כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
קרני פרה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 256
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 1:06 am
x 1659

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קרני פרה »

נישט אינטערעסירט האט געשריבן: פרייטאג יוני 20, 2025 10:20 am
ווירקליך האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 19, 2025 11:07 pm טייערע ברידער, דא זענען ארויפגעלייגט געווארן זאכן אין די פארלאפענע שעות וואס זענען דירעקט מבזה אידן, טייערע יוצאי לב טהור, וועלכע האבן זיך אוועקגעריסן פון א טונקעלן עבר און זוכן אנצוהייבן א נייעם לעבן.

מיר האבן שוין עטליכע מאל געבעטן, און מיר ווילן נאכאמאל דערמאנען. דער געפאר "לב טהור" עקזיסטירט מער נישט!

די היתר צו מישן א קאשע דערוועגן און באשמוצן אידן, עקזיסטירט מער נישט!

מיר גייען מוזן נעמען א שטייפן צוגאנג אין דעם אשכול, און איינער וואס גייט בארעדן אדער מבזה זיין יחידים, גייט נישט קענען בלייבן דא.

ביטע האלטן די שמועסן צו די געווענליכע אידטיש סטאנדארטן כדי מיר זאלן קענען לאזן דעם אשכול אפן.
ביטע געבט כאטש איין ווארענונג פאר איר פארמאכט איינעם'ס ניק.

נישט יעדער פארשטייט גלייך ווי איין ווי אויס, מען האט דאך נישט פארלאנגט אן איי-קיו טעסט פארן עפענען א ניק.
א ספעציעל׳ן יישר כח פאר דיין פופציגער. די אובער איז דיינס... מיט רעשטע...
תבורך בכפלי כפלים מן השמים, ובכל אשר תפנה תצליח למעלה מדרך הטבע

לעניינינו - עס דאכט זיך אמאל אז נישט יעדער פארשטייט איד(ט)יש
ס’איז דא אזאלעכע מענטשען, וואס נאך צען ווארענונגען, כאפן זיי עס אויפען ווינק....

א גרויסען דאנק פאר די הנהלה פארן מאכן סדר, מיט אזויפיל איבערגעגעבנקייט און הארץ,
מען האנדלט דא פון דיני נפשות,
עס קומט זיי אויך קרעדיט

אגב ברענגט דאס ארויס די שטארקע כח פון דעם מקום
די קאמפיין נעכטען איז בלויז געווען דא אויף אידטיש, נישט אויף קיין שום אנדערע פלאטפארמע,
מען האט באוויזן צו דעגרייכען איבער 1200 דאלאר,!!! אין געציילטע שעות
מי כעמך ישראל
דער עולם זאל ווייטער געבן פאר הרב מנהיג

איך וויל וויסן - וואס האלט די הנהלה אויף די טענות פון חמול נ”י. אז מען מאכט צופיל משוגע דא פאר געלט, אין א נייעס אשכול?
וואס איז די שטעלונג?
רצון ברעכט אייזן
פרישער באניצער
פאוסטס: 65
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 1:44 pm
Location: ירושלים
x 274

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך רצון ברעכט אייזן »

קרני פרה האט געשריבן: פרייטאג יוני 20, 2025 1:34 pm
► Show Spoiler
איך וויל וויסן - וואס האלט די הנהלה אויף די טענות פון חמול נ”י. אז מען מאכט צופיל משוגע דא פאר געלט, אין א נייעס אשכול?
וואס איז די שטעלונג?
א נייע אשכול נאר פאר קאמפיין מיין איך גייט נישט ארבעטן עס גייט זיין גוט נאר אויף פאפיר אבער נישט למעשה
קרני פרה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 256
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 1:06 am
x 1659

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קרני פרה »

גרינטליך האט געשריבן: פרייטאג יוני 20, 2025 1:13 pm
קרני פרה האט געשריבן: פרייטאג יוני 20, 2025 1:11 pm
סאלי האט געשריבן: פרייטאג יוני 20, 2025 10:04 am איך בין מרוגש באופן נורא פין דעי צדקה
איך בין ליידער נישט ביכולת אבער אויב העט אריינקומען עפעס געלט ביי מיר
וועל איך תיכף תורם זיין להשתתף
יישר כח, חיזוק איז אויך ווערט געלט

פון יעטץ און ווייטער אויב איינער וויל געבן, זאל עס געבן פאר הרב מנהיג
ס׳איז די זעלבע מצווה נאר א צווייטע לינק
גרינטליך” האסט נאך די כוחות?...
יא, אבער איך וויל צי ווארטען 2-3 טעג ווייל איך וויל נישט מצער זיין @חמול על מעשיך
דארף מען אפוועגען די צער פון הרב המנהיג, קעגן די צער פון חמול
און לויט ווער עס וועגט איבער וועט מען מחליט זיין...
וואס האלט דער עולם?
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2797
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 6110

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פשוט און גראד »

► Show Spoiler
געקאווערט
בשותפות מיט אפאר חברים

ללעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו
לזכות כלל ישראל

@מנהיג
פיילס
Print 123snip.pdf
(256.8 KiB) דאונלאודעד 240 מאל
קרני פרה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 256
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 1:06 am
x 1659

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קרני פרה »

מנהיג האט געשריבן: פרייטאג יוני 20, 2025 12:30 pm איך פארשטיי אז מען האט הערשט יעצט געענדיגט דא א קאמפיין, און עס וואלט געווען מן הנימוס איך זאל לאזן דעם עולם קומען צו זיך און הערשט דערנאך ארויסקומען, וואזשע זאלעך אבער טוען אז ההכרח לא יגונה, און איך קען נישט מער טראגן דעם לאסט אליין!!!!

ס'קאסט ימים פון געלט (און צייט און מח) די אויסשטאפירן די דירה, די לעגאלע פאפירן, די מעדיצינישע הילף, די עסן, און מיין טעלעפאון איז אפן פאר זיי א גאנצן ליבן טאג מיט עצה ותושי',
די איינציגע וועג איך זאל קענען אנגיין מיט ישוב הדעת, איז אויב די געלט יאך ווערט אראפגענומען פון מיר. בלויז צו דערמאנען איך בין נישט קיין סינגל און נישט אנעמפלויט....

אדרבה, איך לייג דא דעם רעסיט פונעם שבת ארדער וואס איז געמאכט געווארן הערשט נעכטן נאכט, און דאס איז בלויז גראסערי (וואס איך בין ע''פ בקשתם מיטגעגאנגען מיט זיי און געשפענדעט איבער א שעה...) וירא הקהל וישפוט....
הערט צו כל הקהל הקודש
די קאמפיין איז נאכנישט גענדיקט, עס גייט ווייטער אן מיט א אנדערע לינק
ווער עס האט געוואלט געבן, אדער קען געבן נאכאמאל, זאל עס געבן פאר מנהיג

מען קען כאפן יעדע אייטעם עקסטער, דאס ווערט דיינס
איינער באצאלט די קארטאפל
איינער די מייער
און אזוי ווייטער..
רצון ברעכט אייזן
פרישער באניצער
פאוסטס: 65
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 1:44 pm
Location: ירושלים
x 274

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך רצון ברעכט אייזן »

א נעבעכדיגע נשמהלע
צושאסן און בראכן וואס וויל מען פון זיין לעבן רבונו של עולם

א גר
וואס ווילסטו צופיל מער פון אים

כאילו דא אין בארא פארק טרעפט מען נישט אזעלכע חברה וואס שטאמען פון ערליכע משפחות

מען האט שוין געטראפן אויף וועם צו אויסגיסן די מיסט טראק

ער האט נעבעך קיינעם נישט וואס זאל זיך אננעמען אויף אים, סיי ווי א גר
פיילס
.
.
Screenshot_20250620_134503_Telegram.jpg (296.55 KiB) געזען געווארן 1090 מאל
וואס דען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 101
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 27, 2025 9:07 am
x 202

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך וואס דען »

סענס אף יומער האט געשריבן: פרייטאג יוני 20, 2025 12:14 pm
לעבער אייער האט געשריבן: פרייטאג יוני 20, 2025 9:19 am
סענס אף יומער האט געשריבן: פרייטאג יוני 20, 2025 2:00 am
ארגענטינע.
וויאזוי קען ער צוריק גיין צו גוואטעמאלע?
איינמאל מען גייט ארויס לאזן זיי שוין נישט צוריק אריין
דאס איז נאר ווען מ'שיקט ארויס דעם מענטש, אוריאל איז דערווייל נישט פארשיקט געווארן.
מסתמא איז ער פון די געציילטע פון ל"ט וואס האבן ג'דאג'ט יא צו האבן לעגאלע פאפירן, אנדערש ווי אזוי קען ער צוריק גיין? און אויב יא, פארוואס זאל מען איהם פארשיקן?
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 509
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5699

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

רצון ברעכט אייזן האט געשריבן: פרייטאג יוני 20, 2025 3:51 pm א נעבעכדיגע נשמהלע
צושאסן און בראכן וואס וויל מען פון זיין לעבן רבונו של עולם

א גר
וואס ווילסטו צופיל מער פון אים

כאילו דא אין בארא פארק טרעפט מען נישט אזעלכע חברה וואס שטאמען פון ערליכע משפחות

מען האט שוין געטראפן אויף וועם צו אויסגיסן די מיסט טראק

ער האט נעבעך קיינעם נישט וואס זאל זיך אננעמען אויף אים, סיי ווי א גר

דו קענסט אים אז דו רעדסט אזוי? ווען דו וואלסט געוויסט זיינע שמוציגע מעשי נבילה וואלסטו געשריבן אויף אים ימ"ש.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3337
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 10464

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פופציגער »

זינט ווען מעג א פובליק פארום גענוצט ווערן צו באשמוצן אידן וואס טוען עכטע עוולות?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
רצון ברעכט אייזן
פרישער באניצער
פאוסטס: 65
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 1:44 pm
Location: ירושלים
x 274

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך רצון ברעכט אייזן »

פופציגער האט געשריבן: פרייטאג יוני 20, 2025 4:10 pm זינט ווען מעג א פובליק פארום גענוצט ווערן צו באשמוצן אידן וואס טוען עכטע עוולות?
1000%
רצון ברעכט אייזן
פרישער באניצער
פאוסטס: 65
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 1:44 pm
Location: ירושלים
x 274

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך רצון ברעכט אייזן »

רצון ברעכט אייזן האט געשריבן: פרייטאג יוני 20, 2025 3:51 pm א נעבעכדיגע נשמהלע
צושאסן און בראכן וואס וויל מען פון זיין לעבן רבונו של עולם

א גר
וואס ווילסטו צופיל מער פון אים

כאילו דא אין בארא פארק טרעפט מען נישט אזעלכע חברה וואס שטאמען פון ערליכע משפחות

מען האט שוין געטראפן אויף וועם צו אויסגיסן די מיסט טראק

ער האט נעבעך קיינעם נישט וואס זאל זיך אננעמען אויף אים, סיי ווי א גר

דו קענסט אים אז דו רעדסט אזוי? ווען דו וואלסט געוויסט זיינע שמוציגע מעשי נבילה וואלסטו געשריבן אויף אים ימ"ש.

האט נישט צוטוהן וועלכע פלאץ אין די תורה איז דא די היתר פון גיין באשמיצן א נעבעכדיגע יוד פארוואס, אלטס וואס, וועלכע אויפטוה????

איך קום נישט דא יעצט צו דיין זיין צו ער איז יא א ימ"ש צו נישט
ציווילע בירגער
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 13, 2025 2:14 pm
Location: williamsburg
x 5

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ציווילע בירגער »

שטורעמישע אסיפת הרבנים פארגעקומען אין עיר הבירה לאנדאן לטובת 'ילדי לב טהור' ווי הגאון הגדול רבי חיים יוסף דוד ווייס שליט"א - דומ"ץ סאטמאר-אנטווערפן, האט צוזאמגערופן א קריטיש-וויכטיגע אסיפת רבנים אינעם התאחקה"ח, צו אויפוואכן איבער די דראמאטישע אנטוויקלונגען וואס שפילט זיך אפ מיט די ילדי לב טהור . און בעפארגרייטונג צו א מאסיווע קאמפיין.

תושבי לאנדאן וועלן אויסשטרעקן די ארעמעס צו ראטעווען נפשות!
אוועיטער
צייטווייליג
חבר המערכת
פאוסטס: 409
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
x 1132

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך צייטווייליג »

רצון ברעכט אייזן האט געשריבן: פרייטאג יוני 20, 2025 4:51 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: פרייטאג יוני 20, 2025 4:06 pm
רצון ברעכט אייזן האט געשריבן: פרייטאג יוני 20, 2025 3:25 pm

נעבעכדיגע גר פארוואס אים דא באשמיצן
מה בצע
א קרבן פון יענע גרופע
ביטע נישט גיין ווייטער מיט די שמועס
מען זעהט אויף זיין פנים צער און צובראכנקייט און אונז דא מיטן גלאז קאווע אין די האנט גיין אים דין זיין, יא שגץ נישט שגץ
דו קענסט אים אז דו רעדסט אזוי? ווען דו וואלסט געוויסט זיינע שמוציגע מעשי נבילה וואלסטו געשריבן אויף אים ימ"ש.
כאילו דא אין בארא פארק איז נישט דא גרעסערע בעלי עבירה פון אים
די הנהלת המערכת האט שוין געזאגט דא נעכטן אז דא איז נישט די פלאץ פון בארעדן מענטשן
@אסמכתא בעלמא@ווירקליך בין איך נישט גערעכט?
עס קען זיין אז דו ביסט גערעכט. מיר האבן קיין מיינונג צו ער איז א איד צו נישט. טאמער יא האט ער קלאר א הלכה אנדערש ווי א גוי.

הלכה למעשה, עס זעהט נישט אויס אז עס איז פארהאנען סיי וועלכע תועלת צו אויספאקן אויף אים זיין היסטאריע. וא”כ פארוואס ממשיך זיין? ביז ווילאנג א רב נעמט נישט קיין צד לכאן או לכאן וועלן מיר בעהטן נישט צו ממשיך זיין איבער אים בכלל. וואס איז די תועלת? נישט אראפרייסן און נישט ריינוואשן.

לאמיר רעדן תכלית וויאזוי מיר קענען צוזאמען ארויסהעלפן ’אלע’ געוועזענע לב טהור מיטגלידער, ווער עס קען צושטייער געבן אדרבה ואדרבה, יעדער ווער עס קען. עס איז ממש איבעראשנד וואס מהאט דא צוזאמגעשטעלט נעכטן.
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 509
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5699

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

פופציגער האט געשריבן: פרייטאג יוני 20, 2025 4:10 pm זינט ווען מעג א פובליק פארום גענוצט ווערן צו באשמוצן אידן וואס טוען עכטע עוולות?
נאר אלע לב טהור פירער וואס זענען בוודאי אידן מעג מען באשמוצן, אבער א וודאי גוי ספק יהודי וואס האט געטוהן פיל ערגערס פון די ערגסטע פירער, אים מעג מען נישט באשמוצן?
רצון ברעכט אייזן
פרישער באניצער
פאוסטס: 65
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 1:44 pm
Location: ירושלים
x 274

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך רצון ברעכט אייזן »

סענס אף יומער האט געשריבן: פרייטאג יוני 20, 2025 5:18 pm

לאמיר אויספאלגן וואס חבר המערכת @צייטווייליג האט געבעטן
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 509
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5699

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

רצון ברעכט אייזן האט געשריבן: פרייטאג יוני 20, 2025 3:51 pm א נעבעכדיגע נשמהלע
צושאסן און בראכן וואס וויל מען פון זיין לעבן רבונו של עולם

א גר
וואס ווילסטו צופיל מער פון אים

כאילו דא אין בארא פארק טרעפט מען נישט אזעלכע חברה וואס שטאמען פון ערליכע משפחות

מען האט שוין געטראפן אויף וועם צו אויסגיסן די מיסט טראק

ער האט נעבעך קיינעם נישט וואס זאל זיך אננעמען אויף אים, סיי ווי א גר
אומגלויבליך ווי נאריש און אכזריות'דיג מענטשן קענען זיין און ווערן איבערגענומען פון א בילד און רחמנות האבן אויף א נידריגער שמוציגער חוטא ומחטיא בלויז ווייל ער איז צובראכן.

דער גוי וועמענ'ס גיור קיין איין רב האט נישט באשטעטיגט און זאגאר געלייגט שטארקע ספיקות דערין, איז מחויב מיתה ע"פ תורה פארן מחטיא זיין אידישע נפשות מיט איסורי כריתות און ג' חומרות רח"ל.

זיין צובראכן נאכן געכאפט ווערן איז נישט קיין קונץ, כ'קען דיר ברענגען בילדער פון נעבעכדיגע צובראכענע כאמאס טעראריסטן וואס זענען נעבעך צוקלאפט און צושאסן נאכן ארעסטירט ווערן.

אנטשולדיגט פאר מיין אויסברוך אבער דאס אפשוינען און זיך אננעמען פאר אזא שמוציאן קען נישט טאלערירט ווערן, און אויב מעקט מען די דאזיגע תגובה זאל מען ביטע מעקן בעפאר די ציטירטע דברי רשעות וואס טרעט אויף אידיש בלוט פון אידן וועלכע זענען קרבנות פון דעם פארשוין און ליינען אלעס וואס מ'שרייבט דא.
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 509
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5699

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

רצון ברעכט אייזן האט געשריבן: פרייטאג יוני 20, 2025 5:22 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: פרייטאג יוני 20, 2025 5:18 pm
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג יוני 20, 2025 4:10 pm זינט ווען מעג א פובליק פארום גענוצט ווערן צו באשמוצן אידן וואס טוען עכטע עוולות?
נאר אלע לב טהור פירער וואס זענען בוודאי אידן מעג מען באשמוצן, אבער א וודאי גוי ספק יהודי וואס האט געטוהן פיל ערגערס פון די ערגסטע פירער, אים מעג מען נישט באשמוצן?
לאמיר אויספאלגן וואס חבר המערכת @צייטווייליג האט געבעטן
און דו פאלג אויס דעם לאו פון ולא תעמוד על דם רעיך.
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 755
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1430

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ווירקליך »

סענס אף יומער האט געשריבן: פרייטאג יוני 20, 2025 5:31 pm
רצון ברעכט אייזן האט געשריבן: פרייטאג יוני 20, 2025 5:22 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: פרייטאג יוני 20, 2025 5:18 pm
נאר אלע לב טהור פירער וואס זענען בוודאי אידן מעג מען באשמוצן, אבער א וודאי גוי ספק יהודי וואס האט געטוהן פיל ערגערס פון די ערגסטע פירער, אים מעג מען נישט באשמוצן?
לאמיר אויספאלגן וואס חבר המערכת @צייטווייליג האט געבעטן
און דו פאלג אויס דעם לאו פון ולא תעמוד על דם רעיך.
בנוגע דעם גר ספעציפיש, אויב די רבנים האלטן אז ער איז ממש א ודאי גוי, קען מען דן זיין.

אבער באופן כללי, קען נישט אידטיש גענוצט ווערן פאר אלע סארטן מצות. אידטיש קען נישט גענוצט ווערן צו מקיים זיין שילוח הקן, און אויך נישט צו מקיים זיין ובערת הרע מקרביך ווען ס’אינוואלווד בארעדן אידן.

ביי פרשת לב טהור האבן מיר געמאכט אן אויסנאם, נאכן הערן א קלארע הוראה פון חשוב’ע רבנים אז דאסמאל איז א שעת חירום און כלל ישראל דארף זיין וואך צום געפאר פון לב טהור.

אצינד איז לב טהור א פארגאנגענהייט. מען קען ווייטער ברענגען אפדעיטס, און מ’קען רעדן דערפון באופן כללי.

אבער בפרטיות צו באשמוצן יחידים, איז אידטיש נישט דאס פלאץ.

א דאנק פאר דיינע שטענדיגע באריכטן, און א דאנק פאר דיין פארשטענדעניש.
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
הורקנוס
פרישער באניצער
פאוסטס: 69
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 07, 2025 1:18 am
Location: Monsey
x 200

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הורקנוס »

סענס אף יומער האט געשריבן: פרייטאג יוני 20, 2025 5:30 pm
דער גוי וועמענ'ס גיור קיין איין רב האט נישט באשטעטיגט און זאגאר געלייגט שטארקע ספיקות דערין, איז מחויב מיתה ע"פ תורה פארן מחטיא זיין אידישע נפשות מיט איסורי כריתות און ג' חומרות רח"ל.
ליגט מיר אין קאפ אז זיי האבן אראפגעברענגט רבנים און א מוהל פון אמעריקע פאר אלע גיורים דארט, אויב מאך איך נישט קיין טעות איז הרב כאירא אויכעט געווען אינוואלווד
א סוכה א קליינע
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 10:14 pm
Location: ניו יארק
x 81

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך א סוכה א קליינע »

בילדער פון ר’ אלעזר רומפלער אנהייב וואך
פיילס
.
.
IMG-20250620-WA0030.jpg (91.96 KiB) געזען געווארן 2283 מאל
IMG-20250620-WA0029.jpg
IMG-20250620-WA0029.jpg (46.53 KiB) געזען געווארן 2283 מאל
אוועיטער
בשמים הודו
פרישער באניצער
פאוסטס: 24
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 26, 2025 11:58 pm
Location: ניו יארק
x 115

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בשמים הודו »

עפעס האט מען גערעדט דא אז מען האט געשניטן זיין בארד און פיאות אבער עס זעהט נישט אויס געשניטן, לכאורה האט ער דאס באהאלטן
איין זאך יא ער זעהט אויס דאר ווי א שטעקן
כבוד מלכים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 177
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
x 705

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כבוד מלכים »

הער אויס, די תורה פאריגע וואך זאגט 'תורה אחת ומשפ"ט אחת יהי' לכם ולגר הגר אתכם', א גר פארדינט די זעלבע רעכטן און דינים ווי א געבוירענע איד, און טאקע ווייל עס איז גרינג אים צו צוטרעטן, ער האט נישט קיין גואלים וקרובים, ווארענט די תורה הק' אן אויף 48 מקומות, ושמירתן עליך, במשנה הזהירות.
הלמלא, מען האלט נאך א ישיבת בית דין פון 3, וואס איז גובע עדות, און געט אים רשות הדיבור זיך צו פארטיידינגן, חקירות ודרישות, און איז קובע אז אלעס וואס מען זאגט אויף אים איז אמת, וואלט איך מיר זייער געפרייעדט ווען די קאורט אין גואטעמאלא גיבט אים טורמע לדורות.

דערווייל איז דאס נישט געווען, און ער וויינט פאר זיין אומשולד, (און ווער עס ווייסט ווייסט אז די בחורים האבן שוין געטוישט ווערסיעס היבש מאל, אבער עס איז נישט משנה ואכהמ"ל). דערווייל איז ער שולדיג מספק פונקט ווי יעדע אינגערמאן פון מאנסי וואס מען כאפט מיט מעשיות. (כמדומה לי ווען איינער ווערט געפונען שולדיג דאהי, טוט מען אויך אלע פעולות אים צו העלפן אויף אנדערע אופנים ווי תפיסה כל ימיו...)
ווען ער וואלט געווען א קאשוי אייניקל וואלט מען אים שוין לאנג ריין געוואשן, דער פראבלעם איז נאר אז ער איז מזרע גוי...

יעדער וואס ליינט דא האט באמערקט ווי זאכן שיפטן צוביסלעך, די אמאליגע ימ"ש, מוז מען שיין מקרב זיין, יא בגדים נישט בגדים, יא איבערגעלאזט ל"ט נישט איבער געלאזט, עס איז דא נייע טיטולן פאר יעדעם, ארום די הנהלה, נאר א עסקן הנהלה, נאר א געלט עסקן ועוד אזוי ווערט יעדער ריינגעוואשן פון די אמאליגע העץ, אפילו די סאמע העכסטע הנהלה 'ימ"ש – צורר היהודים' באקומען שוין ליגאלע הילף פון די געטרייע עסקנים, צוביסלעך ווערט יעדער ריין, טא? פארוואס איז דער גר ענדערש?

דא פראקלאמירט מען אז לב טהור איז שוין נישט קיין סכנה, אלע יוצאים זענען צוריק הייליג, די הנהלה מעג שוין אויך אריבערמישן פאר א נייע לעבן, לב טהור עקזעסטירט שוין נישט און אזוי ווייטער. אבער דער גר איז נישט אין כלל?

וואס עזרא מנחם האט יא אדער נישט געטוהן, זאל בית דין קובע זיין, און ער זאל באקומען זיין פארדינעטן עונש. פיין. פארשטיי אבער איין רגע, אז אלע אנדערע משפחות וועלכע האבן געקענט די תורה הק', און זיי זענען פארכאפט געווארן, זייערע גופים און נשמות. זיי זענען היינט הייליג און טייער.

דער גר האט קיין תורה ומצוות קיינמאל געקענט! ער האט געזוכט אידישקייט און אוועק פון סאלוואדאר, און געטראפן תורה אויף א שמוציג פלאץ! זיין קבלת פנים און עולם האידישקייט איז געווען א מיאוס'ע, זיינע חברים און ברודער גרים זענען טאקע אנטלויפן אדער געווארפן געווארן, ער איז געבליבן דבוק ומקושר, ווייל ער האט באמת געגלייבט אז נאר דארט איז גאט (איך האב אים 2 מאל געטראפן ווען ער איז געווען אין לב טהור, איך האב געשטוינט וואספארא איינרעדענישן דער האט).

ער איז א (שטיקל) וויקטעם פונקט ווי אלע אנדערע, די הנהלה האט באמערקט זיין שוואכקייט און אים גענומען אין די ביזנעס, און ער האט אויסגעפירט מעשה רציחה ורשעות ו.... - טאקע, והוא הוסיף מדיליה, אפשר - אינטער זייער אויפזוכט, בזמן ווען ער שווערט זיך אז ער באקומט גן עדן פאר יעדער שגץ שטיק וואס ער פירט אויס.

יעצט האבן זיי אים געטראסקעט, אויף אים אויסגעגאסן די גאנצע שולד, אוועקגענומען זיין ווייב, וכו' קיינער העלפט אים נישט, ווייל ער איז א גר. עד כאן. ועוד יותר האבן אים אלע יוצאי לב טהור פיינט, ווייל אויף אים שמירט זיך אלעס גרינג ארויף, ער איז נישט קיינעמס שוואגער, ברודער, און איז נישט קיין בנש"ק, וגו'

איך בין נישט דא אים דן צו זיין לכף זכות, נאר איך פארשטיי אז מען מעג יא יעדעם דן זיין, וויל איך פארשטיין ווער האט אים ארויסגענומען פון כלל?

ווען אידטיש אינסטאלירט צוריק אלטע תקנות, פארוואס מיינט עס נישט אים?

ובזה יצאתי ידי חובתי.
רצון ברעכט אייזן
פרישער באניצער
פאוסטס: 65
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 1:44 pm
Location: ירושלים
x 274

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך רצון ברעכט אייזן »

כבוד מלכים האט געשריבן: פרייטאג יוני 20, 2025 6:54 pm הער אויס, די תורה פאריגע וואך זאגט 'תורה אחת ומשפ"ט אחת יהי' לכם ולגר הגר אתכם', א גר פארדינט די זעלבע רעכטן און דינים ווי א געבוירענע איד, און טאקע ווייל עס איז גרינג אים צו צוטרעטן, ער האט נישט קיין גואלים וקרובים, ווארענט די תורה הק' אן אויף 48 מקומות, ושמירתן עליך, במשנה הזהירות.
► Show Spoiler
ווען אידטיש אינסטאלירט צוריק אלטע תקנות, פארוואס מיינט עס נישט אים?

ובזה יצאתי ידי חובתי.
מורא'דיג קלאר @כבוד מלכים א גרויסן דאנק פארן ארויס ברענגען די זאך בטוב טעם ודעת
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 509
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5699

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

► Show Spoiler
קענסט הארצן גערן אויספאלגן די אידטיש תקנות און נישט בארעדן א צווייטן, אבער ביטע הערט אויף צו פארפירן מענטשן מיט מיסאינפארמאציע, פערזענליכע מיינונגען, אלעס בעיסד אויף זערא אינפארמאציע וואס איר ווייסט.

איך וועל בל"נ אויספאלגן די תקנה, אבער דאס באדייט נישט אז מ'קען רייטן אויף די בלוט פון לב טהור וויקטעמס וואס ווייסן אנדערש ווי דיר, און ס'איז דא גענוג רבנים און עסקנים אינוואלווד דא וואס ווייסן פונקטליך וואס ס'איז פארגעקומען אין לב טהור און וויאזוי מ'דארף זיך באגיין מיט די אלע וואס האבן געהאט א חלק אין די שפיכת דמים און גילוי עריות אפעראציעס אין לב טהור. דאס ארויסשיסן א גאנצע תגובה פול מיט שקרים וכזבים באזירט אויף אייגענע מיינונגען און אומוויסנדקייט, איז א גרויסע עוולה און גרעניצט זיך מיט שפיכת דמים בשעת ווען רוב פון די אלע וויקטעמס ליינען אלעס וואס ווערט געשריבן דא.

אויב ווייסטו נישט, ביטע רעד נישט!

ובזה יצאתי ידי חובתי.
כבוד מלכים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 177
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
x 705

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כבוד מלכים »

הורקנוס האט געשריבן: פרייטאג יוני 20, 2025 5:47 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: פרייטאג יוני 20, 2025 5:30 pm
דער גוי וועמענ'ס גיור קיין איין רב האט נישט באשטעטיגט און זאגאר געלייגט שטארקע ספיקות דערין, איז מחויב מיתה ע"פ תורה פארן מחטיא זיין אידישע נפשות מיט איסורי כריתות און ג' חומרות רח"ל.
ליגט מיר אין קאפ אז זיי האבן אראפגעברענגט רבנים און א מוהל פון אמעריקע פאר אלע גיורים דארט, אויב מאך איך נישט קיין טעות איז הרב כאירא אויכעט געווען אינוואלווד

דאס איז געווען שפעטער ווען זיי זענען ארויס פון דארט.
געווען א מוהל און רבנים האבן איבער גע'טובל'ט די גרים
שרייב פאוסט