כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
שמואל פוקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 148
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 1251

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמואל פוקס »

איך בין געווען דארט שבת אין בבל. איך האב גערעדט מיט ידידיה. איך הער וואס דער עולם דארט שמועסט.

ס'איז סיי ווי נישט נוגע ווייל זיי קומען סיי ווי אויף אמעריקע, אפגעזען וואס דער חכם האלט יא אדער נישט (ס'קומט בקרוב א דרשה פון דער ר"מ).

פון מיין זייט קען עס בלייבן אזוי ווי מען שרייבט ביז יעצט.

(נ.ב. די שורות ווערן געשריבן פון בבל.)
קטןודל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 391
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 8:48 am
x 540

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קטןודל »

שמואל פוקס האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 9:55 am איך בין געווען דארט שבת אין בבל. איך האב גערעדט מיט ידידיה. איך הער וואס דער עולם דארט שמועסט.

ס'איז סיי ווי נישט נוגע ווייל זיי קומען סיי ווי אויף אמעריקע, אפגעזען וואס דער חכם האלט יא אדער נישט.

פון מיין זייט קען עס בלייבן אזוי ווי מען שרייבט ביז יעצט.

(נ.ב. די שורות ווערן געשריבן פון בבל.)
ביטע קומט אריין מיט א לענגערן באריכט פון בבל, איר האט דאך א פעדער אין די האנט צום גוטן, טא מיר ווילן הערן:

ווי אזוי גייט דער הלוך ילך? ווי אזוי זעט אויס דער דאווענען? דער עולם איז צובראכן אדער זיך מחזק? מ'קוקט עס אן אלס לעצטע נסיון איידער ביאת משיח? אדער בלויז א פרישע רינגעלע אין די מסע התלאות זינט'ן גירוש קאנאדא (אדער גאר פרשת שי פימא)? ווער האט געזאגט שלש סעודות תורה? וואס זאגט דער ריש מתיבתא? ועוד
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1591
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 5419

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

שמואל פוקס האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 9:55 am איך בין געווען דארט שבת אין בבל. איך האב גערעדט מיט ידידיה. איך הער וואס דער עולם דארט שמועסט.

ס'איז סיי ווי נישט נוגע ווייל זיי קומען סיי ווי אויף אמעריקע, אפגעזען וואס דער חכם האלט יא אדער נישט (ס'קומט בקרוב א דרשה פון דער ר"מ).

פון מיין זייט קען עס בלייבן אזוי ווי מען שרייבט ביז יעצט.

(נ.ב. די שורות ווערן געשריבן פון בבל.)
ר’ שמואל הגה בעצמך, דער חכם גיבט איבער די אוטאריטעט פארן ריש מתיבתא צו פסק’נען און פלוצלינג ציט ער צוריק.... א ודאי איז דא דא מער צו די מעשה! יעצט פונקטליך וואס די מעשה איז, קען מען דן זיין. אבער גלאטערהייט זאגן אז דא קומט גארנישט פאר מאכט פונקט אזוי נישט קיין סענס.

איך וואלט נישט דוקא באשולדיגט זיין זון ידידי’, כהאב געהערט אז עפעס אן אלמוני (מיט א נאמען) האט געשיקט א בריוו. די פראבלעם איז אז דער חכם קען נישט די מציאות. ועוד יותר מזה, כווייס נישט לעת עתה וואס ער האלט. סאיז קלאר אז ער האלט נאר מיט האלבע זאכן און ענטפערט געבויט אויף וואס ער ווייסט.

קען זיין אז די חברה אין בבל נעמען עס אן גלאטערהייט ווי א מחלוקה אבער איך קויף נישט אז דאס איז דאס מציאות. בבל איז לאו דוקא דאס מערסט אינפארמירטע פלאץ.

איך בין אליינס נישט 100 פראצענט קלאר אבער סאיז בכלל נישט פשוט אז מדרייט סתם א קאפ ווייל מוויל אז זיי זאלן ארויסקומען.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
שמואל פוקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 148
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 1251

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמואל פוקס »

ס'איז קלאר אז דער חכם האלט נישט מיט פונקטליך וואס עס טוט זיך און ער האט נישט ארויס די מצב. דאס איז די סיבה פארוואס די זקנים און הנהלה (אויף וויפיל זיי האבן נאך א מאכט, אדער א ווארט צו זאגן), האלטן קלאר אז מען דארף קומען קיין אמעריקע און ווארשיינליך וועט בקרוב פארקומען א דרשה אין דעם ענין (חוץ אויב אין די לעצטע שעות האט זיך געטוישט די מיינונג).

לויט וויפיל איך האב געהערט פונעם עולם דא אין בבל (אגב, ווען איר זאלט וויסן אז יעדע תגובה ווערט געליינט דא מיט פארזיכטיגקייט, גאנץ לב-טהור געפינט זיך דא אויף איד-טיש...), פון די שמועסן דא מיטן ציבור שטעלט זיך ארויס, אז מען דארף נישט צופיל ארבעטן אויפן עולם... יעדער איינער פארשטייט וואס ער האט צו טון. איינע פון די עסקנים שרייבן מיר פריער אז אין עזרת-נשים איז דער מצב נישט אזוי פשוט אז מען דארף טאקע קומען. נו, אויף דעם וועלן האפנטליך די זקנים קלארמאכן זייער מיינונג און זייער דעת תורה איבער דער נושא.

דיסקלעמער: כל מה שכתבתי, איז בלויז לויט וואס איך האב געהערט און געשמועסט במשך דעם שבת, און דאס איז די רוח הדברים צווישן דעם ציבור דאהי אין בבל. איך גלויב אז צווישן דעם עולם אין די סיטי הערשט די זעלבע אטמאספערע.

א ווארט פארן עולם: איך האב דא פארברענגט שבת און איך מוז זאגן. דער ציבור דאהי זענען העכסט אינטעלעגענטע מענטשן, מיט וועמען מען קען פיין פארברענגען און שמועסן אין יעדן הינזיכט. אזוי ווי אין יעדע ציבור, זענען פארהאן גרעסערע עובדי ה' און קלענערע, מער בעל-בתי'שע און ווייניגער. עס זענען פארהאן אזעלכע מיט א קאפ אויף די פלייצע און וואס פארשטייען אן עסק. בקיצור, זיי זענען זייער געשמאקע מענטשן און בא'טעמ'ט. עס איז וואונדערליך צו זען אז טראץ זייערע שווערע דלות און מיטמאכענישן במשך די יארן, זענען זיי נארמאלע געשמאקע פיינע יונגעלייט. מיר האבן פיין פארברענגט דעם שבת.

ווי איר זעט פון די חברה אין אמעריקע, זייט וויסן אז מען קען מיט זיי רעדן באופן כללי. זיי זענען אהערגעשטעלט געשמאק צו גאט און צו לייט, זיי דארפן נאר אביסל הילף (אביסל אסאך). אדרבה, העלפט שטעלן א איד אויף די פיס און מאכט אים זיך געפינען באקוועם נארמאל צווישן אונז. ס'זענען דא צווישן זיי אזעלכע וועלכע קענען נאך ווערן עשירים.

(איך רעד פאר מיר... איך קום באלד קיין אמעריקע, איך האף אז איר וועט מיר מקרב זיין...)
גרינטליך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 273
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
Location: New York
x 1058

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

סענס אף יומער האט געשריבן: פרייטאג יוני 13, 2025 2:51 pm
ישיבה בחור פון ירושלים האט געשריבן: פרייטאג יוני 13, 2025 11:27 am
סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 11:07 pm די אנדערע געריכט היינט איז אפגעשטופט געווארן אויף א חודש ארום.
וואס איך האב געהערט פון איינעם דארט אין ל"ט אז די 2'טע משפט נעכטן איז געבליבן אז די קינדער גייען צו די עלטערן (איינער א גאלדמאן)
און די קומעדיגע משפט גייט זיין ערשט סוף חודש אלול!!
ריכטיג?
עפעס מער פרטים?
@סענס אף יומער
מ'רעדט פון א פיצל קינד וואס איז שוין געווען ביי די מאמע ביז יעצט.
@סענס אף יומער ביטע ערקלערען מער קלאר
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://www.dryveup.com/mission/
גרינטליך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 273
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
Location: New York
x 1058

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

שמואל פוקס האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 5:13 am איך זוך ווי ווייניגער צו רעדן, אבער לגופו של ענין אינעם יעצטיגן פאל.

פשוטו כמשמעו. די זקנים מיט די הנהלה האבן געהאלטן אז מען דארף פארן קיין אמעריקע. למעשה האט דער חכם גע'פסק'ענט און געזאגט פאר זיין זוהן הרה"ח ר' ידידיה הי"ו, אז מען זאל נישט פארן. ער האט גארנישט פארדרייט און גארנישט געטון. מענטשן ווילן פארדרייען די מעשה צוליב א דמיון אז מענטשן אין לב-טהור וועלן קויפן זייער גירסא, און אזוי וועלן מער מענטשן פארן קיין אמעריקע. ברידער, עס גייט נישט אויסמאכן קיין כי הוא זה... די מענטשן אין לב-טהור זענען נישט קיין בהמות, זיי ווייסן גאנץ גוט אז דער חכם האט צוריקגעצויגן, און ווען איר קומט דא שרייבן אז ס'איז נישט אמת, ידידיה האט פארדרייט, דער חכם האט נישט געענטפערט קלאר וכו'. מאכט עס קיינעם נישט דארט טראכטן אז אפשר שרייבט איר אמת. זיי זענען נישט קיין קלעצער, וועמען איר קענט איינרעדן שטותים.

וואס יא? - עס קאכט זיך ערנסט דארט מיט א שאלה, צי מען דארף טון וואס דער חכם זאגט, בלינדערהייט. וויבאלד עס איז קלאר ווי די טאג, אז דער חכם האלט נישט מיט דער יעצטיגער מצב, און ער ווייסט בכלל נישט וואס עס גייט פאר דארט, איז די שאלה צי מען זאל זאגן, און מיט רעכט, אז אויב דער חכם וואלט געוויסט איז קיין ספק נישט אז ער וואלט געהייסן קומען קיין אמעריקע.

היינט מוצאי שבת האט געהייסן אז עס גייט פארקומען א דרשה דארט. למעשה איז דאס אפגערופן געווארן אין די לעצטע מינוט.
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://www.dryveup.com/mission/
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 254
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 708

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמועות טובות »

בטלן האט געשריבן: מוצש"ק יוני 14, 2025 10:48 pm הנאה געהאט אז די מאמענט האט די וואך געגעבן קרעדיט פון די "אידטיש" פלאטפארמע. 😀
א קאפי ביטע

ווי אזוי עס זאל נאר נישט זיין קומט מען ב"ה כסדר ארויס איינער נאכן צווייטן
איז וואס איז א נפק"מ ווי אזוי דאס פאסירט
דער עיקר איז אז עס פאסירט
ובשם ה' נעשה ונצליח
אוועיטער
סענס אף יומער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 405
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 4158

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

גרינטליך האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 12:03 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: פרייטאג יוני 13, 2025 2:51 pm
ישיבה בחור פון ירושלים האט געשריבן: פרייטאג יוני 13, 2025 11:27 am
וואס איך האב געהערט פון איינעם דארט אין ל"ט אז די 2'טע משפט נעכטן איז געבליבן אז די קינדער גייען צו די עלטערן (איינער א גאלדמאן)
און די קומעדיגע משפט גייט זיין ערשט סוף חודש אלול!!
ריכטיג?
עפעס מער פרטים?
@סענס אף יומער
מ'רעדט פון א פיצל קינד וואס איז שוין געווען ביי די מאמע ביז יעצט.
@סענס אף יומער ביטע ערקלערען מער קלאר
viewtopic.php?p=181364#p181364
נוצט אייער מיילעדזש ארויסצוראטעווען די אומשולדיגע לב טהור קינדערלעך פון גואטעמאלא!
347-444-4563
גרינטליך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 273
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
Location: New York
x 1058

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

סענס אף יומער האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 12:59 pm
גרינטליך האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 12:03 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: פרייטאג יוני 13, 2025 2:51 pm
מ'רעדט פון א פיצל קינד וואס איז שוין געווען ביי די מאמע ביז יעצט.
@סענס אף יומער ביטע ערקלערען מער קלאר
viewtopic.php?p=181364#p181364
יישר כח
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://www.dryveup.com/mission/
על פי תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 769
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 8094

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

הדסים האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 3:29 am
גארנישט האט געשריבן: פרייטאג יוני 13, 2025 12:21 pm
שמואל פוקס האט געשריבן: פרייטאג יוני 13, 2025 3:14 am די וועלט זאגט: דער אמת איז די בעסטע ליגנט!

רבותי, הערט אויף מיט די שטותים.

והמבין יבין.
ווייטער מיט דיינע מעשיות
פון אנהויב פון די טעמע ביז יעצט האט ר' שמואל א מנהג אריינצוקומען איינמאל און 2 טעג און ווארפן א סטעיטמענט ווי דער עולם ווייסט גארנישט דער עולם דרייט א קאפ כא כא כא עטס רעדטס ענק איין גלייבטס נישט קיין איין ווארט וכו' וכו', און ווען מען בעט אים ער זאל ביטע אריינקומען קלאר קומט ער מיט גאר גאר פילסופישע דיבורים פון מיינונגס פארשידענהייטן,
רבי, אז דו האסט עפעס וואס צו זאגן זאג, אז נישט קען מען פשוט בלייבן שטיל (פארשטייט זיך אז די זעלבע זאך אויכעט אויב האט מען יא וואס צו זאגן און מען וויל פשוט נישט)
בארואיגט אייך ר' איד, ר' @שמואל פוקס איז איינער פון די אקטיווע עסקנים און ער איז בארעכטיגט צו זאגן זיין מיינונג אפילו ס'איז אנדערש ווי די אנגענומענע און פארלאנגט נישט קיין הסבר ווייל פון ביידע צדדים איז נישט געווען קיין הסבר דאס מאל.
ר' שמואל האט שוין כמה פעמים קלארגעשטעלט און געשריבן דא אז ער איז קלאר נישט פון די עסקנים, נאר בלויז א חוקר וועלעכע האט גרינטלעך שטודירט די פרשה לארכה ולרחבה, אבער האט נישט קיין שייכות מיט די חלק העסקנות.
על פי תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 769
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 8094

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

שמואל פוקס האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 9:55 am איך בין געווען דארט שבת אין בבל. איך האב גערעדט מיט ידידיה. איך הער וואס דער עולם דארט שמועסט.

ס'איז סיי ווי נישט נוגע ווייל זיי קומען סיי ווי אויף אמעריקע, אפגעזען וואס דער חכם האלט יא אדער נישט (ס'קומט בקרוב א דרשה פון דער ר"מ).

פון מיין זייט קען עס בלייבן אזוי ווי מען שרייבט ביז יעצט.

(נ.ב. די שורות ווערן געשריבן פון בבל.)
ידידיה האט געזאגט עטליכע גירסאות פאר עטליכע מענטשן, איר האט טאקע געהערט איינע פון די גירסאות...
אוועיטער
גדליה
פרישער באניצער
פאוסטס: 64
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 24, 2025 11:01 am
x 444

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גדליה »

שמועות טובות האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 12:57 pm
בטלן האט געשריבן: מוצש"ק יוני 14, 2025 10:48 pm הנאה געהאט אז די מאמענט האט די וואך געגעבן קרעדיט פון די "אידטיש" פלאטפארמע. 😀
א קאפי ביטע
פיילס
Screenshot_20250615-143807.png
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6846
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 16021

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שמואל פוקס האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 11:02 amלויט וויפיל איך האב געהערט פונעם עולם דא אין בבל (אגב, ווען איר זאלט וויסן אז יעדע תגובה ווערט געליינט דא מיט פארזיכטיגקייט, גאנץ לב-טהור געפינט זיך דא אויף איד-טיש...), פון די שמועסן דא מיטן ציבור שטעלט זיך ארויס, אז מען דארף נישט צופיל ארבעטן אויפן עולם... יעדער איינער פארשטייט וואס ער האט צו טון. איינע פון די עסקנים שרייבן מיר פריער אז אין עזרת-נשים איז דער מצב נישט אזוי פשוט אז מען דארף טאקע קומען. נו, אויף דעם וועלן האפנטליך די זקנים קלארמאכן זייער מיינונג און זייער דעת תורה איבער דער נושא.
ליין איבער דיינע אייגענע ווערטער נאך 3-4 מאל, וועסטו פארשטיין אז די עסקנים וואס טוען און זענען פארבינדן מיט מער ווי איין מענטש פון דארט ווייסן זייער גוט וואס זיי טוען, און דיין טשעלענדזשן איז נאריש.

ס'דא מענער, ס'דא פרויען, ס'דא אסאאאאאך ארום און ארום. לאז די וואס ארבעטן אומזינסט טון זייער ארבעט. און דו טו ווייטער וואס דו טוסט פאר פרנסה, און יעדער וועט מצליח זיין אי"ה.

#לדעתי.
אוועיטער
בשמים הודו
פרישער באניצער
פאוסטס: 24
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 26, 2025 11:58 pm
Location: ניו יארק
x 115

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בשמים הודו »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 2:34 pm
שמואל פוקס האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 11:02 amלויט וויפיל איך האב געהערט פונעם עולם דא אין בבל (אגב, ווען איר זאלט וויסן אז יעדע תגובה ווערט געליינט דא מיט פארזיכטיגקייט, גאנץ לב-טהור געפינט זיך דא אויף איד-טיש...), פון די שמועסן דא מיטן ציבור שטעלט זיך ארויס, אז מען דארף נישט צופיל ארבעטן אויפן עולם... יעדער איינער פארשטייט וואס ער האט צו טון. איינע פון די עסקנים שרייבן מיר פריער אז אין עזרת-נשים איז דער מצב נישט אזוי פשוט אז מען דארף טאקע קומען. נו, אויף דעם וועלן האפנטליך די זקנים קלארמאכן זייער מיינונג און זייער דעת תורה איבער דער נושא.
ליין איבער דיינע אייגענע ווערטער נאך 3-4 מאל, וועסטו פארשטיין אז די עסקנים וואס טוען און זענען פארבינדן מיט מער ווי איין מענטש פון דארט ווייסן זייער גוט וואס זיי טוען, און דיין טשעלענדזשן איז נאריש.

ס'דא מענער, ס'דא פרויען, ס'דא אסאאאאאך ארום און ארום. לאז די וואס ארבעטן אומזינסט טון זייער ארבעט. און דו טו ווייטער וואס דו טוסט פאר פרנסה, און יעדער וועט מצליח זיין אי"ה.

#לדעתי.
בארואיג אייך ביטע
גרינטליך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 273
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
Location: New York
x 1058

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 2:34 pm
שמואל פוקס האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 11:02 amלויט וויפיל איך האב געהערט פונעם עולם דא אין בבל (אגב, ווען איר זאלט וויסן אז יעדע תגובה ווערט געליינט דא מיט פארזיכטיגקייט, גאנץ לב-טהור געפינט זיך דא אויף איד-טיש...), פון די שמועסן דא מיטן ציבור שטעלט זיך ארויס, אז מען דארף נישט צופיל ארבעטן אויפן עולם... יעדער איינער פארשטייט וואס ער האט צו טון. איינע פון די עסקנים שרייבן מיר פריער אז אין עזרת-נשים איז דער מצב נישט אזוי פשוט אז מען דארף טאקע קומען. נו, אויף דעם וועלן האפנטליך די זקנים קלארמאכן זייער מיינונג און זייער דעת תורה איבער דער נושא.
ליין איבער דיינע אייגענע ווערטער נאך 3-4 מאל, וועסטו פארשטיין אז די עסקנים וואס טוען און זענען פארבינדן מיט מער ווי איין מענטש פון דארט ווייסן זייער גוט וואס זיי טוען, און דיין טשעלענדזשן איז נאריש.

ס'דא מענער, ס'דא פרויען, ס'דא אסאאאאאך ארום און ארום. לאז די וואס ארבעטן אומזינסט טון זייער ארבעט. און דו טו ווייטער וואס דו טוסט פאר פרנסה, און יעדער וועט מצליח זיין אי"ה.

#לדעתי.
איר קענט מסביר זיין וואס איר וואלט פינקטליך פון ר' שמואל'ס לעבען?
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://www.dryveup.com/mission/
קרני פרה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 102
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 1:06 am
x 739

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קרני פרה »

שמואל פוקס האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 11:02 am .

(איך רעד פאר מיר... איך קום באלד קיין אמעריקע, איך האף אז איר וועט מיר מקרב זיין...)
שמואל! קענסט דאס נישט טוהן , אז דער חכם שליט”א הייסט בלייבן, בלייב דו אויכעט , צוזאמען מיט אונזערע ברודער אין בבל , אויב אמעריקא איז א סכנה, איז דאס פאר יעדן יוד . חכי כמעט רגע , ווארט אויס מיט נאך אביסל מסירות נפש, ווילסט דען נישט זוכה זיין ? למחזי באנפא עין , די התגלות השכינה ?
טראכט אייך איבער..
חנן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 138
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 2:11 pm
x 448

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חנן »

קרני פרה האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 3:07 pm
שמואל פוקס האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 11:02 am .

(איך רעד פאר מיר... איך קום באלד קיין אמעריקע, איך האף אז איר וועט מיר מקרב זיין...)
שמואל! קענסט דאס נישט טוהן , אז דער חכם שליט”א הייסט בלייבן, בלייב דו אויכעט , צוזאמען מיט אונזערע ברודער אין בבל , אויב אמעריקא איז א סכנה, איז דאס פאר יעדן יוד . חכי כמעט רגע , ווארט אויס מיט נאך אביסל מסירות נפש, ווילסט דען נישט זוכה זיין ? למחזי באנפא עין , דו התגלות השכינה ?
טראכט אייך איבער..
:lol: :lol: :lol:
קרני פרה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 102
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 1:06 am
x 739

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קרני פרה »

אגב. די קשיא האב איך אויף ר’ א.י.ר.
זיצט א יוד אין ברוקלין על סיר הבשר, א שיינע הויז , פרנסה בריוח , א גרויסען ווען, א שיינעם היט און שטריימל, שיינע שידוכים, פעלט אים גארנישט ב”ה
ער האט איין דאגה , אז זיינע ברודער אין בבל זאלן חלילה נישט קומען צו אים קיין אמעריקע און ראטעווען זייערע קינדער... ער טוט כל פעולות שבעולם דאס אפצושטעלן
ר’ יוד אפשר קומט ’איר’ אהער דא אין בבל, לאזט אפ די משפחה, די הויז מיטן ווען, די חלה אין די שמות, טוט אייך אן די בגדי ישע , אין זייט אייך משתתף מיט די צער אין פיין, און גיי דורך דאס זעלבע מסירות נפש, וואס דו פארלאגנס’ט פון דיינע ברודער
אלע טעמים און סברות פארוואס מען טאר אין אמעריקא נישט גיין אז דאך שייך פאר אייך פונקט אזוי
איי מען מוז האבן הילף פון אמעריקע? נישט קיין פראבלעם, מען קאן שיקען אפאר טיכטיגע חברה פון בבל קיין אמעריקע, און זיי זאלן זיך מיט אייך בייטן , די הילף וועט גאר זיין אסאך מער
דאס ווילסטו אבער נישט , איך פארשטיי...
אבער זיצן דארט אין אמעריקא מיט אלע באקוועמקייטען, און אנדרייען פעולות בנוגע די צובראכענע יודען וואס זיי זאלן טוהן, דאס גייט נישט אריין אין מיין קאפ
אדרבא! אויב איינער פון די חבורה קען מען דאס מסביר זיין , יקבל שכרו מן השמים
גרינטליך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 273
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
Location: New York
x 1058

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

קרני פרה האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 3:48 pm אגב. די קשיא האב איך אויף ר’ א.י.ר.

מסכים מיט אלעס חוץ די טיטל ר'
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://www.dryveup.com/mission/
געדרונגען
פרישער באניצער
פאוסטס: 40
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 09, 2025 10:03 am
Location: Brooklyn
x 129

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך געדרונגען »

שמחה ונחת האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 5:01 pm
געדרונגען האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 4:42 pm
הרב ותלמידו האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 4:23 pm
► Show Spoiler

הגה''צ ר' שלמה לויפער שליט''א איידעם פון הרה''ק רבי הערשעלע ספינקער זי''ע, פארציילט וואס ער איז דערביי געווען בשעתו מיט בערך 30 יאר צוריק ווען ס'האט זיך אנגעהויבן קהילת לב טהור זענען געווען עטליכע עסקנים וואס זענען געקומען צו רבי הערשעלע ספינקער מיט א קול קורא אז מען זאל שטיצן שלמה העלבראנץ מיט זיינע פעולות פון קירוב, אבער רבי הערשעלע ספינקער האט בשום אין אופן נישט געוואלט אינטערשרייבן, און ער האט געזאגט פאר די עסקנים אז זיי זאלן איבערגעבן פאר העלבראנץ אז ער זאל אפלאזן אונזער היימישער ציבור אין זיך אריינזעצן און א ביהמ''ד פון בעלי תשובה,

האבן די עסקנים געטענה'ט אז זיי ווילן נאר מיט דעם קול קורא מען זאל אים שטיצן מיט געלט ער זאל האבן אויף שבת צו מאכן וכו', אבער רבי הערשעלע האט זיך געהאלטן ביי זיינס און געזאגט אז ער האט בקבלה פון פריערדיגע צדיקים אז א מנהיג פאר אידן קען נאר זיין איינער וואס איז הורתו ולידתו בקדושה, און אויב איז ער איז א בעל תשובה זאל ער זיך אריינזעצן און בית המדרש צעווישן אלע בעלי תשובה.
מען זאגט אויכעט נאך בשם די שיניאווער רב זצוק"ל אויף די זמירות
שמור לקדשו מבואו ועד צאתו
ווער קען זיין די שומר פין יודישקייט אין כלל ישראל? נאר דער וואס איז לקדשו- קדוש מבואו ועד צאתו
אנדערש אביסל

הוא אשר דיבר לעם סגולתו- ווער קען זיין א מנהיג אין כלל ישראל (מלשון דבר אחד לעם)

שמור לקדשו מבואו ועד צאתו- ווער ס'אפגעהיטן פון קינדווייז אן
יישר כח פאר פעבעסערין
אז איז אויכעט דא א אויסדרוק פין איינער פין די פריערדיגער רבי'ס זצוק"ל אויף א בעל תשובה וואס האט אויס גע'מוסר'עט דעם עולם ביי א אסיפה.
"זאל ער גיין זיצען אונטער די אויבען אין תשובה טאהן אויף חטאת נעורים אין נישט מוסר זאגען אויף ישראל עם קדוש"
רצון ברעכט אייזן
פרישער באניצער
פאוסטס: 65
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 1:44 pm
Location: ירושלים
x 274

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך רצון ברעכט אייזן »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 2:34 pm
שמואל פוקס האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 11:02 amלויט וויפיל איך האב געהערט פונעם עולם דא אין בבל (אגב, ווען איר זאלט וויסן אז יעדע תגובה ווערט געליינט דא מיט פארזיכטיגקייט, גאנץ לב-טהור געפינט זיך דא אויף איד-טיש...), פון די שמועסן דא מיטן ציבור שטעלט זיך ארויס, אז מען דארף נישט צופיל ארבעטן אויפן עולם... יעדער איינער פארשטייט וואס ער האט צו טון. איינע פון די עסקנים שרייבן מיר פריער אז אין עזרת-נשים איז דער מצב נישט אזוי פשוט אז מען דארף טאקע קומען. נו, אויף דעם וועלן האפנטליך די זקנים קלארמאכן זייער מיינונג און זייער דעת תורה איבער דער נושא.
ליין איבער דיינע אייגענע ווערטער נאך 3-4 מאל, וועסטו פארשטיין אז די עסקנים וואס טוען און זענען פארבינדן מיט מער ווי איין מענטש פון דארט ווייסן זייער גוט וואס זיי טוען, און דיין טשעלענדזשן איז נאריש.

ס'דא מענער, ס'דא פרויען, ס'דא אסאאאאאך ארום און ארום. לאז די וואס ארבעטן אומזינסט טון זייער ארבעט. און דו טו ווייטער וואס דו טוסט פאר פרנסה, און יעדער וועט מצליח זיין אי"ה.

#לדעתי.
ביי מיר איז ר' @שמואל פוקס איינע פון די מערסטע אנגענומענע
גיי ביטע אראפ פון בוים
ער איז פון די מערסטע פארלאזליכע דא און נאך מער ער קומט ארויס מיט זיין אפיציעלע נאמען וואס קיינער טוט נישט
מנהיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 5:19 pm
Location: וואו נישט?
x 724

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מנהיג »

שמועות טובות האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 12:59 pm ווי אזוי עס זאל נאר נישט זיין קומט מען ב"ה כסדר ארויס איינער נאכן צווייטן
איז וואס איז א נפק"מ ווי אזוי דאס פאסירט
דער עיקר איז אז עס פאסירט
ובשם ה' נעשה ונצליח
אמת, אבער די צעמישעניש מאכט זייער שווער פאר זיי זיך צו סעטלען דא און גלייכצייטיג פאר די עסקנים וואס זענען פארנומען זיי צו העלפן איז עס זייער שווער וויאזוי צו האנדלען דערמיט.
#ביודעי ומכירי קאמינא
מ'ברויך מיר האבן איין מנהיג, דעם לעבעדיגן באשעפער!!!! (רביה''ק מ'סאטמאר אמור תשכ''ז)

רצון ברעכט אייזן האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 4:39 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 2:34 pm
שמואל פוקס האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 11:02 amלויט וויפיל איך האב געהערט פונעם עולם דא אין בבל (אגב, ווען איר זאלט וויסן אז יעדע תגובה ווערט געליינט דא מיט פארזיכטיגקייט, גאנץ לב-טהור געפינט זיך דא אויף איד-טיש...), פון די שמועסן דא מיטן ציבור שטעלט זיך ארויס, אז מען דארף נישט צופיל ארבעטן אויפן עולם... יעדער איינער פארשטייט וואס ער האט צו טון. איינע פון די עסקנים שרייבן מיר פריער אז אין עזרת-נשים איז דער מצב נישט אזוי פשוט אז מען דארף טאקע קומען. נו, אויף דעם וועלן האפנטליך די זקנים קלארמאכן זייער מיינונג און זייער דעת תורה איבער דער נושא.
ליין איבער דיינע אייגענע ווערטער נאך 3-4 מאל, וועסטו פארשטיין אז די עסקנים וואס טוען און זענען פארבינדן מיט מער ווי איין מענטש פון דארט ווייסן זייער גוט וואס זיי טוען, און דיין טשעלענדזשן איז נאריש.

ס'דא מענער, ס'דא פרויען, ס'דא אסאאאאאך ארום און ארום. לאז די וואס ארבעטן אומזינסט טון זייער ארבעט. און דו טו ווייטער וואס דו טוסט פאר פרנסה, און יעדער וועט מצליח זיין אי"ה.

#לדעתי.
ביי מיר איז ר' @שמואל פוקס איינע פון די מערסטע אנגענומענע
גיי ביטע אראפ פון בוים
ער איז פון די מערסטע פארלאזליכע דא און נאך מער ער קומט ארויס מיט זיין אפיציעלע נאמען וואס קיינער טוט נישט
אינטערעסאנט מיטצוהאלטן ווי עס וואקסט אונטער א פרישער דור......
viewtopic.php?p=163909#p163900
מ'ברויך מיר האבן איין מנהיג, דעם לעבעדיגן באשעפער!!!! (רביה''ק מ'סאטמאר אמור תשכ''ז)
גרינטליך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 273
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
Location: New York
x 1058

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

מנהיג האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 5:09 pm
שמועות טובות האט געשריבן: זונטאג יוני 15, 2025 12:59 pm ווי אזוי עס זאל נאר נישט זיין קומט מען ב"ה כסדר ארויס איינער נאכן צווייטן
איז וואס איז א נפק"מ ווי אזוי דאס פאסירט
דער עיקר איז אז עס פאסירט
ובשם ה' נעשה ונצליח
אמת, אבער די צעמישעניש מאכט זייער שווער פאר זיי זיך צו סעטלען דא און גלייכצייטיג פאר די עסקנים וואס זענען פארנומען זיי צו העלפן איז עס זייער שווער וויאזוי צו האנדלען דערמיט.
#ביודעי ומכירי קאמינא
וואס מיינט איר צי זאגען?

שרייב פאוסט