נקודות טובות האט געשריבן: ↑מוצש"ק יוני 07, 2025 11:25 pm
איינער מיט א הסבר פון וואס די מדובר איז?
בד‘‘וו, @דער תהלים איד. איך וויל דיר פרעגן א דרעזנער שאלה... ווי אזוי האט איר געשפירט ביים שרייבן, וויסענדיג אז דו גייסט ווערן געטשלענדזשט מיט קרית יואל טעראר?
איך האב געשפירט אז מענטשן זענען קלוגער ווי דאס...
ואסביר.
1) ווען ביהמ"ד הגדול ראדני ווארפט ארויס דעם "דורותינו", איז עס נישט טעראר. ער איז דא בעה"ב, און קום נישט אין מיין שטח חרוב מאכן - דאס וואס לדעתי הייסט חרוב געמאכט.
2) ווען ראדני וועט נישט אריינלאזן א צעטל איבער די נייע שרעקליכע "רציחה ביל" ווייל דער עסקן וואס פירט עס שפרייט אויך אויס דורותינו'ס... דאס איז שוין אפשר א שמעק פון טעראר...
3) אבער ווען מ'וועט ארויסווארפן חאצקל גרינבערגער פון ביהמ"ד, ווייל די דורותינו קאפיס ווערן געמאכט ביי "גרינבערגערס דרוקעריי", הייסט דאס טעראר. דאס שוין יא. ווייל שיסן דעם מעסענדזשער איז שוין אן אקט פון טעראריזין א מענטש.
לענינינו... 1) ווען אייוועלט לאזט נישט ארויף יענעם עד פון הבדלה, הבנתי. 2) ווען ער לאזט מער נישט ארויף "קיין שום עד פון הבדלה", קען מען שוין דן זיין... 3) ווען אייוועלט סטראשעט דעם גרעפיקער און מאכט א פארבאט אויף אלע זיינע עדס, איז דאס ריינע טעראר.
און יעצט דריי מיט'ן פינגער!... דאס איז אלעס, לו יהא, ווען העטעך, אייוועלט וואלט בכלל געווען גערעכט מיט'ן ווערן באליידיגט. יעצט אבער אז לדעתי זענעןם זיי גרויסע בעיבי'ס דערפאר בכלל, נישטא וואס צו זיין באלייגדיגט! יא, אייוועלט פארברענט צייט! פונקט (אסאאאך מער ווי) ווי אימעיל, און פונקט ווי אלע אנדערע עפפס. מ'טאר שוין נישט מעורר זיין דערויף? הא? ווייל דו ראטעוועסט די וועלט פון ארגערס טאר מען שוין נישט זאגן דעם אמת אז דאס פארברענט ימים פון שעות פאר מענטשן?
נאריש און עקלדיג.