א נייע אשכול נאר פאר קאמפיין מיין איך גייט נישט ארבעטן עס גייט זיין גוט נאר אויף פאפיר אבער נישט למעשה
כת לב טהור אין גוואטעמאלע
תקנות פון דעם פארום
מודעה משמחת.
אויפ'ן פארלאנג פון מערערע אקטיווע מיטגלידער, האבן מיר געעפנט איין נייע פארום וואו יעדער וועט קענען שרייבן, אבער יעדע תגובה וועט ערשיינען נאר נאכ'ן באשטעטיגן ווערן דורך א מנהל אדער אחראי.
יעדע נארמאלע שאלה אדער אינפארמאציע, איז וועלקאם און וועט ווערן אפראווד בס"ד אין די ערשטע מעגליכקייט.

-
רצון ברעכט אייזן
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 65
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 1:44 pm
- Location: ירושלים
- x 274
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
דארף מען אפוועגען די צער פון הרב המנהיג, קעגן די צער פון חמולגרינטליך האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 20, 2025 1:13 pmיא, אבער איך וויל צי ווארטען 2-3 טעג ווייל איך וויל נישט מצער זיין @חמול על מעשיך
און לויט ווער עס וועגט איבער וועט מען מחליט זיין...
וואס האלט דער עולם?
-
פשוט און גראד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 3026
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 6781
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
► Show Spoiler
בשותפות מיט אפאר חברים
ללעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו
לזכות כלל ישראל
@מנהיג
- פיילס
-
- Print 123snip.pdf
- (256.8 KiB) דאונלאודעד 243 מאל
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
הערט צו כל הקהל הקודשמנהיג האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 20, 2025 12:30 pm איך פארשטיי אז מען האט הערשט יעצט געענדיגט דא א קאמפיין, און עס וואלט געווען מן הנימוס איך זאל לאזן דעם עולם קומען צו זיך און הערשט דערנאך ארויסקומען, וואזשע זאלעך אבער טוען אז ההכרח לא יגונה, און איך קען נישט מער טראגן דעם לאסט אליין!!!!
ס'קאסט ימים פון געלט (און צייט און מח) די אויסשטאפירן די דירה, די לעגאלע פאפירן, די מעדיצינישע הילף, די עסן, און מיין טעלעפאון איז אפן פאר זיי א גאנצן ליבן טאג מיט עצה ותושי',
די איינציגע וועג איך זאל קענען אנגיין מיט ישוב הדעת, איז אויב די געלט יאך ווערט אראפגענומען פון מיר. בלויז צו דערמאנען איך בין נישט קיין סינגל און נישט אנעמפלויט....
אדרבה, איך לייג דא דעם רעסיט פונעם שבת ארדער וואס איז געמאכט געווארן הערשט נעכטן נאכט, און דאס איז בלויז גראסערי (וואס איך בין ע''פ בקשתם מיטגעגאנגען מיט זיי און געשפענדעט איבער א שעה...) וירא הקהל וישפוט....
די קאמפיין איז נאכנישט גענדיקט, עס גייט ווייטער אן מיט א אנדערע לינק
ווער עס האט געוואלט געבן, אדער קען געבן נאכאמאל, זאל עס געבן פאר מנהיג
מען קען כאפן יעדע אייטעם עקסטער, דאס ווערט דיינס
איינער באצאלט די קארטאפל
איינער די מייער
און אזוי ווייטער..
-
רצון ברעכט אייזן
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 65
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 1:44 pm
- Location: ירושלים
- x 274
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
א נעבעכדיגע נשמהלע
צושאסן און בראכן וואס וויל מען פון זיין לעבן רבונו של עולם
א גר
וואס ווילסטו צופיל מער פון אים
כאילו דא אין בארא פארק טרעפט מען נישט אזעלכע חברה וואס שטאמען פון ערליכע משפחות
מען האט שוין געטראפן אויף וועם צו אויסגיסן די מיסט טראק
ער האט נעבעך קיינעם נישט וואס זאל זיך אננעמען אויף אים, סיי ווי א גר

- .
- Screenshot_20250620_134503_Telegram.jpg (296.55 KiB) געזען געווארן 1247 מאל
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
מסתמא איז ער פון די געציילטע פון ל"ט וואס האבן ג'דאג'ט יא צו האבן לעגאלע פאפירן, אנדערש ווי אזוי קען ער צוריק גיין? און אויב יא, פארוואס זאל מען איהם פארשיקן?סענס אף יומער האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 20, 2025 12:14 pmדאס איז נאר ווען מ'שיקט ארויס דעם מענטש, אוריאל איז דערווייל נישט פארשיקט געווארן.לעבער אייער האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 20, 2025 9:19 amוויאזוי קען ער צוריק גיין צו גוואטעמאלע?
איינמאל מען גייט ארויס לאזן זיי שוין נישט צוריק אריין
- סענס אף יומער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 510
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
- x 5713
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
רצון ברעכט אייזן האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 20, 2025 3:51 pm א נעבעכדיגע נשמהלע
צושאסן און בראכן וואס וויל מען פון זיין לעבן רבונו של עולם
א גר
וואס ווילסטו צופיל מער פון אים
כאילו דא אין בארא פארק טרעפט מען נישט אזעלכע חברה וואס שטאמען פון ערליכע משפחות
מען האט שוין געטראפן אויף וועם צו אויסגיסן די מיסט טראק
ער האט נעבעך קיינעם נישט וואס זאל זיך אננעמען אויף אים, סיי ווי א גר
דו קענסט אים אז דו רעדסט אזוי? ווען דו וואלסט געוויסט זיינע שמוציגע מעשי נבילה וואלסטו געשריבן אויף אים ימ"ש.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
זינט ווען מעג א פובליק פארום גענוצט ווערן צו באשמוצן אידן וואס טוען עכטע עוולות?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
-
רצון ברעכט אייזן
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 65
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 1:44 pm
- Location: ירושלים
- x 274
-
רצון ברעכט אייזן
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 65
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 1:44 pm
- Location: ירושלים
- x 274
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
רצון ברעכט אייזן האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 20, 2025 3:51 pm א נעבעכדיגע נשמהלע
צושאסן און בראכן וואס וויל מען פון זיין לעבן רבונו של עולם
א גר
וואס ווילסטו צופיל מער פון אים
כאילו דא אין בארא פארק טרעפט מען נישט אזעלכע חברה וואס שטאמען פון ערליכע משפחות
מען האט שוין געטראפן אויף וועם צו אויסגיסן די מיסט טראק
ער האט נעבעך קיינעם נישט וואס זאל זיך אננעמען אויף אים, סיי ווי א גר
דו קענסט אים אז דו רעדסט אזוי? ווען דו וואלסט געוויסט זיינע שמוציגע מעשי נבילה וואלסטו געשריבן אויף אים ימ"ש.
האט נישט צוטוהן וועלכע פלאץ אין די תורה איז דא די היתר פון גיין באשמיצן א נעבעכדיגע יוד פארוואס, אלטס וואס, וועלכע אויפטוה????
איך קום נישט דא יעצט צו דיין זיין צו ער איז יא א ימ"ש צו נישט
-
ציווילע בירגער
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 6
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 13, 2025 2:14 pm
- Location: williamsburg
- x 20
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
שטורעמישע אסיפת הרבנים פארגעקומען אין עיר הבירה לאנדאן לטובת 'ילדי לב טהור' ווי הגאון הגדול רבי חיים יוסף דוד ווייס שליט"א - דומ"ץ סאטמאר-אנטווערפן, האט צוזאמגערופן א קריטיש-וויכטיגע אסיפת רבנים אינעם התאחקה"ח, צו אויפוואכן איבער די דראמאטישע אנטוויקלונגען וואס שפילט זיך אפ מיט די ילדי לב טהור . און בעפארגרייטונג צו א מאסיווע קאמפיין.
תושבי לאנדאן וועלן אויסשטרעקן די ארעמעס צו ראטעווען נפשות!
תושבי לאנדאן וועלן אויסשטרעקן די ארעמעס צו ראטעווען נפשות!
- צייטווייליג
- חבר המערכת
- פאוסטס: 417
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
- x 1200
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
עס קען זיין אז דו ביסט גערעכט. מיר האבן קיין מיינונג צו ער איז א איד צו נישט. טאמער יא האט ער קלאר א הלכה אנדערש ווי א גוי.רצון ברעכט אייזן האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 20, 2025 4:51 pmכאילו דא אין בארא פארק איז נישט דא גרעסערע בעלי עבירה פון איםסענס אף יומער האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 20, 2025 4:06 pmדו קענסט אים אז דו רעדסט אזוי? ווען דו וואלסט געוויסט זיינע שמוציגע מעשי נבילה וואלסטו געשריבן אויף אים ימ"ש.רצון ברעכט אייזן האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 20, 2025 3:25 pm
נעבעכדיגע גר פארוואס אים דא באשמיצן
מה בצע
א קרבן פון יענע גרופע
ביטע נישט גיין ווייטער מיט די שמועס
מען זעהט אויף זיין פנים צער און צובראכנקייט און אונז דא מיטן גלאז קאווע אין די האנט גיין אים דין זיין, יא שגץ נישט שגץ
די הנהלת המערכת האט שוין געזאגט דא נעכטן אז דא איז נישט די פלאץ פון בארעדן מענטשן
@אסמכתא בעלמא@ווירקליך בין איך נישט גערעכט?
הלכה למעשה, עס זעהט נישט אויס אז עס איז פארהאנען סיי וועלכע תועלת צו אויספאקן אויף אים זיין היסטאריע. וא”כ פארוואס ממשיך זיין? ביז ווילאנג א רב נעמט נישט קיין צד לכאן או לכאן וועלן מיר בעהטן נישט צו ממשיך זיין איבער אים בכלל. וואס איז די תועלת? נישט אראפרייסן און נישט ריינוואשן.
לאמיר רעדן תכלית וויאזוי מיר קענען צוזאמען ארויסהעלפן ’אלע’ געוועזענע לב טהור מיטגלידער, ווער עס קען צושטייער געבן אדרבה ואדרבה, יעדער ווער עס קען. עס איז ממש איבעראשנד וואס מהאט דא צוזאמגעשטעלט נעכטן.
- סענס אף יומער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 510
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
- x 5713
-
רצון ברעכט אייזן
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 65
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 1:44 pm
- Location: ירושלים
- x 274
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
לאמיר אויספאלגן וואס חבר המערכת @צייטווייליג האט געבעטןסענס אף יומער האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 20, 2025 5:18 pmנאר אלע לב טהור פירער וואס זענען בוודאי אידן מעג מען באשמוצן, אבער א וודאי גוי ספק יהודי וואס האט געטוהן פיל ערגערס פון די ערגסטע פירער, אים מעג מען נישט באשמוצן?
- סענס אף יומער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 510
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
- x 5713
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אומגלויבליך ווי נאריש און אכזריות'דיג מענטשן קענען זיין און ווערן איבערגענומען פון א בילד און רחמנות האבן אויף א נידריגער שמוציגער חוטא ומחטיא בלויז ווייל ער איז צובראכן.רצון ברעכט אייזן האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 20, 2025 3:51 pm א נעבעכדיגע נשמהלע
צושאסן און בראכן וואס וויל מען פון זיין לעבן רבונו של עולם
א גר
וואס ווילסטו צופיל מער פון אים
כאילו דא אין בארא פארק טרעפט מען נישט אזעלכע חברה וואס שטאמען פון ערליכע משפחות
מען האט שוין געטראפן אויף וועם צו אויסגיסן די מיסט טראק
ער האט נעבעך קיינעם נישט וואס זאל זיך אננעמען אויף אים, סיי ווי א גר
דער גוי וועמענ'ס גיור קיין איין רב האט נישט באשטעטיגט און זאגאר געלייגט שטארקע ספיקות דערין, איז מחויב מיתה ע"פ תורה פארן מחטיא זיין אידישע נפשות מיט איסורי כריתות און ג' חומרות רח"ל.
זיין צובראכן נאכן געכאפט ווערן איז נישט קיין קונץ, כ'קען דיר ברענגען בילדער פון נעבעכדיגע צובראכענע כאמאס טעראריסטן וואס זענען נעבעך צוקלאפט און צושאסן נאכן ארעסטירט ווערן.
אנטשולדיגט פאר מיין אויסברוך אבער דאס אפשוינען און זיך אננעמען פאר אזא שמוציאן קען נישט טאלערירט ווערן, און אויב מעקט מען די דאזיגע תגובה זאל מען ביטע מעקן בעפאר די ציטירטע דברי רשעות וואס טרעט אויף אידיש בלוט פון אידן וועלכע זענען קרבנות פון דעם פארשוין און ליינען אלעס וואס מ'שרייבט דא.
- סענס אף יומער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 510
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
- x 5713
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
און דו פאלג אויס דעם לאו פון ולא תעמוד על דם רעיך.רצון ברעכט אייזן האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 20, 2025 5:22 pmלאמיר אויספאלגן וואס חבר המערכת @צייטווייליג האט געבעטןסענס אף יומער האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 20, 2025 5:18 pmנאר אלע לב טהור פירער וואס זענען בוודאי אידן מעג מען באשמוצן, אבער א וודאי גוי ספק יהודי וואס האט געטוהן פיל ערגערס פון די ערגסטע פירער, אים מעג מען נישט באשמוצן?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
בנוגע דעם גר ספעציפיש, אויב די רבנים האלטן אז ער איז ממש א ודאי גוי, קען מען דן זיין.סענס אף יומער האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 20, 2025 5:31 pmאון דו פאלג אויס דעם לאו פון ולא תעמוד על דם רעיך.רצון ברעכט אייזן האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 20, 2025 5:22 pmלאמיר אויספאלגן וואס חבר המערכת @צייטווייליג האט געבעטןסענס אף יומער האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 20, 2025 5:18 pm
נאר אלע לב טהור פירער וואס זענען בוודאי אידן מעג מען באשמוצן, אבער א וודאי גוי ספק יהודי וואס האט געטוהן פיל ערגערס פון די ערגסטע פירער, אים מעג מען נישט באשמוצן?
אבער באופן כללי, קען נישט אידטיש גענוצט ווערן פאר אלע סארטן מצות. אידטיש קען נישט גענוצט ווערן צו מקיים זיין שילוח הקן, און אויך נישט צו מקיים זיין ובערת הרע מקרביך ווען ס’אינוואלווד בארעדן אידן.
ביי פרשת לב טהור האבן מיר געמאכט אן אויסנאם, נאכן הערן א קלארע הוראה פון חשוב’ע רבנים אז דאסמאל איז א שעת חירום און כלל ישראל דארף זיין וואך צום געפאר פון לב טהור.
אצינד איז לב טהור א פארגאנגענהייט. מען קען ווייטער ברענגען אפדעיטס, און מ’קען רעדן דערפון באופן כללי.
אבער בפרטיות צו באשמוצן יחידים, איז אידטיש נישט דאס פלאץ.
א דאנק פאר דיינע שטענדיגע באריכטן, און א דאנק פאר דיין פארשטענדעניש.
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
-
הורקנוס
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 80
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 07, 2025 1:18 am
- Location: Monsey
- x 268
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ליגט מיר אין קאפ אז זיי האבן אראפגעברענגט רבנים און א מוהל פון אמעריקע פאר אלע גיורים דארט, אויב מאך איך נישט קיין טעות איז הרב כאירא אויכעט געווען אינוואלוודסענס אף יומער האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 20, 2025 5:30 pm
דער גוי וועמענ'ס גיור קיין איין רב האט נישט באשטעטיגט און זאגאר געלייגט שטארקע ספיקות דערין, איז מחויב מיתה ע"פ תורה פארן מחטיא זיין אידישע נפשות מיט איסורי כריתות און ג' חומרות רח"ל.
-
א סוכה א קליינע
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 18
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 10:14 pm
- Location: ניו יארק
- x 81
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
בילדער פון ר’ אלעזר רומפלער אנהייב וואך
- פיילס
-
- .
- IMG-20250620-WA0030.jpg (91.96 KiB) געזען געווארן 2440 מאל
-
- IMG-20250620-WA0029.jpg (46.53 KiB) געזען געווארן 2440 מאל
- בשמים הודו
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 24
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 26, 2025 11:58 pm
- Location: ניו יארק
- x 115
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
עפעס האט מען גערעדט דא אז מען האט געשניטן זיין בארד און פיאות אבער עס זעהט נישט אויס געשניטן, לכאורה האט ער דאס באהאלטן
איין זאך יא ער זעהט אויס דאר ווי א שטעקן
איין זאך יא ער זעהט אויס דאר ווי א שטעקן
-
כבוד מלכים
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 204
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
- x 826
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
הער אויס, די תורה פאריגע וואך זאגט 'תורה אחת ומשפ"ט אחת יהי' לכם ולגר הגר אתכם', א גר פארדינט די זעלבע רעכטן און דינים ווי א געבוירענע איד, און טאקע ווייל עס איז גרינג אים צו צוטרעטן, ער האט נישט קיין גואלים וקרובים, ווארענט די תורה הק' אן אויף 48 מקומות, ושמירתן עליך, במשנה הזהירות.
הלמלא, מען האלט נאך א ישיבת בית דין פון 3, וואס איז גובע עדות, און געט אים רשות הדיבור זיך צו פארטיידינגן, חקירות ודרישות, און איז קובע אז אלעס וואס מען זאגט אויף אים איז אמת, וואלט איך מיר זייער געפרייעדט ווען די קאורט אין גואטעמאלא גיבט אים טורמע לדורות.
דערווייל איז דאס נישט געווען, און ער וויינט פאר זיין אומשולד, (און ווער עס ווייסט ווייסט אז די בחורים האבן שוין געטוישט ווערסיעס היבש מאל, אבער עס איז נישט משנה ואכהמ"ל). דערווייל איז ער שולדיג מספק פונקט ווי יעדע אינגערמאן פון מאנסי וואס מען כאפט מיט מעשיות. (כמדומה לי ווען איינער ווערט געפונען שולדיג דאהי, טוט מען אויך אלע פעולות אים צו העלפן אויף אנדערע אופנים ווי תפיסה כל ימיו...)
ווען ער וואלט געווען א קאשוי אייניקל וואלט מען אים שוין לאנג ריין געוואשן, דער פראבלעם איז נאר אז ער איז מזרע גוי...
יעדער וואס ליינט דא האט באמערקט ווי זאכן שיפטן צוביסלעך, די אמאליגע ימ"ש, מוז מען שיין מקרב זיין, יא בגדים נישט בגדים, יא איבערגעלאזט ל"ט נישט איבער געלאזט, עס איז דא נייע טיטולן פאר יעדעם, ארום די הנהלה, נאר א עסקן הנהלה, נאר א געלט עסקן ועוד אזוי ווערט יעדער ריינגעוואשן פון די אמאליגע העץ, אפילו די סאמע העכסטע הנהלה 'ימ"ש – צורר היהודים' באקומען שוין ליגאלע הילף פון די געטרייע עסקנים, צוביסלעך ווערט יעדער ריין, טא? פארוואס איז דער גר ענדערש?
דא פראקלאמירט מען אז לב טהור איז שוין נישט קיין סכנה, אלע יוצאים זענען צוריק הייליג, די הנהלה מעג שוין אויך אריבערמישן פאר א נייע לעבן, לב טהור עקזעסטירט שוין נישט און אזוי ווייטער. אבער דער גר איז נישט אין כלל?
וואס עזרא מנחם האט יא אדער נישט געטוהן, זאל בית דין קובע זיין, און ער זאל באקומען זיין פארדינעטן עונש. פיין. פארשטיי אבער איין רגע, אז אלע אנדערע משפחות וועלכע האבן געקענט די תורה הק', און זיי זענען פארכאפט געווארן, זייערע גופים און נשמות. זיי זענען היינט הייליג און טייער.
דער גר האט קיין תורה ומצוות קיינמאל געקענט! ער האט געזוכט אידישקייט און אוועק פון סאלוואדאר, און געטראפן תורה אויף א שמוציג פלאץ! זיין קבלת פנים און עולם האידישקייט איז געווען א מיאוס'ע, זיינע חברים און ברודער גרים זענען טאקע אנטלויפן אדער געווארפן געווארן, ער איז געבליבן דבוק ומקושר, ווייל ער האט באמת געגלייבט אז נאר דארט איז גאט (איך האב אים 2 מאל געטראפן ווען ער איז געווען אין לב טהור, איך האב געשטוינט וואספארא איינרעדענישן דער האט).
ער איז א (שטיקל) וויקטעם פונקט ווי אלע אנדערע, די הנהלה האט באמערקט זיין שוואכקייט און אים גענומען אין די ביזנעס, און ער האט אויסגעפירט מעשה רציחה ורשעות ו.... - טאקע, והוא הוסיף מדיליה, אפשר - אינטער זייער אויפזוכט, בזמן ווען ער שווערט זיך אז ער באקומט גן עדן פאר יעדער שגץ שטיק וואס ער פירט אויס.
יעצט האבן זיי אים געטראסקעט, אויף אים אויסגעגאסן די גאנצע שולד, אוועקגענומען זיין ווייב, וכו' קיינער העלפט אים נישט, ווייל ער איז א גר. עד כאן. ועוד יותר האבן אים אלע יוצאי לב טהור פיינט, ווייל אויף אים שמירט זיך אלעס גרינג ארויף, ער איז נישט קיינעמס שוואגער, ברודער, און איז נישט קיין בנש"ק, וגו'
איך בין נישט דא אים דן צו זיין לכף זכות, נאר איך פארשטיי אז מען מעג יא יעדעם דן זיין, וויל איך פארשטיין ווער האט אים ארויסגענומען פון כלל?
ווען אידטיש אינסטאלירט צוריק אלטע תקנות, פארוואס מיינט עס נישט אים?
ובזה יצאתי ידי חובתי.

מורא'דיג קלאר @כבוד מלכים א גרויסן דאנק פארן ארויס ברענגען די זאך בטוב טעם ודעתכבוד מלכים האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 20, 2025 6:54 pm הער אויס, די תורה פאריגע וואך זאגט 'תורה אחת ומשפ"ט אחת יהי' לכם ולגר הגר אתכם', א גר פארדינט די זעלבע רעכטן און דינים ווי א געבוירענע איד, און טאקע ווייל עס איז גרינג אים צו צוטרעטן, ער האט נישט קיין גואלים וקרובים, ווארענט די תורה הק' אן אויף 48 מקומות, ושמירתן עליך, במשנה הזהירות.ווען אידטיש אינסטאלירט צוריק אלטע תקנות, פארוואס מיינט עס נישט אים?► Show Spoiler
ובזה יצאתי ידי חובתי.
- סענס אף יומער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 510
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
- x 5713
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
► Show Spoiler
איך וועל בל"נ אויספאלגן די תקנה, אבער דאס באדייט נישט אז מ'קען רייטן אויף די בלוט פון לב טהור וויקטעמס וואס ווייסן אנדערש ווי דיר, און ס'איז דא גענוג רבנים און עסקנים אינוואלווד דא וואס ווייסן פונקטליך וואס ס'איז פארגעקומען אין לב טהור און וויאזוי מ'דארף זיך באגיין מיט די אלע וואס האבן געהאט א חלק אין די שפיכת דמים און גילוי עריות אפעראציעס אין לב טהור. דאס ארויסשיסן א גאנצע תגובה פול מיט שקרים וכזבים באזירט אויף אייגענע מיינונגען און אומוויסנדקייט, איז א גרויסע עוולה און גרעניצט זיך מיט שפיכת דמים בשעת ווען רוב פון די אלע וויקטעמס ליינען אלעס וואס ווערט געשריבן דא.
אויב ווייסטו נישט, ביטע רעד נישט!
ובזה יצאתי ידי חובתי.
-
כבוד מלכים
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 204
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
- x 826
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
הורקנוס האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 20, 2025 5:47 pmליגט מיר אין קאפ אז זיי האבן אראפגעברענגט רבנים און א מוהל פון אמעריקע פאר אלע גיורים דארט, אויב מאך איך נישט קיין טעות איז הרב כאירא אויכעט געווען אינוואלוודסענס אף יומער האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 20, 2025 5:30 pm
דער גוי וועמענ'ס גיור קיין איין רב האט נישט באשטעטיגט און זאגאר געלייגט שטארקע ספיקות דערין, איז מחויב מיתה ע"פ תורה פארן מחטיא זיין אידישע נפשות מיט איסורי כריתות און ג' חומרות רח"ל.
דאס איז געווען שפעטער ווען זיי זענען ארויס פון דארט.
געווען א מוהל און רבנים האבן איבער גע'טובל'ט די גרים
-
רצון ברעכט אייזן
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 65
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 1:44 pm
- Location: ירושלים
- x 274
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ר' @שמואל פוקס איר זאגט אז איר האט געווען ביי זיי לעצטע שבת אין בבל, זיי האבן בכלל וואס צו עסן ביי די סעודות? לויט וואס מיר ווייסן עסן זיי נישט קיין פיש פלייש וכו' וכו' איז ווי אזוי זעהט אויס זייערע שבת'דיגע סעודות
איר זענט דארט געווארן זאט? אנטשולדיגט פאר די שאלה
איר זענט דארט געווארן זאט? אנטשולדיגט פאר די שאלה