די פלאנסט נישט צו פאלגן ענקער ראש מתיבתא?הדעה והכתיבה האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 30, 2025 7:12 pm1)אדרבה שרייבט'ס ארויס ווער זענען די עדים, וואס איז די הגדת העדות, וואס זענען געווען די שבע חקירות ודרישות מיט די תירוצים דערויף, אפשר איז דא אן הכחשה אדער אן הזמה
און בכלל איז דען טאקע דא עדות אויף יעדע קינד, יעדע טאטע, יעדע מאמע, אויף יעדע סתם מענטשען וואס מען האט אויסגעטיילט צרות פין ארעסטען, מסירות, איבערפאלען, אנדערע סארט קלאגעס, פארטרייבען פין לאנד צו לאנד, און סתם קאפ ווייטאג אדער געלט שאדען?
פין אויסהערען שטילערהייט 2 מענטשען בסוד סודות מיינט נאך נישט אז מען קען יעצט טון וואס מען וויל...
איך האף אז דו פארשטייסט אליין אז ווי לאנג מען מאכט אלעס פאר א סוד קען קיינער נישט זאגען אז ער האט א קלארע ידועה אז עס איז דא עדים ווייל עפעס א ניק האט געשריבען אז ער איז דארט געווען און ער קען ניטאמאל זאגען וואס ער האט דארט געהערט....
2)איך וויל טאקע פרעגען דא ברבים צו די 2 דיינים זענען גרייט צו זאגען מיט א פילען מויל אז זיי ווייסען אלעס יעדע איינציגסטע פעולה וואס עס קומט דארט פאר און זיי זענען עס מתיר מיט א פילען אחריות?
עס קוקט נישט אויס אזוי ווייל ווען יא וואלטען זיי געדארפט אפזיצען אין גוטאמאלא משבת לשבת גענוי ווי די עסקנים און מיטהאלטען פין דער נאנט יעדע קלייניגקייט און פערזענדליך דן זיין אויף יעדע זאך עקסטער, הלא דבר הוא
אויב זאגען זיי יא איז אדער מיינען זיי אז זיי ווייסען אלעס אדער איז די קשיא במקומו עומדת
3)מסירה איז בחזקת איסור ביז עס איז נישט דא קיין קלארע בירור הלכה מיט מקורות מתורותינו הק' בלי שום חולק כלל אז דו האלטס אנדערשט קענסטו גיין צו הרב ברלנד זיין איידעם האט ארויסגעגעבען א דיקען ספר אויף דעם און אלע גדולי הרבנים זענען ארויסגעקומען מיט שארפע קול קורא קעגן דעם
4)שרייבסט אז עס איז ''צוויי אנדערע זאכן, דאס איז נאר שייך נאכן אויפלעזן דעם קולט'' וויל איך פרעגען:
א. מאי שנא ???????????????????????
ב. אדרבה עס איז אסאך גרינגער זיי צו מאכען פאלגען ווען זיי ווייסען אז יעדע זאך וואס זיי טוען קענען זיי פארלירען אלע זייערע קינדער משא"כ יעצט האבען זיי גארנישט צו פארלירען פארוואס זאלען זיי נישט טרייען זיך צו צוריק ארגענעזירען?
ג. אדרבה עס איז אסאך גרינגער צו קאנטראלען די עביוז און פיינונגען וואס איז אסאך מער א אפענער זאך ,דאס קינד מוז גיין אין א ליגאלער סקול וואס דארטען קען מען נישט טון די זאכען ,עס איז דא א CPS טשיילד עביוז וואס האטען אן א אפענע קשר מיט די קינדער און זיי זענען בודק אויך די גופים פין אלע סארט סימנים, זיי מאכען כסדרדיגע אינספעקשענס, עס איז דע נעיבערס וואס האלטען אלעס מיט, משא"כ זיך צו ארגענעזירען איז אלעס באהאלטען ביי קאוויד האט יעדע קלאס פין יעדע מוסד געהאט חדר אין אנדערע בעיסמענט?
5)אפו' במקום מיתה איז מען נישט מחיוב צו ספענדען מער ווי א חומש ממון אויף דעם [פ''ת יור''ד רנב' ס''ק ד'] הגם ביי סתם א לאוו איז מען מחיוב מיט כל ממונו ווייל דא איז עס בשב ואל תעשה
און ווען מען קען נישט יענעם ראטעווען איז מען פטור מכלום
און מען רעדט נישט דא פין קיין פיקוח נפש
און עס איז דא אנדערע וועגן ביי דעם
6)בנוגע די קול קורא פארוואס האבען עס די רבנים נישט געחתמעט אויפען פלאץ?
איך האב ס"ה געשריבען וואס די גאס האט געשמועסט איך זאג עס נישט מיט קיין ברירות
בדרך אגב איך בין גרייט ארום צוגיין צוזאמנעמען די חתימות ווען יעדער איז גרייט צו חתמענען [אויב ס'פעלט פשוט די עסקן]
7)ייש''כ פארען איבערקייען די שקר אז זיי זענען פונקט ווי אונז אלע מיט דעם ביסטו מיר מגלה דיין אמתע פרצוף אז דו ביסט דא פאר א מטרה ... און גארנישט גייט ישט שטיין אין וועג!!
ער האט געהייסן אז מען זאל פארלאזן לב טהור