מאיר שלום האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 18, 2025 9:50 pm
די וואס טאנצן שוין די צווייטע מאל והיא שעמדה האבן צוריקגעצויגן פון זייערע שטעלונג קעגן נעמען א פעטוועי און מסכים געווען אריינצולייגן אין די געזעץ די פעטוועי פארלאנג. ( וואס ביז נישט צו לאנג צוריק האבן זיי געהאלטן אז ס’איז ביהרג ועל יעבור, וויבאלד פיערל’’ס האט זיך נישט דורכגערעדט מיט זיי ביים עצה’נען צו נעמען פעטוועי 6)
איך ווייס נישט צו איינער האט שוין גערעד פון דעם. איך האב נישט געהאט די צייט אדרוך צו ליינען אלעס וואס מ'האט געשריבן דא די לעצטע פאר טעג
איך האב יעצט געהערט די פאנעל איבער די גזירת החינוך ביי די דינער לטובת מוסדות באבוב
ר' יואל ראזענפעלד פון באבוב וואס איז פון די פירער פון פערל'ס האט געזאגט אנהייב פון די פאנעל אז מ'האט געמיינט אז די פעטוועי 6 איז די ישועה.
און מיטן נעמען פעטוועי 6 וועט מען זיך קענען ארוידרייען פון די גזירה מיטן נאר נעמען די טעסטס און מ'וועט נישט דארפן טוישן די לימידים.
למעשה האט מען געמאכט א טעות. ווייל די רעגירונג נישט געווען צופרודן נאר מיטן נעמען די טעסט נאר זיי מישן זיך ווייטער און זיי פארלאנגען אז מ'זאל טאקע אלעס לערנען.
פארדעם האט אויסגעפעלט די נייע געזעץ וואס זאגט אז נעמען די טעסט איז שוין געניג און אויב מ'נעמט די טעסט קענען זיי מער נישט אריין רעדן אין אינזער חינוך
די עסקנים וואס האבן געהאלטן אז מ'דארף נאכגעבן און פארהנדלען מיט די עדיוקעשאן דעפארטמענט (זיי זוכן אראפ צוקריכן פון בוים......)
און ס'איז א סכנה צו מאכן א נייע געזעץ די איינציגסטע וועג איז נאר צו גיין אין קאורט
נאך דעם וואס זיי זענען דרוך געפאלן אין קאורט און דרוכגעפלן מיטן פארהנדלען מיט די עדיוקעשאן דעפארטמענט
האבן זיי שוין אנערקענט אז די אייציגסטע וועג איז דרוכן מאכן א נייע געזעץ אין אלבעני
אנשטאט זיי זאלן מודה זיין אין זייער טעות. פארקויפן זיי שקרים אז די וואס האלטן קעגן נעמען א פעטוועי האבן צוריקגעצויגן