עקסקלוסיוו! אלגעמיינער פראפעסער מיט אנאליז איבער קעמפ און קאנטרי
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 24
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 8:10 pm
- x 175
עקסקלוסיוו! אלגעמיינער פראפעסער מיט אנאליז איבער קעמפ און קאנטרי
גרונטליכע און דורכדרונגליכע אנאליז פון הוילן-קאפ פראפעסער און קולטור פארשער:
''אידישע טראדיציעס אדער מענטשליכע שוואכקייטן''
פארוויילנדיג אומצאליגע לאנגע שטונדן אין צונויפגעפרעסטע אויטאמאבילן אויף אנגעלייגטע וועגן, פארלאזט מערסטנסטייל פון ארטאדאקסישן אידנטום זייערע באקוועמע אויסגערישטע וואוינונגען מיט אלע נויטיגע איינריכטונגען אין די נידריגע טייל פון זייער שטאט ניו יארק מיטן ציל צו פארוויילן פאר פולע צוויי מאנאטן פונעם יאר אין איינגעפאלענע ביידלעך מיט די מינימאלסטע צוגעהערן אין קאלאניעס סטאנציאנירט אינערהאלב די העכערע טיילן פון זייער געדעכט באוואוינטע שטאט, שפענדנדיג דערויף שווערע געלטער אין צוגאב פון העכערע עסן פרייזן און טראנספארטאציע קאסטן.
דער אורזאך צו דעם ערשיינונג איז גאנץ פארנעפלט און אומקלאר. ווי עס גיבן אן מאנכע דענקער טרייבט זיי דערצו די פארנעם וויאזוי נישט-אידן זענען אנגעקליידעט אין די ברענענדיגע היצן, וואס מאכט אומאנגענעם פאר זיי צוליב זייערע פרינציפאלע געבאטן אנבאלאנגט מאראלישע געביטן.
אבער דאס איז שווער צו אננעמען נעמענדיג אין באטראכט דעם פאקטאר אז די וואוינארט פון טויזנטער שטרענג רעליגיעזע פאמיליעס געפינט זיך אינעם וויליאמסבורג ראיאן וואס אלס שפאן אוועק פון מאנהעטן איז דאס גענצליך נישט אויף זייערע טראדיציאנאלע סטאנדארטן, אלזא שטעלט זיך די הארבע פראגע וויאזוי ערלויבן זיי זיך צו געפינען דארטן די אנדערע מאנאטן פונעם קאלענדער? און צו וואס העלפט זיי דאס שפארן קארגע צוויי מאנאטן?
ווען איר וועט אבער פרעגן די נישט אזוי עקסטרעם פרומע צווישן זיי וועט איר הערן אז דאס שטאמט גאר פון וואקאציאנאלע מאטיוון. און דאס איז פיל מער אומפארשטענדליך, צי דען ביי פרומע ארטאדאקסן באדייט א רוהיגע וואקאציע אט די שווערע באדינגונגען פון זיך שלעפן נאכאנאנד פון-און-צו די הויכע בערג, און אפגערעדט פון דאס וויילן זעלבסט אין אזעלכע ענגע אומשטענדן.
און מיר האבן נאכנישט אנגערירט דעם שפיץ, און דאס איז די שאקירנדע פענאמען אז טראצדעם וואס ביי אידן אין אלגעמיין און ארטאדאקסן ספעציפיש איז דאס האבן גוטע באציאונגען מיט די נאנטע פאמיליע א שטארקע פונקט, און א גאר גרויסע געוויכט ווערט געלייגט צו האבן פיל קינדער און זיי ערציען מיט די שטרענגע אידישע טראדיציעס, וועלן די מענער פארוויילן דורכאויס דעם גרעסערן טייל פון די א.ג. וואקאציע אין די שטאט פונאדערגעשיידט פון זייערע קינדער געבענטשטע פאמיליעס און פארפלאגטע ווייבער פארבראכנדיג זייערע אפרוה טעג איינזאם ביי די ארבעט און אין ליידיגע שטיבער אפגעהאקט פון די פאמיליעס.
אלזא איז דער טיטל וואקאציע צו קאנטראסטיש ארויפצוקלעבן אויף אזא פיינפולע עלנדע פירונג.
די פראגע ווערט נאר שווערער נעמענדיג אין באטראכט די אומגעהויערע קאסטן וואס דאס ציט אריין, וואס איז אין צוגאב צו זייער הויכע פינאנציעלע לעבנס-שטייגער וואס נעמט אריין זייער צוגעבינדנקייט צו וואוינען אין די טייערע ניו יארק סיטי, אסטראנאמישע קאסטן פאר פריוואטע שולע ערציאונג, און נאך פילע רעליגיעזע באדערפענישן. אבער דאך ווערט דער זוממער קעטסקיל פארוויילונג ביי זיי באטראכט ווי א גאר שטארקע פריאריטעט וואס ארימע קינדער-געבענטשטע פאמיליעס וועלן נישט פארציכטן דערויף אויך ווען זיי מאטערן זיך מיטן לייגן ברויט אויפן טיש און דעקן דעם מאנאט.
און די זינלאזע זוממער שטייגער איז נישט בלויז פאר פאמיליעס, נאר אויך ספעציעלע קעמפס ווערן אהערגעשטעלט פאר די ערוואקסענע איגנטליכע און זאגאר יונגע קינדער וואס פאר געשוואלענע פרייזן פארהאלטן זיי זיך אין דעזיגנירטע פארשלאסענע לאגערן [איראניש ווי אין די אידישע שפראך וואו עס ווערט אזוי אפגעטייטשט דאס ווארט קעמפ, ווערט די דאזיגע אידישע ווארט בלויז גענוצט ווען מען דערמאנט זייערע עלטערן'ס קאשמארן אין קאנצענטראציע לאגערן אונטער די נאצי רעזשים] זייענדיג בענקענדיג און פארוויינט. און דא איז אויך פונאדערגעשיידט אין צווייען, די פרומערע סעקטעס גיבן אן דעם אויבן דערמאנטן רעליגיעזן פאקטאר, ווי אויך זענען זיי ביי די מיינונג אז דער טאט איז א שטארקער נוצן פאר די גייסטיגע און ספיריטואלע וועזן פון א קינד, א פאקט וואס איז נאכנישט געפארשט און באשטעטיגט געווארן, ווי אויך עס זענען נאכנישט שטודירט געווארן צי עס זענען נישט מעגליך פארהאן סיי וועלכע נעגאטיווע נאכפאלגן דערפון.
ווידער פון אנדערע שיכטן הערט זיך אן אנדער ליד, לויט זייער האלטונג זענען די זוממער-קעמפס ערטער פון פארוויילונגען און אונטערהאלטונגען וואס זענען לויט זיי קריטיש פאר אן אינג קינד צו אויפוואקסן געזונט און לוסטיג. אבער לויט די אינפארמאציע איבער אידישקייט אין אלגעמיין און ארטאדאקסיע ספעציפיש איז די טעמע פון פוסטע פארברענגען ווייט נישט קיין ארטיקל אויף וואס עס ווערט געלייגט געוויכט, זיכער נישט צו א שטאפל פון ווידמען פולע צוויי מאנאטן פאר דעם מינדערוויכטיגן צוועק.
און נאכמער, לויט קראנטע באווייז פאראורזאכן די פארוויילונג קעמפס גאר שטארקע נעגאטיווע נאכפאלגן אויף די קינדער'ס געדולד און ווילן צום לערנען און שטודירן שווערע תלמוד לעקציעס וואס איז דער הויפט ציל פון זייערע עלטערן און לערער, דאס איז אין איינקלאנג מיטן איינפאכן מענטשליכן נאטור אז נאך צוויי מאנאטן פון איבערראשן נאכאנאנד זייערע הערצער מיט שטורמישע דראמאטישע אקטיוועטעטן, איז דער רעזולטאט זעלבסט פארשטענדליך אז זיי ערווארטן אויטאמאטיש צויבער און לעבהאפט און נישט בלויז טרוקענע לערנונגען .
וואס איז אומפארשטענדליך און גאר וואונדערליך איז אט דער וואונדערליכער רעאליטעט אז צוויי פארקערטע שטרעמונגען וואס איינע באהויפטעט גייסטיגע ספיריטואלע צילן אלס זייער באגער, און די צווייטע קאנצענטרירט זיך אויף מאטעריאליזם און באקוועמליכקייט פראקטיצירן דעם איינעם זעלביגן טאט פון קעמפ און 'קאנטרי' ווי עס ווערט גערופן ביי זיי, אלזא וואס איז דער אייניגער הונטערליגנדער אורזאך וואס פאראייניגט זיי, און צוליב וואס טוען טויזנטער דעם אקט וואס איז ווי ערווענט אומפארשטענדליך פון ביידע זייטן פונעם ספעקטרום?
אויב קענט איר אבער דעם נאטור און לעבנסשטייגער פונעם אמעריקאנעם ארטאדאקס ביי נאך פארשידענע לעבנסשטייגער דעטאלן וואלט איר נישט אזוי געשטוינט.
לעבנדיג אין גרויסע גרופעס מיט א זעלטענעם איינדרוקספולן פאראייניגקייט איז נישט קיין פראגע צוליב וואס זייערע מיינונגען, פירונגען, און באשלוסן ווערן דעצידירט לויט די אלגעמיינע אומאפגעמאכטע און אויבערפלעכליכע וועג אויף וואס מאנכע האבן אנגעהויבן גיין און אצינד שפאנען נאך זייערע פריינט, און זייערע פילצאליגע קינדער און אייניקלעך, וועמענ'ס גאלאפ ווערט נאר שנעלער און האסטיגער.
פילייכט וועט איר נאכן פארשטיין זייער סטאדע-קולטור זיך שוין מער נישט קראצן קאפ באאבאכטנדיג זייערע הימל שרייענדע פרייזן וואס זיי צאלן צו הייראטן זייערע קינדער וואס קען אויסקומען צו א יערליכע שפענדונג. און מעגליך קען עס אייך אויך פארענטפערן זייערע לעכצענישן צו טרעפן א קליינטשיגע וואוינוג אין שמוציגע געגנטער בלויז צו קענען דערויף צאלן זייער גאנץ פארמעגן, און די ברעמען-הייבנדע ליסטע פון אומגלויבליכע ערשיינונגען אין רעזולטאט פון די קראנקע גענע האט זיך ווייט נאכנישט אנגעהויבן.
אויב איז געווארן א שטראז אויסגעטרעטן ביי זיי וועט נישט לאנג נעמען ביז די מאסן וועלן איר באטרעטן מיט אייפער האבנדיג אין זאפאס טיפע ערקלערונגען און פעסטע ארגומענטן, אבער צו אלעם איז פארהאן בלויז איין רוקנביין און דאס איז א פראסטע פארכט פון טראכטן און טון פארקערט ווי די אנגענומענע נארמע, ווען איר וועט דאס אויפדעקן וועלן פילע מאדנע רעטענישן זיך קריסטאליזירן.
שלאפט רוהיג, קיין מיסטעריע און מיסטיזם הערשט נישט ביי זיי, בלויז שוואכע מענטשליכע כאראקטעריזם.
און דאס איז העכסט נארמאל און פארשטענדליך. דאס אידישע פאלק טראץ איר העכערע לעבן און טראדיציעס איז פארט א טייל פון מענטשליכע ציוויליזאציע.
נאך אלעם פארמאגן אויך די געטליכע אידן א מענטשליכע געוויסן.

- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2876
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 6630
Re: עקסקלוסיוו! אלגעמיינער פראפעסער מיט אנאליז איבער קעמפ און קאנטרי
נישט יעדעס ווארט איז ריכטיג. אביסל געמיין אפילו. אבער מיט דעם מצב איז ער זייער גערעכט.
Re: עקסקלוסיוו! אלגעמיינער פראפעסער מיט אנאליז איבער קעמפ און קאנטרי
פון וואו קומט דאס?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
Re: עקסקלוסיוו! אלגעמיינער פראפעסער מיט אנאליז איבער קעמפ און קאנטרי
איך זע נישט ממש די געמיינקייט. זייער שארף אפגעשריבן די ביטערע מציאות.Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 22, 2025 3:39 pm נישט יעדעס ווארט איז ריכטיג. אביסל געמיין אפילו. אבער מיט דעם מצב איז ער זייער גערעכט.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
Re: עקסקלוסיוו! אלגעמיינער פראפעסער מיט אנאליז איבער קעמפ און קאנטרי
וואס איז טאקע פשט פון די טענה אז מען צאלט די איבערגעטריבענע סכומים פאר שמירת עניים ווען די מענער פארבלייבן אין די סיטי, פרויען דארפן שמירת עניים?
Re: עקסקלוסיוו! אלגעמיינער פראפעסער מיט אנאליז איבער קעמפ און קאנטרי
גראדע יא.
נישט אז כ'עטנפער דיין גאנצע קשיא, אז דו פרעגסט אויב פרויען דארפן שמירת עינים זאג איך.
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
Re: עקסקלוסיוו! אלגעמיינער פראפעסער מיט אנאליז איבער קעמפ און קאנטרי
Re: עקסקלוסיוו! אלגעמיינער פראפעסער מיט אנאליז איבער קעמפ און קאנטרי
אזוי?
כ'מיין ס'איז נישט ריכטיג וואס דו שרייבסט, זיי מעגן נישט קוקן אויף אויסגעלאסענע.
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2500
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 5187
Re: עקסקלוסיוו! אלגעמיינער פראפעסער מיט אנאליז איבער קעמפ און קאנטרי
די ארטיקל שטינקט (מיין אייגענע אינסטינקט) כ‘רעד פונעם אופן ה‘געשרייבעכטס מיט די הנחה‘ס.
והשנית, די יעצדיגע מציאות הדברים איז א דיעבד, ס‘איז ענדערשט בבחינת דיעבד בדיעבד. ס‘מיינט אבער נישט אז פון אנפאנג ווען ס‘האט זיך אנגעהויבען האט עס אזוי אויס געקוקט.
שמירת עיניים איז א גרויסע חלק פון די מעשה, ווי אויך די חלק פון זיך אויסליפטערן,
באלד וועט מען נאך מאכען א ויצעקו אז מ׳גייט בכלל ארויס פון שטוב.
איי מיען קאם אן..

- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5154
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 16771
Re: עקסקלוסיוו! אלגעמיינער פראפעסער מיט אנאליז איבער קעמפ און קאנטרי
נישט געענטפערט אויף די קשיא פארוואס די מענער דארפן נישט קיין שמירת ענים, און וויאזוי מלופטערט זיך אויס אין א ד' על ד' באנגעלאו מט צעלעכערטע סקרינס.פשוט און גראד האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 23, 2025 9:56 pm די ארטיקל שטינקט (מיין אייגענע אינסטינקט) כ‘רעד פונעם אופן ה‘געשרייבעכטס מיט די הנחה‘ס.
והשנית, די יעצדיגע מציאות הדברים איז א דיעבד, ס‘איז ענדערשט בבחינת דיעבד בדיעבד. ס‘מיינט אבער נישט אז פון אנפאנג ווען ס‘האט זיך אנגעהויבען האט עס אזוי אויס געקוקט.
שמירת עיניים איז א גרויסע חלק פון די מעשה, ווי אויך די חלק פון זיך אויסליפטערן,
באלד וועט מען נאך מאכען א ויצעקו אז מ׳גייט בכלל ארויס פון שטוב.
איי מיען קאם אן..
אדרבה, גיי ארויס פון שטוב, פאר אוועק אויף זומער, אבער טו עס אויף א וועג וואס ארבעט פאר דיר. נישט וואס ארבעט [נישט] פאר יענעם.
כאפסט טאקע נישט?..
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2500
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 5187
Re: עקסקלוסיוו! אלגעמיינער פראפעסער מיט אנאליז איבער קעמפ און קאנטרי
אקעי אביסעלע קלארער..שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 24, 2025 1:52 pmנישט געענטפערט אויף די קשיא פארוואס די מענער דארפן נישט קיין שמירת ענים, און וויאזוי מלופטערט זיך אויס אין א ד' על ד' באנגעלאו מט צעלעכערטע סקרינס.פשוט און גראד האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 23, 2025 9:56 pm די ארטיקל שטינקט (מיין אייגענע אינסטינקט) כ‘רעד פונעם אופן ה‘געשרייבעכטס מיט די הנחה‘ס.
והשנית, די יעצדיגע מציאות הדברים איז א דיעבד, ס‘איז ענדערשט בבחינת דיעבד בדיעבד. ס‘מיינט אבער נישט אז פון אנפאנג ווען ס‘האט זיך אנגעהויבען האט עס אזוי אויס געקוקט.
שמירת עיניים איז א גרויסע חלק פון די מעשה, ווי אויך די חלק פון זיך אויסליפטערן,
באלד וועט מען נאך מאכען א ויצעקו אז מ׳גייט בכלל ארויס פון שטוב.
איי מיען קאם אן..
אדרבה, גיי ארויס פון שטוב, פאר אוועק אויף זומער, אבער טו עס אויף א וועג וואס ארבעט פאר דיר. נישט וואס ארבעט [נישט] פאר יענעם.
כאפסט טאקע נישט?..
קיינער האלט נישט אז די אישוס ווערן געלעזט אינגאנצען מיט קאנטרי. אבער ס‘איז יא א בוחר רע במיעוטו.
דעיס איז זיכער אז ווען קאנטרי איז נולד געווארען האט עס נישט געהאט אזא פנים. אבער סוי וואס זאל מען יעצט טוהן?
Re: עקסקלוסיוו! אלגעמיינער פראפעסער מיט אנאליז איבער קעמפ און קאנטרי
פיין און הויעכשפריציג געשריבן...
נ.ב. פון ערגעץ ליגט מיר אין זיכרון אז איך האב עס שוין אמאל געליינט, מאכט סענס אז סאיז געווען אין מאמענט פאראיאר?
נ.ב. פון ערגעץ ליגט מיר אין זיכרון אז איך האב עס שוין אמאל געליינט, מאכט סענס אז סאיז געווען אין מאמענט פאראיאר?
Re: עקסקלוסיוו! אלגעמיינער פראפעסער מיט אנאליז איבער קעמפ און קאנטרי
היינט פארן שוין ווייניג אין ד' על ד' באנגעלאוס (און די וואס יא בלייבן געווענליך אין קאנטרי איבער דער וואך...)שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 24, 2025 1:52 pmנישט געענטפערט אויף די קשיא פארוואס די מענער דארפן נישט קיין שמירת ענים, און וויאזוי מלופטערט זיך אויס אין א ד' על ד' באנגעלאו מט צעלעכערטע סקרינס.פשוט און גראד האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 23, 2025 9:56 pm די ארטיקל שטינקט (מיין אייגענע אינסטינקט) כ‘רעד פונעם אופן ה‘געשרייבעכטס מיט די הנחה‘ס.
והשנית, די יעצדיגע מציאות הדברים איז א דיעבד, ס‘איז ענדערשט בבחינת דיעבד בדיעבד. ס‘מיינט אבער נישט אז פון אנפאנג ווען ס‘האט זיך אנגעהויבען האט עס אזוי אויס געקוקט.
שמירת עיניים איז א גרויסע חלק פון די מעשה, ווי אויך די חלק פון זיך אויסליפטערן,
באלד וועט מען נאך מאכען א ויצעקו אז מ׳גייט בכלל ארויס פון שטוב.
איי מיען קאם אן..
אדרבה, גיי ארויס פון שטוב, פאר אוועק אויף זומער, אבער טו עס אויף א וועג וואס ארבעט פאר דיר. נישט וואס ארבעט [נישט] פאר יענעם.
כאפסט טאקע נישט?..
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
Re: עקסקלוסיוו! אלגעמיינער פראפעסער מיט אנאליז איבער קעמפ און קאנטרי
געמיין איז די מהלך ווי אזוי די קאנטרי איז אויסגעשטעלט.Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 22, 2025 3:39 pm נישט יעדעס ווארט איז ריכטיג. אביסל געמיין אפילו. אבער מיט דעם מצב איז ער זייער גערעכט.
נישט וועלן עס דערהערן איז אזוי ווי די בת היענה.
קדוש ישראל האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 15, 2024 3:38 pm נישט יעדער זאך וואס איז ארויס פון אייער קאמפארט זאון, אדער אנדערש ווי מ'האט אמאל געטוהן, האט צו טון מיט מאדערניזים
Re: עקסקלוסיוו! אלגעמיינער פראפעסער מיט אנאליז איבער קעמפ און קאנטרי
ס'מאכט די רע אסאך ערגער.פשוט און גראד האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 24, 2025 2:01 pmאקעי אביסעלע קלארער..שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 24, 2025 1:52 pmנישט געענטפערט אויף די קשיא פארוואס די מענער דארפן נישט קיין שמירת ענים, און וויאזוי מלופטערט זיך אויס אין א ד' על ד' באנגעלאו מט צעלעכערטע סקרינס.פשוט און גראד האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 23, 2025 9:56 pm די ארטיקל שטינקט (מיין אייגענע אינסטינקט) כ‘רעד פונעם אופן ה‘געשרייבעכטס מיט די הנחה‘ס.
והשנית, די יעצדיגע מציאות הדברים איז א דיעבד, ס‘איז ענדערשט בבחינת דיעבד בדיעבד. ס‘מיינט אבער נישט אז פון אנפאנג ווען ס‘האט זיך אנגעהויבען האט עס אזוי אויס געקוקט.
שמירת עיניים איז א גרויסע חלק פון די מעשה, ווי אויך די חלק פון זיך אויסליפטערן,
באלד וועט מען נאך מאכען א ויצעקו אז מ׳גייט בכלל ארויס פון שטוב.
איי מיען קאם אן..
אדרבה, גיי ארויס פון שטוב, פאר אוועק אויף זומער, אבער טו עס אויף א וועג וואס ארבעט פאר דיר. נישט וואס ארבעט [נישט] פאר יענעם.
כאפסט טאקע נישט?..
קיינער האלט נישט אז די אישוס ווערן געלעזט אינגאנצען מיט קאנטרי. אבער ס‘איז יא א בוחר רע במיעוטו.
דעיס איז זיכער אז ווען קאנטרי איז נולד געווארען האט עס נישט געהאט אזא פנים. אבער סוי וואס זאל מען יעצט טוהן?
השרוי בלא אשה שרוי בלא חומה.
קדוש ישראל האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 15, 2024 3:38 pm נישט יעדער זאך וואס איז ארויס פון אייער קאמפארט זאון, אדער אנדערש ווי מ'האט אמאל געטוהן, האט צו טון מיט מאדערניזים
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2500
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 5187
Re: עקסקלוסיוו! אלגעמיינער פראפעסער מיט אנאליז איבער קעמפ און קאנטרי
ס‘הייסט נישט בלא אשה.טלית האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 01, 2025 11:28 amס'מאכט די רע אסאך ערגער.פשוט און גראד האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 24, 2025 2:01 pmאקעי אביסעלע קלארער..שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 24, 2025 1:52 pm
נישט געענטפערט אויף די קשיא פארוואס די מענער דארפן נישט קיין שמירת ענים, און וויאזוי מלופטערט זיך אויס אין א ד' על ד' באנגעלאו מט צעלעכערטע סקרינס.
אדרבה, גיי ארויס פון שטוב, פאר אוועק אויף זומער, אבער טו עס אויף א וועג וואס ארבעט פאר דיר. נישט וואס ארבעט [נישט] פאר יענעם.
כאפסט טאקע נישט?..
קיינער האלט נישט אז די אישוס ווערן געלעזט אינגאנצען מיט קאנטרי. אבער ס‘איז יא א בוחר רע במיעוטו.
דעיס איז זיכער אז ווען קאנטרי איז נולד געווארען האט עס נישט געהאט אזא פנים. אבער סוי וואס זאל מען יעצט טוהן?
השרוי בלא אשה שרוי בלא חומה.
Re: עקסקלוסיוו! אלגעמיינער פראפעסער מיט אנאליז איבער קעמפ און קאנטרי
גערעכט.פשוט און גראד האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 01, 2025 11:58 amס‘הייסט נישט בלא אשה.טלית האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 01, 2025 11:28 amס'מאכט די רע אסאך ערגער.פשוט און גראד האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 24, 2025 2:01 pm
אקעי אביסעלע קלארער..
קיינער האלט נישט אז די אישוס ווערן געלעזט אינגאנצען מיט קאנטרי. אבער ס‘איז יא א בוחר רע במיעוטו.
דעיס איז זיכער אז ווען קאנטרי איז נולד געווארען האט עס נישט געהאט אזא פנים. אבער סוי וואס זאל מען יעצט טוהן?
השרוי בלא אשה שרוי בלא חומה.
אבער די פוינט איז נאכאלטס אמת.
קדוש ישראל האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 15, 2024 3:38 pm נישט יעדער זאך וואס איז ארויס פון אייער קאמפארט זאון, אדער אנדערש ווי מ'האט אמאל געטוהן, האט צו טון מיט מאדערניזים
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2500
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 5187
Re: עקסקלוסיוו! אלגעמיינער פראפעסער מיט אנאליז איבער קעמפ און קאנטרי
שנעלערהייט צאמגענימען הייסט עס #גלות סינדרום