היסטאריש! גייט גור ווערן על טהרת הקודש?

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
בקיצור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 452
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 11:55 am
x 529

Re: אומגעצייטיגטע נקודות

פאוסט דורך בקיצור »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: זונטאג יולי 20, 2025 1:10 pm וויפיל יחידים קענסטו וועמען חברי כנסת האבן געהאלפן זיך ארויסדרייען פון מיליטער?

געלט ווייס איך אז זיי האבן געברענגט אסאך פאר די חרדים...
איך בין געהאלפן געווארן דורך א פרומער חבר הכנסת, זיך ארויסצודרייען פון מיליטער.

שמות האט געשריבן: זונטאג יולי 20, 2025 1:07 pm
בקיצור האט געשריבן: זונטאג יולי 20, 2025 12:30 pm מ'דארף קלאר מאכן.
אלע גדולי ישראל, האבן געזעהן אין די מדינה הציונות און אירע ביטערע גזירות, א צרה איומה פאר כלל ישראל.
און דערפאר האבן זיי אויפגעפאדערט ארויס צו גיין אין א מלחמה קעגן זיי.
און די מערסטע אפעקטיווע מלחמה איז דורך מלחמה האלטן מיט געזעצליכע וועגן.
און דאס איז די טאקע די וועג, וויאזוי אידן אין אלע לענדער איבער די וועלט - ובתוכם אין אמעריקע - שטייען אויף זייער רוחניות'דיגע און גשמיות'דיגע רעכטן.

און טאקע די וועג פון גדולי וצדיקי הדורות זי"ע האט זיך אויפגעוויזן אויף הונדערט פראצענט.
ווען במשך די פארגאנגענע זיבעציג יאר האט מען מבטל געוועהן אומצאליגע גזירות.
א שטייגער ווי ניתוחי מתים, גיוס בנים, גיוס בנות און נאך פיל. כידוע פאר יעדער וואס קען היסטאריע. [נישט דורך געוויסע צייטונגען און האטליינס].

אין די לעצטע יארן, איז געשעהן א דראמאטישע התפתחות. ווען דער בג"ץ האט שטייט און כיטרע, אנגעהויבן צו נעמען פאר זיך מער און מער power, און אפגעשוואכט דער כח פונעם פארלאמענט. און אזוי האט ער אנגעהויבן צו פסל'ען געזעצן, און אנטיילן וואס מ'דארף טוהן.
איינער פון די געזעצן וואס ער האט גע'פסל'ט איז געוועהן דער "חוק הגיוס" וואס איז געוועהן איינגעפירט פופציג יאר, דורך די שתדלנות פון די חברי הכנסת פון "אגודת ישראל" וואס דאס האט גע'פטר'ט פופציג יאר אלע היימישע אידן פון מיליטער דינסט.

יעצט, אוודאי ווי מער דער בג"ץ דיקטאטורט און הערשט איבערן לאנד, אלס ווויניגער כח האבן די חברי הכנסת, וואס זענען פארלאמענט מיטגלידער. א שטייגער ווי די פארלאמענט אין איראן, וואס האט נאך סך ווייניגער כח. ווייל דע הערשאפט ליגט בכלל נישט ביי זיי.
ממילא, היינט, ווען דער בג"ץ פסל'ט יעדער נארמאלער חוק, וויאזוי קען מען שרייען אז יעצט זעהט מען אז מ'טוט גארנישט אויף אין כנסת, און סאטמארער רב איז געוועהן גערעכט.
ווער ס'האט א מינימאלע הבנה, פארשטייט גאנץ גוט, אז דא האט פאסירט א נייע מציאות, וואס האט אפגעשוואכט דעם כח פונעם כנסת. און דאס איז גורם פילע קאמפליקאציעס.

ווי קומט דא אריין די וויכוח מיטן סאטמארער רב?
קודם די פאקטן.
חיטוטי שכבי, נתוחי מתים זענען דארט אלע יארן פארגעקומען בריש גלי.
גיוס בנות איז א געזעץ זייט אנפאנג די מדינה, ס"ה איז דא א פטור פאר די רעליגיעזע וואס באנוצן זיך מיט רעליגיע זיך ארויסצודרייען.
ד"מ טאמער איז גיות בנות יהרג ואל יעבור וואו די חזו"א האט געהאלטן, איז די אלע חרדים וואס האבן אויפגעשטעלט די רעגירונג און געבליבן דארט נאכן דורכפירן די געזעץ, האבן א חלק אין די גיות בנות געזעץ וואס איז און קראפט עד היום הזה.
די פרומע ח"כ האבן זיך ניטאמאל געשלאגן דערויף, מהאט זיך נאר געשלאגן אויף די פרומע בנות.
טאמער זיצט מען נישט דארט אינעווענדיג וואלט מען זיך ניטאמאל געדארפט שלאגן דערויף פונקט ווי די אראבער דארפן זיך נישט שלאגן אויף דעם.
די "פאקטן" פון "משנתו" "איד"?

ניתוחי מתים איז אפגעשטעלט געווארן נאכן קאאליציע-הסכם מיט אגודת ישראל תשל"ז.
די חוק וואס פטר'ט פון גיוס בני הישיבות, איז אויך דורכגעפירט געווארן דעמאלס.
וועגן גיוס בנות דארף איך נאכאמאל נאכטשעקן.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2898
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8988

Re: אומגעצייטיגטע נקודות

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

בקיצור האט געשריבן: זונטאג יולי 20, 2025 1:45 pm

הלואי ווען איך קען עס ווען הערן פון דיר מונדליך, עס וואלט מיר געווען העכסט אינטערעסאנט צו הערן די דעטאלן...

ביזדערווייל האב איך נאר געהערט אומצאליגע מעשיות ערשטע צווייטע האנט וויפיל זיי האבן נישט געקענט העלפן

בקיצור האט געשריבן: זונטאג יולי 20, 2025 1:44 pm
להגדיל הטראסק האט געשריבן: זונטאג יולי 20, 2025 12:52 pm
בקיצור האט געשריבן: זונטאג יולי 20, 2025 12:30 pm ווי קומט דא אריין די וויכוח מיטן סאטמארער רב?
אז ער האט געהאלטן אז אויך פאליטיש שטימט עס נישט, און מען וואלט מער אויפגעטון ווען מען גייט ווען נישט אריין.

ווילסט אריינגיין אין דעם נושא?

ווי האט סאטמארער רב זיך אויסגעדרוקט פאר איינעם? א תלמוד חכם איז ? (ער האט געזאגט א נאמען) מעגליך גרעסער פון מיר, אבער פאליטיק פארשטיי איך בעסער...
איך ברענג דא ארויס, אז אלס וואס סאטמארער רב האט גע'טענה'ט, איז געוועהן אמאל.
דאס אז היינט זענען זיי נישט מצליח אריבערצופירן קיין עפעקטיווע חוק הגיוס, איז וועגן די בג"ץ.
און דאס איז א נייע מציאות. וואס האט גארנישט מיט סאטמארער רב'ס ארגומענטן.
וואס איז די ריכטיגע תשובה בנוגע קאנקורירנדע פארטייען?
בקיצור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 452
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 11:55 am
x 529

Re: אומגעצייטיגטע נקודות

פאוסט דורך בקיצור »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: זונטאג יולי 20, 2025 1:49 pm
בקיצור האט געשריבן: זונטאג יולי 20, 2025 1:45 pm
להגדיל הטראסק האט געשריבן: זונטאג יולי 20, 2025 1:10 pm וויפיל יחידים קענסטו וועמען חברי כנסת האבן געהאלפן זיך ארויסדרייען פון מיליטער?

געלט ווייס איך אז זיי האבן געברענגט אסאך פאר די חרדים...
איך בין געהאלפן געווארן דורך א פרומער חבר הכנסת, זיך ארויסצודרייען פון מיליטער.
הלואי ווען איך קען עס ווען הערן פון דיר מונדליך, עס וואלט מיר געווען העכסט אינטערעסאנט צו הערן די דעטאלן...

ביזדערווייל האב איך נאר געהערט אומצאליגע מעשיות ערשטע צווייטע האנט וויפיל זיי האבן נישט געקענט העלפן
איך בין פארפלאנטערט געווארן לערנענדיג אין ישיבה אין א"י. מייט טאטע האט זייער בערגערשאפט. איך בין בטעות נישט געוועהן איינגעשריבן אין ועד הישיבות, און זיי האבן מיט געוואלט נעמען אין מיליטער ל"ע.
כ'האב אריינגעמישט א חבר הכנסת פון אגודה, און ער האט זיך אריינגעלייגט ביז מיין באפרייאונג בס"ד.
בקיצור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 452
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 11:55 am
x 529

Re: אומגעצייטיגטע נקודות

פאוסט דורך בקיצור »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: זונטאג יולי 20, 2025 1:50 pm
בקיצור האט געשריבן: זונטאג יולי 20, 2025 1:44 pm
להגדיל הטראסק האט געשריבן: זונטאג יולי 20, 2025 12:52 pm
אז ער האט געהאלטן אז אויך פאליטיש שטימט עס נישט, און מען וואלט מער אויפגעטון ווען מען גייט ווען נישט אריין.

ווילסט אריינגיין אין דעם נושא?

ווי האט סאטמארער רב זיך אויסגעדרוקט פאר איינעם? א תלמוד חכם איז ? (ער האט געזאגט א נאמען) מעגליך גרעסער פון מיר, אבער פאליטיק פארשטיי איך בעסער...
איך ברענג דא ארויס, אז אלס וואס סאטמארער רב האט גע'טענה'ט, איז געוועהן אמאל.
דאס אז היינט זענען זיי נישט מצליח אריבערצופירן קיין עפעקטיווע חוק הגיוס, איז וועגן די בג"ץ.
און דאס איז א נייע מציאות. וואס האט גארנישט מיט סאטמארער רב'ס ארגומענטן.
וואס איז די ריכטיגע תשובה בנוגע קאנקורירנדע פארטייען?
די מציאות האט אויפגעוויזן א הבטחות ווערן רוב מאל נישט אויסגעפירט.
ווען מ'איז דארט בפועל ממש, קען מען סטראשען, זיך אפזאגן וכו'.

אין אמעריקע וכו' איז א אנדערע סטרט וואל סיסטעם.
ווען אידן אין אמעריקע וואלטן געהאט צוואנציג פראצענט פון די שטימען, קען זיין מ'וואלט געגרינדעט א אידישע פארטיי.

בכל אופן, וועהלט מען אריין היימישע אידן אויף קלענערע פאזיציעס, ווי מ'קען נאר.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2898
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8988

Re: אומגעצייטיגטע נקודות

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

בקיצור האט געשריבן: זונטאג יולי 20, 2025 1:57 pm איך בין פארפלאנטערט געווארן לערנענדיג אין ישיבה אין א"י. מייט טאטע האט זייער בערגערשאפט. איך בין בטעות נישט געוועהן איינגעשריבן אין ועד הישיבות, און זיי האבן מיט געוואלט נעמען אין מיליטער ל"ע.
כ'האב אריינגעמישט א חבר הכנסת פון אגודה, און ער האט זיך אריינגעלייגט ביז מיין באפרייאונג בס"ד.
דאס הייסט דיר געסעטלט מיט א מעמד בן ישיבה, גוט פארשטאנען? אדער עפעס מער?

בקיצור האט געשריבן: זונטאג יולי 20, 2025 1:58 pm די מציאות האט אויפגעוויזן א הבטחות ווערן רוב מאל נישט אויסגעפירט.
ווען מ'איז דארט בפועל ממש, קען מען סטראשען, זיך אפזאגן וכו'.

אין אמעריקע וכו' איז א אנדערע סטרט וואל סיסטעם.
ווען אידן אין אמעריקע וואלטן געהאט צוואנציג פראצענט פון די שטימען, קען זיין מ'וואלט געגרינדעט א אידישע פארטיי.

בכל אופן, וועהלט מען אריין היימישע אידן אויף קלענערע פאזיציעס, ווי מ'קען נאר.
איך וויל עס נישט מדמה זיין צו אמעריקא ווייל אמעריקא ארבעט אנדערש

אבער לו יהא אז יא, אין אמעריקא גייט מען אינאיינעם מיט אנדערע פארטייען, איך בין דא אלס סניף דיר צו העלפן אין דיין פארטיי, ווען עס איז ווען א סווינג מוניציפאליטעט צו וואלט מען אריינגעשיקט היימישע ווען עס זענען דא נישט היימישע? צו ווען מען האט גענוג מענטשן צו מען וואלט נישט געמאכט אן אייגענע פארטיי? איך ווייס נישט.

אבער דאס איז באקאנט איבער א געוויסער עסקן וואס איז אין איין וואלן נישט געווארן אינדארסירט ביי א געוויסע קהילה מהאי טעמא.
שמות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 446
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
Location: Brooklyn
x 294

Re: אומגעצייטיגטע נקודות

פאוסט דורך שמות »

בקיצור האט געשריבן: זונטאג יולי 20, 2025 1:47 pm
שמות האט געשריבן: זונטאג יולי 20, 2025 1:07 pm
בקיצור האט געשריבן: זונטאג יולי 20, 2025 12:30 pm מ'דארף קלאר מאכן.
אלע גדולי ישראל, האבן געזעהן אין די מדינה הציונות און אירע ביטערע גזירות, א צרה איומה פאר כלל ישראל.
און דערפאר האבן זיי אויפגעפאדערט ארויס צו גיין אין א מלחמה קעגן זיי.
און די מערסטע אפעקטיווע מלחמה איז דורך מלחמה האלטן מיט געזעצליכע וועגן.
און דאס איז די טאקע די וועג, וויאזוי אידן אין אלע לענדער איבער די וועלט - ובתוכם אין אמעריקע - שטייען אויף זייער רוחניות'דיגע און גשמיות'דיגע רעכטן.

און טאקע די וועג פון גדולי וצדיקי הדורות זי"ע האט זיך אויפגעוויזן אויף הונדערט פראצענט.
ווען במשך די פארגאנגענע זיבעציג יאר האט מען מבטל געוועהן אומצאליגע גזירות.
א שטייגער ווי ניתוחי מתים, גיוס בנים, גיוס בנות און נאך פיל. כידוע פאר יעדער וואס קען היסטאריע. [נישט דורך געוויסע צייטונגען און האטליינס].

אין די לעצטע יארן, איז געשעהן א דראמאטישע התפתחות. ווען דער בג"ץ האט שטייט און כיטרע, אנגעהויבן צו נעמען פאר זיך מער און מער power, און אפגעשוואכט דער כח פונעם פארלאמענט. און אזוי האט ער אנגעהויבן צו פסל'ען געזעצן, און אנטיילן וואס מ'דארף טוהן.
איינער פון די געזעצן וואס ער האט גע'פסל'ט איז געוועהן דער "חוק הגיוס" וואס איז געוועהן איינגעפירט פופציג יאר, דורך די שתדלנות פון די חברי הכנסת פון "אגודת ישראל" וואס דאס האט גע'פטר'ט פופציג יאר אלע היימישע אידן פון מיליטער דינסט.

יעצט, אוודאי ווי מער דער בג"ץ דיקטאטורט און הערשט איבערן לאנד, אלס ווויניגער כח האבן די חברי הכנסת, וואס זענען פארלאמענט מיטגלידער. א שטייגער ווי די פארלאמענט אין איראן, וואס האט נאך סך ווייניגער כח. ווייל דע הערשאפט ליגט בכלל נישט ביי זיי.
ממילא, היינט, ווען דער בג"ץ פסל'ט יעדער נארמאלער חוק, וויאזוי קען מען שרייען אז יעצט זעהט מען אז מ'טוט גארנישט אויף אין כנסת, און סאטמארער רב איז געוועהן גערעכט.
ווער ס'האט א מינימאלע הבנה, פארשטייט גאנץ גוט, אז דא האט פאסירט א נייע מציאות, וואס האט אפגעשוואכט דעם כח פונעם כנסת. און דאס איז גורם פילע קאמפליקאציעס.

ווי קומט דא אריין די וויכוח מיטן סאטמארער רב?
קודם די פאקטן.
חיטוטי שכבי, נתוחי מתים זענען דארט אלע יארן פארגעקומען בריש גלי.
גיוס בנות איז א געזעץ זייט אנפאנג די מדינה, ס"ה איז דא א פטור פאר די רעליגיעזע וואס באנוצן זיך מיט רעליגיע זיך ארויסצודרייען.
ד"מ טאמער איז גיות בנות יהרג ואל יעבור וואו די חזו"א האט געהאלטן, איז די אלע חרדים וואס האבן אויפגעשטעלט די רעגירונג און געבליבן דארט נאכן דורכפירן די געזעץ, האבן א חלק אין די גיות בנות געזעץ וואס איז און קראפט עד היום הזה.
די פרומע ח"כ האבן זיך ניטאמאל געשלאגן דערויף, מהאט זיך נאר געשלאגן אויף די פרומע בנות.
טאמער זיצט מען נישט דארט אינעווענדיג וואלט מען זיך ניטאמאל געדארפט שלאגן דערויף פונקט ווי די אראבער דארפן זיך נישט שלאגן אויף דעם.
די "פאקטן" פון "משנתו" "איד"?

ניתוחי מתים איז אפגעשטעלט געווארן נאכן קאאליציע-הסכם מיט אגודת ישראל תשל"ז.
די חוק וואס פטר'ט פון גיוס בני הישיבות, איז אויך דורכגעפירט געווארן דעמאלס.
וועגן גיוס בנות דארף איך נאכאמאל נאכטשעקן.
וועלכע פרט האסטו מיר אפגעפרעגט?
חיטוטי שכבי?
ניתוחי מתים וואס איז אנגעגאנגען לויט דיינע ווערטער ביז תשל"ז.
און איך גיי אפילו נישט נאכגיין די פאקטן וואס די הסכם איז געווען. א בחינה וואו אלע אנדערע הסכמות וואו בר אילן א האלב שבת מעג קארן פארן און א אנדערע האלב נישט...
גיות בנות ביטע קוק נאך די פאקטן משנתו צו אנדערע.
גיות בני ישיבות האב איך דאך געשריבן אז דו ביזט אינגאנצן אינדרויסן ביסטו פונקט וואו די אראבער.
און וואו אנדערע שרייבן דא אז די שטארקע רעכטע ווילן זען די פרומע אינעווענדיג אין מיליטער און די לינקע האבן דיר סתם פיינט, איז אויף וואס ארויף די זיכערקייט אז דארט וואלסטו געהאט בעסערע רעזולטאטן?
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2285
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 4523

Re: אומגעצייטיגטע נקודות

פאוסט דורך הדסים »

ראובן האט געשריבן: זונטאג יולי 20, 2025 4:54 am
שכל הישר האט געשריבן: זונטאג יולי 20, 2025 12:00 am @נקודות טובות זייער זיין באשריבן, איר האט א פיינע פעדער און אויך גאר קלאר...
אבער

סתם פאר אינטערסאנטקייט,

איז די חתם סופר בשעתו געוועהן די ראש פון די מלחמה אדער די מלחמה איז געוועהן די הייליגע חתם סופר נגד די איבריגע חלק כלל ישראל?

ועוד; לי יציור אז די חתם סופר איז געוועהן די איינציגסטע, און די אלע אנדערע גדולים זענען נישט געשטאנען אויף זיין זייט בכלל.
האט מען אכציג יאר נאך די חתם סופר נאכאלטס געהאלטן אז ער איז נישט גערעכט?
שתי תשובות. קודם, סאטמאר רב איז נישט געווען די איינציגסטע וואס האט געהאלטן אזוי. והשנית @נקודות טובות האט געמיינט ארויסצוברענגן א געוויסע נקודה פון ברייטקייט און היקף וואס לפי דבריו האט נאר סאטמאר רב ז״ל געהאט, ער האט נישט געמיינט אריינצוגיין צו די נידון דא איז דומה ממש צו יענע.

אבער פארשטייענדיג וואס @נקודות טובות האט געוואלט ארויסברענגען, בין איך נישט מסכים צו אים. ער האט ארויסגעברענגט דעם קאנטראסט פון סאטמאר רב צו הגאון ר׳ משה פיינשטיין אז ר׳ משה איז געווען נאר תורה משא״כ סאטמאר רב האט ארומגענומען די זאך מיט אן אנדערע בליק אויך. אגב, ר׳ משה האט אזוי געהאלטן בשיטה, ער האט געהאלטן איך טאר נישט זאגן אנדערש ווי עס קומט מיר אויס להלכה אפילו אויפן חשבון פון אנדערע זאכן, אבער דאס איז נישט די נידון דא. איך וויל אבער פרעגן @נקודות טובות א שאלה, די חזון איש האט אויך געהאט די זאך וואס איר האט געזאגט. צו דען מוז מען יעצט אננעמען זיין שיטה לגבי עלעקטריק בשבת עד כדי כך אז א חזון איש תלמיד זאל זאגן ס׳איז אפילו נישטא קיין צוויי צדדים? אך קען געבן נאך דוגמאות פון אנדערע גדולי ישראל אבער די נקודה פארשטייט מען.

אגב איך בין פריש איינגעשריבן דא, טאמער איז מיין תגובה נישט לפי התקנות, ביטע מעקן. א דאנק
קענסט פרעגן פשוט'ער, צי דען ווייל ער האט געוויסע גדלות'ן מוז מען אננעמען יעדע פסק זיינע? און איז דען דער חת"ס הלכה כמותו בכל מקום?

אלא מאי ס'איז פארהאן א נפק"מ צווישן א געווענליכע פסק הלכה און א זאך אויף וואס ער האט געקעמפט א גאנץ לעבן כדוגמת החת"ס ווייל ער האט פארגעזען דערין א חורבן לדודות לדעתו.

אגב ס'קוקט אויס אז האסט בטעות פארזען אז ער האט אויך געשריבן אז סאטמאר רב וואלט געווען צופרידן ווען טשעבינער רב גיבט ארויס א בירור הלכה אויף פארקערט, ווייל דער טשעבינער רב איז - לדבריו - נישט געווען מחולק בהשקפה ממילא אויפן עתיד ווען דער חורבן איז עתיד להיות וואלט ער שוין אויך נישט געווען מחולק, זיין פראבלעם איז נאר געווען א בלענק היתר אן קיין בירור הלכה לדורות וואס זאלן וויסן ווען דער היתר איז שוין נישט גילטיג.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
בקיצור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 452
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 11:55 am
x 529

Re: אומגעצייטיגטע נקודות

פאוסט דורך בקיצור »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: זונטאג יולי 20, 2025 2:15 pm
בקיצור האט געשריבן: זונטאג יולי 20, 2025 1:57 pm איך בין פארפלאנטערט געווארן לערנענדיג אין ישיבה אין א"י. מייט טאטע האט זייער בערגערשאפט. איך בין בטעות נישט געוועהן איינגעשריבן אין ועד הישיבות, און זיי האבן מיט געוואלט נעמען אין מיליטער ל"ע.
כ'האב אריינגעמישט א חבר הכנסת פון אגודה, און ער האט זיך אריינגעלייגט ביז מיין באפרייאונג בס"ד.
דאס הייסט דיר געסעטלט מיט א מעמד בן ישיבה, גוט פארשטאנען? אדער עפעס מער?
ניין.
קיין מעמד בן ישיבה, איז נישט געוועהן שייך צו באקומען.
מ'האט מיר גע'פטר'ט אויף אנדערע וועגן. מיט אינטעסיווע שתדלנות.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2898
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8988

Re: אומגעצייטיגטע נקודות

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

בקיצור האט געשריבן: מאנטאג יולי 21, 2025 1:51 pm ניין.

זייער אינטערעסאנט, דאס ערשטע מאל וואס איך הער אזא מעשה, ביז אהער האב איך נאר געהערט ערשטע \ צווייטע האנט וויפיל קיינער האט נישט געוואלט אדער נישט געקענט העלפן און אלעס איז אנגעקומען קיין מאה שערים.

נישט אז עס איז א ראי' - אבער דאך גאר אינטערעסאנט צו הערן.
אוועיטער
איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1006
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 1166

Re: אומגעצייטיגטע נקודות

פאוסט דורך איד »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: מאנטאג יולי 21, 2025 1:55 pm
בקיצור האט געשריבן: מאנטאג יולי 21, 2025 1:51 pm ניין.
קיין מעמד בן ישיבה, איז נישט געוועהן שייך צו באקומען.
מ'האט מיר גע'פטר'ט אויף אנדערע וועגן. מיט אינטעסיווע שתדלנות.
זייער אינטערעסאנט, דאס ערשטע מאל וואס איך הער אזא מעשה, ביז אהער האב איך נאר געהערט ערשטע \ צווייטע האנט וויפיל קיינער האט נישט געוואלט אדער נישט געקענט העלפן און אלעס איז אנגעקומען קיין מאה שערים.

נישט אז עס איז א ראי' - אבער דאך גאר אינטערעסאנט צו הערן.
זאג נאר פון וועמען האסטו געהערט מעשיות ביז יעצט?

אוודאי אין די סאטמארע אויסגאבעס וכדו' גייט מען נישט באשרייבן ווען די ח''כ האבן געהאלפן, און במילא ווערט נאר באשריבן די פעלער וואס זיי האבן נישט
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2898
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8988

Re: אומגעצייטיגטע נקודות

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

איד האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 6:33 pm זאג נאר פון וועמען האסטו געהערט מעשיות ביז יעצט?

אוודאי אין די סאטמארע אויסגאבעס וכדו' גייט מען נישט באשרייבן ווען די ח''כ האבן געהאלפן, און במילא ווערט נאר באשריבן די פעלער וואס זיי האבן נישט
גראדע נישט פון קיין סאטמארע אויסגאבעס.

און צו מיר איז אנגעקומען נאר די מעשיות וואו זיי האבן נישט געקענט העלפן נאר געשיקט צו אנדערע עסקנים, כ'האב נישט געזאגט אז חברי כנסת קענען נישט העלפן, נאר אז כ'האב נישט געהערט אז יא, שרייבן דא אנדערע אז חברי כנסת העלפן יא, מסכים!
עריק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 251
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 3:28 pm
Location: ים ברעג
x 240

Re: היסטאריש! גייט גור ווערן על טהרת הקודש?

פאוסט דורך עריק »

א גאנצע צייט פרעגט מען היתכן סאטמער רב האט אפגעשריבען א גאנצע ביאור להלכה בנוגע שיטתו לגבי המדינה איז וואס איז פשט די צד שכנגד האט נישט צוקוקגעשריבען?
סאטמער רב איז געווען א רב א פוסק די אנדער צד איז מער ווייניגער געווען רביס און נישט פוסקים און ביי זיי איז די גאנצע זאך געווען א השקפה שאלה און נישט א הלכה שאלה
בעלזע רביס לדורתויהם , גורע רבי , אלע רוזינע רביס , טשערנאבליר רביס און די וויזניצער רביס האבן קיינמאל קיין פסקים נישט געשריבען און דא איז נישט געווען אנדערש
בקיצור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 452
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 11:55 am
x 529

Re: היסטאריש! גייט גור ווערן על טהרת הקודש?

פאוסט דורך בקיצור »

עריק האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 7:54 pm א גאנצע צייט פרעגט מען היתכן סאטמער רב האט אפגעשריבען א גאנצע ביאור להלכה בנוגע שיטתו לגבי המדינה איז וואס איז פשט די צד שכנגד האט נישט צוקוקגעשריבען?
סאטמער רב איז געווען א רב א פוסק די אנדער צד איז מער ווייניגער געווען רביס און נישט פוסקים און ביי זיי איז די גאנצע זאך געווען א השקפה שאלה און נישט א הלכה שאלה
בעלזע רביס לדורתויהם , גורע רבי , אלע רוזינע רביס , טשערנאבליר רביס און די וויזניצער רביס האבן קיינמאל קיין פסקים נישט געשריבען און דא איז נישט געווען אנדערש
מ'רעדט דאך אויך פון אלע פוסקים.
טשעבינער רב.
חזון איש.
רבי מאיר קרליץ.
סטייפלער.
רבי משה פיינשטיין.
וכולם.
לעבעדיגע איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 4:04 pm
x 122

Re: אומגעצייטיגטע נקודות

פאוסט דורך לעבעדיגע איד »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: מאנטאג יולי 21, 2025 1:55 pm
בקיצור האט געשריבן: מאנטאג יולי 21, 2025 1:51 pm ניין.
קיין מעמד בן ישיבה, איז נישט געוועהן שייך צו באקומען.
מ'האט מיר גע'פטר'ט אויף אנדערע וועגן. מיט אינטעסיווע שתדלנות.
זייער אינטערעסאנט, דאס ערשטע מאל וואס איך הער אזא מעשה, ביז אהער האב איך נאר געהערט ערשטע \ צווייטע האנט וויפיל קיינער האט נישט געוואלט אדער נישט געקענט העלפן און אלעס איז אנגעקומען קיין מאה שערים.

נישט אז עס איז א ראי' - אבער דאך גאר אינטערעסאנט צו הערן.
כ׳וועל נישט זיין סופרייזט צו הערן אז די חבר הכנסת פון וועם ער רעדט האט עס מסדר געווען דורך מרכז עזרה ויעוץ,
עריק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 251
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 3:28 pm
Location: ים ברעג
x 240

Re: אומגעצייטיגטע נקודות

פאוסט דורך עריק »

לעבעדיגע איד האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 10:25 pm

און איך האב נייעס פאר דיר אסאך קעסיס פון עזרה ויעוץ ווערט באגלייט דורך די חכ"ם כיודע די מרכז טוהט נאר זאכן לפי החוק
לעבעדיגע איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 4:04 pm
x 122

Re: אומגעצייטיגטע נקודות

פאוסט דורך לעבעדיגע איד »

עריק האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 11:11 pm
לעבעדיגע איד האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 10:25 pm
להגדיל הטראסק האט געשריבן: מאנטאג יולי 21, 2025 1:55 pm
זייער אינטערעסאנט, דאס ערשטע מאל וואס איך הער אזא מעשה, ביז אהער האב איך נאר געהערט ערשטע \ צווייטע האנט וויפיל קיינער האט נישט געוואלט אדער נישט געקענט העלפן און אלעס איז אנגעקומען קיין מאה שערים.

נישט אז עס איז א ראי' - אבער דאך גאר אינטערעסאנט צו הערן.
כ׳וועל נישט זיין סופרייזט צו הערן אז די חבר הכנסת פון וועם ער רעדט האט עס מסדר געווען דורך מרכז עזרה ויעוץ,
און איך האב נייעס פאר דיר אסאך קעסיס פון עזרה ויעוץ ווערט באגלייט דורך די חכ"ם כיודע די מרכז טוהט נאר זאכן לפי החוק
וואס טוט זיך אין מרכז ווייס איך, האט נישט מיט קיין ח״כ און נישט מיט קיין חוק קיין שייכות, וד״ל
וואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 636
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 1177

Re: היסטאריש! גייט גור ווערן על טהרת הקודש?

פאוסט דורך וואלף »

דערווייל האט געשריבן: מיטוואך יולי 09, 2025 1:38 pm פאר ווער ס'איז באזארגט, אז דער עולם אין א"י ווייסט נישט אז מ'טאר נישט גיין אין מיליטער, און די רבנים דארפם מפרסם זיין דעם איסור @וואלף
@דערווייל וויאזוי לערנסטו פשט אין דעם המודיע?
פיילס
0843.png
0843.png (155.85 KiB) געזען געווארן 845 מאל
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 411
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 1318

Re: היסטאריש! גייט גור ווערן על טהרת הקודש?

פאוסט דורך שמועות טובות »

פארוואס אין די פרשה גיט נישט אבי שיק אריין אן עמיקוס?
קרישקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 195
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:00 pm
x 317

Re: היסטאריש! גייט גור ווערן על טהרת הקודש?

פאוסט דורך קרישקע »

שמועות טובות האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 12, 2025 3:12 pm פארוואס אין די פרשה גיט נישט אבי שיק אריין אן עמיקוס?
דא האסטו
viewtopic.php?p=183621#p183621
נצחו
פרישער באניצער
פאוסטס: 37
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 9:19 pm
x 99

Re: אומגעצייטיגטע נקודות

פאוסט דורך נצחו »

לעבעדיגע איד האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 11:24 pm
עריק האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 11:11 pm
לעבעדיגע איד האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 10:25 pm
כ׳וועל נישט זיין סופרייזט צו הערן אז די חבר הכנסת פון וועם ער רעדט האט עס מסדר געווען דורך מרכז עזרה ויעוץ,
און איך האב נייעס פאר דיר אסאך קעסיס פון עזרה ויעוץ ווערט באגלייט דורך די חכ"ם כיודע די מרכז טוהט נאר זאכן לפי החוק
וואס טוט זיך אין מרכז ווייס איך, האט נישט מיט קיין ח״כ און נישט מיט קיין חוק קיין שייכות, וד״ל
שמעתי כלי ראשון מפי אחד מבני האדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א
אז מאיר פרוש איז א צדיק ווייל ער האט שוין אסאך מאל אליינס מיטגעהאלטן ווי מען וועקט אים אויף אינמיטן די נאכט צו העלפן היימישע בחורים פון מיליטער און ער האט נאך קיינמאל נישט אפגעזאגט
עריק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 251
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 3:28 pm
Location: ים ברעג
x 240

Re: אומגעצייטיגטע נקודות

פאוסט דורך עריק »

נצחו האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 13, 2025 5:02 pm
לעבעדיגע איד האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 11:24 pm
עריק האט געשריבן: דינסטאג יולי 22, 2025 11:11 pm

און איך האב נייעס פאר דיר אסאך קעסיס פון עזרה ויעוץ ווערט באגלייט דורך די חכ"ם כיודע די מרכז טוהט נאר זאכן לפי החוק
וואס טוט זיך אין מרכז ווייס איך, האט נישט מיט קיין ח״כ און נישט מיט קיין חוק קיין שייכות, וד״ל
שמעתי כלי ראשון מפי אחד מבני האדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א
אז מאיר פרוש איז א צדיק ווייל ער האט שוין אסאך מאל אליינס מיטגעהאלטן ווי מען וועקט אים אויף אינמיטן די נאכט צו העלפן היימישע בחורים פון מיליטער און ער האט נאך קיינמאל נישט אפגעזאגט
איך קען א אינגערמאן וואס האט געדארפט גאר וויכטיג ארויספארן פון לאנד אבער מען האט אים נישט געלאזט צוליב צבא ביז פרוש האט זיך אריינגעמישט און פארמשכנת זיין פאספארט ביי די חברה אז ער נעמט אחריות אויף דעם בחור
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1716
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2833

Re: היסטאריש! גייט גור ווערן על טהרת הקודש?

פאוסט דורך טיפע טאשן »

איר אז יואל לאנדא איז געפארן בשליחות פון אדמו"ר מסאטמאר מהרי”י ווייטער צו טון אין די נושא
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
שרייב פאוסט