די סכנה פון איראנער מיסילס – און וואס צו וויסן זיך צו שיצן
ס'איז כדאי צו פארשטיין אז דאס איז פיל ערנסטער ווי דאס וואס מיר האבן שוין געזען פון לבנון און עזה,
מען מוז זיך צוגרייטן ערנסט
די גוטע נייעס: ווער עס היט זיך גענוי לויט די אנווייזונגען, ווערט די סכנה כמעט אינגאנצן פארניכטעט.
די מיסילס פון איראן זענען נישט ווי די ראקעטן פון לבנון, זייערע קעפ וואס וועגן צווישן א האלבן טאן און א טאן, קען מאכן פיל מער שאדן קעגן די ראקעטן, פון לבנון איז געווען גענוג צו גיין אין א אינערליכע צימער צו זיך שיצן, קעגן אן איראנער מיסיל וועט דאס נישט העלפן, די אויפרייס קען דורכגיין עטליכע ווענט און אפילו איינברעכן אלטע געביידעס.
אָבער בונקערס און געשיצטער וואוינונגס-געגנט זענען געבויט פאר אזא סכנה, געדענק דעם שולע וואס איז צופאלן פון א תימנ'ער מיסיל, ווער ס'איז געווען אין בונקער איז ארויס אן א קראץ, דער בונקער איז א געשטימטער באשיצטע צימער, ווי ס'האַלט זיך, אפילו ווען די גאנצע געביידע ארום אים ווערט פארשווינדען, ער איז געמאכט געווארן אייך צו שיצן אפילו אויב די מיסיל האט דירעקט געטראפן אייער געביידע.
קעגן אן איראנער מיסיל וועלן געווענליכע אינערליכע צימערן און טרעפ-הייזער וואס זענען נישט צענטראל און נישט ארומגענומען מיט בעטאן נישט אלעמאל זיין גענוג, עס איז בעסער צו זיין נאנט צו א בונקער אדער אונטערגרונט פארקינג (בעסער איינס באשטעטיגט דורך די הויז-פראנט קאמאנדע) צו פארזיכערן שוץ.
ספעציעל איז וויכטיג צו אויסמיידן צו זיין אין אן אומגעשיצטן צימער (אריינגערעכנט א טרעפ-הויז) אין אן אויבערשטן אדער אונטערשטן שטאק, די מיסילס טרעפן דעכער אדער גאסן-לעוול אין א הויכן פראצענט, און דעריבער זענען דאס די געפערליכסטע שטאקן (סיידן עס איז דארט א סטאנדארט געשיצטער צימער)
אין א הויכער געביידע איז די מערסט געשיצטע שטאק דער ערשטער שטאק העכער דער ערד-שטאק.
נאך וויכטיגע נקודות:
1. די אזעקה קען זיך אפשטעלן 'פאר'ן סוף' פון די באמבארדירונג, די פייפערס ווערן הייס און שטעלן זיך אפ זיך אפצוקילן, דעריבער נאך די ערשטע אזעקה טאר מען נישט ארויסגיין ביז עס איז פאראן א קלארע אנווייזונג.
2. זיך לייגן אדער קניען איז אלעמאל גוט, אויב מען קען, זיכער אינדרויסן, אדער אין א צימער מיט א פענסטער, אבער אויך אין אן אינערליכע צימער רעדוצירט דאס די שאנסן צו ווערן געשעדיגט פון א נאנטן אויפרייס.
3. וויכטיג איז צו פארשליסן די טיר און דעם פענסטער אין דעם געשיצטן ראַם, אויב זיי זענען אפן קען די שאקל אריינקומען ביז צו נישטיג מאכן די גאנצע שוץ אין פאל דער אויפרייס איז געשען פון די זייט פונעם עפענונג.
4. אין א פארקינג איז וויכטיג זיך אפצוטיילן פון דעם עפענונג און אויב עס זענען דאָ עטליכע שטאקן איז בעסער נישט צו זיין אין די אויבערשטע.
לסיכום:
1. יא עס איז מער סכנה'דיג מען קען נישט זיין רואיג צוליב אונזער עקספעריענס פון לבנון אדער תימן
2. קלארע אנווייזונגען רעדוצירן די סכנה צו א מינימאלן נומער, דער חילוק צווישן זיך היטן און נישט היטן איז א רעדוקציע פון סכנה מיט 100 מאל און מער.
3. ס'איז גאר וויכטיג צו שטרעבן צו א סטאנדארט געשיצטן צימער, און אויב איר צווייפלט איז בעסער צו דערנענטערן זיך פון פאראויס צו אזא צימער אין אייער אומגעגנט.
אין יעצט צום עיקר העיקרים. תשובה, תפילה, וצדקה, לזכות, אין בשם כלל ישראל
קרעדיט @לייפציגער סוחר