איה מקום כבודו האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 04, 2025 4:52 pm
שמועות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 04, 2025 4:32 pm
ברוכים הבאים צו @איה מקום כבודו און צו @ים התלמוד
מיט גרויס פרייד נעמען מיר ענק אלע אויף און אדרבה פרעגטס וואס עטס ווייסטס נאך נישט
א דאנק פאר די ווארעמע אויפנאמע
מיט דיין חיזוק וויל איך ווייטער פרעגן
צו האט נישט בלום מורא אז לאווער וועט נוצן קעגן אים אין געריכט אז ער צווינגט אים אראפצונעמען א קלאגע? איז עס לעגאל?
די מעשה דא איז געווען אז יושע חיים לאווער האט אנגעדרייט די געוועזענע ווייב פון מענדי מלכא (לעווי איז געווען א טעות) אז זי זאל אריינגעבן פאלשע קלאגעס קעגן איר געוועזענע מאן צוליב זיין חטא פון זיין די ערשטע וואס האט געגעבן אן אויפטריט אין געריכט קעגן משה יוסף ראזנער (נאך פאר אלע בחורים פונעם שעלטער האבן זיך אויסגעדרייט די רוקן צו לב טהור און אנגעהויבן געבן אויפטריטן אין געריכט פארציילנדיג זייערע אייגענע געשיכטעס). און צוליב זיין עדות און די עדות פון נאך א גיורת וואס האט שוין פארלאזט לב טהור, האט מען געקייטלט און ארעסטירט די ריש מתיבתא משה יוסף ראזנער. צוליב דעם האבן זיי באשלאסן אריינצוגעבן קלאגעס קעגן מענדי מלכא כדי ער זאל זיך דערשרעקן און נאכגעבן זייער פארלאנג צוריקצוציען פון זיינע באשולדיגונגען קעגן די ריש מתיבתא, און אין אויסטויש וועלן זיי צוריקציען פון די קלאגעס קעגן אים.
אצינד צו דיין קשיא וועגן בלום'ס סטראשע אויב ס'איז נישט אומלעגאל. די תירוץ איז ניין, צוליב צוויי סיבות:
א. די עבירה פון intimidating witnesses איז נאר ווען מ'טוהט דאס צו א לעגיטימע עדות אויף א אמת'ע קלאגע. דא האט ער נישט געסטראשעט איינעם וואס האט אריינגעגעבן א לעגיטימע קלאגע, ער האט געסטראשעט אזא איינעם וואס האט אריינגעגעבן א קלארע פאלשע קלאגע, און ס'איז דא קלארע באווייז דערויף. (הרב בלום האט נאכדעם געשיקט נאך א וואויס נאט קלארצושטעלן אז זיין סטראשע איז באזירט אויף די קלארע אינפארמאציע וואס צייגט אז די קלאגע קעגן מענדי מלכא איז אויסדרוקליך פאלש).
ב. ער האט נישט געסטראשעט א עדות, ער האט געסטראשעט איינעם וואס האט אנגעדרייט און געשטופט די עדות - וואס איז מענדי'ס געוועזענע ווייב - אז זי זאל זאגן עדות קעגן מענדי, און ממילא האט מען נישט געסטראשעט דעם עדות, נאר איר שליח.