'סאטמארק' ביזנעס קאנווענשאן ▪︎ ק"ק סאטמאר (מהר"א)

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
א טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 268
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:07 pm
x 580

Re: 'סאטמארק' ביזנעס קאנווענשאן ▪︎ ק"ק סאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך א טויב »

הער איך יעצט אויף שטיבל איז שוין ארויף די 3 אינגרידענטס פאר ביזנעס אינטערוויא, מאדערעטער הענדל ברייער.
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1828
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 6767

Re: 'סאטמארק' ביזנעס קאנווענשאן ▪︎ ק"ק סאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך שינאווער »



:D :D :lol: :lol: :lol: :P :P :o :o :) :) :lol: :lol: :? :? :lol: :lol:
רואיגער-טיש
פרישער באניצער
פאוסטס: 43
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 10, 2023 8:40 am
Location: מיטינג
x 89

Re: 'סאטמארק' ביזנעס קאנווענשאן ▪︎ ק"ק סאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך רואיגער-טיש »

איך האב די מערסט הנאה געהאט פון די סיין:

אינגערמאן איר קענט ספאניש???

דאס מיינט קריעטיוט, איי קעטשינג, ביליג.

ער האט געהאט היבש טראפיק דארטן דאס מיינט געלונגענע מארקעטינג
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1828
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 6767

Re: 'סאטמארק' ביזנעס קאנווענשאן ▪︎ ק"ק סאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך שינאווער »

רואיגער-טיש האט געשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 4:02 pm איך האב די מערסט הנאה געהאט פון די סיין:

אינגערמאן איר קענט ספאניש???

דאס מיינט קריעטיוט, איי קעטשינג, ביליג.

ער האט געהאט היבש טראפיק דארטן דאס מיינט געלונגענע מארקעטינג
אזוי אויך די סיין ביי די עקסערסייז בוט: "שטעלט אייך "נישט" אפ דא! יעדע טריט וואס איר גייט ווייטער איז מער געזונט"
MCITP
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 23, 2025 10:41 am
x 7

Re: 'סאטמארק' ביזנעס קאנווענשאן ▪︎ ק"ק סאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך MCITP »

רואיגער-טיש האט געשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 4:02 pm איך האב די מערסט הנאה געהאט פון די סיין:

אינגערמאן איר קענט ספאניש???

דאס מיינט קריעטיוט, איי קעטשינג, ביליג.

ער האט געהאט היבש טראפיק דארטן דאס מיינט געלונגענע מארקעטינג
וואס פארקויפט ער?
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4126
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 5358

Re: 'סאטמארק' ביזנעס קאנווענשאן ▪︎ ק"ק סאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך שמח »

מיילעך פריילעך האט געשריבן: פרייטאג מאי 23, 2025 1:42 pm סה פונעם טאג...
כ'מוז זאגן דער מאכט באמת פיינע קוגל!

בילד
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6816
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15952

Re: 'סאטמארק' ביזנעס קאנווענשאן ▪︎ ק"ק סאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך דער תהלים איד »

מיין בליק, נאכ'ן "עטוואס" מיטלעבן דעם געלונגענעם "סאטמארק".

מיט 2 יאר צוריק ווען קהלת מהרי"י האט געמאכט דעם זה מזה, איז נאטורליך געווארן שמועסערייען צווישן מענטשן בכלל און עסקנים בפרט אז ס'איז א שיינע זאך און מ'דארף עס נאכמאכן. איך האב זיך מיט זיי היבש מחולק געווען.

כ'האב נישט געקענט זען וואס די מעלה איז אזוי גרויס, וואס ברענגט עס, פאר וועמען, אויסער סתם בילדער ווי אינגעלייט עקטן ווי רייסערס מיט געביגלטע טלית קטן'ס?... ווער עס דארף אנקומען צו אזא עקספאו צו קענען טון ביזנעס איז דאך אויף צרות. ס'איז דא טויזנטער אינגרידיענס צו טון "בעפאר" א עקספאו.

ווידער די וועמען עס העלפט יא, איז דאס טאקע זייער פיין, אבער וואס האט דאס מיט א קהלה? אפשר זאל די קהלה אויפשטעלן א וועבזייטל צו פארקויפן אייטעמס?... כ'מיין... ביזנעס איז ביזנעס, קהלה איז קהלה. ווען מ'דארף העלפן איינעם במצוקה מילא, אבער סתם ביזנעס לשם ביזנעס וואס האט דאס מיט סאטמאר?

און די וואס ווילן מאכן דערפון אזא פארטייאישע "וחי אחיך עמך" סיטואציע, שטיצט נאר אנ"ש!... דאס קען איך פשוט נישט פארטראגן, אין מיין שו"ע שטייט דאס נישט, און אין מיין מענטשהייט רופט זיך דאס אנטיסעמיטיזם אדער ראסיזם. ס'טע געהערט אזאנס?! ס'איז עפעס מער ענין צו באשטעלן איין איד איבער'ן צווייטן איד? א סאטמאר'ער איבער א פאפא'נער? א מהר"א-מהרי"י אבער אן אפאנענט? פליז. מ'טאר נישט זיין אזוי פארקעסטלט. דער אויבערשטער האט אויסגעוועלט גאנץ כלל ישראל און מיר זענען אלע אידן! איך בין זייער שטאלץ צו זיין א מובחר שבישראל, א סאטמאר'ער וואס גייט אויפ'ן אלטן וועג בכל המובנים, אבער שטאלץ און ביזנעס האבן קיין שייכות. לדעתי.

הפנים, בלייב איך אן קיין הסבר וואס דער אויפטו איז! נאר וואס, איין נקודה האט מיר יא געכאפט, אז למעשה אלגעמיינע שאו'ס זענען בתערובות אנשים ונשים, אפילו די היימישע שאוס א שטייגער ווי די "האום אוינער שאו" וואו איך האב מיך צופעליג באטייליגט און אפילו הנאה געהאט אבער עס איז געמישט, און דא אז מען מאכטו עס אזוי על טהרת הקודש, דאס קען נאר פאסירן ווייל ס'איז "קהל", און דאס איז שוין יא א שטארקע זאך.

עד כאן איז געווען מיין פריוואטע מיינונג ווען מען רעדט "פאראויס" אויב דאס איז יא אדער נישט א תועלת.

*

למעשה היי יאר איז באשטימט געווארן אז מען מאכט עס. אמת, א שטארקע שטיפ איז געווען דאס וואס קהלת מהרי"י האט אפגעזאגט קאמפאני'ס וואס זענען פון די ראשי קהלה ביי קהלת מהר"א (א נארישע שריט וואס איך בין נישט משיג, ס'קומט באמת נישט פון קיין גוט פלאץ נישט ברוחניות און נישט בגשמיות), אבער ס'איז קלאר אויך געווען וואס האבן שוין אפאר יאר געשטיפט אז ס'איז יא א גרויסע תועלת וכו', והנה, "סאטמארק" איז פראקלאמירט געווארן.

פון די ערשטע רגע האב איך געגעבן פאר ר' שמואל שטערן א שטארקע קאמפלימענט פאר'ן נאמען... "סאטמארק" איז א נאמען איינס אין די וועלט, מכמה מובנים. עכט עכט גוט!

צו ס'וועט זיך אויסארבעטן? גיי ווייס... די לופט איז נישט געווען עפעס ווער ווייסט ווי ווארעם דערפאר, דער ציבור האט בכלל נישט "געזוכט" זיך אנצוכאפן דערין ווי א פלאץ פאר חיזוק וואס מ'האט גענוג אנדערע פלעצער פון וואו צו נעמען... סוי די שאלה איז געווען אין די לופט... ווער ווייסט צו דער קאמפעס חלומ'ט נישט בהקיץ...

אבער ווער ס'קען שמואל שטערן (אזוי ווי איך וואס מיין ערשטע אפיס אלס כולל אינגערמאן איז געווען א טישל אין זיין אפיס צו קומען אהין ביי לאנטש...) ווייסט דאך זיין נאטור. ער שפרינגט אריין אין א זאך, און ער גייט דערמיט רואיג און זיכער מיט די גאנצע פאזיטיווע פאוער, אפגעזען וואס עס שטאלפערט אין וועג. בפרט אין שאו'ס אין וואס ער האט היינט מסתמא די מערסטע עקספערטיז אין די היימישע מארקעט.

מענטשן זענען ביזי געווען שאצן... נע... ער איז עכט פול?... סתם פאלשע מעשיות... כ'הער קראנט אז ס'נישטא געהעריג קיין עקזיביטערס... וכו' וגו'. אבער ווען ס'איז געקומען נענטער האט שוין יעדער געזען אז יא, מער ווייניגער איז די זאך פול. איך בין נאר געווען סקעפטיש אויף איין זאך: דער ציבור באטייליגער. היות ביי אונזער עולם איז דאס א ערשטמאליגע זאך, האב איך נישט געוויסט זיכער אויב דער עולם כאפט בכלל אז דאס מיינט דעם "ציבור" נישט דוקא ביזנעס אוינערס. איך האב פריוואט געגעבן איינמאל א שיק א מעסעדזש פאר שמואל'ן איבער א סטעיטמענט אויף די אימעילס בלעסטס וויאזוי ס'זאל גיין... ווייל כ'האב געפילט ווי דאס פעלט נאך ביים עולם, און כ'בין עכט געווען סקעפטיש צו דער עולם גייט אנקומען.

*

פעסט פארווערד אפאר טאג... און דער טאג איז געווען א סוקסעס למעלה מן המשוער, זיכער העכער פון מיינע השערות, אבער לויט מיין שמעק, אויך העכער פון די מארגנים'ס השערות.

דאס אז דער זאל איז געווען פול מיט עקזיביטאר'ס, דאס האט מען דאך שוין געזען פאראויס. אבער די וואליום פון באטייליגטע? דאס איז געווען ממש א WOW! און יעדער וואס איז נאר דארט געווען האט געגעבן דעם זעלבן סטעיטמענט. ס'איז העכער ווי ערווארטעט.

איך פערזענליך מחמת הטירדות בין איך אנגעקומען גאר שפעט, 6:30, א שעה פאר'ן שפארן. דער מחזה איז געוען אויסטערליש. נאך א מזל מען קומט אריין אויף א הויכע רעמפ, אזוי קען מען גלייך אראפקוקן פון אויבן און זען דאם גאנצן הוהא. ממש א מחזה הוד.

זייער אסאך האבן אנגעמערקט אויף די חסידישע אטמאספערע, וואס איז געווען בעסער ווי אלע אנדערע, ס'איז געווען וויכוחים וואס די סיבה איז, אפשר ווייל ס'איז קאלט אינדרויסן ממילא קומט מען מיט'ן רעקל... כ'ווייס אויכנישט. אבער אן הנאה צו זען איז עס זיכער געווען.

מיין ערשטע דעסטינאציע איז געווען אויפ'ן רעמפ ביים "קרן קרית יואל" טישל, וואו הרה"ג רבי בערל מרגליות האט מיט זיין זעלטענע נעימות געשמועסט מיט מענטשן און מסביר געווען יעדע שאלה, און אינצווישן זע איך ווי ר' יואל ברמ"ד לאנדא דער עסקן נמרץ לש"ש שאין דוגמתו בקהלתינו (לדעתי) קומט צו מיט איינעם וואס וויל אויספילן אן אפליקאציע..

אונטן האב איך אנגעהויבן טרעפן מענטשן איינס נאכן צווייטן, אזש כ'האב ממש נישט געקענט וואקן. כ'האב שנעל געכאפט אז אויב וויל איך ערגעץ אנקומען מוז איך גיין מיט די אויגן אראפ... אזוי בין איך אנגעקומען צו א ס"ה פון נאך 2 דעסטינאציעס וואו איך האב געמוזט באזוכן זייענדיג פארמישט אביסל אין זייערע הכנות. די ערשטע איז געווען "איגוד הסופרים", וואו זיי האבן מיר סורפרייזד.

איך האב געזאגט פאראויס אז דא גייט נישט זיין קיין סעילס עפ"י דרך הטבע. מיין שאצונג איז, אז איבער 80% עקזיביטער'ס מאכן נישט קיין סעילס ביי אזא שאו. נאר? מען טרעפט מענטשן וואס ס'איז גוט צו טרעפן, מען טרעפט ליעדס וואס וואלטן סאך שווערער אנגעקומען, און והעיקר, פאר אסאך קאמפאניס איז דאס גוט פאר די "ברענדינג". ארויסשטארן מיט א מעסעדזש. ס'איז א גוטע פלאטפארמע.

למעשה סורפרייזן זיי מיר דא, אז יא, זיי האבן שוין דא עקטשולי פארקויפט - אויב איך געדענק גוט די נומער - איבער 10 מזוזות! פאקטיש... געהעריגע מכירות אויף מזוזות וואס זיי האבן מיטגעברענגט אויפן פלאץ, מזוזות מיט'ן סיעל פון די ועד הסת"ם, כאטש וואס לכתחילה פרעפערן זיי צו "באשטעלן" און דער סופר וועט שרייבן דירעקט פאר יענעם לוקח, אבער אז איינער דארף "שוין יעצט", האבן זיי רעדי מזוזות, און אויסער די ארדערס און אפליקאציעס, האבן זיי פארקויפט פאקטישע מזוזות אויפ'ן פלאץ.

פון דארט בינעך אריבער צום גרויסן בוט פון "אפסקעיל דעוועלאפערס", וואו ס'האט געשפילט די 4 קליפס אויף די ווענט, פון 3 דעוועלאפמענטס אין קרית יואל און 1 פון די מאלל און שולן וואס מ'בויט אין שכונת ויואל משה.

דער פארקער דארט איז געווען משוגע צו ווערן... נישט נאר ווייל נכבדי עם זענען געקומען טרעפן א צייט צו מיטינגען מיט ר' עקיבא הערש... (און ששש... אפאר געלטגייער אויך, בשעת כ'בין דארט געשטאנען), נאר אויך די 3 סעילס קאמפאניס וואס האבן דארט געענטפערט שאלות פון מענטשן, פארגעשטעלט די דעוועלאפמענטס, און בעיקר, ארויסגעברענגט פאר יעדן די מעסעדזש פון "טראסט", אז אפסקעיל נעמט געלט פון מענטשן מיט טראסט. טראסט מיט האלטן ווארט, טראסט מיט האלטן די פרייז, און טראסט מיט בויען גוטע קוואליטי.

איינער פון די MK סעילסלייט זענען צוגעקומען זאגן אז זיי האבן בשעת מעשה דורכגעפירט עטליכע סעילס, און אסאך אפליקאציעס פאר מיטינגס וואס ר' עקיבא הערש האט זיי געזאגט דארט אז זיי זענען אויף טעסט... ער וויל מער נישט צוריקהערן פון אין ערגעץ אז די ליין איז צו לאנג און מען האט נישט געקענט צוריקקאלן אלע מענטשן...

ס'שוין געווען 7:30 און מען האט שוין אויסגערופן אז מ'נעמט צוזאם די בוטס... און ר' יצחק אלימלך פעלדמאן פון קוויקס פראדאקשנס שטייט שוין ביים אפסקעיל בודקע גרייט צו רייסן ווענט... אריין אין גארבעדזש... (יויש! אזא שיינע ארבעט אריין אין גארבעדזש? שוין... אזוי באלאנגט עס).

ווער ס'ווייסט ווייסט אז דער פעלדמאן ארלעדיגט א זאך מיט א שנעלקייט, און מיט א זיכערקייט. אלעס איז ביי אים מעגליך... ער ענטפערט נישט "מ'קען נישט", נאר "מ'גייט עס מאכן ארבעטן". בס"ד. אזוי האט ער געקענט אהערשטעלן אזא מייסטער ארבעט, און יאפ, אויפ'ן מינוט האט זיך אויסגעלאשן די סקרינס און ער שטייט שוין דארט רעדי צום צאמלייגן.

כ'האב געכאפט א געלויף צום קוגל סטאנציע, ס'שוין געווען ווייניג אבער עפעס האב איך נאך געכאפט, ווען אינצווישן טרעפט מען נאך א גוטע פאר אידן, אריינגערעכנט איינעם פון וומסב"ג - נישט פון מיין קהלה - וואס איז אן אחראי דא אויף אידטיש און ער קען מיך מיט מיין עכטע נאמען... און א טריט דערויף טרעף איך מיינס א שכן וואס זיצט נעבן מיר אין ביהמ"ד, היילברוין הייסט ער, און ער גיבט מיר א ביזנעס קארטל... זיין פרוי פירט א ביזנעס פון הענדלען פיינענשאלס פון ביזנעסער. נישטאמאל ווייס איך. גיי ווייס, אפשר קען עס אונזער ביזנעס טאקע נוצן.

אקעי, איך האלט נאך אינמיטן, אבער כ'קען נישט יעצט ממשיך זיין. שיק!
אוועיטער
עדיטאריעל
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1333
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:46 am
x 4619

Re: 'סאטמארק' ביזנעס קאנווענשאן ▪︎ ק"ק סאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך עדיטאריעל »

כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6816
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15952

Re: 'סאטמארק' ביזנעס קאנווענשאן ▪︎ ק"ק סאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אנטשולדיגט פאר מיין איבערהאק.

הלכה למעשה, ס'איז געווען א ערשטמאליגע איבערלעבעניש, און די הצלחה האט זיך געשפירט אין די לופט. בליעה"ר.

יעצט, כ'האב פריער געשריבן אז מיין שאצונג איז אז פאר 80% ביזנעסער ברענגט עס נישט קיין סעילס אויף למעשה. לויט דעם, וואלט עס פאר א גרויסע פראצענט ביזנעסער נישט געלוינט, ווייל ס'קאסט למעשה א פרייז, און אויב ביסטו א ביזנעס וואס איז נישט אנגעוויזן אין ברענדינג, עכ"פ עס לוינט דיר נישט יעצט צו ספענדן אויף ברענדינג, האסטו ס"ה בלויז צובאקומען נאך א ביזנעס עקספענס, ווייל איינמאל ס'איז שויןם דא א שאו קענסטו נישט 'נישט דארט זיין' ווייל ס'וועט שוין זיין א נעגאטיוו.

למעשה אבער, כ'מוז זאגן אז שטייענדיג דערנאך הער איך זייער שטארקע גרוסן וואס זענען אביסל אנדערש ווי מיין שאצונג. כאטש ס'איז זייער שווער צו שאצן פון וויפיל פראצענט די גרוסן קומען, אבער דער כלל איז אז ווען מען הערט 10 פראצענט שטארקע פאזיטיוו מיינט עס לכה"פ 50 פראצענט, ווייל פאזיטיוו רעדט געווענליך שטייט און שטיל.

צווישן די גרוסן וואס כ'האב באקומען איז אזוי:

- איגוד הסופרים האב איך שוין געזאגט, ער האט פארקויפט אסאך מזוזות אויפ'ן פלאץ, אויסער די גוטע קאנטאקט און די ברענדינג.

- איינער וואס מענעדזשט א ווערהאוז אין א גרויסע קאמפאני (די ווערהאוז איז נעבן קרית יואל), האט מיר געזאגט אז פאר די גארבעדזש נוצן זיי א גוי, פאר זייער ביליג, אבער דא ביים שאו האט ער אנגעטראפן א איד וואס האט אים אויסגעפרעגט, און געזאגט אז ער קען אפערן כמעט די זעלבע פרייז, און ווי ס'קוקט אויס גייט עס ווערן די זעלבע פרייז און ער גייט טוישן צום איד!

- אפסקעיל דעוועלאפערס האב איך שוין אויך געזאגט, אז אויסער זייער "טראסט" מעסעדזש און ברענדינג וואס איז פאר אזא גרויסע פירמע זיכער ווערד, און אויסער די הנאה פון די יישר כח'ס וואס איז דארט געקומען פון מענטשן וואס האבן דעקלאוזט אין די לעצטע פאר חדשים פאר 200-280 א סקווער פיס אין שכונת ויואל משה אדער אין ענקלעיוו, וואס אזא הנאה און אפרישיעיטעד פידבעק איז אליינס ווערד אסאך פאר א בשר ודם, אויסער דעם איז געווען געהעריגע פרי-מיטינגס דארט דורך די נייע סעילס חברה.

- א מארטגעדזש בראוקער דערציילט מיר - איך גלייב אז ער שעמט זיך נישט, כ'האב אים נישט געפרעגט אבער כ'וועל שרייבן זיין נאמען, ר' יצחק נפתלי קנאפלער - דערציילט מיר אז זיין סעקרעטערי קאלט אים אריין אינמיטן די שאו, אז איינער וואס האט שוין עטליכע מאל אריינגעקאלט האלט שוין יעצט ממש ביי א קלאוזינג, און יעצט האט יענעמס פרוי געבעטן אז זיי ווילן הערן עפעס רעפרענס פון איינעם וואס האט הנאה געהאט פון א מארטגעדזש ביי זיי.

טראכט ער צו זיך, פונקט פריער האט דא אדורכשפאצירט א איד א נגיד, מיט א באגלייטער, און דורכגייענדיג האט ער זיך אנגערופן צו זיין באגלייטער "דער קנאפלער, ער האט אונז אזוי גוט סערווירט! איינס אין די וועלט!", און קנאפלער האט אים דעמאלס צוריקגעפרעגט "איך קען געבן אייער נומער פאר איינעם וואס וויל הערן אן עקספיריענס מיט מיר?" און ער ענטפערט "יא, זיכער".

זאגט ער אז יעצט ביים באקומען די פאון קאל פונעם סעקרעטערי, גיט ער זיך א דריי אויס, און ער טרעפט - שט'מער א שט'ווייניגער - דעם אינגערמאן וועמענס פרוי האט יעצט געבעטן די רעפערענס... גלייך זאגט ער פאר דעם אינגערמאןו "הער אויס, ממש פריער האט דא איינער דורכגעוואקט און געזאגט כך וכך, דא האסטו זיין נומער"... ענד די רעסט וויל בי היסטערי סאאן אי"ה...

- כעין זה האב איך געהערט נאך גרוסן, איך געדענק נאר וואס ס'האט זיך איינגעקריצט, און איך האב (נאכ)נישט גערעדט צו אזויפיל מענטשן בכלל. הפנים, ס'איז געווען א ערנסטע סוקסעס, און יא, אסאך אידן זענען ארויס מיט שטארקע פאקטישע ביזנעס דיעלס און בענעפיטן, אויסער די דזשענעראל ברענדינג! ב"ה.

איין אינטערסאנטע זאך האט מיר א עקזיביטער געזאגט, אז ער איז שוין געווען ביי עטליכע שאו'ס, און ס'איז די ערשטע מאל וואס מער ווי איינער קומט צו זאגן אז "ער זוכט א דזשאב" און ער שטעלט זיך פאר אין קעיס מען זוכט יעצט צו הייערן. איינער האט אפילו געטיילט א געדרוקטע "רעזומעי קארד". ס'ווארפט א שטיקל ליכט אויפ'ן מצב פון "דזשאבס", עמך ישראל צריכין פרנסה!

זאל דער אויבערשטער העלפן יעדער זאל מצליח זיין און קענען שפייזן די הויזגעזונד און חתונה מאכן בריוח ובנחת, און קענען דאווענען און לערנען און ערציען א דור לה' ולתורתו במנוחה, כרצון ה'.
אוועיטער
פעפסי
פרישער באניצער
פאוסטס: 61
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 2:00 pm
Location: Brooklyn
x 164

Re: 'סאטמארק' ביזנעס קאנווענשאן ▪︎ ק"ק סאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך פעפסי »

געהערט א גוט ווארט וואס איז די חילוק פון כ''ו אב און סאטמארק. ביי כו אב שרייען די בחורים און די טאטעס וואקן דורך. ביי סאטמארק האבן די טאטעס געשריגן און די בחורים האבן דורכגעוואקט.
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 704
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1375

Re: 'סאטמארק' ביזנעס קאנווענשאן ▪︎ ק"ק סאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך בן תורה »

מיילעך פריילעך האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 6:24 pm Heritage
די בילדער קוקן נישט אויס צו זיין ביים סאטמארק
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 704
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1375

Re: 'סאטמארק' ביזנעס קאנווענשאן ▪︎ ק"ק סאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך בן תורה »

דיאמאנט סוחר האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 7:16 pm קליינע ציבר געווען!
:lol: :lol:
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4403
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 13661

Re: 'סאטמארק' ביזנעס קאנווענשאן ▪︎ ק"ק סאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

בן תורה האט געשריבן: זונטאג מאי 25, 2025 10:59 pm
מיילעך פריילעך האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 22, 2025 6:24 pm Heritage
די בילדער קוקן נישט אויס צו זיין ביים סאטמארק
נאר געוואלט זען צו איינער קוקט אפילו די בילדער 😝🙈
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2050
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2474

Re: 'סאטמארק' ביזנעס קאנווענשאן ▪︎ ק"ק סאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך שבת קודש »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מאי 25, 2025 5:36 pm מיין בליק, נאכ'ן "עטוואס" מיטלעבן דעם געלונגענעם "סאטמארק".

מיט 2 יאר צוריק ווען קהלת מהרי"י האט געמאכט דעם זה מזה, איז נאטורליך געווארן שמועסערייען צווישן מענטשן בכלל און עסקנים בפרט אז ס'איז א שיינע זאך און מ'דארף עס נאכמאכן. איך האב זיך מיט זיי היבש מחולק געווען.

כ'האב נישט געקענט זען וואס די מעלה איז אזוי גרויס, וואס ברענגט עס, פאר וועמען, אויסער סתם בילדער ווי אינגעלייט עקטן ווי רייסערס מיט געביגלטע טלית קטן'ס?... ווער עס דארף אנקומען צו אזא עקספאו צו קענען טון ביזנעס איז דאך אויף צרות. ס'איז דא טויזנטער אינגרידיענס צו טון "בעפאר" א עקספאו.

ווידער די וועמען עס העלפט יא, איז דאס טאקע זייער פיין, אבער וואס האט דאס מיט א קהלה? אפשר זאל די קהלה אויפשטעלן א וועבזייטל צו פארקויפן אייטעמס?... כ'מיין... ביזנעס איז ביזנעס, קהלה איז קהלה. ווען מ'דארף העלפן איינעם במצוקה מילא, אבער סתם ביזנעס לשם ביזנעס וואס האט דאס מיט סאטמאר?

און די וואס ווילן מאכן דערפון אזא פארטייאישע "וחי אחיך עמך" סיטואציע, שטיצט נאר אנ"ש!... דאס קען איך פשוט נישט פארטראגן, אין מיין שו"ע שטייט דאס נישט, און אין מיין מענטשהייט רופט זיך דאס אנטיסעמיטיזם אדער ראסיזם. ס'טע געהערט אזאנס?! ס'איז עפעס מער ענין צו באשטעלן איין איד איבער'ן צווייטן איד? א סאטמאר'ער איבער א פאפא'נער? א מהר"א-מהרי"י אבער אן אפאנענט? פליז. מ'טאר נישט זיין אזוי פארקעסטלט. דער אויבערשטער האט אויסגעוועלט גאנץ כלל ישראל און מיר זענען אלע אידן! איך בין זייער שטאלץ צו זיין א מובחר שבישראל, א סאטמאר'ער וואס גייט אויפ'ן אלטן וועג בכל המובנים, אבער שטאלץ און ביזנעס האבן קיין שייכות. לדעתי.

הפנים, בלייב איך אן קיין הסבר וואס דער אויפטו איז! נאר וואס, איין נקודה האט מיר יא געכאפט, אז למעשה אלגעמיינע שאו'ס זענען בתערובות אנשים ונשים, אפילו די היימישע שאוס א שטייגער ווי די "האום אוינער שאו" וואו איך האב מיך צופעליג באטייליגט און אפילו הנאה געהאט אבער עס איז געמישט, און דא אז מען מאכטו עס אזוי על טהרת הקודש, דאס קען נאר פאסירן ווייל ס'איז "קהל", און דאס איז שוין יא א שטארקע זאך.

עד כאן איז געווען מיין פריוואטע מיינונג ווען מען רעדט "פאראויס" אויב דאס איז יא אדער נישט א תועלת.

*
דיינע צוויי קשיות זענען נאך במקומה עומדת
1. וואס האבן קהלות וואס זענען רוחניות'דיגע ארגיענזיצעס מיט א 'ביזנעס שאו', עס מאכט זיי אביסל ביליג
2. ביזנעס מאכט מען מיט מענטשען פון אנדערע קרייזן פונקט ווי די אייגענע

טאקע א שטארקע אויפטוה אז מען מאכט א שאו עטה''ק אבער דאס קען מען טועהן אפילו אן די קהלות סימבאל
באמת האבן די קהלות טאקע גארנישט קיין שייכות דערמיט מען נוצט פשוט זייער נאמען
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2021
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5780

Re: 'סאטמארק' ביזנעס קאנווענשאן ▪︎ ק"ק סאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך נקודות טובות »

שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג מאי 26, 2025 2:38 pm 1. וואס האבן קהלות וואס זענען רוחניות'דיגע ארגיענזיצעס מיט א 'ביזנעס שאו', עס מאכט זיי אביסל ביליג

טאקע א שטארקע אויפטוה אז מען מאכט א שאו עטה''ק אבער דאס קען מען טועהן אפילו אן די קהלות סימבאל
באמת האבן די קהלות טאקע גארנישט קיין שייכות דערמיט מען נוצט פשוט זייער נאמען
איך גלייך נישט צו רעדן די שפראך, אבער במחילת כבודך איר רעדט נערישקייטן. איז די פאוסט נישט א דירעקטע סתירה מיט די פאוסט?

די נאמען סאטמארק מאכט נישט קיין טראפ ביליג די הייליגע נאמען סאטמאר. אדרבה, די שענסטע זאך איז ווען קהילות העלפן ארויס זייערע מעמבערס! זאלן קהילות טוהן ווי מער! זיך זארגן פאר יענעמס פרנסה איז די שענסטע זאך וואס א קהילה קען צושטעלן. דוד המלך ע"ה איז נישט געווארן ביליגער מיט דעם וואס ער האט צוגעשטעלט פרנסה פאר אידן, לכו והתפרנסו איז דאך זיין סלאגאן. אייער רבי מהר"א איז אויך נישט געווארן ביליגער מיטן קעמפן פאר די דירות פרייזן. אדרבה ואדרבה, א מנהג ישראל איז ווער עס זארגט פאר גשמיות ורוחניות צוגלייך!
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3120
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 9308

Re: 'סאטמארק' ביזנעס קאנווענשאן ▪︎ ק"ק סאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך פופציגער »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג מאי 26, 2025 3:01 pm
שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג מאי 26, 2025 2:38 pm 1. וואס האבן קהלות וואס זענען רוחניות'דיגע ארגיענזיצעס מיט א 'ביזנעס שאו', עס מאכט זיי אביסל ביליג

טאקע א שטארקע אויפטוה אז מען מאכט א שאו עטה''ק אבער דאס קען מען טועהן אפילו אן די קהלות סימבאל
באמת האבן די קהלות טאקע גארנישט קיין שייכות דערמיט מען נוצט פשוט זייער נאמען
איך גלייך נישט צו רעדן די שפראך, אבער במחילת כבודך איר רעדט נערישקייטן. איז די פאוסט נישט א דירעקטע סתירה מיט די פאוסט?

אופס. דער דיטעקטיוו ביי די ארבעט...

כך הוא דרכו של וואטעווער...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2021
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5780

Re: 'סאטמארק' ביזנעס קאנווענשאן ▪︎ ק"ק סאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך נקודות טובות »

פופציגער האט געשריבן: מאנטאג מאי 26, 2025 3:02 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג מאי 26, 2025 3:01 pm
שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג מאי 26, 2025 2:38 pm 1. וואס האבן קהלות וואס זענען רוחניות'דיגע ארגיענזיצעס מיט א 'ביזנעס שאו', עס מאכט זיי אביסל ביליג

טאקע א שטארקע אויפטוה אז מען מאכט א שאו עטה''ק אבער דאס קען מען טועהן אפילו אן די קהלות סימבאל
באמת האבן די קהלות טאקע גארנישט קיין שייכות דערמיט מען נוצט פשוט זייער נאמען
איך גלייך נישט צו רעדן די שפראך, אבער במחילת כבודך איר רעדט נערישקייטן. איז די פאוסט נישט א דירעקטע סתירה מיט די פאוסט?

אופס. דער דיטעקטיוו ביי די ארבעט...

כך הוא דרכו של וואטעווער...
:lol: :lol: מאך חוזק... אפשר העלפסטו מיר ארויס? כמדומה האט @שבת קודש געשריבן אז די נאמען סאטמארק מאכט ביליג די הייליגע נאמען סאטמאר, אבער איך קען נישט טרעפן די פאוסט. דער דיטעקטיוו קאלעכט אויף כוחות... מען זוכט פרישע בלוט...

--------
אפדעיט: געטראפן
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2050
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2474

Re: 'סאטמארק' ביזנעס קאנווענשאן ▪︎ ק"ק סאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך שבת קודש »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג מאי 26, 2025 3:01 pm
שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג מאי 26, 2025 2:38 pm 1. וואס האבן קהלות וואס זענען רוחניות'דיגע ארגיענזיצעס מיט א 'ביזנעס שאו', עס מאכט זיי אביסל ביליג

טאקע א שטארקע אויפטוה אז מען מאכט א שאו עטה''ק אבער דאס קען מען טועהן אפילו אן די קהלות סימבאל
באמת האבן די קהלות טאקע גארנישט קיין שייכות דערמיט מען נוצט פשוט זייער נאמען
איך גלייך נישט צו רעדן די שפראך, אבער במחילת כבודך איר רעדט נערישקייטן. איז די פאוסט נישט א דירעקטע סתירה מיט די פאוסט?

די נאמען סאטמארק מאכט נישט קיין טראפ ביליג די הייליגע נאמען סאטמאר. אדרבה, די שענסטע זאך איז ווען קהילות העלפן ארויס זייערע מעמבערס! זאלן קהילות טוהן ווי מער! זיך זארגן פאר יענעמס פרנסה איז די שענסטע זאך וואס א קהילה קען צושטעלן. דוד המלך ע"ה איז נישט געווארן ביליגער מיט דעם וואס ער האט צוגעשטעלט פרנסה פאר אידן, לכו והתפרנסו איז דאך זיין סלאגאן. אייער רבי מהר"א איז אויך נישט געווארן ביליגער מיטן קעמפן פאר די דירות פרייזן. אדרבה ואדרבה, א מנהג ישראל איז ווער עס זארגט פאר גשמיות ורוחניות צוגלייך!
די תפקיד פון א קהלה איז די דריי עמודי העולם תורה עבודה גמילות חסדים, ארויסהעלעפען אידן מיט יעדע הינזיכט איז גמילות חסדים,
אראפברענגען פרייזן פון דירות איז לויטער גמילות חסדים,

ווען די רעדע איז דא אז קהלות שטעלן צו ביזנעס שאוס בחנם אדער פאר א מינמאלע פרייז נאר צו דעקן די קאסטן מיט די מטרה ארויסצוהעלפען אידן איז עס גמילות חסדים וואס דאס איז זייער אויפגאבע ושכרם הרבה מאוד, משא''כ דא רעדט מען פון מאכן א ביזנעס שאו פונקט ווי אלע הונדרעטע ביזנעס שאוס וואס ווערן כסדר געמאכט לשם ביזנעס לשם מאכן געלט דאס איז ביזנעס נישט קיין גמילות חסדים ווי קומט דא קהלות אריין א קהלה איז נישט קיין ביזנעס.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6816
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15952

Re: 'סאטמארק' ביזנעס קאנווענשאן ▪︎ ק"ק סאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ר' דוד לייבוש יאקאבאווישט ביים שאו...

ער האט געהאט א לענגערע שמועס מיט ר' עקיבא הערש ביים אפסקעיל בוט, ער קען זיך ממש נישט איבערקומען וויאזוי מ'האט באוויזן די $300 א סקווער פיס, און האט ארויסגעברענגט מלא שבח ותהילה אויף אזא הנהגה.
WhatsApp Image 2025-05-26 at 14.44.43_41b1cb95.jpg
WhatsApp Image 2025-05-26 at 14.44.43_41b1cb95.jpg (323.1 KiB) געזען געווארן 841 מאל

בכלל איז געווען מערקבאר גאר אסאך ראשי קהילה וואס האבן זיך אפגעשטעלט אפגעבן דעם יישר כח פאר די דירות רעוואלוציע.

IMG-20250525-WA0022.jpg
IMG-20250525-WA0022.jpg (254.17 KiB) געזען געווארן 833 מאל
Glass
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 676
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:30 pm
Location: Palm Tree
x 1505

Re: 'סאטמארק' ביזנעס קאנווענשאן ▪︎ ק"ק סאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך Glass »

https://mailchi.mp/4e8f851544a9/2pkhaus ... 6b8d1b5a6b
b855650e-7e6e-7752-c20e-3f78153e18e7.jpg
b855650e-7e6e-7752-c20e-3f78153e18e7.jpg (252.45 KiB) געזען געווארן 806 מאל
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3782
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 6172

Re: 'סאטמארק' ביזנעס קאנווענשאן ▪︎ ק"ק סאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך וואוילער »

שיינע געדאנק.
די לאגא גלייך איך גראדע נישט.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2887
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6650

Re: 'סאטמארק' ביזנעס קאנווענשאן ▪︎ ק"ק סאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

איך בין אויך געווען ביים סאטמארק. איך האב זייער הנאה געהאט. עס האט אויסגעזען זייער א שטארקע הצלחה בליעה"ר. עס איז געווען ממש פול פול און עס האט זיך גערודערט העפטיג. פריער האב איך געבליקט אויף אייוועלט אינעם אשכול פון סאטמארק איך האב געוואלט זעהן אויב עס איז דא עפעס בילדער וואס איך האב פארפאסט דא. מה אומר, א שטיק אייוועלט. עס גיסט זיך נעגאטיווע פאוסטס אויף דעם מארק. איין באשעפער ווייסט פארוואס. ביי זה מזה איז דאס אויך געווען? שוין. וואס א חילוק. ברוך ש-וגו'
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5207
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 17344

Re: 'סאטמארק' ביזנעס קאנווענשאן ▪︎ ק"ק סאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מאי 25, 2025 5:36 pm
אויף די נקודה צי אזא שאו ברענגט ביזנעס, און די זעלבע אויף די 'ראסיזם' טענה:

ווען א קהילה מאכט א ביזנעס שאו טרעפסטו דארט שכנים, מתפללים פון ביהמ"ד, יוגנט פריינט וכו', וואס דו האסט קיינמאל נישט געוואוסט אז זיי טוען דאס וואס זיי טוען. דאס איז א געוואלדיגע אויפטו, און איז נישט געבינדן מיט 'מיין קהילה' אדער דיינס, ס'פשוט דיינע באקאנטע און ארומיגע מיט וועמענס ביזנעס זייט דו באקענסט זיך.

כנ"ל.
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2507
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 5256

Re: 'סאטמארק' ביזנעס קאנווענשאן ▪︎ ק"ק סאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך פשוט און גראד »

► Show Spoiler
. מה אומר, א שטיק אייוועלט. עס גיסט זיך נעגאטיווע פאוסטס אויף דעם מארק. איין באשעפער ווייסט פארוואס. ביי זה מזה איז דאס אויך געווען? שוין. וואס א חילוק. ברוך ש-וגו'
[/quote]

אידטיש כהיום איז ווייט נישט קיין סייט ווי מ‘קען זיך קאכען אין די וועלטליכע פאליטיק/נייעס. אלס אידישקייט איז עס א שיינע זאך, אבער יא...

פארשטייט זיך, א לאקאלע פאליטיק יא.

אבער יא..

כאניש דאס מינדעסטע אהנונג פארוואס איך ציטיר דיר. אבער נו יא..
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3782
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 6172

Re: 'סאטמארק' ביזנעס קאנווענשאן ▪︎ ק"ק סאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך וואוילער »

יא

יא...

וואס זאגסטו?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
שרייב פאוסט