אזוי האט מען זיי אויסגעלערנט דארטן..קאכעדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 28, 2025 6:03 pmוואס מיינט איר אז ילדי תימן זענען אראפ פון וועג?הדעה והכתיבה האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 28, 2025 4:35 pmאיך האב שוין די קשיא פין די ערשטע מינוט אןהלכה כמכריע האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 27, 2025 8:11 pm איך ישוב זיך שוין אפאר וואכן צי כ'זאל שרייבן אדער נישט, סוכ"ס בין איך דא אין א קולט וואו עס איז נישט ערלויבט צו טראכטן אנדערש ווי די שטראם, אבער דאך וועל איך שרייבן.
עטליכע וואכן צוריק איז נתפרסם געווארן א שמועס פון איינער מגדולי העסקנים הרב מיללער, וואס בתוך הדברים איז געווען א אטאם באמבע וואס האט געטוישט דעם גאנצן בילד, הרב מיללער האט געזאגט אז נאך אלע בירורים און רעדן מיט פילע יוצאים איז נתברר געווארן מיט א זיכערקייט אז ביי 99 פראצענט פון די קינדער אונטר 20 איז נישט געווען די אביוז פון וואס מען האט מורא, ובכן דארף מען נישט מורא האבן אריינצונעמען די קינדער אין מוסדות.
יעצט, די איינציגסטע דעת תורה - עכ"פ וואס דער ציבור האט זוכה געווען צו זעהן - איז געוווען הרה"ג חיד"ו ווייס שליט"א, וואס האט ארויסגעגעבן א בריוו און רעקארדירונגען אז היות מען האט אביוזד די קינדער מיט איינע פון די שלש חמורות במזיד איינמאל און נאכאמאל, איז מען מחיוב אלעס צו טון אוועקצונעמען די קינדער און פארמאכן דעם קולט וכו'. דאס איז געווען די איינציגסטע פסק ודעת תורה. בילדער פון רבנים ביי אסיפות און קעפלעך אין צייטונגען איז ווי פארשטענדליך נישט קיין מאסגעבנדע דעת תורה.
נאך ווען ס'איז נתברר געווארן דורך די עסקנים אז דער יסוד אויף וואס דער פסק איז געבויעט שטימט נישט מיטן מציאות איז די גרויסע שאלה, וואס איז יעצט דער דעת תורה? אוועקנעמען קינדער פון עלטערן איז נישט קיין פשוט'ע מעשה, עס איז דא א לאו פון לא תגנוב, בגונב נפש הכתוב מדבר, און קען זיין א חיוב מיתה פון וגונב איש ומכרו, אדער אפילו אוועקגעבן במתנה, יעוין בפוסקים. דאס זעלבע מסירות נאן סטאפ דארף א דעת תורה?
--------
לגבי די לב טהור פרשה ווייס איך נישט וויפיל סאיז נאך נוגע, אבער א לימוד בכלליות וואס בר דעת מעג זיך ארויסנעמען:
סאיז זיכער אז סאיז געווען אין לב טהור אסאך מטורפות און אכזריות, און סאיז מער ווי גענוג צו הערן די רעקארדינגען פונעם חכם, די השגות פון פייניגן מענטשן, וכדו' זאכן וואס איז הארד דעטא, קלארע עווידענס אבער סאיז אויך זיכער אז די פראפאגאנדע ארום איז היבש איבערגעטריבן, רוצחים ערגער ווי די נאציס און כופרים גמורים, וכו' וכו' וכו', מדארף זיך אויסלערנען - ביי יעדן נושא - וויאזוי צו ליינען פראפאגאנדע, א זשורנאליסט אדער א נוגע בדבר איז בחקת מגזם אדער משקר, די שאלה אויף יעדעם איז נאר וויפיל פראצענט מזאל אראפנעמען פון זיין מעשה, סאיז א עבודה קשה צו בויען א פראפאליא אויף יעדן שרייבער, מדארף אפירנעמען ווי געזאגט די ריכטיגע עווידענס, א הודאת בעל דין, א מסיח לפי תומו, וכדו' סאיז דא אין דעם הלכה'דיגע הגדרות, און פשוט אייגענע שכלדיגע הגדרות.
איינער וואס פארציילט נאך פון איינעם וואס מען האט אים געשלאגן אלס קינד און ער געדענקט אז הערשט נאך אפאר מינוט פון ווען ער האט גע'חלשט האט מען אים אויפגעהערט צו שלאגן, קאסט דאס א שמייכל, און דער דרשן באקומט שוין א געוויסע רעטינג אויף זיין גוזמאות. וכדומה.
מעכטיגע מארקעטינג מיינט בסך הכל אז געלונגענע קעפ האבן זיך אראפגעזעצט ביי א רינדעכיגע טיש און שפעקולירט וויאזוי צו אייננעמען דיין קאפ, דו מוזט זיך נישט לאזן, ווי האט זיך א גרויסער ביזנעסמאן און מארקעטער אויסגעדרוקט, 90 פראצענט מענטשן זענען קעלבער 10 פראצענט זענען די שוחטים, מדארף זעהן צו זיין פון די שוחטים נישט פון די קעלבער.
לו יהא עס זאל יא זיין אמת די אלע מעשיות אויב קען מען האלטען אן אויג מיט אינספעקשענס און אינוועסטיגעיטערס זיי זאלען לעבען אונטער א פילען אויפזיכט [און אויב קען מען נישט אין גוטאמאלע קען מען עס טון און א צווייטע לאנד דורכן זיי צווינגען צו אוועקגיין] אזוי אז עס זאל נישט קענען פארקומען קיין שום פיינונגען און אביוז אויב אזוי
פארוועלכע סיבה האט מען געמוזט/געמעגט אוועקכאפען די קינדער פין די עלטערען?
פארוועלכע סיבה האט מען געמוזט/געמעגט אוועקכאפען די עלטערען פין די קינדער?
פארוועלכע סיבה האט מען געמוזט/געמעגט מסרן און ארעסטירען אזויפיל אידען? [אפו' א מסור טאר מען נישט מסר'ן נאר פאר די מסירה כדי מונע צו זיין אבער נישט נאכדעם]
פארוועלכע סיבה האט מען געמוזט/געמעגט גיין בערכאות של עכו"ם אנמאכען אזא ריזען חילול השם?
אויב איז די מטרה איז נקמה/נצחון אדער אויפלעזען די חבורה הייבט אלעס אן צו פאלען אין פלאץ....
בכלל ווער נעמט אחריות וואס עס גייט געשעהן צו זיי דא ברוחניות ובגשמיות 'וילדי תימן' יוכיח זיי זענען אלע אראפ פין וועג פאר א סיבה...
און מען קען אסאך אסאך מאריך זיין אין די נקודה פרטים ופרטי פרטים נאר העיקר
ביי זיי איז די ציונים און די ערב רב איינס.