על דא ועל הא
Re: על דא ועל הא
אלע דיינים האלטן בשיטה אחת אז פאלענד ספרינג וואסער איז כשר
אויך האלטן זיי אז דאס וואס סאטמאר רב זצ"ל האט צוגעזאגט פאר מים חיים בשעתן גרינדינג אז קיינער וועט. נישט עפענען א סאדע געשעפט איז נאר לפי שעה, אבער יעצט איז שוין א אנדערע קאמפאני נישט קיין פראלעם
דאן וואס איז די אישו וואס מ' קען זיך נישט דורכקומען?

איז דא רש"י אויף דיינע שורות?בן נביאים האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 13, 2025 8:47 am אלע דיינים האלטן בשיטה אחת אז פאלענד ספרינג וואסער איז כשר
אויך האלטן זיי אז דאס וואס סאטמאר רב זצ"ל האט צוגעזאגט פאר מים חיים בשעתן גרינדינג אז קיינער וועט. נישט עפענען א סאדע געשעפט איז נאר לפי שעה, אבער יעצט איז שוין א אנדערע קאמפאני נישט קיין פראלעם
דאן וואס איז די אישו וואס מ' קען זיך נישט דורכקומען?
איך פארשטיי נישט וואס דא שטייט.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס

-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2560
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 7905
Re: על דא ועל הא
https://mail.google.com/mail/u/2?ui=2&i ... 1wre7b0&zw
מעשה פלא פון א איד וואס האט געלעבט מיט אונז 25 יאר צוריק וואס דער הייליגער צאנזער רב ז"ע איז געקומען צו אים אין חלום צוליב א ספר תורה וואס איז געווען אין זיין באזיץ
און אזוי אויך צוויי מעשיות וואס אידן זענען געהאלפן געווארן בזכות פון דערציילן די מעשה
דערציילט מיט אלע פרטים קראנט אליינס געהערט פון די בעל המעשה, דורך הרה''ג ר' אברהם יעקב יאקאב שליט"א
=היינט איז די יארצייט פון דעם איד=

דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
Re: על דא ועל הא
למעשה האלט נאך איינער היינט אז טראמפ האט באמת געזיכט שלום מיט איראן?
קדוש ישראל האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 15, 2024 3:38 pm נישט יעדער זאך וואס איז ארויס פון אייער קאמפארט זאון, אדער אנדערש ווי מ'האט אמאל געטוהן, האט צו טון מיט מאדערניזים
Re: על דא ועל הא
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
Re: על דא ועל הא
די לינק ארבעט נישטלהגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 18, 2025 1:55 pm https://mail.google.com/mail/u/2?ui=2&i ... 1wre7b0&zw
מעשה פלא פון א איד וואס האט געלעבט מיט אונז 25 יאר צוריק וואס דער הייליגער צאנזער רב ז"ע איז געקומען צו אים אין חלום צוליב א ספר תורה וואס איז געווען אין זיין באזיץ
און אזוי אויך צוויי מעשיות וואס אידן זענען געהאלפן געווארן בזכות פון דערציילן די מעשה
דערציילט מיט אלע פרטים קראנט אליינס געהערט פון די בעל המעשה, דורך הרה''ג ר' אברהם יעקב יאקאב שליט"א
=היינט איז די יארצייט פון דעם איד=
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 563
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
- x 785
Re: על דא ועל הא
איך פארשטיי נישט, אויב ארבעטסטו אזוי שווער צו "ערלעדיגן" א היתר, טו עס כאטש אויף זאכן וואס מער מענטשן קענען הנאה האבן.
וועסט טאקע דארפן ארבעטן שווערער, וואס דאס האט מען שוין גע'אסר'ט נאך פאר די "מנהיגי הדור" האבן ערלעדיגט היתרים, אבער מיט אביסל ארבעט און געלט קען מען העלפן סאך מער מענטשן זיך ארויסדרייען פון די קייטן פון די תורה...

- א יוני אין שוויץ
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 124
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 10:53 am
- x 151
Re: על דא ועל הא
ביטע עלעבארירט אייערע ווערטער, רעדט איר פון די נושא וואס האט די גרעסטע גדולים אויף ביידע זייטן? אויב יא, ווער זענט איר ארייצורעדן? און אויב נישט, קומט ביטע אריין קלארער ווייל עס הערט זיך אינטערעסאנט...הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 19, 2025 5:23 pm איך פארשטיי נישט, אויב ארבעטסטו אזוי שווער צו "ערלעדיגן" א היתר, טו עס כאטש אויף זאכן וואס מער מענטשן קענען הנאה האבן.
וועסט טאקע דארפן ארבעטן שווערער, וואס דאס האט מען שוין גע'אסר'ט נאך פאר די "מנהיגי הדור" האבן ערלעדיגט היתרים, אבער מיט אביסל ארבעט און געלט קען מען העלפן סאך מער מענטשן זיך ארויסדרייען פון די קייטן פון די תורה...
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 563
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
- x 785
Re: על דא ועל הא
טאקע אט דאס איז מיין פראגע. ווער ביסטו אריינצורעדן?!א יוני אין שוויץ האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 19, 2025 5:27 pmביטע עלעבארירט אייערע ווערטער, רעדט איר פון די נושא וואס האט די גרעסטע גדולים אויף ביידע זייטן? אויב יא, ווער זענט איר ארייצורעדן? און אויב נישט, קומט ביטע אריין קלארער ווייל עס הערט זיך אינטערעסאנט...הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 19, 2025 5:23 pm איך פארשטיי נישט, אויב ארבעטסטו אזוי שווער צו "ערלעדיגן" א היתר, טו עס כאטש אויף זאכן וואס מער מענטשן קענען הנאה האבן.
וועסט טאקע דארפן ארבעטן שווערער, וואס דאס האט מען שוין גע'אסר'ט נאך פאר די "מנהיגי הדור" האבן ערלעדיגט היתרים, אבער מיט אביסל ארבעט און געלט קען מען העלפן סאך מער מענטשן זיך ארויסדרייען פון די קייטן פון די תורה...
- א יוני אין שוויץ
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 124
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 10:53 am
- x 151
Re: על דא ועל הא
איך רעד נישט אריין. איך האב מיין דיין וואס זאגט וואס ער האלט און שוין, ב"ה ס'איז מיר נישט נוגע און כ'האף ס'זאל קיינעם נישט נוגע זיין, אבער די וועג וויאזוי דו האסט עס געשריבן איז משמע אז ס'איז נאר דא איין זייט וואס איז אויסגעהאלטן און די אנדערע זייט זענען רעפארמער, ס'דערמאנט מיר אביסל לב טהור אז יעדער אנדערש איז ערב רב.הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 19, 2025 5:34 pmטאקע אט דאס פרעג איז מין פראגע. ווער ביסטו אריינצורעדן?!א יוני אין שוויץ האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 19, 2025 5:27 pmביטע עלעבארירט אייערע ווערטער, רעדט איר פון די נושא וואס האט די גרעסטע גדולים אויף ביידע זייטן? אויב יא, ווער זענט איר ארייצורעדן? און אויב נישט, קומט ביטע אריין קלארער ווייל עס הערט זיך אינטערעסאנט...הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 19, 2025 5:23 pm איך פארשטיי נישט, אויב ארבעטסטו אזוי שווער צו "ערלעדיגן" א היתר, טו עס כאטש אויף זאכן וואס מער מענטשן קענען הנאה האבן.
וועסט טאקע דארפן ארבעטן שווערער, וואס דאס האט מען שוין גע'אסר'ט נאך פאר די "מנהיגי הדור" האבן ערלעדיגט היתרים, אבער מיט אביסל ארבעט און געלט קען מען העלפן סאך מער מענטשן זיך ארויסדרייען פון די קייטן פון די תורה...
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 563
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
- x 785
Re: על דא ועל הא
איך האב נישט גערעדט צו דיר טאקע.א יוני אין שוויץ האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 19, 2025 5:42 pmאיך רעד נישט אריין. איך האב מיין דיין וואס זאגט וואס ער האלט און שוין, ב"ה ס'איז מיר נישט נוגע און כ'האף ס'זאל קיינעם נישט נוגע זיין, אבער די וועג וויאזוי דו האסט עס געשריבן איז משמע אז ס'איז נאר דא איין זייט וואס איז אויסגעהאלטן און די אנדערע זייט זענען רעפארמער, ס'דערמאנט מיר אביסל לב טהור אז יעדער אנדערש איז ערב רב.הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 19, 2025 5:34 pmטאקע אט דאס פרעג איז מין פראגע. ווער ביסטו אריינצורעדן?!א יוני אין שוויץ האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 19, 2025 5:27 pm
ביטע עלעבארירט אייערע ווערטער, רעדט איר פון די נושא וואס האט די גרעסטע גדולים אויף ביידע זייטן? אויב יא, ווער זענט איר ארייצורעדן? און אויב נישט, קומט ביטע אריין קלארער ווייל עס הערט זיך אינטערעסאנט...
עס גייט מיר פשוט נישט אריין אין קאפ, וויאזוי מענטשן, וואס האבן נישט קיין אנונג וויאזוי מ'לערנט אפ א קצות, און האבן גאנץ קנאפ פחד פון א עבירה, גייען ארום "זיכער מאכן" אז די "היתר" זאל ווערן ערלעדיגט.
- א יוני אין שוויץ
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 124
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 10:53 am
- x 151
Re: על דא ועל הא
100% אגרי.הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 19, 2025 5:52 pmאיך האב נישט גערעדט צו דיר טאקע.א יוני אין שוויץ האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 19, 2025 5:42 pmאיך רעד נישט אריין. איך האב מיין דיין וואס זאגט וואס ער האלט און שוין, ב"ה ס'איז מיר נישט נוגע און כ'האף ס'זאל קיינעם נישט נוגע זיין, אבער די וועג וויאזוי דו האסט עס געשריבן איז משמע אז ס'איז נאר דא איין זייט וואס איז אויסגעהאלטן און די אנדערע זייט זענען רעפארמער, ס'דערמאנט מיר אביסל לב טהור אז יעדער אנדערש איז ערב רב.הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 19, 2025 5:34 pm
טאקע אט דאס פרעג איז מין פראגע. ווער ביסטו אריינצורעדן?!
עס גייט מיר פשוט נישט אריין אין קאפ, וויאזוי מענטשן, וואס האבן נישט קיין אנונג וויאזוי מ'לערנט אפ א קצות, און האבן גאנץ קנאפ פחד פון א עבירה, גייען ארום "זיכער מאכן" אז די "היתר" זאל ווערן ערלעדיגט.
ס'גייט אבער ביידע וועגן... מידעי קאמינא.
ס'איז נישט קיין נושא וואס איז געמאכט פאר סתם מענטשן, און שוין.
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 676
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:30 pm
- Location: Palm Tree
- x 1507
Re: על דא ועל הא
די ארבעט פון א דיין איז צו טון די רצון השם און זאגן פאר אנדערע וואס ס'איז די רצון השםהלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 19, 2025 5:23 pm איך פארשטיי נישט, אויב ארבעטסטו אזוי שווער צו "ערלעדיגן" א היתר, טו עס כאטש אויף זאכן וואס מער מענטשן קענען הנאה האבן.
וועסט טאקע דארפן ארבעטן שווערער, וואס דאס האט מען שוין גע'אסר'ט נאך פאר די "מנהיגי הדור" האבן ערלעדיגט היתרים, אבער מיט אביסל ארבעט און געלט קען מען העלפן סאך מער מענטשן זיך ארויסדרייען פון די קייטן פון די תורה...
און ער דארף ארבטן שווער צו טרעפן היתרים אויף די שאלות וואס מ'פרעגט אים בפרט ווען ס'איז א שעת הדחק.
און ווען ס'איז נישט דא קיין היתר זאגט ער אז ס'איז אסור אפ' ס'איז אים זייער שווער
להבדיל די רעפארמער זענען מתיר זאכן לויט זייערע געפילן אפ' ווען זיי טרעפן נישט קיין התיר
און לב טהור וכדומה אסרן א יעדע זאך לויט זייערע געפילן
Re: על דא ועל הא
@הלבלר בקולמסו
אויב א שמוציגע מיסיע פאלט דורך דארף מען נישט קומען באשמיצן די גרעסטע גדולי דורינו דא ברבים
ווער עס פארשטייט פארשטייט, און ווער נישט דארף נישט פרעגן
אויב א שמוציגע מיסיע פאלט דורך דארף מען נישט קומען באשמיצן די גרעסטע גדולי דורינו דא ברבים
ווער עס פארשטייט פארשטייט, און ווער נישט דארף נישט פרעגן
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 248
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 12:44 am
- Location: new york
- x 456
Re: על דא ועל הא
יאפ א קאלעסאלע דורכפאל געווען די געפלאנטע פלאן פון קאנקערירן די מוצחלדיגע אסיפה הנ"ל
(סאיז דא צדדים לכאן ולכאן ווי יעדע שאלה ביי כלל ישראל און סדא גענוג קנאים און ערליכע ביי ביידע זייטן אבער די רוב רבנים וואס דער ציבור פרעגט שאלות בעניני כריתות האלטן אז פונקט ווי היתר עגונה איז א מצוה צי טרעפן א היתר כמו כן הכי, אגב איז שוין דא אין א תשובה פון פוסק הדור גאב"ד ירושלים שליט"א פון יארן צוריק להיתר גמור)
און @הלבלר בקולמסו חלילה צי שרייבן אויף די ערליכע גדולי ישראל פון די הייליגסטע קנאים ביים כלל ישראל אז ווען זיי זוכן א היתר אויף א געוויסע זאך איז עס ווי רעפארמער חס מלהזכיר
מנהלים מוואלט געמעגט חוסם זיין פאר שרייבן אזאנס

- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6837
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 15986
Re: על דא ועל הא
איך בין נישט דער מנהל דא צו ווארפן און באשליסן זאכן, אבער... ביטע... אזוי רעדט מען פון גדולי ישראל?! אביסל דרך ארץ.הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 19, 2025 5:16 pm עס זענען דא אידן וואס האבן "תרי"ג פראבלעמען"... זיי דארפן זיך אן עצה געבן מיט די תורה, ווייל זיי האבן "רחמנות" אויף מענטשן וואס די תורה לאזט זיי נישט טון געוויסע זאכן...
האבן זיי א גוטע עצה, מען דרייט ארום מיט די תורה אז ס'זאל שטימען מיט זייערע געפילן.
די אידן הייסן "רעפארמער".
אויב רעדסטו פון פלעינע עמי הארצים וואס ארבעטן אויף ביידע זייטן, לכאן ולכאן, איז אזוי. בצד ההיתר זענען דא אזעלכע וואס ארבעטן דערויף אלס "פשוטע רחמנות", און בצד האיסור איז דא וואס ארבעטן דערויף אלס "פשוטע רציחה". און קיינער פון די 2 האבן נישט די רעכט צו באשליסן זאכן.
איין חילוק זע איך גראדע, אז די ארבעט מצד ההיתר האט זיך "אנגעהויבן" מיט א דעת תורה פון הגאון רבי בנימין לאנדא, ווידער די ארבעט מצד האיסור האט זיך "אנגעהויבן" מיט א דעת בעל הבית. אזוי מיין איך רוב זיכער.
אבער, אינצווישן זענען דא גרויסע גדולי ישראל אויף ביידע זייטן, אפגעזען וועלכע זייט עס זעט מיר אויס אז עס פירט זיך מיט מער אמת.
לגבי "זוכן א היתר" ווען א איד איז אין א צרה, דאס איז ווערטער וואס סאטמאר רבי מהר"א האט געזאגט אז אזוי האבן גדולי ישראל געטון ביי היתרי עגונות און אויך ביי די טעליגע שאלות באיסורי תורה אין שטוב, און דאס האט נישט קיין שייכות צו רעפארמער ח"ו מיט זייערע תרי"ג פראבלעמען. חס מלהזכיר.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2560
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 7905
Re: על דא ועל הא
ר' @הלבלר בקולמסו
דער ברך משה האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אויף די 'מעוררים', וועלכע זוכן מיט לעכט איסורים, אז אינדערהיים איז מען אויפגעווען א גאנצע נאכט צו מתיר זיין איי מיט א בלוטסטראפ און דא זוכט מען איסורים...
עס זענען דא גאר חשובע רבנים אויף ביידע זייטן, מיין רבי זאגט מען איז געווען אויף גאנצעטע נעכט און דורכגעזופט יעדן שטיינדל ביז ער איז ארויסגעקומען מיטן היתר.
ווען מען רעדט פון קלים וריקים וואלט מען נישט צופיל געדארפט זוכן, מען וואלט ארויסגעשאסן אזוינע פורים תורות און ליצנות ווי די משכילים בשעתם האבן געהאט (געלערנט אזא תשובה אין שואל ומשיב קעגן די רעפארמער און עס איז טראגי-קאמיש וואספארא לומדים די כופרים זענען געווען...).
דא זענען דא ערנסטע רבנים וועלכע האבן דן געווען בכובד ראש צו טרעפן א היתר פאר מצפים לישועה.
לויט אייערע ווערטער זענען די אלע תשובה ספרים פון אלע גדולי עולם פון די גמרא און אראפ די גאונים ראשונים ואחרונים - ווער עס קומט אויס להיתר איז חלילה... ער זוכט צו מתיר זיין!!! ס'טע געהערט אזאנס...???
דער ברך משה האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אויף די 'מעוררים', וועלכע זוכן מיט לעכט איסורים, אז אינדערהיים איז מען אויפגעווען א גאנצע נאכט צו מתיר זיין איי מיט א בלוטסטראפ און דא זוכט מען איסורים...
עס זענען דא גאר חשובע רבנים אויף ביידע זייטן, מיין רבי זאגט מען איז געווען אויף גאנצעטע נעכט און דורכגעזופט יעדן שטיינדל ביז ער איז ארויסגעקומען מיטן היתר.
ווען מען רעדט פון קלים וריקים וואלט מען נישט צופיל געדארפט זוכן, מען וואלט ארויסגעשאסן אזוינע פורים תורות און ליצנות ווי די משכילים בשעתם האבן געהאט (געלערנט אזא תשובה אין שואל ומשיב קעגן די רעפארמער און עס איז טראגי-קאמיש וואספארא לומדים די כופרים זענען געווען...).
דא זענען דא ערנסטע רבנים וועלכע האבן דן געווען בכובד ראש צו טרעפן א היתר פאר מצפים לישועה.
לויט אייערע ווערטער זענען די אלע תשובה ספרים פון אלע גדולי עולם פון די גמרא און אראפ די גאונים ראשונים ואחרונים - ווער עס קומט אויס להיתר איז חלילה... ער זוכט צו מתיר זיין!!! ס'טע געהערט אזאנס...???
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 719
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 672
Re: על דא ועל הא
אין בור ירא חטאהלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 19, 2025 5:52 pmאיך האב נישט גערעדט צו דיר טאקע.א יוני אין שוויץ האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 19, 2025 5:42 pmאיך רעד נישט אריין. איך האב מיין דיין וואס זאגט וואס ער האלט און שוין, ב"ה ס'איז מיר נישט נוגע און כ'האף ס'זאל קיינעם נישט נוגע זיין, אבער די וועג וויאזוי דו האסט עס געשריבן איז משמע אז ס'איז נאר דא איין זייט וואס איז אויסגעהאלטן און די אנדערע זייט זענען רעפארמער, ס'דערמאנט מיר אביסל לב טהור אז יעדער אנדערש איז ערב רב.הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 19, 2025 5:34 pm
טאקע אט דאס פרעג איז מין פראגע. ווער ביסטו אריינצורעדן?!
עס גייט מיר פשוט נישט אריין אין קאפ, וויאזוי מענטשן, וואס האבן נישט קיין אנונג וויאזוי מ'לערנט אפ א קצות, און האבן גאנץ קנאפ פחד פון א עבירה, גייען ארום "זיכער מאכן" אז די "היתר" זאל ווערן ערלעדיגט.
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 563
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
- x 785
Re: על דא ועל הא
נאכאמאל נאכאמאל, לאמיר זיין קלאר, מ'זוכט מיט לעכט איסורים אדער היתרים?להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 19, 2025 7:30 pm ר' @הלבלר בקולמסו
דער ברך משה האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אויף די 'מעוררים', וועלכע זוכן מיט לעכט איסורים, אז אינדערהיים איז מען אויפגעווען א גאנצע נאכט צו מתיר זיין איי מיט א בלוטסטראפ און דא זוכט מען איסורים...
עס זענען דא גאר חשובע רבנים אויף ביידע זייטן, מיין רבי זאגט מען איז געווען אויף גאנצעטע נעכט און דורכגעזופט יעדן שטיינדל ביז ער איז ארויסגעקומען מיטן היתר.
ווען מען רעדט פון קלים וריקים וואלט מען נישט צופיל געדארפט זוכן, מען וואלט ארויסגעשאסן אזוינע פורים תורות און ליצנות ווי די משכילים בשעתם האבן געהאט (געלערנט אזא תשובה אין שואל ומשיב קעגן די רעפארמער און עס איז טראגי-קאמיש וואספארא לומדים די כופרים זענען געווען...).
דא זענען דא ערנסטע רבנים וועלכע האבן דן געווען בכובד ראש צו טרעפן א היתר פאר מצפים לישועה.
לויט אייערע ווערטער זענען די אלע תשובה ספרים פון אלע גדולי עולם פון די גמרא און אראפ די גאונים ראשונים ואחרונים - ווער עס קומט אויס להיתר איז חלילה... ער זוכט צו מתיר זיין!!! ס'טע געהערט אזאנס...???
סאו פון דיינע ווערטער קומט אויס אז אויב איז דא א רב וואס איז מברר להיתר טאר מען שוין ארויסגעבן קיין בירור לאיסור, ווייל ס'איז חוצפה? און וואס האט דער רבי זי"ע געשריבן אין שו" דברי יואל סימן ק"ז סיימן ק"ח?
ער האט נישט רחמנות געהאט? ער איז אויך געווען פון די "מעוררים"?....
און מען גייט ארום אין כולל סטראשען רבנים אז זיי טארן נישט גיין צו אן אסיפה וואו מען גייט אויסשמועסן די דעת האוסרים?
דער שואל ומשיב האט אויך גערופן רבנים צו שטעלן פאר א פיקטשער, ווייל ער האט נישט געהאט גענוג חתימות פאר א קול קורא?
--
נאכאמאל, איך רעד נישט פון די רבנים וואס האבן מברר געווען להיתר, איך רעד פון די נגידים און עסקנים וואס לייגן דרוק אויף רבנים וואס האבן נישט מברר לכאן או לכאן, און מען ארבעט צו דערשטיקן די גרויסע רבנים וואס האבן מברר געווען לאיסור.
דעם היתר באהאלט מען, און צו די אוסרים טאר מען נישט רעדן.
און אויב דער עוולם האט קשיות איז דעת בעל הבית היפך דעת תורה...
און דו גייסט מיר זאגן אז אזוי האט אויסגעזען א מחלוקת צווישן שואל ומשיב און דברי חיים.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5230
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 17484
Re: על דא ועל הא
שכח פארן אויסקלארן. פון דיין אריגינעלע פאוסט האט יא געקענט משמע זיין א זילזול אין די פוסקים המתירים.הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 19, 2025 9:30 pm נאכאמאל, איך רעד נישט פון די רבנים וואס האבן מברר געווען להיתר, איך רעד פון די נגידים און עסקנים וואס לייגן דרוק אויף רבנים וואס האבן נישט מברר לכאן או לכאן, און מען ארבעט צו דערשטיקן די גרויסע רבנים וואס האבן מברר געווען לאיסור.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2560
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 7905
Re: על דא ועל הא
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 19, 2025 9:30 pm
נאכאמאל נאכאמאל, לאמיר זיין קלאר, מ'זוכט מיט לעכט איסורים אדער היתרים?
טייל זוכן איסורים און טייל זוכן התירים - די וועלכע זוכן איסורים זענען אויסער די רבנים וואס פון זיי איז נישט די רעדע דא - זענען אויך דא אגענדע געטריבענע מענטשן וואס אלעס איז פוי טמא.
סאו פון דיינע ווערטער קומט אויס אז אויב איז דא א רב וואס איז מברר להיתר טאר מען שוין ארויסגעבן קיין בירור לאיסור, ווייל ס'איז חוצפה?
קיינער דא האט דאס נישט געזאגט - מען באציעט זיך צו די וועלכע זענען נישט קיין רבנים און זיי פסקענען לאיסור...
און וואס האט דער רבי זי"ע געשריבן אין שו" דברי יואל סימן ק"ז סיימן ק"ח?
ער האט נישט רחמנות געהאט? ער איז אויך געווען פון די "מעוררים"?....
איך האב נישט דורכגעטון די תשובה און מסתמא איז דארט די פאל טאקע לאיסור, און איך גלייב אז די רבנים המתירים ווען זיי וואלטן נישט געזעהן די הלכה להיתר וואלטן זיי אויך געפסקנט לאיסור...
און מען גייט ארום אין כולל סטראשען רבנים אז זיי טארן נישט גיין צו אן אסיפה וואו מען גייט אויסשמועסן די דעת האוסרים?
מעגליך אז עס איז דא - איך ווייס נישט דערפון דעריבער קען איך דאס נישט דיסקוסירן מיט אייך.
דער שואל ומשיב האט אויך גערופן רבנים צו שטעלן פאר א פיקטשער, ווייל ער האט נישט געהאט גענוג חתימות פאר א קול קורא?
א קול קורא איז היינט ווייניגער ווערד פון מיסט, און מאן יימר אז ווען יענע פרשה וואלט געווען היינטיגע צייטן וואלטן זיי נישט גענוצט די היינטיגע מיטלען פון פרסום...?
--
נאכאמאל, איך רעד נישט פון די רבנים וואס האבן מברר געווען להיתר, איך רעד פון די נגידים און עסקנים וואס לייגן דרוק אויף רבנים וואס האבן נישט מברר לכאן או לכאן, און מען ארבעט צו דערשטיקן די גרויסע רבנים וואס האבן מברר געווען לאיסור.
איך האב נאר געהערט פאקטישע לייקענען אויף די מעשיות - דעריבער אויף וואס איך ווייס נישט קען איך נישט ענטפערן
דעם היתר באהאלט מען, און צו די אוסרים טאר מען נישט רעדן.
דו ווייסט פון איין רב וואס וויל זעהן דעם היתר און מען האלט עס צוריק פון אים? מהר"א האט זיך אויסגעטענה'ט מיט עטליכע אוסרים.
און אויב דער עוולם האט קשיות איז דעת בעל הבית היפך דעת תורה...
ממה נפשך, ביסטו א תורה אטאריטעט זענען די צדדים אפן פאר דיר און קענסט גרינג שאפן ציטריט, ביסטו נישט קיין אטאריטעט איז טאקע היפך דעת תורה...
און דו גייסט מיר זאגן אז אזוי האט אויסגעזען א מחלוקת צווישן שואל ומשיב און דברי חיים.
יא!!! אין אלע דורות זענען געווען דעת תורה וואס האבן זיך געקריגט לשם שמים און על פי תורה, און אלעמאל זענען געווען בעלי מחלוקה וואס האבן סתם הנאה געהאט צו צאפן אידיש בלוט און קאכן א קאשע אינטערן מאנטל פון לשם שמים - אויף ביידע זייטן...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 563
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
- x 785
Re: על דא ועל הא
אז דו ווייסט נישט ביסטו פטור...
Re: על דא ועל הא
דו האלטסט אז רבנים נייגן חלילה אוועק פונעם דעת תורה פאר אפאר טאלער? אדער בס"ה קען געלט עקספעדייטן דעם פראצעדור פון די בירור הלכה?הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 19, 2025 5:52 pmאיך האב נישט גערעדט צו דיר טאקע.א יוני אין שוויץ האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 19, 2025 5:42 pmאיך רעד נישט אריין. איך האב מיין דיין וואס זאגט וואס ער האלט און שוין, ב"ה ס'איז מיר נישט נוגע און כ'האף ס'זאל קיינעם נישט נוגע זיין, אבער די וועג וויאזוי דו האסט עס געשריבן איז משמע אז ס'איז נאר דא איין זייט וואס איז אויסגעהאלטן און די אנדערע זייט זענען רעפארמער, ס'דערמאנט מיר אביסל לב טהור אז יעדער אנדערש איז ערב רב.הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 19, 2025 5:34 pm
טאקע אט דאס פרעג איז מין פראגע. ווער ביסטו אריינצורעדן?!
עס גייט מיר פשוט נישט אריין אין קאפ, וויאזוי מענטשן, וואס האבן נישט קיין אנונג וויאזוי מ'לערנט אפ א קצות, און האבן גאנץ קנאפ פחד פון א עבירה, גייען ארום "זיכער מאכן" אז די "היתר" זאל ווערן ערלעדיגט.
און כבין סתם נייגעריג, ווען עסקנים, אן קיין געלט, סתם מיט פאוער, לויפן ארום צו רבנים זאמלען חתימות, איז עס אויך א פראבלעם?
ביטע.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 563
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
- x 785
Re: על דא ועל הא
די וואס ווייסן ביי זיך אז דאס איז א שווערע היתר בענינים חמורים מאוד, און דאס דארף אויסגע'פסק'נט ווערן דורך גדולי ישראל, און זיי האלטן אז זיי פירן די וועלט, און זיי זענען די וואס קענען איינטיילן אריינרעדן צווישן די גדולי ישראל, און זיי איינטיילן וויאזוי צו פסקענען.חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 19, 2025 10:20 pm הלבלר וועמען גלייכסו צו צי א רעפארמער, ר' בנימין לאנדא אדער ר' ז"ל פילאפף?