איז איראן שטארקער אדער שוואכער פון וואס דו האסט געמיינט? (אנקעטע)

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל

איז איראן שטארקער אדער שוואכער פון וואס דו האסט געמיינט?

וואלן זענען אפן ביז פרייטאג אוגוסט 08, 2025 12:20 pm

שטארקער
8
14%
שוואכער
48
86%
 
Total votes: 56

נין
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 9:53 am
Location: monroe
x 40

איז איראן שטארקער אדער שוואכער פון וואס דו האסט געמיינט? (אנקעטע)

פאוסט דורך נין »

איז איראן שטארקער אדער שוואכער פון וואס די האסט גמיינט?
אוועיטער
חכם עצום
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:26 pm
x 33

Re: איז איראן שטארקער אדער שוואכער פון וואס דו האסט געמיינט?

פאוסט דורך חכם עצום »

איך ווייס נישט צו איך האב מיר גערעכנט אויף ערגערע אטאקעס מצידם, אבער צו זיין אזעלכע לוזערס אז מ’קען איבערנעמען זייער לופט רוימען אן א בלינק פונעם אויג?!

זיך נישט גערעכנט אויף אזאנס
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2019
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2435

Re: איז איראן שטארקער אדער שוואכער פון וואס דו האסט געמיינט?

פאוסט דורך שבת קודש »

דאס אז איראן איז אסאך שוואכער ווי איך האב געמיינט שוין

אבער דאס אז אמעריקא איז אזוי שוואך וואס ציטערט צו באמבאדירן איראן דאס האב איך זיכער נישט געטראכט
שקיעה
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 2:45 pm
Location: Monsey
x 49

Re: איז איראן שטארקער אדער שוואכער פון וואס דו האסט געמיינט?

פאוסט דורך שקיעה »

אסאך אסאך שוואכער
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1229
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 1941

Re: איז איראן שטארקער אדער שוואכער פון וואס דו האסט געמיינט?

פאוסט דורך הדסים »

שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 19, 2025 3:50 pm דאס אז איראן איז אסאך שוואכער ווי איך האב געמיינט שוין

אבער דאס אז אמעריקא איז אזוי שוואך וואס ציטערט צו באמבאדירן איראן דאס האב איך זיכער נישט געטראכט
ווילאנג ס'איז נאכנישט געשען קען מען נאך בויען טעאריעס איז לאמיר אריינכאפן איידער מ'ווערט געוואויר דעם אמת...

איך טראכט אז גאנץ מעגליך טראמפ ארבעט אויף א רעזשים טויש, וויאזוי? מיט די הילף פון די קורדן, און אין אויסטויש וועט מען ענדליך גרינדן קורדיסטאן און פארדעם נעמט אזוי לאנג צו פארהאנדלען צווישן אלע צדדים, מאכן גרעניצן ועוד.

פארוואס נישט...
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3068
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 9020

Re: איז איראן שטארקער אדער שוואכער פון וואס דו האסט געמיינט?

פאוסט דורך פופציגער »

שוואכער ווי כהאב געמיינט? נישט אינגאנצן זיכער, כהאב נישט געמיינט זיי זענען עפעס מי יודע מה.

די דראמא איז גראדע שוואכער ווי כהאב געמיינט סגייט זיין.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 4601

Re: איז איראן שטארקער אדער שוואכער פון וואס דו האסט געמיינט?

פאוסט דורך פשוט און גראד »

מיי אפיניאן

איראן איז גארנישט (געווען?) שוואך. זייער באליסטיק פראגראם איז באמת א פחד. ס"ה האבען די איזרעיליס זיי איבער געקליגט גלייך ביים אנהויב.

גראדע, אויף די סייבער פראנט בין איך יא איבער צייגט געווארען אז זיי זענען שוואכער ווי געמיינט
עם ישראל צריכים רחמים מרובים מאוד
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 4601

Re: איז איראן שטארקער אדער שוואכער פון וואס דו האסט געמיינט?

פאוסט דורך פשוט און גראד »

הדסים האט געשריבן: פרייטאג יוני 20, 2025 12:41 am
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 19, 2025 3:50 pm דאס אז איראן איז אסאך שוואכער ווי איך האב געמיינט שוין

אבער דאס אז אמעריקא איז אזוי שוואך וואס ציטערט צו באמבאדירן איראן דאס האב איך זיכער נישט געטראכט
ווילאנג ס'איז נאכנישט געשען קען מען נאך בויען טעאריעס איז לאמיר אריינכאפן איידער מ'ווערט געוואויר דעם אמת...

איך טראכט אז גאנץ מעגליך טראמפ ארבעט אויף א רעזשים טויש, וויאזוי? מיט די הילף פון די קורדן, און אין אויסטויש וועט מען ענדליך גרינדן קורדיסטאן און פארדעם נעמט אזוי לאנג צו פארהאנדלען צווישן אלע צדדים, מאכן גרעניצן ועוד.

פארוואס נישט...
:lol: :lol: :lol:
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1229
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 1941

Re: איז איראן שטארקער אדער שוואכער פון וואס דו האסט געמיינט?

פאוסט דורך הדסים »

פשוט און גראד האט געשריבן: פרייטאג יוני 20, 2025 1:02 am
הדסים האט געשריבן: פרייטאג יוני 20, 2025 12:41 am
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 19, 2025 3:50 pm דאס אז איראן איז אסאך שוואכער ווי איך האב געמיינט שוין

אבער דאס אז אמעריקא איז אזוי שוואך וואס ציטערט צו באמבאדירן איראן דאס האב איך זיכער נישט געטראכט
ווילאנג ס'איז נאכנישט געשען קען מען נאך בויען טעאריעס איז לאמיר אריינכאפן איידער מ'ווערט געוואויר דעם אמת...

איך טראכט אז גאנץ מעגליך טראמפ ארבעט אויף א רעזשים טויש, וויאזוי? מיט די הילף פון די קורדן, און אין אויסטויש וועט מען ענדליך גרינדן קורדיסטאן און פארדעם נעמט אזוי לאנג צו פארהאנדלען צווישן אלע צדדים, מאכן גרעניצן ועוד.

פארוואס נישט...
:lol: :lol: :lol:
סאיז נולד געווארן בעיקר ווען טראמפ האט זיך ערגעץ לעצטנס אראפגעזעצט פאר א לאנטש מיטן אויסערן מיניסטער פון פאקיסטאן און ס'איז מיר שווער געווען 'וואס, טראמפ זוכט נייע דאגות אינמיטן א קריג?' האב איך געטראכט אז ער זוכט א דורכברוך מיט קורדיסטאן. למעשה זע איך אז פאקיסטאן האט ניטאמאל קיין פאטענציעלע שטחים אין קורדיסטאן אבער שוין איך צי שוין נישט צוריק...
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 4601

Re: איז איראן שטארקער אדער שוואכער פון וואס דו האסט געמיינט? (אנקעטע)

פאוסט דורך פשוט און גראד »

אנאליז, געשריבן דורך אן איראנער דזשורנאליסט, מיט מיליאנען נאכפאלגער, איינער וואס באקאנט צו ארבעטן פאר די רעזשים און וועט געווענליך זיין רעאליסטיש.

איך טייטש איבער, ווארט פאר ווארט.

----------

וואָס איז געווען די סיבה פאַרוואָס איראַן האָט מסכים געווען צום שטילשטאַנד, און צי האָט מדינת ישראל "געוואונען"?

איך וועל עס אייך ערקלערן.

אין דעם ערשטן אַטאַקע, צוליב אַ קאָמבינאַציע פון ברייטע אינערליכע סאַבאָטאַזש און ברייטע מדינת ישראל לופט-אַטאַקעס, זענען א מערהייט פון איראַן'ס לאַנג-/מיטל-שטרעקיגע לופט-פאַרטיידיקונג סיסטעמען אויסגעמעקט געוואָרן.

זינט טאָג 2 אָדער 3 פון דער מלחמה, האָבן די מדינת ישראל פליגערס אָפּערירט מיט כּמעט גאַנצע פרייהייט איבער איראַנ'ס הימלען.

ערשט אין מערב, דערנאָך ביסלעכווייז האבן זיי זיך אויסגעשפרייט צום צענטער, מיר האָבן געזען אפילו דראונס אָפּערירן גאַנץ פריי אין די איראנער לופט רוימען ביי אַ געוויסן פונקט, אַן אנדייטונג אַז עפּעס איז טאַקע נישט גוט. די ענין פון לופט-דאמינאנץ איז שליסל צו פאַרשטיין די מיסיל סיטואַציע.

כאָטש איראַן האָט נאָך צענדליגער טויזנטער ראקעטן און הונדערטער ארויסשיס פלאטפארמעס, איז דאָס נישט די פּראָבלעם בכלל.

די פּראָבלעם איז, צוליב דער גאַנצער מדינת ישראל לופט-דאמינאנץ, קען קיין גרויסע ראַקעט אַטאַקע נישט דורכגעפירט ווערן אָן באַקומען אַ באלדיגע רעאקציע אַטאַקע פון דער פיינט.

אין דעם מאָמענט וואָס איראַן נעמט אַרויס די ארויסשיס פלאטפארמעס פון דער אונטערערדישער באַזע, באַמערקן דאס שפיאנאזש אגענטורן אין מדינת ישראל און וועלן באלד רעאגירן מיט אטאקירן און ארויסנעמען אלע סיסטעמען פון דינסט.

דאָס האָט געצווינגען איראַן צו דורכפירן ראַקעטן אָפּעראַציעס מיט קלענערע "היט און ראן" טאַקטיקן, נוצנדיג עלטערע לאנגשטרעקיגע ראַקעטן פון באַזעס אין צענטער און מזרח, און ליידער איז איראַנ'ס מעגליכקייט צו רעאַגירן אין גרויסע אטאקעס ביסלעכווייז פאַרקלענערט געוואָרן.

אונטער די אומשטענדן, רעאַליסטיש, קען מען נישט אויפהאַלטן אַ מלחמה...

זינט די ערשטע עטליכע טעג, איז די עכטע "שרעק פון איראן" פארשוואונדן געווארן, טראָץ עטליכע געלונגענע אַטאַקעס אויף "ווייניגער רעלעוואנטע" צילן (מיט דער אויסנאַם פון די אטאקעס אויף די ווייצמאַן אינסטיטוציע און אויף די איינהייט 8200 לאָגיסטיק הויפּטקוואַרטיר).

שיסן 10-20 ראַקעטן טעגליך וואָלט געווען אַ פאַרלוסט אויב עס איז נישט אַן אינסטרומענט צו אַ ברייטערן מיליטערישן ציל.

מיליטעריש גערעדט, איז מדינת ישראל דער קלאָרער געווינער, און עס איז נישטאָ קיין וועג דאס צו פארצוקערן. אָבער, פּאָליטיש, האָט מדינת ישראל פאַרלוירן.

מדינת ישׂראל האָט נישט דערגרייכט רוב פון זייערע הויפּט צילן. די איסלאַמישע רעפּובליק שטייט נאָך, איראַנ'ס נוקלעאַרע פּראָגראַם האָט נאָך אַ צוקונפט, און מארטירער קאָמאַנדירן זענען געוואָרן ערזעצט.

מדינת ישראל'ס הויפּט דערגרייכונג אין דעם קריג איז די כּמעט גאַנצע פארניכטונג פון די איראַנישע אַנטי-פאַרטיידיקונג סיסטעמען, און אין רעזולטאַט, די אונטערדריקונג פון גרויסע באראזשן ראַקעטן פייער פון איראַן. דאָס צווינגט איראַן אין אַ ווינקל, ווייל זי איז מער נישט געווען ביכולת צו אנגיין און מיטהאלטן מיט די קריג.

די פּראָבלעם יעצט איז די פאלגענדע: מדינת ישראל וועט נוצן דעם וואָפן-שטילשטאַנד צו זיך ווידער באַוואָפענען. זי וועט זיך צוגרייטן צו נאָך אַ מלחמה, מער אַגרעסיע, און ביסלעכווייז דערגרייכן די ציל וואָס זיי האָבן טאַקע געוואָלט אין ערשטן אָרט; רעזשים ענדערונג אין איראַן.

עס איז אויך מעגליך אַז זיי וועלן פּרובירן צו אימפּלעמענטירן דעם 'לבנון מאָדעל' אין איראַן - און אַטאַקירן צילן אין איראַן בעת דעם וואָפן-שטילשטאַנד, מיט רעלאַטיווער אומבאַשטראָפטקייט און קיין ענטפער.

ווי וועט איראַן זיך באַגיין מיט דעם פּראָבלעם? איראַן מוז אויך איבערבויען אירע מעגליכקייטן. ווידער אַמאָל, ראַקעטן און לאָנטשערס זענען נישט די פּראָבלעם.

איראַן וועט פאַררעכטן די צוזאַמענגעפאַלענע טונעל אריינגענג פון ראַקעטן באַזעס אין מערב, און כּמעט אַלע ראַקעטן באַזעס (מיט דער אויסנאַם פון טאַבריז) וועלן ווידער ווערן אָפּעראַציאָנעל. אָבער וואָס דעמאָלט? די לופט פאַרטיידיקונג נעץ איז נישט דא, די זעלבע סיטואַציע וועט זיך גלייך איבער'חזר'ן.

איראן מוז עפעס געפונען א וועג צו גאראנטירן אז דער שטילשטאנד איז נישט אן איין-זייטיגער, אז זי בויט איבער אירע מעגליכקייטן, און אז זי געפונט א לעזונג וואס גאראנטירט איר אייגענע איבערלעבונג און פארמיידט יעדע נייע מדינת ישראל אגרעסיע. לויט מיין מיינונג, דער איינציגער וועג וואס מען קען דאס טון איז זיך שנעל צו א נוקלעארע באמבע, גארנישט מער און גארנישט ווייניגער.

ווייל איך רעספּעקטיר מײנע לייענערס אינטעליגענץ, וועל איך זיך נישט מאַכן ווי דאָס איז געווען אַ סאָרט "מיליטערישער געווינס" פאַר איראַן, כאָטש מדינת ישׂראל האָט אויך נישט פולשטענדיג געוואונען.

אַן עצה צו מײנע קאָלעגן פון אַנדערע קאַנאַלן: אויב מיר קענען נישט אנערקענען אונזערע אייגענע חסרונות און דורכפאַלן, וועלן מיר זיך קיינמאָל נישט פאַרבעסערן. יעצט איז דער צײט פאַר זעלבסט-רעפלעקציע.

איראַן האָט אַ סך אַרבעט צו טאָן.
אַזוי לאָמיר זיך נעמען צו דער אַרבעט.

איך וועל שטענדיג שטיין מיט דער איסלאַמישער רעפּובליק און איר פֿירערשאַפֿט, נישט קיין חילוק וואָס עס וועט פּאַסירן.

ענדע.

ביז אהער איז דער איראנער און זיינע אנאליזן. טראץ וואס אין דער זעלבער מאמענט וואס איך דרוק "שיק" קומען באריכטן איבער פרישע מיסילס פון איראן, און עס קען גאר זיין אז די פייער אפשטעל איז גאר א וויץ, טרעף איך אים דעם אנאליז אינטערסאנטע טעכנישע שטריכן פון א טאקטישן פערספעקטיוו, פון איינער מיט אן איראנער פאספארט, און איראנער שטרעמונגען.
222555
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 227
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 12:44 am
Location: new york
x 431

Re: איז איראן שטארקער אדער שוואכער פון וואס דו האסט געמיינט? (אנקעטע)

פאוסט דורך 222555 »

לדעתי שטאקער ווי געמיינט
ווייל עס האט קיינער נישט געגלייבט אז זיי האבן די מעגליכקייט צי מאכן גאסן אין ארץ ישראל אויסקוקן ווי נאך אפגאניסטאנע אטאקעס אדער ווי חרובע שטעט אין אוקריינע
דאס איז וואס האט ליידער פאסירט צום ערשטן מאהל אין ארץ ישראל די לעצטע הונדערט יאר אן אפשר אפילו זינט בריאת העולם אבער די התפעלות פאר די ציונים האט אלעס פארדעקט
אוועיטער
צפת'ער געסלאך
פרישער באניצער
פאוסטס: 93
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 16, 2025 3:16 pm
Location: צווישען די שמאלע צפת'ע געסלאך
x 341

Re: איז איראן שטארקער אדער שוואכער פון וואס דו האסט געמיינט? (אנקעטע)

פאוסט דורך צפת'ער געסלאך »

אסאך שוואכער.
נאר די נקודה איז אז זיי זענען ארבערס, און 'כידוע' האבן אונזרע קאזינע'ס זייער ליב צו רעדען גרויססס, און למעשה שטעלט זיך אויס אז היות זיי האבען אלע יארן משקיע געווען און די נוקלער, האבען זיי כמעט גארנישט אינוועסטעט אין די מילטער, און ווען מ'צברעכט זייער נוקלער בלייבן זיי אויס קאפליטש-מאכער!
ווען די מלחמה האט זיך אנגעהויבן איז די פחד געווען סאך גרעסער יעדער האט געציטערט פון ''די שטארקע'' איראן, און וואס שטעלט זיך אויס? א באדנע שוואכטשקע ארבערס!
''אין עצה למשוגע, אלא מקל'' (רבי נחמן מברסלב)
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1977
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5507

Re: איז איראן שטארקער אדער שוואכער פון וואס דו האסט געמיינט? (אנקעטע)

פאוסט דורך נקודות טובות »

222555 האט געשריבן: דינסטאג יוני 24, 2025 3:18 am לדעתי שטאקער ווי געמיינט
ווייל עס האט קיינער נישט געגלייבט אז זיי האבן די מעגליכקייט צי מאכן גאסן אין ארץ ישראל אויסקוקן ווי נאך אפגאניסטאנע אטאקעס אדער ווי חרובע שטעט אין אוקריינע
דאס איז וואס האט ליידער פאסירט צום ערשטן מאהל אין ארץ ישראל די לעצטע הונדערט יאר אן אפשר אפילו זינט בריאת העולם אבער די התפעלות פאר די ציונים האט אלעס פארדעקט
אדער זענט איר א פארברענטע ציוני, אדער זענט איר פשוט אומוויסענד. ואסביר.

יתכן אז איר האט גאנץ גוט געוויסט אז איראן איז גאר שטארקע לאנד, און עכ"ז האט איר געגלייבט באמונה שלימה אין די מדינת ישראל מיסל דיפענס סיסטעם. איר האט געגלייבט די ניסים ונפלאות פון הקב"ה וואס באגלייט שוין די מדינת ישראל מיליטער זייט איר גרינדונג, וועט אין די יעצטיגע מלחמה אויך באגלייטן. די מיליטער זענען דאך זיינע שלוחים צו כובש זיין ארץ ישראל מיד הגוים, ואין אדם שומע לי ומפסיד.

אדער, זענט איר גאר אומוויסענד, דהיינו. ווען מען קוקט אויף די שאצונגען פון די שאצערס וואס האבן געשאצט א שאצונג, שטעלט זיך ארויס אז זיי האבן געשאצט מדינת ישראל אלץ די 15'טע שטערקסטע לאנד, און איראן אלץ די 16'טע שטערקסטע לאנד. אנדערע האבן גאר געשאצט איראן ביים 14'טע ארט און מדינת ישראל ביים 17' ארט. ווער עס האט געהאלטן אז מדינת ישראל וועט גארנישט צוריק כאפן איז פשוט אומוויסענד, אדער א גרויסע שוטה. ס'איז געווען ערווארטעט אז זיי זאלן צוריקכאפן מכות עצומות. די איזרעילי פירער ובראשם ביבי, האבן דאס קלאר געשטעלט ביים אנפאנג פונעם מלחמה. "עס גייט קאסטן א שווערע פרייז" האבן זיי אלע געזאגט! און צום גרויס איבעראשונג זענען די שאדענס געווען גאר מינימאל קעגן סיי וועלכע פאראויס שאצונג.

בנוגע די באמבעס: יא, יעדער האט געוויסט אז די איראנער האבן גאר מאכטפולע באמבעס! ס'איז נישט קיין סוד, עס איז געווען ערווארטעט. און פון וואנעט האבען זיי די באמבעס? פון רוסלאנד! רוסלאנד איז דער וואס האט זיי געהאלפן סיי מיט מיסעלס, און סיי מיט נוקלער. אבער צו פארגלייכן מדינת ישראל צו אוקריינא איז פשוט נישט ריאליסטיש! גיי קוק איבער די בילדער פון די צוויי, און זאג מיר צו מען קען פארגלייכן תל אביב צו מאריופעל.

קוק אויף די באמבעס וואס מדינת ישראל האט, די וואס ווארפן צוזאם הרים וגבעות ווי שפילצייג. גיי קוק וואס זיי האבן געטוהן אין עזה, לבנון, און אין איראן. דאס הייסט מאכטפולע באמבעס! די רוסישע באמבעס קעגן אמעריקאנע באמבעס זענען א וויץ!

איך האב אייך געגעבן צוויי אפציעס, וועלט אייך אויס וועלכע פון די צוויי איר ווילט. די דריטע אפציע וואלט געווען אז איר זוכט צו שפילן קנאות דא דורכן פארדרייען פאקטן. אבער דאס וואלט איך נישט געאפערט.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
בודקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 425
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 983

Re: איז איראן שטארקער אדער שוואכער פון וואס דו האסט געמיינט? (אנקעטע)

פאוסט דורך בודקע »

איך בין געווען עכט דערשראקן פון איראן, זיי האבן אייביג געבלאזן פון זיך און ווי שטארק זיי זענען, נישט אז כ'האב געגלייבט אז ס'איז ממש ווי זיי זאגן, אבער דאך עפעס, יעצט אז מ'האלט נאכדעם, זיי זענען די זעלבע פארנאטיש ווי זייערע ברודער'ס איבער די וועלט חאמאס, חיזבאלא, חוטיס.
ב"ה אז ס'איז נישט געווען קיין נסיון פון ציונות דא ביי דעם מלחמה זעענדיג ווי דום זיי זענען!
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 3:52 am ווען א רייזע האט נישט קיינע טשעלענדזשעס ווערט דער גאנצער רייזע א טשעלענדזש!
שפיגל
פרישער באניצער
פאוסטס: 24
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:28 pm
x 22

Re: איז איראן שטארקער אדער שוואכער פון וואס דו האסט געמיינט? (אנקעטע)

פאוסט דורך שפיגל »

איך האב געהאלטן אז די שטארקייט וואס זיי האבן ליגט אין זייערע באליסטישע מיסלס און זיי האבן געוויזן זייער שטארקייט 100 פראצענט.

איי רוב האבן נישט דערגרייכט זייער ציל. איך האב אבער אויך געוויסט אז מדינת ישראל האט א דיפענס.
איך האב א זיץ אין ראדני נישט אז איך בין א ראדני זיצער.
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 4601

Re: איז איראן שטארקער אדער שוואכער פון וואס דו האסט געמיינט? (אנקעטע)

פאוסט דורך פשוט און גראד »

שפיגל האט געשריבן: דינסטאג יוני 24, 2025 1:12 pm איך האב געהאלטן אז די שטארקייט וואס זיי האבן ליגט אין זייערע באליסטישע מיסלס און זיי האבן געוויזן זייער שטארקייט 100 פראצענט.

איי רוב האבן נישט דערגרייכט זייער ציל. איך האב אבער אויך געוויסט אז מדינת ישראל האט א דיפענס.
עד שיבוא קלאסטער..

אמעריקא האט די זעלבע פראבלעם
שפיגל
פרישער באניצער
פאוסטס: 24
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:28 pm
x 22

Re: איז איראן שטארקער אדער שוואכער פון וואס דו האסט געמיינט? (אנקעטע)

פאוסט דורך שפיגל »

פשוט און גראד האט געשריבן: דינסטאג יוני 24, 2025 1:14 pm
שפיגל האט געשריבן: דינסטאג יוני 24, 2025 1:12 pm איך האב געהאלטן אז די שטארקייט וואס זיי האבן ליגט אין זייערע באליסטישע מיסלס און זיי האבן געוויזן זייער שטארקייט 100 פראצענט.

איי רוב האבן נישט דערגרייכט זייער ציל. איך האב אבער אויך געוויסט אז מדינת ישראל האט א דיפענס.
עד שיבוא קלאסטער..

אמעריקא האט די זעלבע פראבלעם
יא, אבער וועגן דעם קענעך נישט זאגן צו זיי זענען שטערקער אדער שוואכער.
איך האב א זיץ אין ראדני נישט אז איך בין א ראדני זיצער.
רצון ברעכט אייזן
פרישער באניצער
פאוסטס: 65
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 1:44 pm
Location: ירושלים
x 274

Re: איז איראן שטארקער אדער שוואכער פון וואס דו האסט געמיינט? (אנקעטע)

פאוסט דורך רצון ברעכט אייזן »

וואלט איראן אנגעהויבן קודם וואלטן זיי געווען שטערקער
טלית
פרישער באניצער
פאוסטס: 94
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 28, 2025 9:14 am
x 87

Re: איז איראן שטארקער אדער שוואכער פון וואס דו האסט געמיינט? (אנקעטע)

פאוסט דורך טלית »

רצון ברעכט אייזן האט געשריבן: דינסטאג יוני 24, 2025 5:50 pm וואלט איראן אנגעהויבן קודם וואלטן זיי געווען שטערקער
שטערקער פון מדינת ישראל? אדער שטערקער ווי זיי זענען יעצט געווען?
שרייב פאוסט