א היימישן איד אלס סיטי קאונסיל מעמבער אדער אלס פארטרעטער אינ'ם סטעיט סענאט אדער אסעמבלי? ווארשיינליך יא, ווייל כאטש וואס אידן זענען די וויילער און דער ערוויילטער, האבן די רעגירונג קערפערשאפטן וואו זיי דינען נישט קיין שייכות מיט אידן נאר גראדע זענען טייל מיטגלידער אידן. און די זעלבע זאך זענען גראדע רובא דרובא וויילער אידן. דאס מאכט אבער נישט די רעגירונג א אידישע רעגירונג.
יעצט וואס טוט זיך מיט א שטאט ווי קר"י, וואו אלע איינוואוינער אן אויסנאם זענען אידן. מעגן זיי ערוויילן א איד אלס זייער פארטרעטער אין אלבאני? ווארשיינליך יא צוליב די זעלבע חשבון.
און וואס וואלט למשל געווען אויב אין מאנטיסעלא, א שטאט וואס די איינוואוינער זענען געמישט, האבן פינף היימישע אידן באוויזן צו ווערן ערוועלט צום אמט פון מעיאר און די פיר טראסטיס (דהיינו זיי האבן באקומען אויך אסאך גוי'אישע וואוטס). איז עס א פראבלעם? לכאורה נישט, צוליב די זעלבע סיבה. די רעגירונג איז ווייטער א טייל פון די אמעריקאנער רעגירונג'ס סיסטעם, נאר גראדע זענען די מענטשן וואס ערפילן די אמטן אין די יעצטיגע צייט אידן. זיי קענען פארלירן די נעקסטע וואלן וכו', זיי זענען נישט בעה"ב אויפ'ן ווילעדזש, נאר בסך הכל האט מען זיי געשטעלט אויפ'ן אמט פאר פיר יאר אבער די אמט איז ווייטער פאבליק.
און יעצט לאמיר גיין א טריט ווייטער. וואס טוט זיך מיט קרית יואל, א שטאט מיט בלויז אידישע איינוואוינער, זאלן ערוועלן היימישע אידן פאר אלע אמטן אין די לאקאלע רעגירונג? איז אויבנאויף פארט אלעס מיט'ן זעלבן סברא - די רעגירונג פון קרית יואל איז גענוי די זעלבע ווי די רעגירונג פון ניו יארק סיטי, ראטשעסטער, באפעלא אדער סאוט פאלסבורג. עס איז די זעלבע אונטערגעווארפן אונטער די סטעיט און פעדעראלע רעגירונג, און עס רעגירט מכח די זעלבע באפולמעכטיגונגען ווי די אנדערע שטעט. נאך מער, גוים קענען טון די זעלבע ווי די אידן האבן געטון - קויפן הייזער אין די מאסן און אריינשטעלן אייגענע באאמטע, און די אידן וועלן עס נישט קענען אפשטעלן. גראדע טוען זיי נישט אזוי ווייל זיי דארפן זיין טאטאל משוגע צו צאלן די פרייזן וואס מען צאלט אין קרית יואל מיט א חשבון אז אויב וועלן נאך זיבן טויזנט צודרייטע גוים טון די זעלבע וועט מען אפשר קענען איבערנעמען די רעגירונג, אבער בעצם אלס די אויסשטעל פון די רעגירונג איז עס מעגליך - אין אנדערע ווערטער די רעגירונג 'באלאנגט' נישט פאר אידן, באלאנגט פאר די זעלבע פאר וועם די אנדערע רעגירונגען אין ניו יארק באלאנגען. נאר גראדע באזיצן אידן אמטן אין די רעגירונג. (כ'גלייב למשל אז ביי הלכות שבת קוקט מען נישט אן די ווילעדזש/טאון אלס אידישע זאך. קען זיין אז אויף למעשה איז מען חושש אויף מרעית עין אבער כ'שטעל זיך פאר אז ס'דא פעלער ווי מען איז מקיל צוליב דעם חשבון. אדרבה, זאלן די ארטיגע תושבים אריינקומען מיט די פאקטן. ארבעט פוובליק סעיפטי און שבת? און וואס איז מיט אנדערע רעגירונג פונקציעס?)
יעצט איז די שאלה וואס מרדכי עמנואל נח האט געוואלט. אויב האט ער געוואלט אזא געדאנק ווי קר"י, כאפ איך נישט פארוואס מען מאכט אזא בראטל פון די גאנצע זאך אז ער האט געוואלט מאכן א לאנד פאר אידן וכדומה. ער האט בסך הכל געוואלט אנברענגען מאסן אידן און אזוי איבערנעמען די לאקאלע רעגירונג, א זאך וואס איז היינט מעשים בכל יום. פון די אלע באשרייבונגען קוקט אויס אז די פלענער דא זענען געווען עפעס מער ווי דעם. אפשר האט ער געוואלט עס זאל אפיציעל ווערן אוועקגעשטעלט אז די שטח געהערט צו אידן און נאר אידן מעגן דא וואוינען אדער באזיצן פאליטישע פאסטנס? מען דארף זען אויב מ'קען מברר זיין די פונקטליכע פרטים ווייל אויבנאויף קוקט אויס אז ער האט געוואלט מער ווי סתם 'האבן קאנטראל אויף א לאקאלע רעגירונג'.