עסן און טרינקען געזונט
Re: עסן און טרינקען געזונט
וועגן נישט טרינקן אינמיטן עסן וואס איז אנדערש פון זיפ וכדו?
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2079
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 6190
Re: עסן און טרינקען געזונט
די גאנצע געדאנק פון נישט טרינקען איז נישט מוכרח. עס איז דא וואס האלטן אז דאס איז שלעכט און עס זענען דא וואס האלטן אז עס איז גוט. ומשום הא האב איך געשריבען אין אנהויב פראביר עס אויס און קום מיט פידבעק. עס זענען דא מענטשען וואס ביי זיי האט דאס ממש געמאכט דראסטישע שינויים לטובה, ואני בתוכם האב איך געשפירט אז איך וויל דאס מיטטיילן.
פארשטייט זיך אז מען טאר נישט נוצן די וואסער אלץ א שלינג מיטל כדוגמת א פיל וואס מען שלינגט.
איך וועל בלי נדר מער מאריך זיין אין דעם אין די קומענדיגע טעג.
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 7648
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 18364
Re: עסן און טרינקען געזונט
דו דערמאנסט מיר אן אלטע קושיא וואס איך האב.
חז"ל זאגן אז וואסער נאך פיש איז א סכנה. וואס טוט זיך מיט די פיש זאפט? איז דאס נישט קיין וואסער?
ואת"ל אז ס'איז גערעכנט ווי די פיש אליינס, וואס טוט זיך אויב מ'האלט נאך פאר די פיש אבער מען עסט חלה מיט פיש זאפט. טאר מען יעצט נישט טרינקען דערנאך?
Re: עסן און טרינקען געזונט
נאר בלויזע וואסער. אויב איז עס געמישט איז נישט קיין פראבלעם.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 16, 2024 2:41 pm
דו דערמאנסט מיר אן אלטע קושיא וואס איך האב.
חז"ל זאגן אז וואסער נאך פיש איז א סכנה. וואס טוט זיך מיט די פיש זאפט? איז דאס נישט קיין וואסער?
ואת"ל אז ס'איז גערעכנט ווי די פיש אליינס, וואס טוט זיך אויב מ'האלט נאך פאר די פיש אבער מען עסט חלה מיט פיש זאפט. טאר מען יעצט נישט טרינקען דערנאך?
איך האב געהארגעט דיין חקירה...
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
Re: עסן און טרינקען געזונט
ש'כח פארן צואווייזןנקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 2:36 pm טרינק צוואנציג מינוט פארן עסן א גלאז אדער צוויי וואסער.
טרינק נישט אין די צוואנציג מינוט פארן עסן.
טרינק נישט בשעת'ן עסן.
טרינק נישט ביז א שעה נאכן עסן.
נאך א שעה טרינק א גלאז אדער צוויי וואסער.
עס איז זייער שווער פון אנהויב, אבער פראבירט עס אויס און לאזט וויסען אייער פידבעק.
אינטערעסאנט פון וואו דו נעמסט דעם נומער פון א שעה נאכן עסן, דער רמב"ם שרייבט ג'-ד' שעות דער קיצור שו"ע שרייבט ב' שעות,
איך פערזענליך ווארט א מינימום פון צוויי שעה און אויב איך יאג מיך נישט דריי א האלב שעה (און די זעלבע איז מיט שלאפן).
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
Re: עסן און טרינקען געזונט
ס'איז בעצם צוויי פראבלעמען איינס אז מ'איז דארשטיג בשעת און נאכן עסן וואס פאר דעם דארף מען א סדר היום ווען צו טרינקען, א צווייטע פראבלעם איז אז מ'ניצט דאס וואסער בשעת'ן עסן אויף אראפצושטופן גאנצע שטיקער נישט צעקייט וואס אויף דעם איז וויכטיג זיך צוצוגעוואוינען צו קייען.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
Re: עסן און טרינקען געזונט
ווען א מענטש זיצט ביים טיש מיט א געשמאק, און ער האט הנאה פון די טעם פון די עסן, ארבעט די מאגן בעסער, אין דער פארדייען איז גרינגער, אזוי זאגן די מבינים,
א פיין גלעזל פליסיגקייט, צי פאר דער סעודה אדער אינמיטן, קען העלפן מאכן דעם עסן געשמאק אין גוט צו פארדייען,
יא, ס׳זיינען דא שיטות און גדרים, און ס׳זיינען וואס האלטן אנדערש. אבער איז נישט אמת אז יעדער גוף רעדט אויף זיין אייגענעם שפראך? און אפשר דארף דער מענטש זיך אביסל מער דערהערן צום אייגענעם קערפער?
און בכלל, קען מען פרעגן:
איז דער מאגן דא צו דינען דעם מענטש,
אדער איז דער מענטש פארנומען צו דינען דעם מאגן?

איז טאקע האול וויט ברויט סאך געזונטער פון געהריגע ברויט אדער איז עס סתם א דמיון?
Re: עסן און טרינקען געזונט
זאגען זאגט מען אז סאיז דא ווייטעמינען אין די שאלעכץ, די רבוש''ע האט אריינגעלייגט אין די טבע אז די שאלאכץ פון די פרי האט דאפעלט ווייטעמינען פון די פרוכט אליינס (כלומר די זעלבע גרויס שטיקעל פרי אדער א שאלעכץ וועט די קליפה האבן דאפעלט), ממילא האול וויעט איז די שאלאכץ אויך,
נאך א כלל איז גוט צו וויסען ביים עסן בפרט און די וועלט בכלל, אז נאטורליך איז די בעסטע ווי ווייניגער ארומגעטוישט.. עכ''פ מען קען זיך דינגען ווי ווייט עס לוינט זיך צו גיין נאטורליך, אבער עני פראסעס וואס א מאכל גייט דורך מאכט עס נישט מער געזונטער.. איז מיט די שאלעכץ איז דא אן זאך ווייניגער
וואס יא איז א חידוש אנציווייזען אז אין די גמ' רעדט ארום אז שווארץ ברויט פלעגט זיין וואס די עניים פלעגן זיך דאן ערלויבן צו קויפן ,און די עשירים פלעגן קויפן די ווייסע, גדענק איך נישט צו די גמ' זאגט אז די ווייסע איז געזונטער, אבער אפי' יא מוז נישט זיין אז די אמאליגע ווייסע ברויט איז געווען ווייס ווי היינט, מנהסתם קעגן די ''שוארצע'' ברויט איז עס געווען ווייסער

מיר האט געזאגט א קלוגע איד: אז ער טרינקט בעפאר און נאכען עסן! איי דער רמב''ם? ער איז בכלל נישט קיין בר פלוגתא מיטן הייליגען רמב''ם, אבער ער ווייסט ביי זיך אז ער פארגעסט צו טרינקען אויב דארף ער טרינקען שפעטער, איז ענדערש טרינקען גלייך ווי בכלל נישט טרינקען,
כהאב זעעההר הנאה געהאט פון די חכמה, ווייל קודם יעדער דארף זיך וויסען ביי זיך וואס ארבעט! סמעג זיין שיינע און וויכטיגע זאכן, אבער אויב עס ארבעט נישט דאן טויש ארום נעם א קלענער אדיאל \פראיעקט וואס דו קענסט יא, ענדערש איין פייגעל אין האנט ווי צען אויפן דאך.. דערנאך סאיז מיר פשוט נישט בייגעפאלן נאכן הוראה פונעם רמב''ם, אז סקען זיין אז ער רעדט אז מען זאל טרינקען שפעטער נאר אויב מען טרינקט טאקע, אויב מען טרינקט נישט איז שוין ענדערש יא טרינקען בשעת,
וואס זאגט דער עולם האט יענער א נקָודה?

די סיבה פארוואס האולוויט איז אנגעבליך געזונטער איז ווייל ס'האלט דעם טייג אביסל אפגעטיילט און ס'ווערט נישט פארקלעבט אין איין גרויסע מאסע אויפן מאגן.צום טיש האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 30, 2025 2:34 pm זאגען זאגט מען אז סאיז דא ווייטעמינען אין די שאלעכץ, די רבוש''ע האט אריינגעלייגט אין די טבע אז די שאלאכץ פון די פרי האט דאפעלט ווייטעמינען פון די פרוכט אליינס (כלומר די זעלבע גרויס שטיקעל פרי אדער א שאלעכץ וועט די קליפה האבן דאפעלט), ממילא האול וויעט איז די שאלאכץ אויך,
נאך א כלל איז גוט צו וויסען ביים עסן בפרט און די וועלט בכלל, אז נאטורליך איז די בעסטע ווי ווייניגער ארומגעטוישט.. עכ''פ מען קען זיך דינגען ווי ווייט עס לוינט זיך צו גיין נאטורליך, אבער עני פראסעס וואס א מאכל גייט דורך מאכט עס נישט מער געזונטער.. איז מיט די שאלעכץ איז דא אן זאך ווייניגער
וואס יא איז א חידוש אנציווייזען אז אין די גמ' רעדט ארום אז שווארץ ברויט פלעגט זיין וואס די עניים פלעגן זיך דאן ערלויבן צו קויפן ,און די עשירים פלעגן קויפן די ווייסע, גדענק איך נישט צו די גמ' זאגט אז די ווייסע איז געזונטער, אבער אפי' יא מוז נישט זיין אז די אמאליגע ווייסע ברויט איז געווען ווייס ווי היינט, מנהסתם קעגן די ''שוארצע'' ברויט איז עס געווען ווייסער
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
Re: עסן און טרינקען געזונט
נאך א סיבה, ווייל ס'איז נישט אזוי גוט עסט מען ווייניגער...הדסים האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 30, 2025 5:18 pmדי סיבה פארוואס האולוויט איז אנגעבליך געזונטער איז ווייל ס'האלט דעם טייג אביסל אפגעטיילט און ס'ווערט נישט פארקלעבט אין איין גרויסע מאסע אויפן מאגן.צום טיש האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 30, 2025 2:34 pm זאגען זאגט מען אז סאיז דא ווייטעמינען אין די שאלעכץ, די רבוש''ע האט אריינגעלייגט אין די טבע אז די שאלאכץ פון די פרי האט דאפעלט ווייטעמינען פון די פרוכט אליינס (כלומר די זעלבע גרויס שטיקעל פרי אדער א שאלעכץ וועט די קליפה האבן דאפעלט), ממילא האול וויעט איז די שאלאכץ אויך,
נאך א כלל איז גוט צו וויסען ביים עסן בפרט און די וועלט בכלל, אז נאטורליך איז די בעסטע ווי ווייניגער ארומגעטוישט.. עכ''פ מען קען זיך דינגען ווי ווייט עס לוינט זיך צו גיין נאטורליך, אבער עני פראסעס וואס א מאכל גייט דורך מאכט עס נישט מער געזונטער.. איז מיט די שאלעכץ איז דא אן זאך ווייניגער
וואס יא איז א חידוש אנציווייזען אז אין די גמ' רעדט ארום אז שווארץ ברויט פלעגט זיין וואס די עניים פלעגן זיך דאן ערלויבן צו קויפן ,און די עשירים פלעגן קויפן די ווייסע, גדענק איך נישט צו די גמ' זאגט אז די ווייסע איז געזונטער, אבער אפי' יא מוז נישט זיין אז די אמאליגע ווייסע ברויט איז געווען ווייס ווי היינט, מנהסתם קעגן די ''שוארצע'' ברויט איז עס געווען ווייסער
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2079
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 6190
Re: עסן און טרינקען געזונט
יא, האול וויט איז געזונטער ווי ווייסע מעל. (לויט ווי אזוי עס איז אנגענומען אין די מעדעצינישע וועלט)
די יסוד הדבר פארוואס האול וויט איז געזונטער, איז די ספעציעלע פייבער וואס די ברוינע חלק פון די ווייץ פארמאגט.
פייבער איז א געוויסע באשטאנדטייל וואס די מאגן קען נישט צוברעכן, נאר דאס בלייבט גאנץ. דאס איז גאר א וויכטיגע זאך פאר די גוף, און העלפט שטארק ארויס די digestive system. דאס העלפט גאר שטארק ארויס פאר די הכנות... עס העלפט אויסליידיגן די מאגן. (א ליידיגע מאגן איז נישט נאר באקוועמער, נאר איז א שליסל אין די געזונט פון א מענטש)
די ערשטע זאך וואס א מענטש דארף טוהן טאמער האט ער פראבלעמען מיט די הכנות, (פראבלעמען מיינט נישט ווער ווייסעך וואס. פראבלעמען קען מיינען קאנסטיפעשן, שוועריקייט, אדער נישט פילן ליידיג, וכו' וכו') איז טרינקן גענוג וואסער, רעדאצירן די מאס צוקער וואס מען עסט, און מאכן זיכער צו אריינעמען די רעקאמענדירטע דאזע פון פייבער. און דוקא דורך די נאטורליכע וועג, און נישט דורך ווייטעמינען וכדו'. און אודאי און אודאי עקסערסייז איז גוט פאר דעם, פונקט ווי עס העלפט פאר יעדע אנדערע געזונהייט פראבלעם. פארשטייט זיך אז יעדע טויש אין מהלך החיים דארף מען קודם רעדן מיטן דאקטער.
חוץ מזה וואס די האול וויט העלפט קאנטראלירן די צוקער, עס זיצט לענגער אין מאגן און העלפט בלייבן זאט לענגער, עס האט אין זיך אסאך ווייטעמינען. און אזוי אויך נאך מעלות טובות וואס דאס האט. ולהיפך ביי ווייסע מעל, וואס שיסט ארויף די צוקער, און האט ממש יעדע חסרון...
אבער, נישט יעדע האול וויט ברויט וואס מען פארקויפט אין גראסערי איז טאקע געזונט. קודם דארף מען וויסן וויפיל פראצענט האול וויט דאס איז. אסאך מאל לייגט מען אריין אביסעל פון די ברוינע אויף יוצא צו זיין, כדי דאס צו קענען רופן האול וויט. אבער אין פאקט איז דאס כמעט ווייסע מעל. אזוי אויך זענען דא קאמפעניס וואס לייגן אריין געוויסע אינגרידיענס צו מאכן די טעם בעסער, ווייל נאטורליך איז עס נישט די זעלבע גוט אויפן צונג ווי ווייסע מעל.
לגבי דאס וואס @צום טיש שרייבט וועגן די גמרא. מיר ליגט אין קאפ אז דער רמב"ם שרייבט שוין אז האול וויט איז בעסער, און ער שרייבט מען זאל נישט עסן קיין ווייסע מעל. איך געדענק נישט אויף די מינוט וואו דער רמב"ם שרייבט עס, דאכט זיך אין די אגרת לסולטאן, איך וועל דארפן נאכקוקן שפעטער אינדערהיים.
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2079
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 6190
Re: עסן און טרינקען געזונט
טאקע א קלוגער איד, אבער לעניין דעתי זייער נישט קיין קלוגע סטעיטמענט פון אים! איינער וואס געדענקט נישט צו טרינקן, זאל מוחל זיין זיך אנהויבן צו געדענקן! האסטו מיר געהערט אזאנס?...צום טיש האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 30, 2025 2:42 pm מיר האט געזאגט א קלוגע איד: אז ער טרינקט בעפאר און נאכען עסן! איי דער רמב''ם? ער איז בכלל נישט קיין בר פלוגתא מיטן הייליגען רמב''ם, אבער ער ווייסט ביי זיך אז ער פארגעסט צו טרינקען אויב דארף ער טרינקען שפעטער, איז ענדערש טרינקען גלייך ווי בכלל נישט טרינקען,
כהאב זעעההר הנאה געהאט פון די חכמה, ווייל קודם יעדער דארף זיך וויסען ביי זיך וואס ארבעט! סמעג זיין שיינע און וויכטיגע זאכן, אבער אויב עס ארבעט נישט דאן טויש ארום נעם א קלענער אדיאל \פראיעקט וואס דו קענסט יא, ענדערש איין פייגעל אין האנט ווי צען אויפן דאך.. דערנאך סאיז מיר פשוט נישט בייגעפאלן נאכן הוראה פונעם רמב''ם, אז סקען זיין אז ער רעדט אז מען זאל טרינקען שפעטער נאר אויב מען טרינקט טאקע, אויב מען טרינקט נישט איז שוין ענדערש יא טרינקען בשעת,
וואס זאגט דער עולם האט יענער א נקָודה?
נישטא קיין מצוה צו בוחר זיין הרע במעיטו, ווען מיט א טראפקעלע שימת לב קען מען אינגאנצען אויסקראסן די רע. זיכער איז ענדערש צו טרינקן בשעת'ן עסן ווי איידער נישט טרינקן בכלל, אבער די תירוץ פון "איך פארגעס צו טרינקן" איז לעניית דעתי רעקלעס!
עס איז ב"ה דא וואסער וואו מען שטייט און גייט, מיט אביסעל שימת לב קען מען זיך איינגעוואוינען צו געדענקן. מען רעדט נישט פון טרינקן ווי א קעמל, פון אפאר גלעזלעך א טאג מאך נישט קיין עסק... פארגעסן צו טרינקן איז ווייל דו פארשטייסט נישט די וויכטיגקייט דערפון, און שיין זעהט מען אויס ווען מען האט שיטות אן פארשטיין די בעיסיקס.
נאר וואס, ווי געשריבן, די גאנצע געדאנק איז נישט מוכרח. דער רמב"ם שרייבט טאקע אזוי, אבער היינט אין די מעדעצינשע וועלט איז דא אויף דעם חילוקי דעות. יעדער זאל טוהן ווי אזוי זיין דאקטער רעקאמענדירט לויט זיין ספעציפישע מהות. דער רמב"ם שרייבט אויך אז מען דארף פאלגן דעם דאקטער, בסך הכל אין זיינע צייטן איז דאס געווען די אנגענומענע מיינונג אין די מעדעצינישע וועלט. אבער אויב נעמט מען דער רמב"ם טריקן, און מען פארשטייט אז מען קען אויף אים נישט חולק זיין, דאן איז עס א סטאפידעטי צו זאגן אז איך פארגעס.
ווי יענער וואס א גדול האט אים געטראפן דאווענען שחרית הארט פארן שקיעה, און האט יענעם פארגעהאלטן פארוואס ער דאווענט אזוי שפעט נאך חצות. האט דער יעניגער גענטפערט,איז ענדערש איך זאל בכלל נישט דאווענען? דאס איז זיכער בעסער ווי גארנישט! האט אים דער גדול גענטפערט, ניין, איך וויל יא זאלסט דאווענען, און איך וויל זאלסט דאווענען אין צייט!
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
Re: עסן און טרינקען געזונט
שכח @נקודות טובות פאר דיין קלארקייט איבער האול וויט ברויט
ר' יונתן שווארטץ פארפירט לעצטענס אז יעדע געקויפטע פארטיגע עסן איז נישט געזונט אריינגערעכנט ברויט ער רעקמעדירט מען זאל אליין באקן ברויט, יש דברים בגוי?
ר' יונתן שווארטץ פארפירט לעצטענס אז יעדע געקויפטע פארטיגע עסן איז נישט געזונט אריינגערעכנט ברויט ער רעקמעדירט מען זאל אליין באקן ברויט, יש דברים בגוי?
- לאקאלער רב
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 300
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
- x 540
Re: עסן און טרינקען געזונט
לענ"ד פארשטיי איך נישט, היימישע ברויט האט די זעלכע ווייסע מעהל און צוקער ווי די געקויפטע.
Re: עסן און טרינקען געזונט
ער רעדט מן הסתם פון די האול וויט ברויט וואס האט קארן סירופ אין זיך..לאקאלער רב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 31, 2025 2:07 pmלענ"ד פארשטיי איך נישט, היימישע ברויט האט די זעלכע ווייסע מעהל און צוקער ווי די געקויפטע.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2079
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 6190
Re: עסן און טרינקען געזונט
איך קען נישט קאמענטירן, ווייל איך האב נישט געהערט וואס ער זאגט. אבער בכלליות קען איך דיר זאגן אז גאר אסאך קאמערציאלע עסן וואלסטו אין דיין לעבן נישט אנגערירט, ווען דו ווייסט וואס ליגט אין דעם.
איך וואלט דיר געראטן צו אנהויבן ליינען אינגרידיענס אין גראסערי, און דוקא די אינגרידיענס וואס דו פארשטייסט. צוקער, זאלץ, מארגערין וכדו'. רעד מיט דיין דאקטער וויפיל פון די זאלץ/צוקער מען מעג עסן א טאג, און ביי וויפיל עס הייבט אן ווערן שעדליך, און וועסט זעהן אז מען קען זיך "גרינגערהייט" טרעפן עסן 4 מאל מער ווי די ערלויבטע סכום צוקער/זאלץ יעדן איינציגן טאג! וואס דאס ברענגט כל מיני מחלות!
און די אינגרידיענס וואס דו פארשטייסט נישט, מאך א קליינע גוגעל סירטש און וועסט זעהן אז א חלק פון די האבן פשוט פענסי נעמען. לדוגמה צוקער האט א ים פון נעמען, כמעט אלע ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט ose מיינט צוקער, glucose, dextrose, fructose, sucrose, maltose. און דערנאך זענען דא אנדערע ווערטער פאר אנדערע אינגרידיענס. הערשט דערנאך קענסטו אנהייבן מיט אנדערע אינגרידיענס וואס מען קען אנהויבן דיבאטירן אויב ס'איז יא גוט אדער נישט.
אבער ווען עס קומט צו בעיקעריס און רעסטעראנטן' האסטו א פראבלעם. דארט האסטו נישט קיין אינגרידיענס צו ליינען. זאלסט אבער וויסן אז בדרך כלל רעסטעראנט עסן איז פיל מיט ביליגע אומגעזונטע אויל, ובפרט די דיעפ פרייד וואס די זעלבע אלטע אויל ווערט געניצט "וואכן" לאנג. אזוי אויך לייגן זיי אריין פיל מער זאלץ ווי דו לייגסט ביי דיר אינדערהיים. און בעיקערי עסן זענען פיל מיט צוקער און מארגערין. איך רעד דוקא נאר פון אינגרידיענס וואס יעדער האט ביי זיך אינדערהיים, איך רעד דייקא נישט פון קאמערציאלע אינגרידיענס.
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
Re: עסן און טרינקען געזונט
גערעכט, אבער די וואס זענען פארנומען מיט געזונטע עסן שרייען אז מען קען גארנישט קויפן אין געשעפט ווייל אלעס איז נישט געזונטנקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 31, 2025 5:18 pmאיך קען נישט קאמענטירן, ווייל איך האב נישט געהערט וואס ער זאגט. אבער בכלליות קען איך דיר זאגן אז גאר אסאך קאמערציאלע עסן וואלסטו אין דיין לעבן נישט אנגערירט, ווען דו ווייסט וואס ליגט אין דעם.
איך וואלט דיר געראטן צו אנהויבן ליינען אינגרידיענס אין גראסערי, און דוקא די אינגרידיענס וואס דו פארשטייסט. צוקער, זאלץ, מארגערין וכדו'. רעד מיט דיין דאקטער וויפיל פון די זאלץ/צוקער מען מעג עסן א טאג, און ביי וויפיל עס הייבט אן ווערן שעדליך, און וועסט זעהן אז מען קען זיך "גרינגערהייט" טרעפן עסן 4 מאל מער ווי די ערלויבטע סכום צוקער/זאלץ יעדן איינציגן טאג! וואס דאס ברענגט כל מיני מחלות!
און די אינגרידיענס וואס דו פארשטייסט נישט, מאך א קליינע גוגעל סירטש און וועסט זעהן אז א חלק פון די האבן פשוט פענסי נעמען. לדוגמה צוקער האט א ים פון נעמען, כמעט אלע ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט ose מיינט צוקער, glucose, dextrose, fructose, sucrose, maltose. און דערנאך זענען דא אנדערע ווערטער פאר אנדערע אינגרידיענס. הערשט דערנאך קענסטו אנהייבן מיט אנדערע אינגרידיענס וואס מען קען אנהויבן דיבאטירן אויב ס'איז יא גוט אדער נישט.
אבער ווען עס קומט צו בעיקעריס און רעסטעראנטן' האסטו א פראבלעם. דארט האסטו נישט קיין אינגרידיענס צו ליינען. זאלסט אבער וויסן אז בדרך כלל רעסטעראנט עסן איז פיל מיט ביליגע אומגעזונטע אויל, ובפרט די דיעפ פרייד וואס די זעלבע אלטע אויל ווערט געניצט "וואכן" לאנג. אזוי אויך לייגן זיי אריין פיל מער זאלץ ווי דו לייגסט ביי דיר אינדערהיים. און בעיקערי עסן זענען פיל מיט צוקער און מארגערין. איך רעד דוקא נאר פון אינגרידיענס וואס יעדער האט ביי זיך אינדערהיים, איך רעד דייקא נישט פון קאמערציאלע אינגרידיענס.
די פרוכט ווייל מען באשמירט זיי מיט קעמילקס, די פלייש און אייער ווייל מען נידלט זיי און מען האדוועט זיי אויף נישט ריכטיג עי' ר' הערשל מייזליש, וכדו' וכדו' וכדו'
מען קען נישט היינט צוריקגיין לעבן אזווי אין די אלטע היים ווי מען האט אליין געפלאנצט פרוכט אליין אויפגעהאדוועט טשיקנס און געשחטן, דאס איז עס
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2079
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 6190
Re: עסן און טרינקען געזונט
איך קען נישט גלייבן אז איר מיינט ערענסט וואס איר שרייבט. איר פארשטייט אז וויבאלד מען קען נישט צוריקגיין צום אמאל, דארף מען עסן מכל הבא ליד? איך גלייב נישט אז דאס איז געווען אייער כוונה, ווארשיינליך מער אזא פליטת פה געווען.שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 04, 2025 1:13 pmגערעכט, אבער די וואס זענען פארנומען מיט געזונטע עסן שרייען אז מען קען גארנישט קויפן אין געשעפט ווייל אלעס איז נישט געזונט► Show Spoiler
די פרוכט ווייל מען באשמירט זיי מיט קעמילקס, די פלייש און אייער ווייל מען נידלט זיי און מען האדוועט זיי אויף נישט ריכטיג עי' ר' הערשל מייזליש, וכדו' וכדו' וכדו'
מען קען נישט היינט צוריקגיין לעבן אזווי אין די אלטע היים ווי מען האט אליין געפלאנצט פרוכט אליין אויפגעהאדוועט טשיקנס און געשחטן, דאס איז עס
לאמיר דיר מסביר זיין וואס איך מיין מיטן קוקן אינגרידיענס.
איך האב פריער געזעהן א אינגערמאן עסן א "געזונטע לאנטש". וואס מיינט א "געזונטע לאנטש"? א טעלער פרוכט, מיט א yogurt. פרוכט איז זייער געזונט, און yogurt איז א אויך זייער א גוטע source of protein. וואס קען זיין בעסער?
איך האב דעם אינגערמאן גארנישט געזאגט, ווייל איך גלייך נישט צו געבן אומגעבעטענע קאמענטארן, אבער פאר דיר מיין ליבע פריינט וועל איך יא זאגן את ווארט. די יאגערט איז געווען א GIVAT ווענילע יאגערט. איך וויל דיר בעטן אז נעקסטע מאל דו גייסט אין גראסערי, זאלסטו מוחל זיין נעמען א גיוואט ווענילע יאגערט, און כאפ א בליק אויף די אינגרידיענס.
די יאגערט איז Gram 142, וואס קומט אויס צו 5 Net Wt. OZ. עס איז שווער צו מאכן די פונקטליכע חשבון, אבער דאס קומט אויס זיכער ווייניגער ווי 5 FL OZ.
אין די קליינע בלויע קאפ יאגערט ליגט אזוי נישט מיר און נישט דיר די פאנטאסטישע סומע פון גאנצע 24 גרעם צוקער!! אמת טאקע אז א חלק פון די צוקער איז נאטורליכע צוקער וואס מילך האט אין זיך. אבער 20 פון די 24 גרעם צוקער איז צוגעלייגטע צוקער! איר הערט וואס איך זאג? אין די קליינע שאכטל יאגערט איז דא גאנצע צוואנציג גרעם "צוגעלייגטע" צוקער!!
יעצט לאמיר דאס צוטיילן אין פראצענט. פראצענטאל אויב רעכענט מען נאר די צוגעלייגטע צוקער באשטייט די יאגערט פון גאנצע 14 פראצענט צוקער!! אזוי ווי איר הערט!! פערצן פראצענט פון די "געזונטע" יאגערט, איז צוקער!
צו ממחיש זיין וואס דאס מיינט, לאמיר כאפן א בליק וויפיל צוקער עס ליגט אין א באטל קאקע קאלע. אין א 12 אנציגע באטעל קאקע קאלע לייגן זיי אריין 39 גרעם צוקער. ווען דו מאכסט די חשבון שטעלט זיך ארויס אז 11 פראצענט פון די באטעל איז צוקער. יא! איר האט גוט געליינט! אין די פשוטע איידעלע אזוי גערופענע "געזונטע יאגערט", ליגט פרעצאנטאל מער צוקער ווי אין קאקע קאלע!! אמת טאקע אז ווען מען טרינקט אויס די גאנצע 12 OZ קומט אויס אז מען טרינקט מער צוקער, אבער ווען דו זאלסט נעמען 5 OZ קאקע קאלע, קעגן 5 OZ גיוואט ווענילע יאגערט, האט די ווענילע יאגערט מער צוקער ווי די קאקע קאלע!! איז דיר אמאל בייגעפאלן צו טרינקן קאקע קאלע פאר א "געזונטע" לאנטש?
קאקע קאלע איז א משקה וואס יעדער ווייסט אז דאס איז נישט געזונט, יעדער ווייסט אז דאס איז א שטיק צוקער. אבער איז דיר אמאל בייגעפאלן אז אין די אזוי גערופענע "געזונטע" יאגערט ליגט מער צוקער ווי אין די אומגעזונטע קאקע קאלע?! ס'איז דאך מרפסין איגרא!
לאמיר דאס ממחיש זיין נאך מער. ווען דיין אינגעל נעמט א קאווע שבת אינדערפרי, וויפיל קאצקע צוקער לאזט איר אים נעמען? צוויי? דריי? איך גלייב נישט אז מער. יעצט לאמיר כאפן א בליק. א פשוטע היינטיגע DOMINO קאצקע צוקערל באשטייט פון 3.5 גרעם צוקער. (די אמאליגע פלעגן זיין 2.2 גרעם, איך ווייס נישט פארוואס זיי מאכן עסן מער נישט.) איז דיר אמאל בייגעפאלן אז ווען דו געבסט פאר דיין קינד א יאגערט צו עסן פרייטאג נאכמיטאג, ווייל דו ווילסט ער זאל עסן עפעס "געזונט" געבסטו אים מער צוקער ווי דו לאזט אים נעמען שבת אינדערפרי?? אין איין אזא יאגערט ליגט 6 "צוגעלייגטע" היינטיגע קאצקע צוקערלעך! זעקס! און פון די אמאליגע איז דאס גאנצע 9 קאצקע צוקערלעך!! און דאס איז וואס דו געבסט פאר דיין קינד!
דו ווייסט וואס נאך איך וועל דיר זאגן? אין א מהדרין LEBEN איז דא ווייניגער צוקער ווי אין א פשוטע גיוואט יאגערט. איך האב דאס אויך נישט געגלייבט, אבער קוק און איבערצייג דיך אליינס! אין א מהדרין לעבען פון 170 גרעם, איז דא בלויז (אויך מיר א בלויז...) 18 גרעם צוגעלייגטע צוקער. דאס קומט אויס צו 10.5 פראצענט צוקער! דאס איז היבש ווייניגער ווי די 14 פראצענט וואס ליגט אין די אומשולדיג אויסזעהנדע ווענילע יאגערט.
איר כאפט וואס דא קומט פאר?? איר האט דאס אמאל אין אכט גענומען?? שומו שמים!! און דאס עסן אונזערע אינגע קינדער!! און מען כאפט ניטאמאל וואס מען טוט מיט זיי!!
צו כאפן וואס די פראבלעם איז, איז כדי צו וויסן אז די רעקאמענדירטע סכום פון צוקער וואס א קינד ביז די אכצן זאל עסן א טאג איז 25 גרעם. אויב אין איין אזא יאגערט ליגט 20 גרעם צוקער, איז פשט אז דאס קינד דארף נאך 5 גרעם א טאג און ער איז גוד טו גא. לויט די נאמבערס פון צוקער, וויפיל נאך מיינסטו דארף ער עסן כדי אנצוקומען צו די רעקאמענדירטע סכום?...
צוקער איז טאקע נישט שעדליך ע"פ רוב פאר קינדער אויף די מינוט, קינדער האבן א שטארקע סיסטעם. אבער מען הרג'עט די סיסטעם בידים!! מען ברענגט זיך אליינס אן אלע מחלות ר"ל!! און דאס איז חוץ פון אנדערע ביהעיוויעראל פראבלעמען וואס עסן אסאך צוקער ברענגט.
פארשטייט זיך אז איך רעד נאר צו אזא איינער וואס געבט אכט אויף וויפיל קאצקע צוקער די קינדער טרינקן מיט די קאווע. פאר די וואס גייט זיי בכלל נישט אן, זאלן וויסן אז זיי זענען רעקלעס!
און מיין טייערע @שבת קודש טו מיר א טובה, גיי כאפ א בליק אויף די מזונות סעקשן אין גראסערי. איך ווארן דיך נאר פון פריער אז דו זאלסט וויסן אז דיין קאפל גייט דיר מער נישט פיטן... דיין האר פון קאפ וועט זיך אויפשטעלן, און עס וועט זיך קיינמאל מער נישט זיך צוריק אראפלייגן.... א פחד און א שרעק מיט וואס מען פיטערט די קינדער. ס'איז איום ונורא!
ווען דו פרעגסט מיר, מיין פערזענליכע מיינונג. איך קויף אויך געוויסע זאכן אין גראסערי. איך בין ביי די מיינונג אז מען דארף זיך אויסלערנען ווי אזוי צו לעבן מיט די היינטיגע וועלט. מען קען נישט צוריקגיין צום אמאל, און עס האט נישט קיין פשט צוריקצוגיין צום אמאל. (און ניטאמאל איז אזוי זיכער אז די אמאליגע וועג איז טאקע געזונטער. ואכהמ"ל) בסך הכל וואס איך זאג איז קוק אינגרידיענס און זיי aware פון וואס טוט זיך. דארפסט נישט טראכטן מיט וואס מען באשמירט אלץ פרוכט, און וויפיל הארמאנס מען געבט פאר בעלי חיים. אבער צו וויסן וויפיל צוקער וכדו' עס ליגט אין עסן וועט נישט שאטן. פארקערט, דאס וועט בסייעתא דשמיא אפהיטן דיר און דיינע קינדער מכל מיני חלאים. ווי דער רמב"ם שרייבט, אז רוב החולאים קומען פון עסן נישט געזונטע עסן.
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
Re: עסן און טרינקען געזונט
@נקודות טובות איר זענט הייליג גערעכט, ווי איך פארשטיי האט @שבת קודש זיך בעיקר באצויגן צו די חלק פון ברויט און אייער, ווען דו וועסט קויפן די געהעריגע אייער און ברויט און פירן א געזונטע לעבנס שטייגער, דארפסטו נישט מורא האבן אז דו עסט עפעס שעדליך. אוואדאי איז בעסער אויב מען קען זיך איינגעוואונען צו עסן למשל די פראנצויז המוציא וואס האט נישט קיין נישט גוטע אינגרידיענס.
Re: עסן און טרינקען געזונט
הונדרעט פארצענט, איך פרעג אבער לגבי די ברויט/מזונות ראולס וכדו' וואס ליגט אינעם מזונות סעקשען וואס טוט זיך מיט זיי פון זיי דארף מען אויך שטיין ווייט?נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 05, 2025 7:24 pmאון מיין טייערע @שבת קודש טו מיר א טובה, גיי כאפ א בליק אויף די מזונות סעקשן אין גראסערי. איך ווארן דיך נאר פון פריער אז דו זאלסט וויסן אז דיין קאפל גייט דיר מער נישט פיטן... דיין האר פון קאפ וועט זיך אויפשטעלן, און עס וועט זיך קיינמאל מער נישט זיך צוריק אראפלייגן.... א פחד און א שרעק מיט וואס מען פיטערט די קינדער. ס'איז איום ונורא!
Re: עסן און טרינקען געזונט
[quote="נקודות טובות" post_id=194825 time=17539795
לגבי דאס וואס @צום טיש שרייבט וועגן די גמרא. מיר ליגט אין קאפ אז דער רמב"ם שרייבט שוין אז האול וויט איז בעסער, און ער שרייבט מען זאל נישט עסן קיין ווייסע מעל. איך געדענק נישט אויף די מינוט וואו דער רמב"ם שרייבט עס, דאכט זיך אין די אגרת לסולטאן, איך וועל דארפן נאכקוקן שפעטער אינדערהיים.
[/quote]
פון דער אינדערמאן אויסגאבע

- פיילס
-
- IMG_20250909_160211_104.jpg (290.88 KiB) געזען געווארן 232 מאל
Re: עסן און טרינקען געזונט
די גמ' זאגט אין ברכות אז עס העלפט פאר די געזונט אז מען זאל טרינקען אז די עסן אין מאגן זאל ווי שווימען אין וואסער
הגם מען קען איינזעצן אז עס מיינט נישט אז מען זאל טרינקען גלייך נאכן עסן
הגם מען קען איינזעצן אז עס מיינט נישט אז מען זאל טרינקען גלייך נאכן עסן