יענץ מבין האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 21, 2025 12:31 pm
יאמי האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 20, 2025 9:55 pm
► Show Spoiler
על פי תורה האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 20, 2025 9:24 pm
שוין פרייטאג ארויסגעקומען א בירור פון יעקב נחום וויינגארטן
די חידוש איז אז התאחדות הרבנים און עדה החרדית דארפן אראפשיקן משגיחים אין די גאנצע וועלט מברר צו זיין כשרות
און דא זיצט זיך איינער אין זיין ד' על ד' צעל אין טורמע און קומט אויף מיט שטוינדע בירורים...
(דרך אגב האט זיך איינע פון די יוצאים שטארק אפגערעדט צו מיר אויף דעם, ער זאגט מיר 'ווייסט וויפיל פרויען האבן ליידער פארלוירן צוליב נישט עסן פיש, וויפיל קינדער מיט שוואכע נערוון זענען ליידער געבוירן פון נישט עסן פיש און זיי גייען ליידן יסורי איוב א גאנץ לעבן צוליב דעם, און יעצט זאגסטו הייסט אז דו האסט נאר געמיינט?')
פרויען וואס האבן גיווארטן פלעגן באקומען אנפעקשנס יעדע 3טע 4טע וואך ווייל זייער באדי האט גארנישט גיקענט צוריק פייטן. און נאך 4 5 חדשים וואס רוב פון די צייט גיווען אויף אנטיביוטיק מעדצין זענען זיי שוין גיווען אזוי שוואך אפילו נישט גיקענט אויף הייבן א וואג פון 2 פונט, האבן זיי פארלוירן.
סאיז גיווען א מעשה מיט א פרוי אין די 50 יארן, האט גיהאט פיבער פאר אפאר טעג, נאך דעם איז די פיבער אריבער אבער זי האט אנגיהויבן צו חלש'ן איינמאל נאכן צווייטע...
מהאט איר אריין געפירט אין שפיטאל, שטעלט זיך ארויס אז זי האט שוין אנפעקשן אין די בליט 40%, וואס אויב מטוישט נישט די בליט האט די מענטש גיציילטע שעות צו לעבן. ב"ה סאיז גילאנגען איר צו ראטעווען.
די דוקטורים זענען גיווען שאקט ווייל איר Immune system האט 90-95% מער נישט גיארבעט, פאר דעם האט איר פיבער אראפ גיגאנגען אין די אנפעקשן האט זיך פארשפרייט אן די באדי זאל צוריק פייטן.
דעס איז געקומען נאך 2 יאר נישט אריין נעמען אין מויל קיין שום פראטעין און ווייטמינס און גיגעסן קארטאפל מיט מעהל
דער עולם כאפט וואס דא גייט פאר?!?
ווען די איסורים האבן צוגעברענגט געפערליכע מחלות און טויט פעלער, האט זיך יעקב נחום בכלל נישט געקומערט דערמיט, אבער ווען ער שפירט ווי ער הייבט אהן צו פארלירן קאנטראל דעמאלטס טרעפט ער פלוצלונג היתרים...
איה הסופר והעט, צי באשרייבען די רשעות לשם רשעות.
באשעפער אין הימעל, דאס דערמאנט מיר א מעשה פון מיין זיידע אין לאגער
דער נאציס האבען געמאכט,
יעדער צווי מענטשען שלעפען צויי ריזיגער געשניטענער ביימער אראפ די בארג צי די ווייסער,כדאי צי שיקען צי דייטשע האלץ פאבריקען.
פלעגען נעבעך די איד'ן שלעפען דאס פון די פריע בוז ביינאכט, העלצער וואס האבען געוויגען אפאר מאל מער ווי זיי.
און 3'טע וועלט לענדער שלעפען3-4 עבדים ציזאמען איינס אויף א מאל, נאך זיי טריקענען אין די זין פאר א וואכען, כדאי מ'זאל עס קענען שלעפען
אבער דא פלעגען די איד'ן דארפען שלעפען פאר 12-13 שעה א טאג צוויי איד'ן צוויי העלצער וואס זענען נאך גיווען דארך גיווייגט פון רעגען, אין מיטען ווינטער
איין מאל האט ער באקריגען א זעץ פון א בוים אויפען פיס, און די פיס איז געווען געשוואלען דופלט ווי נארמאל.
האטער מיין זיידע מצליח געווען איינבעטען, מזאל עם לאזען שלעפען פאר 2 טעג נאר איין אזא האלץ
קומט ביי די ארבעט, אונדערפרי דעם דייטש צי, מיט א שמייכעל פון א שטן, און פרעגט אן
ממילא דיר אבער פארוואס זאל דיין שותף צים שלעפען זיין פטור פון נעמען צוויי אויף א מאל, און נאר שלעפען איינס
ענטפערט דער רשע לאכעדיגער אהייט, ווייסט די וואס אלץ יושר וועסט די שלעפען טאקע נאר איינס, אבער אליינס (וואס איז געווען ממש אומעגליך) זיך אפצירוהען דיין פוס.