געוועהן איז עס בערך חנוכה צייט, האט מיין טאטע געזעהן אז ס'איז דא ביליג טיקעטס קיין קאסא גראנדא, פאר בלויז $103 א ראונד טריפ, דירעקט פלייטס קיין אריזאנא. האט מיין טאטע געבאקט טיקעטס פאר די גאנצע משפחה.
ארויסגעפארן זענען מיר בשעה טובה ומצלחת ח' שבט פון נויארק עירפארט. די פלייט איז געווען 9:01 צופרי.
א מנין, איך בין שוין געוועהן אויף 5:45 מיר האבן זיך ארויסגעלאזט אפן וועג 6:15, מיר זענען אנגעקומען בערך 7 מינוט פון די עירפארט וואו עס איז דא א פלאץ וואו מ'קען פארקן די קאר פארן אפצאל פון $9 א טאג. מען האט דארט געפארקט די קאר, און מ'האט גענומען די רענצלעך. זיי שטעלן צו א ווען צום עירפארט פאר פרי, אונז זענען אנגעקומען צום עירפארט בערך 7:15, גראד אריינגעשטעקט, און בערך 7:35 זענען מיר אדורך געגאנגען סעקיורעטי.
ווען מיר זענען אנגעקומען צום געיט האבן מיר געטראפן נאך אידן און געפרעגט אויב זיי האבן שוין געדאווענט, האבן זיי געזאגט ניין, האבן מיר זיך צאמגעשטעלט און געהאט ברייט מנין. אונז זענען געוועהן 4 מענטשן פלאס איז געוועהן נאך פרעמדע, סאו מ'האט געמאכט א מנין שחרית ביי די געט 8 אזייגער האט מען געדאווענט, בערך 8:30 האט מען גענדיגט און גראד ארויף אפען פליגער.
אונזער פליגער האט זיך געהויבן בערך 9:15, און אונז האבן געלאנדט בערך 12 אזייגער אריזאנא צייט. די צייט איז געוועהן 2 שעה א חילוק. אונמיטן וועג ווען איך בין געוועהן העכער דענווער קאלאראדא האב איך געהאט אביסל סערוויס, גענוג צומאכן א פאן קאל צו מיין ברודער וואס איז ארויס געפארן מיט יוניטעד 3 שעה פריער.
אקעי. מיר זענען אנגעקומען צו אריזאנא. מ'נעמט די רענצל, און מ'גייט אויף די טרעין צו די קאר רענטל. אונז האבן געווארט אונטן א גוטע 45 מינוט ביז מ'האט באקומען דעם קאר. די זייגער ווען מ'איז אוועק פון די עירפארט איז געוועהן 2:15, מיר זענען ארויס געפארן קיין קאסא גראנדא.
בערך 3 אזייגער זענען מיר אנגעקומען קיין קאסא גראנדא, איז מען אריין אין גראסערי קויפן עפע צו עסן - פראוזן פיצא, און דערנאך ווען מ'איז אנגעקומען צו די הויז וואס באלאנגט פאר א חסידישע איד האט מען עס געבאקן.
די הויז איז געווען א שיינע הויז, די עולם האט געכאפט א דרימל פאר א שעה בערך 4:45, זענען אונז געגאנגען צום בית המדרש דאווענען מנחה! מנחה איז געווען 5 אזייגער, נאך מנחה זענען מיר אהיימגעגאנגען שווימען, עס איז געוועהן א גישמאקע שווים.
דערנאך זענען מיר געגאנגען צו וואלמארט קויפן וואס מ'ברויך פאר שבת, און שפעטער איז מען געגאנגען צו Safeway. גראדא איז עס ביליגע ווי וואלמארט, און זיי האבן געהאט אויך גאנץ אסאך כשרע זאכן. נאכדעם האט מען געמאכט א גרילל, און מיר זענען געגאנגען דאווענען מערב. און נאך מערב ארום שפאצירט די פלאץ און געגאנגען שלאפן.
די נעקסטע צופרי בין איך שוין געוועהן אויף 7:30, מיין צייט, 9:30 נוי יארק צייט. און מ'איז געגאנגען צום בית המדרש בערך 7:50. שחרית איז געוועהן 8 אזייגער און הרב יחיאל שטיינמעטץ שליט"א האט אונז זייער שיין אויפגענומען. נאכן דאווענען זענען מיר געגאנגען צום גראסערי, געקויפט זאכן און באשטעלט דיפס מיט חלה פאר שבת. און דערנאך זענען מיר געגאנגען אויף א הייק ביז בערך 2 אזייגער. און נאכדעם איז מען אהיים געגאנגען זיך גרייטן אויף שבת.
בערך 3:30 האט מען געקאכט די טשאלענט. די זופ האט מען געקאכט איבערנאכט, 4 אזייגער איז מען געגאנגען אויפפיקן די חלה מיט דיפס, און דערנאך האב איך געקאכט פערפעל לכבוד שבת! די זמן איז געוועהן 5:30 און מיר זענען געגאנגען צום בית המדרש. עס איז געוועהן א געשמאקע שבת צו געדענקען! מצ"ש איז מען געגאנגען קויפן אפאר זאכן פאר מלוה מלכה.
זונטאג זענען מיר געפארן צו א מעזיאם נעבן טאוסען אריזאנא, גראדע א שיינע מעזיום פון מיליטערישע פליגערס, אויך איז דא דארט א אלטע עיר פארס 1, איך בין דארט געוועהן 4 שעה.
און נאכדעם איז מען צוריק געפארן קיין קאסא גראנדא דאווענען מנחה, נאך מנחה האט מען געפאקט אלעס, 7 אזייגער איז צען שוין געפארן קיין Phoenix, און מיר זענען דארט געגאנגען עסן פיצא, נאכן עסן איז מען געפארן צום עירפארט. צוריק אראפלייגן די קאר האט גענומען 5 מינוט, און דערנאך האבן מיר גענומען דעם טרעין. מיר קומען אן צו טשעק אין, האב איך פונקט געפרעגט אויב די פלייט איז איבער געפילט ער האט געזאגט אז יא, האב איך געפרעגט אויב אונז קענען ווערן אראפגעבאמפט, האט ער געזאגט מ'זאל פרעגן ביים געט.
אקעי אלעס איז געפארן גוט די פלייט פארט ארויס 11:59, למעשה האבן זיי נאר געדארפט 3 מענטשן סאו מיר זענען נישט געווארן אראפגעבאמפט. מיר זענען אנגעקומען קיין נויארק בערך 6 צופרי, ביז מ'איז ארויס פון עירפארט איז געוועהן 6:35, און אונז קומען אהן צום קאר 6:55.
איך געדענק די קעלט אינדרויסן, ס'איז געוועהן זייער ווינטיג, די פארקינג לאט איז געווען אנגעפילט מיט אייז. איך בין אנגעקומען אונדערהיים בערך 8 אזייגער, איך בין גלייך געגאנגען דאווענען און נאכדעם געגאנגען שלאפן.
עס איז געוועהן א פיינע געשמאקע נסיעה צום געדענקען!!
מיין פיר טאגיגע משפחה נסיעה קיין קאסא גראנדע
- never say never
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 557
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 8:32 pm
- x 1041
מיין פיר טאגיגע משפחה נסיעה קיין קאסא גראנדע
איינער וואס זיכט סיי וועלכע שפילער און זינגער פאר סיי וועלכע שמחה קען מען רופן אדער טעקסטן צו
845-243-0215
אדער קען מען שיקן אן אימעל צו
Mb8217138@gmail.com
ערשטמאליגער אייוועלט מנהלים קאנפרענץ צווישן פינעף מנהלים און אחראים | @מאנראו - 4000!!!845-243-0215
אדער קען מען שיקן אן אימעל צו
Mb8217138@gmail.com
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 242
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 12:44 am
- Location: new york
- x 446
Re: מיין פיר טאגיגע משפחה נסיעה קיין קאסא גראנדע!
ווי איך ווייס האט הרב שטיינמעץ זיך אפגעזאגט פונעם רבנות שוין מיט איבער א יאר צוריקnever say never האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 03, 2025 1:27 amרב. און נאך מערב ארום שפאצירט די פלאץ און געגאנגען שלאפן.
די נעקסטע צופרי בין איך שוין געוועהן אויף 7:30, מיין צייט, 9:30 נוי יארק צייט. און מ'איז געגאנגען צום בית המדרש בערך 7:50. שחרית איז געוועהן 8 אזייגער און הרב יחיאל שטיינמעטץ שליט"א האט אונז זייער שיין אויפגענומען. נאכן דאווענען זענען מיר געגאנגען צום גראסערי, געקויפט זאכן און באשטעלט דיפס מיט חלה פאר שבת. און דערנאך זענען מיר געגאנגען אויף א הייק ביז בערך 2 אזייגער. און נאכדעם איז מען אהיים געגאנגען זיך גרייטן אויף שבת.
איז ער יעצט פונקט דארט פאר אפרו'?
- never say never
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 557
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 8:32 pm
- x 1041
Re: מיין פיר טאגיגע משפחה נסיעה קיין קאסא גראנדע!
געוועהן פאריאר.222555 האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 03, 2025 2:37 amווי איך ווייס האט הרב שטיינמעץ זיך אפגעזאגט פונעם רבנות שוין מיט איבער א יאר צוריקnever say never האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 03, 2025 1:27 amרב. און נאך מערב ארום שפאצירט די פלאץ און געגאנגען שלאפן.
די נעקסטע צופרי בין איך שוין געוועהן אויף 7:30, מיין צייט, 9:30 נוי יארק צייט. און מ'איז געגאנגען צום בית המדרש בערך 7:50. שחרית איז געוועהן 8 אזייגער און הרב יחיאל שטיינמעטץ שליט"א האט אונז זייער שיין אויפגענומען. נאכן דאווענען זענען מיר געגאנגען צום גראסערי, געקויפט זאכן און באשטעלט דיפס מיט חלה פאר שבת. און דערנאך זענען מיר געגאנגען אויף א הייק ביז בערך 2 אזייגער. און נאכדעם איז מען אהיים געגאנגען זיך גרייטן אויף שבת.
איז ער יעצט פונקט דארט פאר אפרו'?
איינער וואס זיכט סיי וועלכע שפילער און זינגער פאר סיי וועלכע שמחה קען מען רופן אדער טעקסטן צו
845-243-0215
אדער קען מען שיקן אן אימעל צו
Mb8217138@gmail.com
ערשטמאליגער אייוועלט מנהלים קאנפרענץ צווישן פינעף מנהלים און אחראים | @מאנראו - 4000!!!845-243-0215
אדער קען מען שיקן אן אימעל צו
Mb8217138@gmail.com
- בערל דער פייפער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1058
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 1522
Re: מיין פיר טאגיגע משפחה נסיעה קיין קאסא גראנדע!
זייער שיין, וואלסט עס רעקאמענדירט עס צו טון פאר אזוי קורץ אדער עס איז נישט ווערט די שלעפ?
דרך אגב וואס מיינט אראפגעבאמפט?
דרך אגב וואס מיינט אראפגעבאמפט?
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5112
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 16445
Re: מיין פיר טאגיגע משפחה נסיעה קיין קאסא גראנדע!
וואו גייט מען הייקן אין פיניקס, אויף די בערג?
- never say never
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 557
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 8:32 pm
- x 1041
Re: מיין פיר טאגיגע משפחה נסיעה קיין קאסא גראנדע!
נעבן קאסא גראנדא.שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 03, 2025 3:35 pm וואו גייט מען הייקן אין פיניקס, אויף די בערג?
איינער וואס זיכט סיי וועלכע שפילער און זינגער פאר סיי וועלכע שמחה קען מען רופן אדער טעקסטן צו
845-243-0215
אדער קען מען שיקן אן אימעל צו
Mb8217138@gmail.com
ערשטמאליגער אייוועלט מנהלים קאנפרענץ צווישן פינעף מנהלים און אחראים | @מאנראו - 4000!!!845-243-0215
אדער קען מען שיקן אן אימעל צו
Mb8217138@gmail.com
- never say never
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 557
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 8:32 pm
- x 1041
Re: מיין פיר טאגיגע משפחה נסיעה קיין קאסא גראנדע!
ס'איז יא ווערט און זייער שיין הנאה געהאט.בערל דער פייפער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 03, 2025 9:54 am זייער שיין, וואלסט עס רעקאמענדירט עס צו טון פאר אזוי קורץ אדער עס איז נישט ווערט די שלעפ?
איינער וואס זיכט סיי וועלכע שפילער און זינגער פאר סיי וועלכע שמחה קען מען רופן אדער טעקסטן צו
845-243-0215
אדער קען מען שיקן אן אימעל צו
Mb8217138@gmail.com
ערשטמאליגער אייוועלט מנהלים קאנפרענץ צווישן פינעף מנהלים און אחראים | @מאנראו - 4000!!!845-243-0215
אדער קען מען שיקן אן אימעל צו
Mb8217138@gmail.com
- never say never
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 557
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 8:32 pm
- x 1041
Re: מיין פיר טאגיגע משפחה נסיעה קיין קאסא גראנדע!
ווען דו פליגער איז איבער געפילט.