דו זאגסט אז סאטמאר רב וואס איז געראטעוועט געווארן פון הימל צו ראטעווען דעם דור, ער האט טאקע געהאלטן אז אלע וואס זענען מקיל במלחמת הציונות זענען פארנארט דורכ'ן כח פונעם פאלק וכו'. אבער זיינע חסידים, וויבאלד זיי האבן ליב קאקאש קעיק, דארפן זיי פארשטיין אז דער מנהיג הדור איז נאר געווען איין דעה. זייער זייער שיין.דערווייל האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 07, 2025 11:28 amמיינע ווערטער זענען נישט געוואנדן צום סאטמארער רב זי"ע ח"ו.שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 07, 2025 11:26 amדו מיינסט אוודאי סאטמערער רב פארוואס ער האט נישט אנערקענט אז ס'איז דא א צווייטע אמת'ע צדדערווייל האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 06, 2025 11:43 pm
נקודה א', ביזטו הונדערט פראצענט גערעדט. דער מציאות אז א גביר זאל פראווען א "מעמד דעה זאגן", איז א געפארפולע זאך, און ס'שטעלט אין א סכנה דעם גאנצן תורה אויטאריטעט.
לגבי נקודה ב', אז ס'זענען דא מער ווי איין מסורה וכו', דאס איז שוין א מחלה וואס פלאגט כלל ישראל א סך יאר, ווען געוויסע קהילות ומנהיגיהם האבן באקומען אויסשליסליכע בעלות אויף די "מסורה", און זיי ווייסן אפילו די "סודות" וועלכע צדיקים זענען אנגעשטעקט געווארן מיט מינות, און דער שטן האט זיי נעבעך מסמא געוועהן די אויגן רח"ל.
עכ"פ, אין די צווייטע מקודה איז יואלי לאנדא גארנישט שולדיג, ווייל דאס איז די חינוך וואס ער האט באקומען, אז ס'איז דא איין אמת, און די אלע אנדערע מהלכים פון גדולי ישראל קומען פון "סמיות עיניים".
אבער נקודה א', איז א זאך וואס אפילו סאטמאר דארף זיך אויפוועקן, ווייל ס'קען ממשיך זיין חלילה.
ער האט דאך דורכגעטועהן די נושא להלכה געזוכט א היתר לבחירות און נישט געטראפן ער האט געשיקט זיין בירור לאיסור פאר 'אלע גדולי ישראל' פון די צד המתירים ווארטענדיג צו הערן זייער מיינוג אויף דעם אבער קיין שום תשובה פון קיינעם איז נישט צוריקגעקומען איז דאך נישט געווען פאר אים קיין צווייטע צד וואס מען דארף אנערקענען
"הזהרו מגחלתן" שטייט.
מיינע ווערטער זענען געוואנדן צו היימישע אידטישן וואס האבן נישט קיין פראבלעם אריינצובייסן אין א הויכשטאקיגן סענדווידזש און זיי זענען דן איבער די מחשבת מינות און דברי מינות פון גדולי ישראל.
אבער היות איך האב ליב קאקאש קעיק מוז איך דיר זאגן קלאר אז איך פלאן נישט צו אננעמען דיינע דברי הדרכה, און מיט דעם אויבערשטער'ס הילף וועל איך בלייבן מיט די הייליגע תורה וואס סאטמאר רב האט ממשיך געווען פון דערהיים, אן קיין שינויים.