סענס אף יומער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 22, 2025 2:55 pm על בשורות טובות אומר ברוך הטוב והמטיב!!! ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה!!!
ברוב שבח והודאה להשי"ת קענען מיר מבשר זיין די איבערראשנדע פרייליכע בשורה אין די יעצטיגע מינוטן, אז מ'האט נארוואס אפגעפינען די פארלוירענע פרױען וואס זענען פארכאפט געווארן דורך לב טהור, אלע פון זיי אין א גוטע געזונט צושטאנד!
א גאר פריידיגע און געהויבענע שטימונג נעמט ארום גאנץ כלל ישראל בכלל און די עסקנים בפרט הערנדיג די גאר פרייליכע נייעס, נעמענדיג אין באטראכט די אומבאגרייפליכע ארבעט און אומצאליגע השתדלות'ן וואס די עסקנים האבן אריינגעלייגט אן אויפהער, געקלאפט ביי די העכסטע פענסטער און איבערגעקערט יעדע שטיינדל מסוף העולם ועד סופו, און אריינגעגאסן אומגלויבליכע אסטראנאמישע סכומים יעדן איינציגסטן טאג צו טרעפן די אכט אומשולדיגע פרויען געזונטערהייט און זיי פאראייניגן מיט זייערע מענער וועלכע האבן ארויסגעקוקט די גאנצע צייט מיט אנגסט און האפענונג זיך צו טרעפן און פאראייניגן מיט זייערע ווייבער ווי אמשנעלסטן און אין א גוטע צושטאנד.
די פרויען זענען ב"ה אפגעפינען געווארן נאכדעם וואס די פארכאפער האבן אנגעהויבן שפירן ווי די שטריק ארום זייער האלז ווערט מער און מער פארשטייפט, די אגרעסיווע שריט און אומבאגרעניצטע דרוק וואס די עסקנים האבן געלייגט אויף די קולט פירער האבן אנגעהויבן ברענגען ערנסטע רעזולטאטן, און א שרעקליכע פאניק האט ארומגענומען די פירער נאכן זעהן זייער קלאר וואס די עסקנים צוזאמען מיט די געדונגענע אינוועסטיגעישן פירמע קענען אלס באווייזן און וואס זיי זענען גרייט און אומשטאנד צו טוהן כדי צו טרעפן די קינדער, און רעאליזירנדיג אז זיי שטייען אויס צו שמאכטן צענדליגע יארן אין טורמע צוליב הארבע קינדנעפינג קלאגעס, האבן זיי פון גרויס פארצווייפלונג שנעל ארויסגעגעבן די קינדער פון זייער גוטן ווילן, פארשטייענדיג אז זייער סוף איז נאנט און א יעדע ליאדע מינוט קען פאסירן דאס ארגסטע פון וואס זיי פארכטן זיך אזוי, ממילא האבן זיי אויסגעקליבן צוריקצוגעבן די קינדער מרצונם הטוב די לעצטע מינוט צו פארמיידן גאר א ביטערע ענדע.
(די איבריגע דעטאלן ארום די באפרייאונג וועט שפעטער נאכפאלגן.)
כלל ישראל שרייט אויס צו די געטרייע עסקנים ובראשם הרה"ג ר' יואל יהושע העשיל בלום שליט"א ושותפו עמו הר"ר אברהם גרינהוט ני"ו, חזקו ואמצו! גייט אן ווייטער מיט אייערע מסירות נפש פעולות ביזן אינגאנצן פארניכטן די שרעקליכע קולט און באפרייען די טייערע אומשולדיגע קינדערלעך פון אונטער זייערע לאפעס!
און די עסקנים שרייען אויס צו כלל ישראל, אשריכם! מי כעמך ישראל! נאר מיט אייער ווארעמע הילף און שטיצע און האט מען בס"ד געקענט אנקומען צום היינטיגן טאג און באוויזן צו דערגרייכן דאס אומגלויבליכע! און נאר מיט ענקער ווייטערדיגע שטיצע וועט מען בס"ד באווייזן ארויסצוראטעווען אלע קינדערלעך מאפילה לאור גדול!
ווי זענען זיי געוועהן באהאלטען?
גייט מען איינזעצען די קידנעפער?
גייען זיי צוריק צו זייערע מענער דערווייל וואס זיי זענען אינטער 18?