נייעס און אלעס ארום מאנטרעאל, קאנאדא

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
פארק שול
פרישער באניצער
פאוסטס: 88
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 6:14 pm
Location: Montreal
x 247

Re: נייעס און אלעס ארום מאנטרעאל, קאנאדא

פאוסט דורך פארק שול »

חנן האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 18, 2025 7:25 pm
בערל דער פייפער האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 18, 2025 6:40 pm
טללי אורות האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 18, 2025 6:37 pm איך ווייס נישט צו איינער קומט נאך אמאל אריין דא, אבער איך מוז זיך אויסגעבן מיין ווייטאג.
איך וואוין אין מאנטריאל, און איך בין א כולל אינגערמאן, און איך קען זיך נישט בארואיגן פון די מוראידגע ליין וואס רופט זיך אחדות ליין, וואס שיינט צו זיין א סימבאל פון אחדות, אידן וואס פארן קיין נ.י. און צוריק און זיי זענען מרוב טובם מסכים צו נעמען פאסענדזשירן מיט זייער קאר....
מי כעמך ישראל! שרייט זיך ארויס!
איין מינוט, כ'האב פארגעסן צו צולייגן, ס'קאסט געלט! נישט סתם געלט! מ'שעמט זיך שוין נישט צו בעטן $130 דאללער US פאר איין אויסגעקארגטע פלאץ!

רבותי! ווי שטיי מיר??!! ס'איז א בושה און א חרפה עס אנצורופן אחדות ליין....
וועק'ס ענק אויף! יא! עס קאסט טאקע 70-80 דאללער געז, אבער פון דארט ביז בעטן $130 פון יעדע פאסאנדזשיר איז א ווייטער וועג.
כ'האף אז די עולם וועט דערהערן דאס וויי געשריי פון די פרישע כולל אינגערלייט וואס דארפן נאך פארן צו די עלטערן אפאר מאל א יאר, און די קאסטן איז העכער ווי מען קען סובל זיין!
פארוואס נישט ריפן די עולם חסד ליין?
עולם חסד יבנה איז טאקע די ערשטע אויסוואל צו רופן, אבער למעשה איז עס נאכנישט אזוי אויפגעכאפט, אזוי אז גענוג מאל וואס מ'קען דארט נישט טרעפן קיין צוגעפאסטע טריפס און מ'דארף רופן די אחדות ליין און דארט נעמען א טריפ פאר צעדרייטע פרייזן.

ווי איך פארשטיי איז זיין ווייטאג נישט אזוי ווייט אויף די אחדות ליין, וואס ווי באקאנט ווערט עס קאנטראלירט דורך עטליכע דרייווערס, וואס זיי טוען דאס פאר פרנסה. זיין טענה איז אויף סתם מענטשן וואס פארן און קענען באשטיין מיטצונעמען נאך אייניגע פאסזשירן, צו העלפן דעקן די קאסטן פון די רייזע, און בעטן די צעדרייטע פרייזן, פשוט ווייל פארוואס נישט...

לעולם וואלט מען ווען געמעגט נעמען מענטשן אומזיסט אויך, דו פארסט דאך סייווי.. נאר וואס, דו ווילסט ס'זאל דיר העלפן דעקן די רייזע, נו איז בעט א נארמאלע פרייז, 70-80 דאלאר א פאסאזשיר, נעם מיט 2-3 פאסאזשירן, אדער מער, און דעק א שיינע חלק, אדער גאר די גאנצע פון דיין טריפ, אבער רייטן אויף יענעם, פשוט ווייל יענער קען/וויל נישט דרייוון, און דו יא???

ס'קומט שוין אויס ביליגער ארויסצונעמען אליין א רענטל פאר א וויקענד + די געז, ווי צו פארן מיט א צווייטן, דאס איז פלאס וואס דו האסט די קאר פאר די גאנצע 3-4 טעג, און איך דארף נאך צאלן פאר טעקסיס, אויב וויל איך פארן פון איין שטאט צום אנדערן במשך מיין צייט אין ניו יארק.

ס'איז שוין געווען א שטיקל צייט וואס עסקנים האבן אויפגעהויבן א ווייגעשריי און דעמאלטס איז טאקע אויפגעפרישט געווארן די חסד ליין, ווי רוב מענטשן האלטן זיך צום נארמאלן פרייז, אבער ס'איז נאך גענוג שווער צו טרעפן א נארמאלע פרייז. מ'דארף האלטן און איין ליארמען, ביז ווען מענשטן וועלן זיך שעמען צו בעטן העכער 100 דאלאר.
עס איז א גרויסע ווייטאג די פרייזן.
דאס איז א דירעקטע רעזולטאט פון קאוויד וואס דעמאלסט איז געווען איש כל הישר בעיניו און אזוי איז עס געבליבן.
פון די אנדערע זייט ווען א פריוואטער מענטש לייגט ארויף אויף די ליין אז ער ער האט פלאץ איז עס נישט נאר צי דעקן די הוצאות, ער וויל אויך מאכן געלט.
איך פאר זייער אסאך אליין אהין און צוריק, אויב וויל איך מיטנעמען פאסאזשירן איז עס מיר נאר ווערט אויב איך פארדין דערפון. עס איז א גרויסע שיעבוד צי האבן פרעמדע פאסאזשירן, ועל כלם האסטו נישט דיין פריוואטקייט.
פאר די פרישע כולל אינגעלייט איז דא א מהלך זוך צוזאמשטעלן מיט א אנדערע קאפל.
איך שרייב סך הכל מיין מיינונג, לאו דווקא געבויט אויף קלארע פאקטן.
אבער עס איז דא 1% טשענס אז איך בין גערעכט
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1710
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2813

Re: נייעס און אלעס ארום מאנטרעאל, קאנאדא

פאוסט דורך טיפע טאשן »

דעם זונטאג נאכט איז פארגעקומען א באעהרונגס צערעמאניע מיט די באטייליגונג פון פילע אידישע איינוואוינער און עסקנים ווי די אידישע פארלאמענט מיטגליד פרוי בן-דיין וואס פארטרעט די היימישע אוטרעמאנט געגנט האט אויסגעקליבן צו באעהרן פיר היימישע עסקנים מיט קעניגליכע בריטישע מעדאלן. די מעדאלן זענען א טייל פון דרייסיג טויזנט מעדאלן וואס די קעניגליכע פאלאץ אין ענגלאנד האט ספעציעל ערצייגט צו אפצייכענען די ערשטע יארטאג פון דעם קעניג׳ס איינשווערונג און וויבאלד קאנאדע איז היסטאריש א טייל פון די בריטישע אימפעריע האבן זיי באקומען טייל פון די מעדאלן, די פיר עסקנים זענען ר׳ משה שמואל יוחנן הערצאג פון ק"ק בעלזא, ר׳ מנחם מאיר פייג אנפירער פון די לאקאלע חברה הצלה, ר׳ שרגא שמואל מיללער פון די אידישע חסידי'שע קאמיוניטי קאונסיל אוו קוויבעק, און ר׳ אברהם מאיר ווערצבערגער פון ק"ק סאטמאר, ווען דערביי האט הרבני הנגיד ר׳ יחיאל מיכל ראזענבערג שליט"א אנגעקליידעט די קעניגליכע מעדאלן אויף די רעקלעך פון די היימישע עסקנים.
פיילס
Screenshot_20250304_080733_Gmail.jpg
Screenshot_20250304_080733_Gmail.jpg (174.64 KiB) געזען געווארן 1391 מאל
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
דערווייל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 341
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 6:13 pm
Location: n y
x 307

Re: נייעס און אלעס ארום מאנטרעאל, קאנאדא

פאוסט דורך דערווייל »

ס'איז געשלאסן געווארן א שייינע שידוך.
טאכטער ביי הרה"ג ר' יואל מאסקאוויטש שליט"א אב"ד מאור הגולה בן הגה"צ ר' יצחק אלעזר שליט"א וחתן האדמו"ר מסקולען זצ"ל, מיט זוהן בן הרה"ג ר' מאיר יצחק הורוביץ שליט"א אב"ד לינסק ב"פ, בן הגה"צ ר' יעקב שליט"א ר"י בית מאיר
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 535
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 845

Re: נייעס און אלעס ארום מאנטרעאל, קאנאדא

פאוסט דורך תורה ויראה »

דערווייל האט געשריבן: מאנטאג יוני 30, 2025 7:48 pm ס'איז געשלאסן געווארן א שייינע שידוך.
טאכטער ביי הרה"ג ר' יואל מאסקאוויטש שליט"א אב"ד מאור הגולה ומו"ץ בקיט"ל ד'סאטמאר בן הגה"צ ר' יצחק אלעזר שליט"א וחתן האדמו"ר מסקולען זצ"ל, מיט זוהן בן הרה"ג ר' מאיר יצחק הורוביץ שליט"א אב"ד לינסק ב"פ, בן הגה"צ ר' יעקב שליט"א ר"י בית מאיר
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 535
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 845

Re: נייעס און אלעס ארום מאנטרעאל, קאנאדא

פאוסט דורך תורה ויראה »

איינער מיט פרטים?
Screenshot 2025-07-09 152405.png
Screenshot 2025-07-09 152405.png (128.71 KiB) געזען געווארן 1217 מאל
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2321
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 7667

Re: נייעס און אלעס ארום מאנטרעאל, קאנאדא

פאוסט דורך שינאווער »

תורה ויראה האט געשריבן: מיטוואך יולי 09, 2025 3:24 pm איינער מיט פרטים?

Screenshot 2025-07-09 152405.png
ס'איז דא אזויפיל אידן אין מאנטרעאל אז ממאכט שוין א פרישער ישוב?
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4808
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6481

Re: נייעס און אלעס ארום מאנטרעאל, קאנאדא

פאוסט דורך שמח »

תורה ויראה האט געשריבן: מיטוואך יולי 09, 2025 3:24 pm איינער מיט פרטים?

Screenshot 2025-07-09 152405.png
פרעג @טועמיה
אוועיטער
Spa 42
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 1327
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
x 5308

Re: נייעס און אלעס ארום מאנטרעאל, קאנאדא

פאוסט דורך Spa 42 »

די קאנאדישע פריים מיניסטער פארדאמט די אינצידענט.
tas.png
tas.png (311.36 KiB) געזען געווארן 1095 מאל
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2166
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 4035

Re: נייעס און אלעס ארום מאנטרעאל, קאנאדא

פאוסט דורך הדסים »

Spa 42 האט געשריבן: מוצש"ק אוגוסט 09, 2025 9:52 pm די קאנאדישע פריים מיניסטער פארדאמט די אינצידענט.
tas.png
דער (אידישער) מעיאר פון העמפסטעד קוויבעק זשערעמי ליוויי האט עס אויך פארדאמט און דערביי באשולדיגט פריים מיניסטער קארני אז זיין שוואכע פירערשאפט האט צוגעברענגט אז פארברעכער הייבן זיך די קעפ.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
חנן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 246
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 2:11 pm
x 667

Re: נייעס און אלעס ארום מאנטרעאל, קאנאדא

פאוסט דורך חנן »

Spa 42 האט געשריבן: מוצש"ק אוגוסט 09, 2025 9:52 pm די קאנאדישע פריים מיניסטער פארדאמט די אינצידענט.
tas.png
שעמען זאל ער זיך פאר זיין שטיצע צו די פארשלאטענע פאליציי וואס האט נישט געזען פאר וויכטיג צו קומען. א שעה שפעטער האבן זיי זיך דערמאנט צו קומען קוקן אויב איינער ווארט נאך אויף זיי.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2166
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 4035

Re: נייעס און אלעס ארום מאנטרעאל, קאנאדא

פאוסט דורך הדסים »

חנן האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2025 3:51 pm

דהיינו, מ'האט זיי גערופן און זיי זענען נישט געקומען?
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
חנן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 246
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 2:11 pm
x 667

Re: נייעס און אלעס ארום מאנטרעאל, קאנאדא

פאוסט דורך חנן »

הדסים האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2025 5:40 pm

יא. דער וואס האט דאס אפגעכאפט האט גערופן פאליציי.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2166
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 4035

Re: נייעס און אלעס ארום מאנטרעאל, קאנאדא

פאוסט דורך הדסים »

חנן האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2025 5:52 pm

און וואס זאגן זיי? נישטא קיין אקאונטעביליטי אויף אזעלכע זאכן אין די גרעיט סטעיט אוו קאנאדא?
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
חנן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 246
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 2:11 pm
x 667

Re: נייעס און אלעס ארום מאנטרעאל, קאנאדא

פאוסט דורך חנן »

הדסים האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2025 5:56 pm
חנן האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2025 5:52 pm
הדסים האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2025 5:40 pm

דהיינו, מ'האט זיי גערופן און זיי זענען נישט געקומען?
יא. דער וואס האט דאס אפגעכאפט האט גערופן פאליציי.
און וואס זאגן זיי? נישטא קיין אקאונטעביליטי אויף אזעלכע זאכן אין די גרעיט סטעיט אוו קאנאדא?
פרעג קארני, וואס האט ער געמיינט מיט זיין שטיצע פאר די לאו ענפארסמענט... די דילעי, אדער דאס אז זיי האבן מסכים געווען ברוב טובם צו "עפענען אן אויספארשונג"....
אוועיטער
Spa 42
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 1327
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
x 5308

Re: נייעס און אלעס ארום מאנטרעאל, קאנאדא

פאוסט דורך Spa 42 »

א פארשוין אנגעטון אין אראבישע בגדים איז אפגעכאפט געווארן פרייטאג אויף ווידעא ווי ער שרייט נאך אידן מיט מיאוסע ווערטער, צווישן אנדערע האט ער געשריבן 'מ' ברויך ענק אלע הרג'ענען" ה"י

די פארשוין איז שפעטער ארעסטירט געווארן.
jjd.jpg
jjd.jpg (53.02 KiB) געזען געווארן 827 מאל
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 535
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 845

Re: נייעס און אלעס ארום מאנטרעאל, קאנאדא

פאוסט דורך תורה ויראה »

Screenshot 2025-08-20 090135.png
Screenshot 2025-08-20 090135.png (15.28 KiB) געזען געווארן 712 מאל
אוועיטער
פארק שול
פרישער באניצער
פאוסטס: 88
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 6:14 pm
Location: Montreal
x 247

Re: נייעס און אלעס ארום מאנטרעאל, קאנאדא

פאוסט דורך פארק שול »

היינט קומט פאר מוניציפאלע וואלן אין גאנץ קוויבעק.
וואס רעכנט אריין די היימישע אוטרימאנט און מאנטריאל געגנט.
די לאנג יעריגע מרשעת פארזשעט קאמפיינט העפטיג אבער מיטן אייבירשטענס הילף וועט זי נישט אריין קומען.
איך שרייב סך הכל מיין מיינונג, לאו דווקא געבויט אויף קלארע פאקטן.
אבער עס איז דא 1% טשענס אז איך בין גערעכט
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2166
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 4035

Re: נייעס און אלעס ארום מאנטרעאל, קאנאדא

פאוסט דורך הדסים »

פארק שול האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 02, 2025 5:14 pm היינט קומט פאר מוניציפאלע וואלן אין גאנץ קוויבעק.
וואס רעכנט אריין די היימישע אוטרימאנט און מאנטריאל געגנט.
די לאנג יעריגע מרשעת פארזשעט קאמפיינט העפטיג אבער מיטן אייבירשטענס הילף וועט זי נישט אריין קומען.
ווען און וואו וועט זיין די רעזולטאטן?
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
פארק שול
פרישער באניצער
פאוסטס: 88
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 6:14 pm
Location: Montreal
x 247

Re: נייעס און אלעס ארום מאנטרעאל, קאנאדא

פאוסט דורך פארק שול »

רעזולטאטן הייבן אן אריין קומען זייער שטאט
דער היימישער ציבור האט ארויס געברענגט איבער 2000 שטימען.
עס איז צעטיילט אין 4 באראס
איך שרייב סך הכל מיין מיינונג, לאו דווקא געבויט אויף קלארע פאקטן.
אבער עס איז דא 1% טשענס אז איך בין גערעכט
מלך שמחל
פרישער באניצער
פאוסטס: 48
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 12:34 am
x 48

Re: נייעס און אלעס ארום מאנטרעאל, קאנאדא

פאוסט דורך מלך שמחל »

אין דשאסעף באביען דיסטריקט האט מען שוין געציילט 29% פון די וואוט
נאך צו פרי צי זאגן אבער דא גוטע צייכענעס אז די מרשעת פארזשעט ימ"ש גייט נישט אין ערגעץ.

Mercedez PLANTE 591 votes
FORGET 375 votes
אוועיטער
אני מאמין איך גלייב
פרישער באניצער
פאוסטס: 31
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 10:01 pm
x 160

Re: נייעס און אלעס ארום מאנטרעאל, קאנאדא

פאוסט דורך אני מאמין איך גלייב »

C/P

דער וואך האט זיך ב"ה גוט אנגעהויבן אין מאנטרעאל.

אלע עסקנים אינדארסירטע קאנדידאטן האבן ברייט געווינען נעכטן אנטקעגן די אנדערע קאנדידאטן וואס זענען אויסגעשפראכן קעגן דעם היימישן ציבור און געלאפן מיט א קלארן ציל צו מער ענג מאכן פארן היימישן ציבור אין שטאט.
איינע פון זיי איז שוין מיט 10 יאר צוריק געווען ערוועלט פאר א טערמין און רוב שוועריקייטן וואס היימישע אידן אין אוטרעמאנט - מאנטרעאל האבן נאך ביז היינט צו ליידן איז אדאנק אירע דעמאלטדיגע שריט, און זי האט יעצט געוואלט נאך מער ענג מאכן דעם ציבור. א שטייגער ווי פארמאכן דעם ארגעניזאציע חברים, פארבאטן צו בויען נאך שולן און פארמאכן א טייל עקזיסטירנדע שולן, פארבאטן סקול באסעס צו פארן אויף די גאסן, וכדומה, און אזוי אויך האט זי אין איר טערמין מיט 10 יאר צוריק כסדר גערופן פאליציי צו טיילן טיקעטס פאר היימישע איינוואוינער פאר יעדע מינדערוויכטיגע סיבה וואס זי האט נאר געקענט. און יעצט האט זי ווידער פרובירט צו ווערן אריין געוועלט און דער עולם איז געווען אין גרויס אנגסט און געשטימט מיט די גרעסטע ציפערן מעגליך צו פארזיכערן בס"ד אז זי קומט נישט אריין. און ב"ה אז זי האט פארלוירן מיט א לענדסלייד.

הודו לה'!! דידן נצח!!
וואלן אויסגאנג מאנטרעאל - אוטרעמאנט.PNG
וואלן אויסגאנג מאנטרעאל - אוטרעמאנט.PNG (76.69 KiB) געזען געווארן 373 מאל
האט איר שוין היינט געזאגט די =י"ג עיקרים=??
=שש זכירות=
אוועיטער
עדיטאריעל
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1499
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:46 am
x 5429

Re: נייעס און אלעס ארום מאנטרעאל, קאנאדא

פאוסט דורך עדיטאריעל »

כח היחיד!!!!
פיילס
Screenshot_20251103_211352_WhatsAppBusiness.jpg
Screenshot_20251103_211352_WhatsAppBusiness.jpg (105.14 KiB) געזען געווארן 280 מאל
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
בארדיטשוב
פרישער באניצער
פאוסטס: 27
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 8:38 am
x 26

Re: נייעס און אלעס ארום מאנטרעאל, קאנאדא

פאוסט דורך בארדיטשוב »

תשית לראשו עטרת פז

נעכטן ביי מלוה מלכה בבית הנגיד ישראל קאהן הי''ו לטובת די קאמפיין פאר בית המדרש טריסק האט הגה''צ רבי יוחנן הלוי וואזנער שליט''א ראב''ד סקווירא בעל ''חייי הלוי'' מכתיר געווען זיין איידעם הגה''צ רבי שריהו יונה טווערסקי שילט''א אלץ כ''ק אדמו''ר מ'טריסק שליט''א יאריך ימיו על ממלכתו הוא ובניו בקרב ישראל
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2166
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 4035

Re: נייעס און אלעס ארום מאנטרעאל, קאנאדא

פאוסט דורך הדסים »

בארדיטשוב האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 16, 2025 7:45 pm תשית לראשו עטרת פז

נעכטן ביי מלוה מלכה בבית הנגיד ישראל קאהן הי''ו לטובת די קאמפיין פאר בית המדרש טריסק האט הגה''צ רבי יוחנן הלוי וואזנער שליט''א ראב''ד סקווירא בעל ''חייי הלוי'' מכתיר געווען זיין איידעם הגה''צ רבי שריהו יונה טווערסקי שילט''א אלץ כ''ק אדמו''ר מ'טריסק שליט''א יאריך ימיו על ממלכתו הוא ובניו בקרב ישראל
רבי שריהו? נישט שריה?
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
שרייב פאוסט