רבי לעבן, איך גיי אייך עס מסביר זיין נאך איין איינציג מאל.לאנדסמאן האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 01, 2025 2:44 amחלילה וחס! דא איז בלויז ערלויבט צו שרייבן לויט די אנגענומענע מיינונג. אויב קאלערט מען חלילה ארויס אדער מען איז ח"ו מהרהר, ווערט מען גלייך באצייכענט ווי א קולט מיטגליד. פארשטייט זיך אז תגובות ווערן נאר פארמעקט ווייל עס מאכט פראבלעמען פאר נעטפרי.לחיים אידן האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 01, 2025 2:33 amאיך ווייס נישט ווער איך בין צו זאגן.....על פי תורה האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 01, 2025 2:08 am
viewtopic.php?p=163538#p163538
נישט יעדער וואס שרייבט א ווארט לטובת לב טהור דארף מען שיקן, אבער ווען ס'איז ניכר די אגענדע און ס'הייבט זיך אן א ספינעריי איז עפעס אנדערש...
אבער אפשר איז דווקא יא כדי צו לאזן דא אזעליכע מענטשן וואס רעדן לטובת ל"ט אזוי זאל מען נישט זאגן אז דא הערט מען נאר 1 צד פארקערט ישמע השומע.... ויבחר הבוחר.....
נישט ריכטיג?
ווען איינער פרעגט שאלות, טענות וכדו' אפילו לטובת לב טהור, וועט מען אים שיין ענטפערן. אבער ווען איינער דרייט סתם א קאפ און וויל סתם אנדרייען כאאס דארף ער פליען פון דא, פלעין וויבאלד ס'איז נישט קיין יושר משוגע צו מאכן יודן. יעצט דער ניק האט גענוי דאס געטון, פלוצלינג האט ער אויף יעדע נושא באזינדער, פון גביית עדות ביז הצלחה פון די יוצאים זיך מסדר צו זיין, פארשטאנען די אנדערע צד... עפעס מאכט נישט קיין סענס דא... כאפסט?
צו ער איז 'עהעם' אדער נישט אינטערעסירט מיר נישט (הגם ס'איז שטארק מסתבר אז יא, וויל פארוואס זאל יענער לב טהור'ניק נישט צוריקקומען?), אבער דאס איז זיכער אז זיי גייען ביידע מיטן זעלבן מהלך פון נישט ענטפערן אויף וואס מען פרעגט זיי, נאר בלויז ממשיך זיין צו ספינען ווי כאילו זיי הערן נישט די תירוצים וואס מען ענטפערט זיי און די שאלות וואס מען פרעגט זיי.