דער הויכער רבי ארון ווי מ'האט אים גערופן, איז געבוירן געווארן בערך אין יאר תקנ"ה, צו זיין טאטן רבי קלונימוס קלמן הלוי אפשטיין - דער הייליגער מאור ושמש ז"ל. ער איז געווען אן איידעם ביי רבי יוסף מטולשין בן החוזה מלובלין ז"ל.
דער הייליגער מאור ושמש'ס זון רבי ארון איז געווען אדם גדול מאוד, אבער קיין רביסטווע האט ער נישט געוואלט פירן. נאכדעם זיין טאטע איז נפטר געווארן איז ער אריבער וואוינען אין קראקא, ער האט דארט געעפענט די ערשטע חסידישע ביהמ"ד, עס איז גערופן געווארן על שמו, רבי ארון'ס קלויז. עס האבן זיך דארט געדרייט מסלתה ומשמנה פון שטאט קראקא. ער האט זיך מכניע געווען און געפארן צו אלע צדיקי הדור אפילו זיי זענען געווען אינגער פון אים מיט יארן. דאס לעצטע איז געפארן צו רבי שלמה בן רבי מאיר נתן מבאבוב וואס איז געווען 50 יאר אינגער פון אים!
כלל ישראל בכלל און חסידים בפרט זענען שולדיג א גרויסע הכרת האט פאר רבי ארון. ער האט מוציא לאור געווען זיין טאטענס הייליגן ספר מאור ושמש, דער שולחן ערוך צו חסידות (מהר"ש הראשון).
מעשה: איינמאל ווען רבי ארון איז געפארן צום צדיק, דער הייליגער תפארת שלמה, איז געווען א גרויס געדרענג בשעת די תורה זאגן, אלע חסידים האבן זיך געשטיפט צו הערן די תורה רבי ארון איז אבער געווען א גרויסער עניו און ער האט זיך געשטעלט אין די זייט און פרובירט פון דארט צו הערן די תורה פונעם רבין. דער תפארת שלמה האט דאס באמערקט, האט ער זיך אנגערופן, חז"ל זאגן (מגילה י:): מקום ארון אינו מן המדה, דער ארון האט נישט פארנומען קיין פלאץ אין קודש הקדשים, מיט דעם אלעם האט מען די לוחות אריינגעלייגט דווקא אין די ארון, ווייל די תורה גייט נאר אריין אין אזא איינעם וואס פארנעמט נישט קיין ארט...
מנוחת קדשו איז אין עיר ואם בישראל מימי קדם - קראקא סמוך לאביו הקדוש. זכותו הגדול יגן עלינו
רבי אהרן [ארון] מקראקא ז"ל - ז' כסליו תרמ”ב
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 735
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2311
Re: רבי אהרן [ארון] מקראקא ז"ל - ז' כסליו תרמ”ב
א שער בלאט אין מסכת נדה גמרא אריינגגעשריבן שייך לי לשמי הק' אהרן הלוי עפשטיין, אהרן הלוי עפשטיין"
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 735
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2311
Re: רבי אהרן [ארון] מקראקא ז"ל - ז' כסליו תרמ”ב
געהערט פון הרה"ק רבי יענקעלע מפשעווארסק זי"ע וואס האט עס געהערט פון הרב הגאון רבי שמואל אברהם זעלטענרייך זצ"ל אבד"ק טשאקעווע וואס האט עס גהערט פון זיין רבי וואס ער האט געלערנט ביי אים און קארקא ,וואס האט עס געהערט פון הרה"ק רבי ארון מ'קראקא זי"ע בן המאור ושמש זיע"א.
אז איין מאל איז רבי ארון זצ"ל געפארען צום טריסקער מגיד זי"ע און וואו באקאנט האט ער גארנישט געגעסן א גאנצן טאג, נאר ביינאכט האט ער געטרינקען א גלאז מילעך מיט אביסעלע גרויפן (גריס), און פרייטאג צו נאכט האט ער געגעסן א קליין שטיקעל פון די חלה (חסידים זענען געווען מסופק אויב ס'האט געהאט א כזית), און די אויג פונעם פיש, און געטרינקן א גלעזעלע ברוינפען, און נישט מער. וואו טריסקער מגיד האט אים געזען האט ער זיך געפרייט און מיט אים ארום געכאפט, און וואו טריסקער מגיד'ס קינדער האבען דאס געזען האבען זיי אים געזאגט מסתמא וועט אייך די טאטע אריבער רופן צו וועטשערע (נאכטמאל).זאלט איר זען פוילן ביים טאטע מער צו עסען.
וכך הוה טריסקער מגיד האט אים גרופען צו וועטשערע און וואו רבי ארון זצ"ל האט געזען אז טריסקער מגיד עסט נישט קיין סאך ,האט ער אים געפרעגט פארוואס עסט איר נישט ,האט ער אים געזאגט ווייל מיר קענען נישט עסן, האט ער אים געפרעגט פארוואס קענט איר נישט עסען, האט ער אים גענטפערט? ווייל מיר קענען נישט שלאפן, פארוואס קענט איר נישט שלאפן? האט ער אים געזאגט ווייל מיר האבען געהערט די קרעכץ פון משיח!
האט רבי ארון זצ"ל געזאגט פאר טשאקעווע רב'ס רבי, די מיינסט איך בין אפגעשטאנען פון אים, נאר איך האב אים געפרעגט פון וואו ווייסט איר אז דאס איז געווען משיח? האט אים טריסקער מגיד געזאגט לאז מיך אייך פארציילן א מעשה, אמאל בין איך מיט מיינע ברידער מיט געפארן מיט מיין טאטע טשערנאבילער מגיד זי"ע און זיין וואגען, און די בעל עגלה האט אים נישט געפרעגט וואו מ'פארט, די פערד זענען אליין געפארן, ביז מ'איז אנגעקומען און א דארף און די פערד האבען זיך אפגעשטעלט, האט מיך מיין טאטע געזאגט גיי אראפ און זאג די בעל הקרעטשמע אז איך בין אינדערויסן, בין איך געגאנגען זאגען אז מיין טאטע איז דא, האט ער מיר געזאגט אז ער איז פארנומען מיט די גוים און ער זאל פארן צו א אנדערע קרעטשמע, האט אים מיין טאטע געזאגט איך וויל דוקא דא זיין, האט די בעל הבית געמאכט פלאץ פאר מיין טאטע מיט א פארהאנג מיט א בענקעל, האט מיר מיין טאטע געהייסען ברענגען נאך א בענקל.
מיין טאטע האט אונז געזאגט אז ס'גייט באלד אנגעקומען א צובראכענער ארימאן זאלט איר אים אראפ נעמען פון וואגען און אים אריין ברענגן צו מיר, אבער איר זאלט זייער אכטונג געבען ווען איר נעמט אים אראפ, ווייל ער איז א גרויסער בעל יסורים ער האט פול מיט וואונדן אויף זיין גוף, בין איך ארויס ווארטן אויף אים און ער איז אנגעקומען, האב איך מיט מיינער ברידער אים אראפ גענומען פונעם וואגען, און מיר האב אים אריין געברענגט צו אונזערע טאטע, און די טאטע האט אונז ארויס געשיקט, און זיי האבן פארברענגט ארום א שעה מיט א האלב, און ווען זיי האבן גענדיגט האט מיך מיין טאטע אים געהייסן צוריק לייגען אויף די וואגן, און ווען איך האב אים צוריק געלייגט האב איך מיך פארקוקט און אים אריינגעשטיפט אויפן וואגען, האט ער געגעבן א הויכען קרעכץ אוי, און שפעטער האט מיר מיין טאטע געזאגט אז דאס איז געווען משיח, און ער איז מחולל מפשעינו, האט אויס געפירט טריסקער מגיד, פרעגט איר אונז פון וואו מיר ווייסן אז דאס איז משיח'ס קרעכץ. זיע"א.
פון גליון קיילץ.

איינמאל איז געווען אן אויסנאם.
רבי ארון איז אמאל געפארן צו רבי מאיר'ל פון פרעמישלאן. דארט אין פרעמישלאן האט מען אנגעוויזן פאר רבי ארון, א איד וואס איז נעבעך געווען א חולה מסוכן און די מענטשן האבן געזאגט אז די מחלה קומט פון אן הקפדה פון רבי מאיר'ל. ווי נאר רבי ארון האט דאס געהערט איז אריינגעלאפן צו רבי מאיר'ל אין שטוב און געזאגט: הלמתים תעשה פלא, הרג'ן מענטשן איז א פלא? אם רפאים יקומו, אז מ'היילט אויס אידן איז א קונץ, און דער איד האט באלד געהאט א רפואה!
__
דער הייליגער תפארת שלמה האט אמאל געזאגט אויף רבי ארון - "הארון נושא את נושאיו" פארן צו רבי ארון איז א סגולה פאר פרנסה! קען מען אפשר צולייגן אז אולי רעדן פונעם צדיק, עכ"פ היינט אין טאג פונעם יארצייט איז אויך א סגולה פאר פרנסה. כן תהיה לנו, אמן.
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 515
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 1831
Re: רבי אהרן [ארון] מקראקא ז"ל - ז' כסליו תרמ”ב
מירון האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 4:45 pmאיינמאל איז געווען אן אויסנאם.
רבי ארון איז אמאל געפארן צו רבי מאיר'ל פון פרעמישלאן. דארט אין פרעמישלאן האט מען אנגעוויזן פאר רבי ארון, א איד וואס איז נעבעך געווען א חולה מסוכן און די מענטשן האבן געזאגט אז די מחלה קומט פון אן הקפדה פון רבי מאיר'ל. ווי נאר רבי ארון האט דאס געהערט איז אריינגעלאפן צו רבי מאיר'ל אין שטוב און געזאגט: הלמתים תעשה פלא, הרג'ן מענטשן איז א פלא? אם רפאים יקומו, אז מ'היילט אויס אידן איז א קונץ, און דער איד האט באלד געהאט א רפואה!
ר' יאנקעלע דערציילט אז ווען ר' ארון איז געווען ביי ר' מאיר'ל פרעמישלאנער האט מען אים אויפגערופן צו לוי, און ר' מאיר'ל האט אנגעהויבן אריינקלערן צו ער איז טאקע א לוי... (ר' יאנקעלע זאגט אז אולי האט ער עס געטון צו זעהן צו ער וועט ווערן אין כעס וכדומה). ר' ארון איז געווען א שארפער האט ער געזאגט: "דער טאטע איז געווען א לוי, איך בין א לוי, ברכו את ה' המבורך!"...
Re: רבי אהרן [ארון] מקראקא ז"ל - ז' כסליו תרמ”ב
עפעס דערמאנט עס מיר להבדיל פון דעם פרענק וואס האט זיך אויפגעטון, "לא רק אני כהן; אבא שלי היה כהן, סבא שלי היה כהן, כבר שש דורות אנחנו כהנים!"..Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 22, 2025 11:50 pmמירון האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 4:45 pmאיינמאל איז געווען אן אויסנאם.
רבי ארון איז אמאל געפארן צו רבי מאיר'ל פון פרעמישלאן. דארט אין פרעמישלאן האט מען אנגעוויזן פאר רבי ארון, א איד וואס איז נעבעך געווען א חולה מסוכן און די מענטשן האבן געזאגט אז די מחלה קומט פון אן הקפדה פון רבי מאיר'ל. ווי נאר רבי ארון האט דאס געהערט איז אריינגעלאפן צו רבי מאיר'ל אין שטוב און געזאגט: הלמתים תעשה פלא, הרג'ן מענטשן איז א פלא? אם רפאים יקומו, אז מ'היילט אויס אידן איז א קונץ, און דער איד האט באלד געהאט א רפואה!
ר' יאנקעלע דערציילט אז ווען ר' ארון איז געווען ביי ר' מאיר'ל פרעמישלאנער האט מען אים אויפגערופן צו לוי, און ר' מאיר'ל האט אנגעהויבן אריינקלערן צו ער איז טאקע א לוי... (ר' יאנקעלע זאגט אז אולי האט ער עס געטון צו זעהן צו ער וועט ווערן אין כעס וכדומה). ר' ארון איז געווען א שארפער האט ער געזאגט: "דער טאטע איז געווען א לוי, איך בין א לוי, ברכו את ה' המבורך!"...
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.