כת לב טהור אין גוואטעמאלע
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 16
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 2:45 pm
- Location: Monsey
- x 27
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ווי סאך בחורים זענען נאך דא אין די בחורים שעלטער?
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 435
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
- x 574
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
סאו וואס דארף דער ריכטער איר באפרייען?...סענס אף יומער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 29, 2025 4:11 pmניין, זי איז נישט קיין מיינער.הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 29, 2025 2:40 pmדי מאמע איז אויך אין שעלטער?סענס אף יומער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 29, 2025 1:22 pm הודו לד' כי טוב כי לעולם חסדו!
אין א פרישע פאזיטיווע אנטוויקלונג האט די געריכט אין גואטעמאלא נארוואס באשטעטיגט די באפרייאונג פון נאך א לב טהור פאמיליע!
די רעדע איז פון משפחת מאיר יואל מלכא, וועלכע באהאלט זיך אויס אין גואטעמאלא אויס מורא פון ארעסטירט ווערן איבער דעם וואס ער האט באהאלטן די 9 פארלוירענע פרויען, און איז דעריבער נישט ערשינען אין געריכט, און פלאנירט אויך נישט ארויסצופארן דערווייל פון גואטעמאלא צוליב דעם וואס ער קען ארעסטירט ווערן ביים גרעניץ.
ביים הירינג איז אנוועזנד געווען די מאמע מרת מלכא, די עלטסטע זוהן הב' מנחם מענדל (13), און די דיין הרה"ג ר' עזרא משה כאירה שליט"א וועלכע איז געקומען נעמען קאסטעדי אויף די גאנצע פאמיליע. נאכדעם וואס די מאמע האט געגעבן איר צושטימונג און אונטערשריפט צו שענקען קאסטעדי רעכט פאר ר' עזרא משה, האט די געריכט באשטעטיגט די באפרייאונג פון די גאנצע פאמיליע פון 9 נפשות, די מאמע מיט אירע 8 קינדער.
די עלטסטע זוהן מנחם מענדל וועט נאך היינט נאכט פארלאזן גואטעמאלא און פארן קיין ניו יארק צוזאמען מיט ר' עזרא משה, און די מאמע מיט די אנדערע קינדער וועלכע געפינען זיך נאך דערווייל אין שעלטער (דריי פון די קינדער זענען פון די 9 געטראפענע פרויען), וועלן הערשט ארויספארן נאך יו"ט וויבאלד זיי פארמאגן נאכנישט די נויטיגע לעגאלע פאפירן אריינצופארן אין אמעריקע, ממילא ברויכן זיי נאך ווארטן ביז די פאפירן ווערן ערלעדיגט.
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 537
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
- Location: בירושלים בקרוב
- x 5596
- סענס אף יומער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 285
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
- x 2830
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ער דארף איר נישט באפרייען, ער דארף ערלויבן צו באפרייען און איבערגעבן די קינדער פאר איר.הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 29, 2025 5:09 pmסאו וואס דארף דער ריכטער איר באפרייען?...► Show Spoiler
נוצט אייער מיילעדזש ארויסצוראטעווען די אומשולדיגע לב טהור קינדערלעך פון גואטעמאלא!
347-444-4563
347-444-4563
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 21
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 7:31 pm
- Location: ברוקלין
- x 41
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
א קליינע הערה איך האב פריער פונק גערעדט צו ר' עזרא משה ער זאגט אז דאס איז נישט ריכטיג ער האט נישט באקומען קיין 1 קינדסענס אף יומער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 29, 2025 1:22 pm הודו לד' כי טוב כי לעולם חסדו!
אין א פרישע פאזיטיווע אנטוויקלונג האט די געריכט אין גואטעמאלא נארוואס באשטעטיגט די באפרייאונג פון נאך א לב טהור פאמיליע!
די רעדע איז פון משפחת מאיר יואל מלכא, וועלכע באהאלט זיך אויס אין גואטעמאלא אויס מורא פון ארעסטירט ווערן איבער דעם וואס ער האט באהאלטן די 9 פארלוירענע פרויען, און איז דעריבער נישט ערשינען אין געריכט, און פלאנירט אויך נישט ארויסצופארן דערווייל פון גואטעמאלא צוליב דעם וואס ער קען ארעסטירט ווערן ביים גרעניץ.
ביים הירינג איז אנוועזנד געווען די מאמע מרת מלכא, די עלטסטע זוהן הב' מנחם מענדל (13), און די דיין הרה"ג ר' עזרא משה כאירה שליט"א וועלכע איז געקומען נעמען קאסטעדי אויף די גאנצע פאמיליע. נאכדעם וואס די מאמע האט געגעבן איר צושטימונג און אונטערשריפט צו שענקען קאסטעדי רעכט פאר ר' עזרא משה, האט די געריכט באשטעטיגט די באפרייאונג פון די גאנצע פאמיליע פון 9 נפשות, די מאמע מיט אירע 8 קינדער.
די עלטסטע זוהן מנחם מענדל וועט נאך היינט נאכט פארלאזן גואטעמאלא און פארן קיין ניו יארק צוזאמען מיט ר' עזרא משה, און די מאמע מיט די אנדערע קינדער וועלכע געפינען זיך נאך דערווייל אין שעלטער (דריי פון די קינדער זענען פון די 9 געטראפענע פרויען), וועלן הערשט ארויספארן נאך יו"ט וויבאלד זיי פארמאגן נאכנישט די נויטיגע לעגאלע פאפירן אריינצופארן אין אמעריקע, ממילא ברויכן זיי נאך ווארטן ביז די פאפירן ווערן ערלעדיגט.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 86
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
- x 354
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
לחיים אידן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 29, 2025 8:19 pmא קליינע הערה איך האב פריער פונק גערעדט צו ר' עזרא משה ער זאגט אז דאס איז נישט ריכטיג ער האט נישט באקומען קיין 1 קינדסענס אף יומער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 29, 2025 1:22 pm הודו לד' כי טוב כי לעולם חסדו!
אין א פרישע פאזיטיווע אנטוויקלונג האט די געריכט אין גואטעמאלא נארוואס באשטעטיגט די באפרייאונג פון נאך א לב טהור פאמיליע!
די רעדע איז פון משפחת מאיר יואל מלכא, וועלכע באהאלט זיך אויס אין גואטעמאלא אויס מורא פון ארעסטירט ווערן איבער דעם וואס ער האט באהאלטן די 9 פארלוירענע פרויען, און איז דעריבער נישט ערשינען אין געריכט, און פלאנירט אויך נישט ארויסצופארן דערווייל פון גואטעמאלא צוליב דעם וואס ער קען ארעסטירט ווערן ביים גרעניץ.
ביים הירינג איז אנוועזנד געווען די מאמע מרת מלכא, די עלטסטע זוהן הב' מנחם מענדל (13), און די דיין הרה"ג ר' עזרא משה כאירה שליט"א וועלכע איז געקומען נעמען קאסטעדי אויף די גאנצע פאמיליע. נאכדעם וואס די מאמע האט געגעבן איר צושטימונג און אונטערשריפט צו שענקען קאסטעדי רעכט פאר ר' עזרא משה, האט די געריכט באשטעטיגט די באפרייאונג פון די גאנצע פאמיליע פון 9 נפשות, די מאמע מיט אירע 8 קינדער.
די עלטסטע זוהן מנחם מענדל וועט נאך היינט נאכט פארלאזן גואטעמאלא און פארן קיין ניו יארק צוזאמען מיט ר' עזרא משה, און די מאמע מיט די אנדערע קינדער וועלכע געפינען זיך נאך דערווייל אין שעלטער (דריי פון די קינדער זענען פון די 9 געטראפענע פרויען), וועלן הערשט ארויספארן נאך יו"ט וויבאלד זיי פארמאגן נאכנישט די נויטיגע לעגאלע פאפירן אריינצופארן אין אמעריקע, ממילא ברויכן זיי נאך ווארטן ביז די פאפירן ווערן ערלעדיגט.
ער האט יא באקומען דעם בחור'ל מנחם מענדל.
נאר אין פאקט קען ער אים נישט ברענגן קיין נוא יארק ביז מאנטיג, דאס מיינט אינמיטן יום טוב, במילא וועט ער למעשה ארויסקומען תיכף נאך יו"ט.
און די איבריגע בני המשפחה דארפן ווארטן אויף נאך 2 וואכן ביזן מסדר זיין אלע נויטיגע פאפירן און צוגעהערן.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 21
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 7:31 pm
- Location: ברוקלין
- x 41
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
גוטע נייעס היינט איז פאר געקומען די משפט פון מרת אלטער יואל אלטער און די שופט האט איר געזאגט אז אויף די מנוט וואס זי קומט מיט פאספארטן מיט טיקעטס פאר אירע קינדער מיט די החלטה אז זי גייט קיין אמעריקא באקומט זי די קינדער!!!
וליתר שאת האט איר די שופט צוריק געגעבען איר קליינע באבי
אזוי האב איך פריער געהערט
איינער ווייסט מער פרטים?
וליתר שאת האט איר די שופט צוריק געגעבען איר קליינע באבי
אזוי האב איך פריער געהערט
איינער ווייסט מער פרטים?
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 21
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 7:31 pm
- Location: ברוקלין
- x 41
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
דא האט מען געזאגט אז ער גייט שוין היינט נאכט זיין דא אין אמעריקאכבוד מלכים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 29, 2025 8:23 pmלחיים אידן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 29, 2025 8:19 pmא קליינע הערה איך האב פריער פונק גערעדט צו ר' עזרא משה ער זאגט אז דאס איז נישט ריכטיג ער האט נישט באקומען קיין 1 קינדסענס אף יומער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 29, 2025 1:22 pm הודו לד' כי טוב כי לעולם חסדו!
אין א פרישע פאזיטיווע אנטוויקלונג האט די געריכט אין גואטעמאלא נארוואס באשטעטיגט די באפרייאונג פון נאך א לב טהור פאמיליע!
די רעדע איז פון משפחת מאיר יואל מלכא, וועלכע באהאלט זיך אויס אין גואטעמאלא אויס מורא פון ארעסטירט ווערן איבער דעם וואס ער האט באהאלטן די 9 פארלוירענע פרויען, און איז דעריבער נישט ערשינען אין געריכט, און פלאנירט אויך נישט ארויסצופארן דערווייל פון גואטעמאלא צוליב דעם וואס ער קען ארעסטירט ווערן ביים גרעניץ.
ביים הירינג איז אנוועזנד געווען די מאמע מרת מלכא, די עלטסטע זוהן הב' מנחם מענדל (13), און די דיין הרה"ג ר' עזרא משה כאירה שליט"א וועלכע איז געקומען נעמען קאסטעדי אויף די גאנצע פאמיליע. נאכדעם וואס די מאמע האט געגעבן איר צושטימונג און אונטערשריפט צו שענקען קאסטעדי רעכט פאר ר' עזרא משה, האט די געריכט באשטעטיגט די באפרייאונג פון די גאנצע פאמיליע פון 9 נפשות, די מאמע מיט אירע 8 קינדער.
די עלטסטע זוהן מנחם מענדל וועט נאך היינט נאכט פארלאזן גואטעמאלא און פארן קיין ניו יארק צוזאמען מיט ר' עזרא משה, און די מאמע מיט די אנדערע קינדער וועלכע געפינען זיך נאך דערווייל אין שעלטער (דריי פון די קינדער זענען פון די 9 געטראפענע פרויען), וועלן הערשט ארויספארן נאך יו"ט וויבאלד זיי פארמאגן נאכנישט די נויטיגע לעגאלע פאפירן אריינצופארן אין אמעריקע, ממילא ברויכן זיי נאך ווארטן ביז די פאפירן ווערן ערלעדיגט.
ער האט יא באקומען דעם בחור'ל מנחם מענדל.
נאר אין פאקט קען ער אים נישט ברענגן קיין נוא יארק ביז מאנטיג, דאס מיינט אינמיטן יום טוב, במילא וועט ער למעשה ארויסקומען תיכף נאך יו"ט.
און די איבריגע בני המשפחה דארפן ווארטן אויף נאך 2 וואכן ביזן מסדר זיין אלע נויטיגע פאפירן און צוגעהערן.
- סענס אף יומער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 285
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
- x 2830
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
מ'זעמיר געווען שטארק פארנומען היינט, אי"ה מארגן וועט נאכפאלגן א דעטאלירטע באריכט דערוועגן.לחיים אידן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 29, 2025 8:26 pm גוטע נייעס היינט איז פאר געקומען די משפט פון מרת אלטער יואל אלטער און די שופט האט איר געזאגט אז אויף די מנוט וואס זי קומט מיט פאספארטן מיט טיקעטס פאר אירע קינדער מיט די החלטה אז זי גייט קיין אמעריקא באקומט זי די קינדער!!!
וליתר שאת האט איר די שופט צוריק געגעבען איר קליינע באבי
אזוי האב איך פריער געהערט
איינער ווייסט מער פרטים?
נוצט אייער מיילעדזש ארויסצוראטעווען די אומשולדיגע לב טהור קינדערלעך פון גואטעמאלא!
347-444-4563
347-444-4563
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
► Show Spoiler
[/quote]
ווייל דארט אין לב טהור איז ער געווען ממש לשם ולתפארת. טוט מיר א טובה.......
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 176
- זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
- x 486
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
נוסענס אף יומער האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 30, 2025 12:44 amמ'זעמיר געווען שטארק פארנומען היינט, אי"ה מארגן וועט נאכפאלגן א דעטאלירטע באריכט דערוועגן.לחיים אידן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 29, 2025 8:26 pm גוטע נייעס היינט איז פאר געקומען די משפט פון מרת אלטער יואל אלטער און די שופט האט איר געזאגט אז אויף די מנוט וואס זי קומט מיט פאספארטן מיט טיקעטס פאר אירע קינדער מיט די החלטה אז זי גייט קיין אמעריקא באקומט זי די קינדער!!!
וליתר שאת האט איר די שופט צוריק געגעבען איר קליינע באבי
אזוי האב איך פריער געהערט
איינער ווייסט מער פרטים?
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 537
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
- Location: בירושלים בקרוב
- x 5596
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ווייל דארט אין לב טהור איז ער געווען ממש לשם ולתפארת. טוט מיר א טובה.......
[/quote]
ווען איינער האט ווען נאר איין טענה וואלט איך פארשטאנען, אבער עפעס איז אויפפאלנד אז פונקט טרעפט ער לעכער אין ר' חיד''ו ווייס'ס פסק, פלוצלינג זארגט ער זיך פאר חילול השם, פונקט האט ער עצות וויאזוי מען קען לאזן די קולט שטיין און בלויז האלטן אן אויג, און דא איז ער נארוואס געוואויער געווארן אז די יוצאים זענען זיך נישט מסדר... (דרך אגב ס'עקזעסטירט נישט א קינד פון לב טהור וואס מען האט יארן צוריק אריינגעלייגט אין סאטמאר און איז געווען ללעג ולקלס, איך קען ב''ה אלע יוצאים, פון ר' נתן העלברענץ ביז אשת ר' מאיר יואל מלכא)
אלע בחורים און קינדער שיינען און בליען ב''ה, די פסק פון די רבנים איז ב''ה זייער קלאר, און די איינציגסטע וועג צו אפשטעלן די אכזריות איז דורך אויפלעזן דעם כת.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 112
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
- Location: מאנסי
- x 672
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ער מיינט אפשר א קינד אין די תש"נ/ס' יארן, ווען זיי זענען געווען אין מאנסי. דעמאלס זענען געווען קינדער וואס האבן געלערנט אין סאטמאר.
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 537
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
- Location: בירושלים בקרוב
- x 5596
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אפשר מיינט ער ווען שלמה האט געלערנט אין ישיבה...שמואל פוקס האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 30, 2025 2:46 pm ער מיינט אפשר א קינד אין די תש"נ/ס' יארן, ווען זיי זענען געווען אין מאנסי. דעמאלס זענען געווען קינדער וואס האבן געלערנט אין סאטמאר.
וי''א אז ער מיינט טאקע גארנישט...
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
פארוואס דאס איז איינגערינגלט פארשטיי איך נישט. ער איז א פשוט'ער שקרן מיט אן אגענדע צו צאפן דאס בלוט פון די עסקנים און איר ענטפערט אים נאך אזוי שייןעל פי תורה האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 30, 2025 2:06 pm דרך אגב ס'עקזעסטירט נישט א קינד פון לב טהור וואס מען האט יארן צוריק אריינגעלייגט אין סאטמאר און איז געווען ללעג ולקלס, איך קען ב''ה אלע יוצאים, פון ר' נתן העלברענץ ביז אשת ר' מאיר יואל מלכא
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ער מיינט צו אנדרייען און טראלןשמואל פוקס האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 30, 2025 2:46 pm ער מיינט אפשר א קינד אין די תש"נ/ס' יארן, ווען זיי זענען געווען אין מאנסי. דעמאלס זענען געווען קינדער וואס האבן געלערנט אין סאטמאר.
מנהלים ביטע אים שיקן וואו ער באלאנגט
- סענס אף יומער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 285
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
- x 2830
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
פרישע דעטאלירטע באריכט איבער די לעצטערע אנטוויקלונגען אין לב טהור.
https://www.dropbox.com/scl/fi/q1ljg8un ... yipo5&dl=0
https://www.dropbox.com/scl/fi/q1ljg8un ... yipo5&dl=0
נוצט אייער מיילעדזש ארויסצוראטעווען די אומשולדיגע לב טהור קינדערלעך פון גואטעמאלא!
347-444-4563
347-444-4563
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 119
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
- Location: בארא פארק
- x 302
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
סענס אף יומער האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 30, 2025 4:14 pm פרישע דעטאלירטע באריכט איבער די לעצטערע אנטוויקלונגען אין לב טהור.
https://www.dropbox.com/scl/fi/q1ljg8un ... yipo5&dl=0
[/q
לב טהור ארבעט יעצט געהעריג מיט די עסקנים אדער ארבעטן אויף די אייגענע האנט צו צוריק באקומען די קינדער?
זיי גייען ווייטער גיין מיט זייערע קליידער עסן וכו' אדער האט מען זיי געזאגט אז זיי קענען פארגעסן פון אזא זאך ווי לב טהור ?
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 23
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 12:43 am
- x 10
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
על פי תורה האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 28, 2025 11:33 pmהדעה והכתיבה האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 28, 2025 10:57 pmהדסים האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 28, 2025 5:50 pmשלום וברכה, איך זע ביסט שוין דא געווען פאר מיר; וועל איך עס געבן איין שאנס, גייט עס הרי טוב, ואם לאו ידי מסולקת.► Show Spoiler
1. גארנישט קיין לו יהא, על פי תורה נדנ האבן צוויי עדים א נאמנות און על פי שכל ווען צענדליגער מענטשן זאגן דאס זעלבע האט עס א נאמנות אפילו ס'איז נישט געווען קיין גביית עדות.
איך האב נישט קיין קלארע ידיעה אז עס איז דא עדים [א בעל דבר האט נישט קיין תוקף זיין עדות שאפט זיכער נישט קיין קטן] דערפאר האב איך געשריבען לו יהא ובפרט אז אויף גאר אסאך מעשיות וואס איז זיכער נישט שייך קיין עדות, און אויך הערט מען אסאך מאל אפאר גירסאות אין א מעשה וואס מיינט אז מען האט זיכער משנה געווען פין די אמת[/b]
איך בין געווען בשעת די גביית עדים ווי הגאון ר' מעכיל שטיינמעטץ און הגאון ר' חיד''ו ווייס האבן גובה עדות געווען
2. וואס פאלט אייך איין אז מ'קען האלטן אן אויג אז זיי זאלן לעבן אונטער פולע אויפזיכט?
איך האב שוין געהערט כמה פעמים די עסקנים זאגען אז זיי גייען נישט קענען זיך צוריק ארגענעזירען ווייל די לענדער האלטען גאר א שטארק אויג און זיי גייען זיכער מאכען אז דא געשעהט נישט אדרבה הערטס איבער די ריקארדירינגען
צוויי אנדערע זאכן, דאס איז נאר שייך נאכן אויפלעזן דעם קולט
בכלל ווער גייט עס אויפהאלטן?
דער וואס גייט אויסהאלטען און האלט יעצט אויס אז זיי זאלען זיך נישט צוריק ארגענעזירען
און ווער פארזיכערט אז זיי טראגן זיך נישט אפ מארגן קיין באליוויע?
עס איז יעצט דא אן אפמאך צווישען די 4 לענדער אז מען לאזט זיי נישט ארויס צו קיין שום אנדערע לאנד אין די וועלט אפו' ווי זיי האבען שוין ביגערשאפט און מהאי טעמא איז גאלדמאן נאך נישט אין ארגענטינע וואס דארט האט ער בירגערשאפט ווייל ארגענטינע איז נישט צווישען די אפמאך
3. וויאזוי פונקטליך קען מען זיי צווינגן אוועקצוגיין צו א ספעציפישע לאנד?
גוטאמאלא לאזט זיי נישט ארויס יעצט נאר צו די 4 לענדער וואס זיי זענען מסכום אז זיי זאלען אנקומען אזוי מאכט מען זיכער אז זיי זענען אונטער קאנטראל, און אויב צוטיילען זיי זיך צווישען די 4 לענדער איז דאך זיכער א גרעסערע ישועה
4. השתא דאתית להכא (ס'איז א לשון הגמרא), איז שוין נישט שווער אלע קשיות פון דא און ווייטער, אבער לאמיר עס פארט אריבערגיין,
די עסקנים האבן נישט אוועקגענומען די קינדער, די רעגירונג האט. אויב האט איר באווייזן אויף פארקערט שטעלט זיי ביטע ארויף.
די עסקנים האבען זיכער געמאכט אז די רעגירונג נעמט אוועק די קינדער זיי האבען עס שוין בעבר מודה געווען אז זיי האבען אריינגעלייגט איבערמידליכע כוחות פין פארדעם, און יעצט ביי די קינדער וואס מען האט צוריקגעשליידערט אין די שעלטערס האבען זיי אויך עס געזאגט מיט גרויס פאמפע אז זייער אינוועסטיגעיטערס האבען געמאכט די ארבעט און פאר דעם האט מען דא געפאנדעט געלט ביי אונז
5. דאס איז סתם א כפל הלשון פון די פאריגע שאלה און ס'קען זיין א שאלה פון מארקעטינג גוזמאות
6. וועמען האט מען גע'מסר'ט און ארעסטירט? אויב רעדט איר פון די הנהלה דאכט זיך אז ס'פעלט נישט אויס מפרט צו זיין פארוואס מ'האט זיי גע'מסר'ט, נאר אנצומערקן אז הרב חיד"ו קען הלכות מסירה.
ס'פעלט זייער וויכטיג אויס מפרט צו זיין ווייל מסירה איז די הארבסטע עבירה אין די תורה הק'
איך ווייס נישט וויפיל הרב חיד"ו איז פארמישט אין יעדע מסירה עקסטער און אין יעדע ארעסט עקסטער אבער אפו' יא איז די קשיא עומד בתוקפו ולא גרע פין יעדע אנדערע איסור דאורייתא וואס א רב איז מתיר דארף עס האבען א מקור בתורה[גראדע האט קיין איין רב/רבי/דיין נישט געחתמעט זיין קול קורא וואס ער האט געברענגט ביי די אסיפה]
הרב חיד''ו ווייס און ר' מעכיל שטיינמעטץ האבן ארויסגעגעבן א קלארע פסק און הוראה בנוגע מסירה, איך אליין בין שוין געווען אויפן טעלעפאן מיט זיי מער ווי איין מאל איבער פרטיות'דיגע מסירות.
איר לייגט עס אראפ כאילו די קול קורא איז נישט גע'חתמ'עט געווארן ווייל מען האט נישט מסכים געווען. און דאס איז פשוט שקר. ס'האט פשוט געפעלט און ס'פעלט נאך אלץ די עסקן זאל דאס ערלעדיגן. די עסקנים האבן ב''ה גענוג און נאך ארבעט.
7. בערכאות של עכו"ם האט מען געמוזט גיין צוריקצובאקומען די קינדער.
מען איז ערשט געגאנגען בערכאות אוועקצוכאפען די קינדער וואס דארטען האט מען אריינגעמישט די רעגירונג אין די גאנצע נושא
8. יעפ, די מטרה איז אויפלעזן דאס פלאץ, ובשם ה' נעשה ונצליח.
איז טאקע דער מטרה מכשיר יעדע היכי תמצא אריינגערעכענט די גרעסטע הארבסטע איסורי דאורייתות? און וואס איז דיין מקור אז מען קען גאר ניצען די שם השם דערויף ? עס מאכט נאר פי כמה גרעסער די חילול השם
ע''פ הלכה קען א רב מתיר זיין מסירה ווען די הלכה זאגט אזוי, אין אזא פאל איז עס א מצוה און נישט קיין איסור דאורייתא
9. און ווער נעמט אחריות צו לאזן קינדער אויף א פלאץ וואו זיי ווערן געפייניגט ברוחניות ובגשמיות?
אויף שב ואל תעשה דארף מען נישט קיין אחריות אויב מען קען גארנישט טוהן תורהדיג, ובפרט אז מען קען יא טון תורהדיג ווי פריער געשריבען,און זיכער נישט ווען מען ברענגט זיי פרישע עניים
לא תעמוד על דם רעך גייט נישט אן ווען עס איז א שב ואל תעשה? וואספארא שטותים...
10. ווי שוין אויסגעשמועסט אזא צען מאל, ילדי תימן זענען געווען אן אנדערער קולטור, שפראך, אויסזען, מנהגים, מענטאליטעט און וואס נישט, דיע קינדער זענען ב"ה היימישע חסידישע פונקט ווי אונז אלע.
'פונקט ווי אונז אלע' זענען זיי נישט, ביטע זאג נישט קיין שקר ברבים
זיי האבן אלע היימישע פעטערס און מומעס, זיי זענען היימישע חסידישע קינדער פונקט ווי אונז אלע, דאס איז דער פאקט
איך האב ביזדערווייל נאכנישט גענומען קיין שטעלונג אין די נושא ווייל עס פעלט מיר נאך אסאך איפאו' און קלארקייט, איך האב נאר געפרעגט א קשיא אזוי ווי איך האב אנגעהויבען מיין פריערדיגע תגובה און געזאגט אן השערה וואס קוקט אויס וואס האט דערצו מערערע אומדנא אלימתא'ס
איך האב געהערט פין א גרויסען ת"ח וואס ער רופט עס די שמוציגע מצווה'ס
[איך האב גראדע באקומען אין אישי מערערע וואס האלטען אויך אזוי נאר מען ציטערט שוין דא צו געבען אפו' א לייק, איך דארף נישט קיין לייקס ווען נישט שרייב איך פארקערט אזוי ווי יעדער טוט איך באקום מיין חיזוק אין לעבען פין אנדערע פלעצער נישט פין קיין סייטס
11. און מען קען אסאך אסאך מאריך זיין אין די נקודה פרטים ופרטי פרטים נאר העיקר (גראדע אויך א שאלה פון מארקעטינג גוזמאות).
1)אדרבה שרייבט'ס ארויס ווער זענען די עדים, וואס איז די הגדת העדות, וואס זענען געווען די שבע חקירות ודרישות מיט די תירוצים דערויף, אפשר איז דא אן הכחשה אדער אן הזמה
און בכלל איז דען טאקע דא עדות אויף יעדע קינד, יעדע טאטע, יעדע מאמע, אויף יעדע סתם מענטשען וואס מען האט אויסגעטיילט צרות פין ארעסטען, מסירות, איבערפאלען, אנדערע סארט קלאגעס, פארטרייבען פין לאנד צו לאנד, און סתם קאפ ווייטאג אדער געלט שאדען?
פין אויסהערען שטילערהייט 2 מענטשען בסוד סודות מיינט נאך נישט אז מען קען יעצט טון וואס מען וויל...
איך האף אז דו פארשטייסט אליין אז ווי לאנג מען מאכט אלעס פאר א סוד קען קיינער נישט זאגען אז ער האט א קלארע ידועה אז עס איז דא עדים ווייל עפעס א ניק האט געשריבען אז ער איז דארט געווען און ער קען ניטאמאל זאגען וואס ער האט דארט געהערט....
2)איך וויל טאקע פרעגען דא ברבים צו די 2 דיינים זענען גרייט צו זאגען מיט א פילען מויל אז זיי ווייסען אלעס יעדע איינציגסטע פעולה וואס עס קומט דארט פאר און זיי זענען עס מתיר מיט א פילען אחריות?
עס קוקט נישט אויס אזוי ווייל ווען יא וואלטען זיי געדארפט אפזיצען אין גוטאמאלא משבת לשבת גענוי ווי די עסקנים און מיטהאלטען פין דער נאנט יעדע קלייניגקייט און פערזענדליך דן זיין אויף יעדע זאך עקסטער, הלא דבר הוא
אויב זאגען זיי יא איז אדער מיינען זיי אז זיי ווייסען אלעס אדער איז די קשיא במקומו עומדת
3)מסירה איז בחזקת איסור ביז עס איז נישט דא קיין קלארע בירור הלכה מיט מקורות מתורותינו הק' בלי שום חולק כלל אז דו האלטס אנדערשט קענסטו גיין צו הרב ברלנד זיין איידעם האט ארויסגעגעבען א דיקען ספר אויף דעם און אלע גדולי הרבנים זענען ארויסגעקומען מיט שארפע קול קורא קעגן דעם
4)שרייבסט אז עס איז ''צוויי אנדערע זאכן, דאס איז נאר שייך נאכן אויפלעזן דעם קולט'' וויל איך פרעגען:
א. מאי שנא ???????????????????????
ב. אדרבה עס איז אסאך גרינגער זיי צו מאכען פאלגען ווען זיי ווייסען אז יעדע זאך וואס זיי טוען קענען זיי פארלירען אלע זייערע קינדער משא"כ יעצט האבען זיי גארנישט צו פארלירען פארוואס זאלען זיי נישט טרייען זיך צו צוריק ארגענעזירען?
ג. אדרבה עס איז אסאך גרינגער צו קאנטראלען די עביוז און פיינונגען וואס איז אסאך מער א אפענער זאך ,דאס קינד מוז גיין אין א ליגאלער סקול וואס דארטען קען מען נישט טון די זאכען ,עס איז דא א CPS טשיילד עביוז וואס האטען אן א אפענע קשר מיט די קינדער און זיי זענען בודק אויך די גופים פין אלע סארט סימנים, זיי מאכען כסדרדיגע אינספעקשענס, עס איז דע נעיבערס וואס האלטען אלעס מיט, משא"כ זיך צו ארגענעזירען איז אלעס באהאלטען ביי קאוויד האט יעדע קלאס פין יעדע מוסד געהאט חדר אין אנדערע בעיסמענט?
5)אפו' במקום מיתה איז מען נישט מחיוב צו ספענדען מער ווי א חומש ממון אויף דעם [פ''ת יור''ד רנב' ס''ק ד'] הגם ביי סתם א לאוו איז מען מחיוב מיט כל ממונו ווייל דא איז עס בשב ואל תעשה
און ווען מען קען נישט יענעם ראטעווען איז מען פטור מכלום
און מען רעדט נישט דא פין קיין פיקוח נפש
און עס איז דא אנדערע וועגן ביי דעם
6)בנוגע די קול קורא פארוואס האבען עס די רבנים נישט געחתמעט אויפען פלאץ?
איך האב ס"ה געשריבען וואס די גאס האט געשמועסט איך זאג עס נישט מיט קיין ברירות
בדרך אגב איך בין גרייט ארום צוגיין צוזאמנעמען די חתימות ווען יעדער איז גרייט צו חתמענען [אויב ס'פעלט פשוט די עסקן]
7)ייש''כ פארען איבערקייען די שקר אז זיי זענען פונקט ווי אונז אלע מיט דעם ביסטו מיר מגלה דיין אמתע פרצוף אז דו ביסט דא פאר א מטרה ... און גארנישט גייט ישט שטיין אין וועג!!
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 119
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
- Location: בארא פארק
- x 302
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
די פלאנסט נישט צו פאלגן ענקער ראש מתיבתא?הדעה והכתיבה האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 30, 2025 7:12 pm1)אדרבה שרייבט'ס ארויס ווער זענען די עדים, וואס איז די הגדת העדות, וואס זענען געווען די שבע חקירות ודרישות מיט די תירוצים דערויף, אפשר איז דא אן הכחשה אדער אן הזמה
און בכלל איז דען טאקע דא עדות אויף יעדע קינד, יעדע טאטע, יעדע מאמע, אויף יעדע סתם מענטשען וואס מען האט אויסגעטיילט צרות פין ארעסטען, מסירות, איבערפאלען, אנדערע סארט קלאגעס, פארטרייבען פין לאנד צו לאנד, און סתם קאפ ווייטאג אדער געלט שאדען?
פין אויסהערען שטילערהייט 2 מענטשען בסוד סודות מיינט נאך נישט אז מען קען יעצט טון וואס מען וויל...
איך האף אז דו פארשטייסט אליין אז ווי לאנג מען מאכט אלעס פאר א סוד קען קיינער נישט זאגען אז ער האט א קלארע ידועה אז עס איז דא עדים ווייל עפעס א ניק האט געשריבען אז ער איז דארט געווען און ער קען ניטאמאל זאגען וואס ער האט דארט געהערט....
2)איך וויל טאקע פרעגען דא ברבים צו די 2 דיינים זענען גרייט צו זאגען מיט א פילען מויל אז זיי ווייסען אלעס יעדע איינציגסטע פעולה וואס עס קומט דארט פאר און זיי זענען עס מתיר מיט א פילען אחריות?
עס קוקט נישט אויס אזוי ווייל ווען יא וואלטען זיי געדארפט אפזיצען אין גוטאמאלא משבת לשבת גענוי ווי די עסקנים און מיטהאלטען פין דער נאנט יעדע קלייניגקייט און פערזענדליך דן זיין אויף יעדע זאך עקסטער, הלא דבר הוא
אויב זאגען זיי יא איז אדער מיינען זיי אז זיי ווייסען אלעס אדער איז די קשיא במקומו עומדת
3)מסירה איז בחזקת איסור ביז עס איז נישט דא קיין קלארע בירור הלכה מיט מקורות מתורותינו הק' בלי שום חולק כלל אז דו האלטס אנדערשט קענסטו גיין צו הרב ברלנד זיין איידעם האט ארויסגעגעבען א דיקען ספר אויף דעם און אלע גדולי הרבנים זענען ארויסגעקומען מיט שארפע קול קורא קעגן דעם
4)שרייבסט אז עס איז ''צוויי אנדערע זאכן, דאס איז נאר שייך נאכן אויפלעזן דעם קולט'' וויל איך פרעגען:
א. מאי שנא ???????????????????????
ב. אדרבה עס איז אסאך גרינגער זיי צו מאכען פאלגען ווען זיי ווייסען אז יעדע זאך וואס זיי טוען קענען זיי פארלירען אלע זייערע קינדער משא"כ יעצט האבען זיי גארנישט צו פארלירען פארוואס זאלען זיי נישט טרייען זיך צו צוריק ארגענעזירען?
ג. אדרבה עס איז אסאך גרינגער צו קאנטראלען די עביוז און פיינונגען וואס איז אסאך מער א אפענער זאך ,דאס קינד מוז גיין אין א ליגאלער סקול וואס דארטען קען מען נישט טון די זאכען ,עס איז דא א CPS טשיילד עביוז וואס האטען אן א אפענע קשר מיט די קינדער און זיי זענען בודק אויך די גופים פין אלע סארט סימנים, זיי מאכען כסדרדיגע אינספעקשענס, עס איז דע נעיבערס וואס האלטען אלעס מיט, משא"כ זיך צו ארגענעזירען איז אלעס באהאלטען ביי קאוויד האט יעדע קלאס פין יעדע מוסד געהאט חדר אין אנדערע בעיסמענט?
5)אפו' במקום מיתה איז מען נישט מחיוב צו ספענדען מער ווי א חומש ממון אויף דעם [פ''ת יור''ד רנב' ס''ק ד'] הגם ביי סתם א לאוו איז מען מחיוב מיט כל ממונו ווייל דא איז עס בשב ואל תעשה
און ווען מען קען נישט יענעם ראטעווען איז מען פטור מכלום
און מען רעדט נישט דא פין קיין פיקוח נפש
און עס איז דא אנדערע וועגן ביי דעם
6)בנוגע די קול קורא פארוואס האבען עס די רבנים נישט געחתמעט אויפען פלאץ?
איך האב ס"ה געשריבען וואס די גאס האט געשמועסט איך זאג עס נישט מיט קיין ברירות
בדרך אגב איך בין גרייט ארום צוגיין צוזאמנעמען די חתימות ווען יעדער איז גרייט צו חתמענען [אויב ס'פעלט פשוט די עסקן]
7)ייש''כ פארען איבערקייען די שקר אז זיי זענען פונקט ווי אונז אלע מיט דעם ביסטו מיר מגלה דיין אמתע פרצוף אז דו ביסט דא פאר א מטרה ... און גארנישט גייט ישט שטיין אין וועג!!
ער האט געהייסן אז מען זאל פארלאזן לב טהור
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 23
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 12:43 am
- x 10
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
זיי טוען גאר אסאך זאכעןפשוט און גראד האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 28, 2025 11:37 pm @הדעה והכתיבה
שב ואל תעשה גייט אן ביי דיני נפשות? ווען גייט אן די מצוה פון עגלה עריפה?
אין בכלל, ביי וואספארא פוינט וועסטו עגריען אז דאס איז וואס מ‘ברויך צו טוהן?
אויף איין זאך וואלט איך עגריעט אויף אוועקנעמען די קינדער פין די עלטערען אן אריינמישען די גאווערמענט אן מסירות אן שעלטערס אויך נאר נאכדעם וואס איז קלאר אז עס איז געווען פיינינגען און עביוז נוסח אכזריות [להוציא א פסק פין א טערעפיסט וואס איז געבויט אויף שטותים] און עס איז נישט דא קיין שום מהלך עס אפצושטעלען, וואס ביזדערווייל קוקט נישט אויס אז דאס איז די מציאות דא
אויף די אנדערע זאכען ווי מסירות, ארעסטען, קלאגעס, שעלטערס,איבערפאלען, האב איך נישט גענוג ברייטע פלייצעס פאר דעם און איך וואלט קיינמאל נישט עגריעט
וואס יא ווען דעי וואס טוען עס וואלטען גערעדט תורהדיג און שכלדיג וואלט איך געבליבען שטיל און געשטאנען און דערזייט
אבער דא נישט נאר וואס קיינער איז נישט מסביר נאר אויב דו דערוואגסט זיך נאר צו פרעגען אנשטאטס ענטפערען תירוצים מיט אינפאו', סברות, און לאגיק, באקום איך תירוצים מיט עריטאט ווי ליגענער! שגץ!
איז וואס דארף איך יעצט טראכטען? איינער ווייסט?
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 23
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 12:43 am
- x 10
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איך האב עס געהערט אדער געזעהן ביי איינע פין זייערע אינטערוויאסמכבי האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 28, 2025 11:39 pmווען און ווי האבן זיי דאס מודה געווען?
ביז דעמאלטס האב איך טאקע תמימותדיג געמיינט אז די ארויסגעווארפענע זענען זייענדיג אויפען גאס אנגעקומען צו די רעגירוג
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 23
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 12:43 am
- x 10
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איך האף אז עס איז אמת וואס דו שרייבסט און איך בין זייער פרייליך פאר זייThink and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 29, 2025 12:21 amהדעה והכתיבה האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 28, 2025 10:03 pmאיך האלט אויך נישט אז ילדי תימן איז א ריאה ממש להכריח עס איז זיכער דא חילוקים וואס קענען מחלק זיין אבער פארט מסברא קוקט עס נישט אויס אז זיי גייען זיך דא טרעפען דאס פלאץ אויף הונדערט פראצענט עכ"פ סעקאנד קלעס איז כמעט זיכער זיי וועלן זיין, און בכל אופן איז א גרויסע ריסק און אויף אזא לעבענס שאלה זאגט מען שב אל תעשה עדיף בפרט אז מען קען עס טון מיט אנדערע וועגןמתושלח האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 28, 2025 5:07 pm
ס'איז נישט אזא שטארקע ראיה פון ילדי תימן וכו'
צוליב וואס זיי זענען אינגאנצן א אנדערע מענטאליטעט, און עס איז נישט מעגליך צו נעמען א מענטש וואס זיין בלוט לויפט שוין דורי דורות אנדערש,
און אריינלייגן און אויסמישן מיט סאטמארע אינגלעך, וואס זענען כרחוק מזרח ממערב,
משא"כ דא רעדט מען עפ"ר פון היימישע משפחות, וואס קומען פון די זעלבע בני היכלא און אהבה רבה ווי אונז,
ס'פליסט זיי אין די בלוט די זעלבע קאטשעניו....
(דא וואלט אפשר אויך געווען א מקום צו זאגן אז למעשה זענען זיי אויפגעוואקסן אינגאנצן אנדערש...
אבער למעשה קוק אן די קינדער/בחורים וואס זענען שוין פלאצירט געווארן אין היימישע מוסדות, קוק אן ווי שיין זיי האבן זיך אריין געדרייט,)
איך קען נישט די קינדער וואס זענען יעצט פלאצירט געווארען אין די מוסדות דא אבער די אנהייב זאגט גארנישט אויף די גאנצע עתיד
ווי אויך קען מען נישט ברענגען א ריאה פין איינעם אויפען צווייטען עס קען זיך מאכען א יוצא מן הכלל מיט שטערקערע כוחות הנפש און גרינגערע נאטורען וואס עס זאל אים נישט חרוב לייגען די נייע וועלט מיט וואס ער דארף זיך ספראווענען
אבער איך געדענק יא מיט יארען צוריק א געוויסע קינד פין דארט וואס מען האט אריינגעלייגט דא אין סאטמאר וואס איז געווארען חרוב ונחרב ער איז געווען ללעג ולקלס פין אלע קינדער ועוד
און איך האב א חבר א חשוב'ער יונגערמאן מיוצאי תימן וואס ער און זיינע ברידער האבן אלע געלערנט אין היימישע חסיד'ישע מוסדות און זיי האבן אויפגעשטעלט הערליכע, תורה'דיגע משפחות איינס ביי איינס.
אבער ווי ערווענט קען מען נישט ברענגען פין א יחיד א ריאה אפען כלל
עכ"פ דא איז די מציאות אז רוב פין זיי זענען אראפ פין וועג
גיי רעדט צו דער רב דא אין מאנסי
אין לעיקוואד איז אויך דא א תימנע איך גלייב אז זיי ווייסען אויך פין דעם
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 23
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 12:43 am
- x 10
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
עס איז בכלל נישט קיין שאד ווייל אויף צו צוברעכען זייער חבורה איז טאקע נישט דא קיין שום אנדערע עצה, הכל מודים לזה, כו''ע לא פליגיהרב ותלמידו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 29, 2025 3:00 pmר' @על פי תורה איר זוכט עצות?על פי תורה האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 28, 2025 11:13 pmצוויי אנדערע זאכן, דעי מהלך איז אוממגליך צו ארבעטן בשעת די גאנצע זאך עקזעסטירט אזוי ווי די לעצטע 30 יאר.הדעה והכתיבה האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 28, 2025 11:06 pm
די זעלבע וועג ווי אזוי זיי מאכען זיכער אז זיי זאלען זיך נישט צוריק ארגענעזירען אין איינע פין די 4 לענדער
עס איז גרינגער און ביליגער
איר האט נאך אן עצה?
אויב יא איז ממש א שאד אויף די עסקנים וואס האבן זיך נעבעך אפגעמוטשעט די לעצטע האלבע יאר אין גוואטעמאלע און ווייסן נעבעך נישט וואס טוט זיך מיט זיך
ווייל איך זיץ מיר דא באקוועם אויף מיין קאוטש מיט א געשמאקע הייסע קאווע צו דער זייט, די עירקאנדישן בלאזט אויף מיר מיט א געשמאקע קילע ליפט און איך האב דיר א ים מיט עצות אריינצושיקן...
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
א ליגנער ביסטו פאר דעם
הדעה והכתיבה האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 28, 2025 10:03 pmאבער איך געדענק יא מיט יארען צוריק א געוויסע קינד פין דארט וואס מען האט אריינגעלייגט דא אין סאטמאר וואס איז געווארען חרוב ונחרב ער איז געווען ללעג ולקלס פין אלע קינדער ועוד