באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
- ר' ישעי'
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 41
- זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 1:01 pm
- Location: שבתי בבית ה' כל ימי חיי
- x 18
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
חכם נסים בן שמעון אצל האדמור מסקווירא
ס'דא ר' יושע און ס'דא ר' יושע'לע,
ס'דא ר' ישעי'לע און ס'דא ר' ישעי'!
ס'דא ר' ישעי'לע און ס'דא ר' ישעי'!
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 801
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 11:44 pm
- x 1397
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
כ"ק אדמו"ר מ'זוועהיל שליט"א וואס וויילט צוגאסט אין מאנטעראל וועט אויפטרעטן מיט א דרשת חינוך אין בית המדרש הגדול דקהל יטב לב ד'סאטמאר
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א ביי כ"ק אדמו"ר מקאפישניץ שליט"א
די קשאנובער האט געלערנט 25 שעה א טאג! איי סנאר דא 24 שעה, ער איז אויפגעשטאנען א שעה פרי!
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
סאטמאר מהר"יי
זונטאג פרשת נצבים-וילך
פארן דאווענען האט די רבי געלייגט תפילין פאר הבחור הבר מצוה בן הרה"ח ר' שבתי קאהן הי"ו
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית און היכל ביהמ"ד הגדול אום 9:15 און פארגעזאגט ברכות
בעל תפילה איז געווען מו"ה חיים יחיאל ברי"ב לויפער הי"ו
נאך לדוד השם האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג בחודש אלול
נאכן דאווענען איז פארגעקומען דער ברית מילה לבן הנולד אצל מו"ה ישכר דוב אקערמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק
דערנאך איז דער רבי אריין בחדר המיוחד געלייגט תפילין דרבינו תם
דערנאך איז אריין אל הקודש פנימה דער בר מצוה בחור ווי דער רבי האט אנגעווינטשען ברכת קדשו און געגעבן במתנה די ספר הקדוש ויואל משה בחתימת יד קדשו כנהוג
ארום 12:30 האט דער רבי מנחם אבל געווען ביי משפחת יאקאבאוויטש וואס זיצן שבעה ע"פ אמם ע"ה אשת הרה"ח ר' משה יאקאבאוויטש ז"ל
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט קיין בארא פארק ווי דער רבי איז צומערשט אנגעקומען אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מ'רחמיסטריווקא שליט"א עס איז אויך אנוועזענט געווען הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער דאס התקשרות פון כ"ק אדמו"ר מ'רחמיסטריווקא זצ"ל צו רביה"ק זי"ע און רביה"ק בעל ברך משה זי"ע דערנאך האט דער רחמיסטריווקא רבי שליט"א מכבד געווען מיט לחיים און דער רבי האט אנגעווינטשען ברכת קדשו הצלחה וסייעתא דשמיא ווייטער צו פירן דער עדה הקדושה בדרך אבותיו הק'
דערנאך האט דער רחמיסטריווקא רבי שליט"א ארויסבאגלייט דעם רבי'ן ביזן קאר
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען צו בית מדרשינו החדש אויף דער אכט און פופציג'סטער גאס ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די מלאכת הבניה וואס האלט שוין ביים לעצטן פאזע און וועט אי"ה זיין גרייט אויף די ימים הנוראים הבעל"ט
און אנגעווינטשען ברכת קדשו פאר די הנהלת הבית מדרש און די עסקנים
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אויף באזוך ביי הגה"צ ר' יצחק טווערסקי שליט"א נשיא מוסדות סקווירא ב"פ נאך וואס ער ערהוילט זיך פון א פראצעדור
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען צום שטוב פון הרה"ח ר' נחמן מאשקאוויטש הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א מעמד חתימת שטרות ווי ר' נחמן הי"ו האט אפגעקויפט א זכות הכתה אינעם נייעם בנין האדיר בית חינוך לבנות וואס ווערט געבויט דורך מוסדותינו הק' מוסדות יטב לב בירושלים עיה"ק
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס זכרונות איבער די באזוכן פון רביה"ק זי"ע און ארה"ק
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' אהרן הערש פריינד הי"ו חבר הנהלת המוסדות
דערנאך האט דער רבי אינטערגעשריבן די שטרות און געמאכט א לחיים פארטיילט שריים און ווארעם אנגעווינטשען ר' נחמן הי"ו און די בני המשפחה
דערנאך האט משמיע געווען דברי ברכה הגה"צ אבד"ק ירושלים- קרית יואל שליט"א
ארום 3 אזייגער האט זיך דער רבי צירוקגעקערט לביתו נאוה קודש און וויליאמסבורג
אום 6:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בביתו נאוה קודש
בעל תפילה איז געווען הרה"ח ר' ברוך יודא רייך הי"ו
נאך מנחה איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה לקראת די ימי הרחמים והרצון
ביים זמן רבינו תם איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בעל תפילה איז געווען הב' בן הרה"ג ר' יושע רייז שליט"א ר"מ בישיבה
דערנאך האט מען ווייטער געזעגענט
בין הנכנסים זענען אריין בקודש פנימה הגה"צ נפתלי הוראוויץ שליט"א אב"ד זכרון נפתלי מיט בנו הרב מענדל הוראוויץ שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לקראת די חתונה פון א קינד
אום 11:15 איז דער רבי אנגעקומען און די נזר יהודא זאלן צום שמחת השבע ברכות פון החתן בן הרה"ח ר' יואל ברא"ש מייזעלס הי"ו פון קרית יואל הכלה בת הרה"ח ישכר דוב גלויבער הי"ו פון וויליאמסבורג איידעם ביי הרה"ח ר' אשר אלימלך מייזעלס הי"ו חבר הנהלת מוסדותינו הק'
די רבי האט געמאכט א לחיים פארטיילט שריים און אנגעווינטשען ברכת קדשו פאר דער חתן און מחותנים נאכן בענטשן האט דער רבי געזאגט די שבע ברכות און זיך אויפגעשטעלט און א ריקוד מיט דער חתן און מחותנים און א עקסטערן ריקוד מיטן זיידע הרה"ח ר' אשר אלימלך מייזעלס הי"ו
דערנאך האט זיך דער רבי צירוקגעקערט לביתו נאוה קודש ווי עס זענען אריין אל הקודש פנימה די הנהלת ישיבה קטנה פון בארא פארק ווי עס איז פארגעקומען אן אסיפה לקראת דעם נייעם זמן דעם קומענדיגן חודש חשון הבעל"ט
~
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 19
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:09 am
- x 13
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
שרעקעדיג וויאזוי פילט ר' אלימלך?עדיטאריעל האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 12:55 pmhttps://drive.google.com/file/d/1DnikFa ... p=drivesdk
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
כהער אז ער גייט מיט א סקוטער... כווייס נישט אויב סאיז אמת...notification האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 3:32 amשרעקעדיג וויאזוי פילט ר' אלימלך?עדיטאריעל האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 12:55 pmhttps://drive.google.com/file/d/1DnikFa ... p=drivesdk
די קשאנובער האט געלערנט 25 שעה א טאג! איי סנאר דא 24 שעה, ער איז אויפגעשטאנען א שעה פרי!
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
האדמו"ר מסאטמאר באזוכט ביי האדמו"ר מראחמיסטריווקא אין ב"פ
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6612
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 15259
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
נא לברר, כבין נייגעריג.קשאנובער האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 3:35 amכהער אז ער גייט מיט א סקוטער... כווייס נישט אויב סאיז אמת...notification האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 3:32 amשרעקעדיג וויאזוי פילט ר' אלימלך?עדיטאריעל האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 12:55 pm
https://drive.google.com/file/d/1DnikFa ... p=drivesdk
דעם שב"ק קומט פאר דער יערליכער שבת פאר תומכי RCCS אין מירון בראשות רבי אלימלך.
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
אויף די ווידיא זונטאג צופרי וויאזוי רבי אלימלך זאגט נשמת ביים ציון האט נישט אויס געזעהן אזוי.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 8:10 amנא לברר, כבין נייגעריג.
דעם שב"ק קומט פאר דער יערליכער שבת פאר תומכי RCCS אין מירון בראשות רבי אלימלך.
נקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 14, 2024 11:25 pm 1) וואס איז וואכענשריפט / היימשטאט / UJC?
ווער וויל צוברעכן קרית יואל / וויל עס אויפבויען / האט געבויעט א נייע שוהל וואס מען דארף נישט / פארדינגט הייזער פאר גוים?
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
האדמו"ר מוויזניץ אין א שמועס מיט די לאנגיעריגע הויז בחור הרב יוסף שמעון שכטר ביי זיין שבע ברכות
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 36
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 3:45 pm
- x 9
- דער פאטעטע מייסטער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1005
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
- x 1467
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
רבינו שליט"א ביים פארטיילן שליח מצוה געלט נעכטען זונטאג נאך תפילת שחרית אין ישיבה סניף קדושת יואל, לרגל די נסיעה למקומות הקדושים די וואך קיין אייראפע.
~
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
- דער פאטעטע מייסטער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1005
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
- x 1467
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
רבינו שליט"א ביים פארטיילן געבענטשטע מטבעות פאר די תלמידי כתה ח' פון וומ"ס סניף הר"ר יואל שטערן שליט"א וועלכע האבן זיך אויסגעצייכענט מיט קבלות טובות בעניני תפילה.
~
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
- דער פאטעטע מייסטער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1005
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
- x 1467
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
=שבת קודש פרשת כי תבא=
ארום 8:05 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הר"ר חנני' גאלדבערגער שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:35.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פארן חסידישן סעמינאר אין ירושלים עטה"ק.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הבה"ח מאיר אליעזר ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' אהרן אייזען הי"ו - ירושלים.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' שלמה הערש בר"א עקשטיין שליט"א - מו"ץ.
מנוחה ושמחה: הרב חיים מאיר שטיין שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'ועתה הנה הבאתי את ראשית פרי האדמה' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון יש אם למקרא או למסורת.
קה אכסוף: הרה"ח ר' ליפא ברייער הי"ו - מאנסי.
ברכת המזון: הר"ר בערל גלאנץ שליט"א - מבארדיוב.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' מרדכי דוב מ'האראנסטייפל זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם פרייטאג כ"ב אלול.
קה רבון עלם: הר"ר יוסף בנימין שטערן שליט"א - ב"פ.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אהרן אייזען הי"ו.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:45.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:35.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר יחזקאל געלבשטיין שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יוסף זאב מויקאפף הי"ו - וומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר יוסף בנימין שטערן שליט"א.
כהן: הרה"ח ר' יודל כ"ץ הי"ו.
לוי: החתן יואל ב"ר אברהם עזרא אפפעלדארפער הי"ו.
שלישי: החתן אהרן ב"ר יואל זילבערשטיין הי"ו - באווארפען.
רביעי: החתן יחזקאל שרגא ב"ר חנני' גאלדבערגער הי"ו - באווארפען.
הרה"ח ר' יצחק אייזיק זילבערשטיין הי"ו.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' אפרים אליעזר שטערן הי"ו.
ר' נחמי' ווערצבערגער הי"ו.
ר' יואל ברמ"צ גאלדמאן הי"ו.
ר' משה ברח"א יאקאב הי"ו.
שביעי: הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד הי"ו.
אחרון: החתן יקותיאל מנשה ב"ר יוסף לעווי הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' ברוך מרדכי ראזענבערג הי"ו.
גלילה: ר' בנימין יחזקאל שרגא ווייס הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הר"ר ישראל מאיר טייטלבוים שליט"א - אב"ד קאלבאסאב מאנסי.
פתיחה צו אנעים זמירות: ר' אשר זעליג גרינבערג הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:35.
נאכן דאווענען איז דער רבי אריבער צו ביהמ"ד ציעשנוב ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביים שמחת הקידושא רבא פון אן אייניקל פון גיסו הגה"צ אב"ד קהלתינו הק' מאנטריאל שליט"א, בת הנולד אצל הרב אלחנן חיים טייטלבוים שליט"א חתן הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א - אב"ד ציעשנוב ק"י,
דער רבי האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות אין פיש און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, פארן זיידן אב"ד ציעשנוב ק"י, און פארן עלטער זיידן הגה"צ רבי חיים יעקב רובין שליט"א - אבד"ק ציעשנוב, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בסיפורי צדיקים מיט די חשובע רבנים שליט"א, מען האט פארענדיגט ארום 1:15.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:00 אזייגער.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' יואל ברא"ח גאלדמאן הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר יוסף לעווי הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' יעקב ברז"ל גליק הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' אברהם עזרא אפפעלדארפער הי"ו - וומ"ס.
שלישי: הרה"ג ר' מנחם זאב שטערן שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' חיים הערש גאלדבערגער הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ועתה הנה הבאתי את ראשית פרי האדמה' און ארויסגעברענגט אז כדי צו קענען זוכה זיין צו תשובה שלימה פעלט זיך קודם אויס אז דער מענטש זאל מאכן די התחלה, אפילו נאר א קליינע תשובה א 'פתח כחודו של מחט' און נאר דעמאלטס קען מען זוכה זיין אז הקב"ה זאל עפענען די 'פתחו של אולם' און די תשובה זאל נתקבל ווערן בשלימות,
און דער רבי האט שטארק מעורר געווען אז עס איז שוין אריבער א האלבע חודש און מיט אביסל התבונונות זעט מען אז מען האלט נאך ביי גארנישט מען האט נאכנישט אנגעהויבן תשובה צו טוהן, דארף מען מרבה זיין בתפילה ותחנונים און איינרייסן אז מען זאל זוכה זיין צו באקומען א התעורורות תשובה און עפענען א פתח כחודו של מחט און נאכדעם וועט מען שוין זוכה זיין אז הקב"ה וועט עפענען די פתח כפתחו של אולם און מקבל זיין די תשובה בשלימות.
ידיד נפש: הר"ר פרץ טובי' דייטש שליט"א.
קל מסתתר: הרה"ח ר' זונדל דרוממער הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן יואל ב"ר אברהם עזרא אפפעלדארפער הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' מנחם זאב מאקעבעצקי הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:30.
נאך הבדלה האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' יוסף יאקאב ע"ה.
ארום 12:40 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון בית רחל פאראדייס ווי עס איז פארגעקומען די סיום מסכת קידושין דורך די הונדערטער תלמידי 'כתה מכינה לישיבה' מיט די השתתפות פון די עלטערן און זיידעס פון די בחורים,
מען האט פארגעזינגען חרוזים, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ארויסברענגענדיג מיט התרגשות איבער די גרויסקייט פונעם מעמד ווי אזויפיל הונדערטער בחורים זענען מסיים מסכת קידושין, און צוגעענדיגט מיט דברי ברכה פאר די חשוב'ע עלטערן און זיידעס און פאר אלע בחורים.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט פאר אלע בחורים א זמירות ברך משה,
מען האט געענדיגט ארום 1:15.
=זונטאג נצו"י=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יצחק נפתלי מאנן הי"ו.
ב"ר ישעי' ווערצבערגער הי"ו.
ב"ר אהרן יודא לעבאוויטש הי"ו.
דער רבי האט געבלאזן שופר, און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק כ"ב.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אויך זענען אריין א קבוצה בחורים מתלמידי הישיבה אינאיינעם מיטן מנהל שליט"א אפנעמען ברכת הקודש לרגל דאס אפרייזן די וואך למקומות הקדושים אין אייראפע,
דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטי הנסיעה און דערנאך זענען די בחורים אריבער ווי דער רבי האט פארטיילט שליח מצוה געלט און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט די פיפטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מתנה ע"מ להחזיר' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה,
מען האט געענדיגט ארום 2:30.
זמני כניסה איז געווען פון 6:10 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שמואל אהרן זינגער הי"ו און הרה"ח ר' יצחק אייזיק קרויס הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' משה מנחם שלעזינגער הי"ו און הרה"ח ר' מיכאל משה ברילל הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:00 אזייגער, און מעריב ארום 12:30.
~
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
אויב כ'מעג
ווער איז דער ? ער שטייט אייביג אייביג אייביג ארום דעם רבין
מה שמו????
ווער איז דער ? ער שטייט אייביג אייביג אייביג ארום דעם רבין
מה שמו????
אז עפעס איז שווער פרעגט מען וואסאפשט.............
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
נישט ווארדער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 8:10 amנא לברר, כבין נייגעריג.
דעם שב"ק קומט פאר דער יערליכער שבת פאר תומכי RCCS אין מירון בראשות רבי אלימלך.
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
יא ווארטייטלבוים האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 4:46 pmנישט ווארדער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 8:10 amנא לברר, כבין נייגעריג.
דעם שב"ק קומט פאר דער יערליכער שבת פאר תומכי RCCS אין מירון בראשות רבי אלימלך.
האבעך עטליכע קרובים וואס פארן
שקר אין לו רגלים: ווי לאנג די אמת טוט זיך אן די זאקן פליהט שוין די שקר ארום די גאנצע וועלט (קרעדיט: מעלות)
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2415
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 7536
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
כ'על אים פרעגן אויב ער איז גרייט ארויסצוגיין מיט זיין נאמען אין פאבליק
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
ער איז פון א''י אן איידעם פון ר' אלי' כץ?דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 4:32 pm ידיד נפש: הר"ר פרץ טובי' דייטש שליט"א.
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
yesYankel האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 5:03 pmער איז פון א''י אן איידעם פון ר' אלי' כץ?דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 4:32 pm ידיד נפש: הר"ר פרץ טובי' דייטש שליט"א.
דאכט זיך ער וואינט היינט אין קרית יואל
- לעבער מיט שוואמען
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 190
- זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:35 pm
- Location: אין רעצעפט ביך
- x 157
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
סאטמאר מהר''יי
ארויסגעקומען די ניגונים פאר די הייליגע טעג פון די יאר.
פאר א פריוויא דרוקט דא
https://customer.teleground.com//media/ ... 231300.wav
ארויסגעקומען די ניגונים פאר די הייליגע טעג פון די יאר.
פאר א פריוויא דרוקט דא
https://customer.teleground.com//media/ ... 231300.wav
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
גערעדט פון די סקוטער.. נ’וואדע איז דעי וואך די גרויסע rccs שבת אין מירוןקישטא קאי האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 4:58 pmיא ווארטייטלבוים האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 4:46 pmנישט ווארדער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 8:10 am
נא לברר, כבין נייגעריג.
דעם שב"ק קומט פאר דער יערליכער שבת פאר תומכי RCCS אין מירון בראשות רבי אלימלך.
האבעך עטליכע קרובים וואס פארן
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
סאטמאר מהר״יי
מאנטאג פרשת נצבים-וילך
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר
הבחור הבר מצוה בן הרה״ג ר׳ זלמן לייב היללער שליט״א מנהל בישיבתינו הק׳
בן הר״ר מרדכי יודא ווייס שליט״א מרביץ תורה במוסדותינו הק׳
ובן הרה״ח ר׳ ישראל שמעון טעללער הי״ו פון קרית יואל
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית בהיכל ביהמ״ד הגדול אום 8:15 און פארגעזאגט ברכות
בעל תפילה איז געווען מו״ה משה הלל קאהן הי״ו
ביי קריאת התורה איז נתכבד געווארן מיט
פתיחה: מו״ה שלום דוב טענענבוים הי״ו
כהן: מו״ה יצחק ברוין הי״ו
לוי: הרב יצחק אייזיק ראטענבערג שליט״א נכד רבינו
שלישי: הבחור הבר מצוה בן הרה״ג ר׳ זלמן לייב היללער שליט״א
דער רבי איז געגאנגען הגבה
גלילה: הבחור הבר מצוה בן הרה״ח ר׳ ישראל שמעון טעללער הי״ו
נאך לדוד השם האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג בחודש אלול
נאכן דאווענען איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי געלייגט תפילין דרבינו תם און עוסק געווען בלימודו
דערנאך זענען אריין אל הקודש פנימה די בר מצוה בחורים ווי דער רבי האט אנגעווינטשן ברכת קדשו און געגעבן במתנה ספה״ק ויואל משה בחתימת יד קדשו כנהוג
דערנאך האט זיך דער רבי צוריקגעקערט לביתו נאוה קודש
און די פארמיטאג שעות זענען אריין אל הקודש פנימה די אינגערלייט אברכי ״כולל לעיקוואוד״ פונעם שטאט יוסטון-טעקסעס.
דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש בעניני לימוד התורה ודברי הכנה לקראת די ימים הנוראים הבעל״ט דערנאך זענען די אינגערלייט אדורך ווי דער רבי האט אנגעווינטשען ברכת קדשו
אום 5 אזייגער איז געווען זמני כניסה לקראת די ימי הרחמים והרצון
ארום 6:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בביתו נאוה קודש בעל תפילה איז געווען מו״ה משה יודא אקערמאן הי״ו
נאך מנחה האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון
החתן בן הרבני הנגיד ר׳ חיים נחום ווערצבערגער הי״ו פון קרית יואל הכלה בת הרה״ח ר׳ חיים יצחק מאנדל הי״ו מנכ״ל מוסדותינו הק׳ און וויליאמסבורג באולם כתר ריזל
און ביי די חופה פון החתן בן הרה״ח ר׳ מענדל קרויס הי״ו הכלה בת הרה״ח ר׳ יעקב גליק הי״ו און די פרדס פיגא זאלן
דערנאך האט דער רבי ווייטער געזעגענט ביז 11 אזייגער אויפדערנאכט
בשעת׳ן געזעגענען ביים זמן רבינו תם איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בעל תפילה איז געווען הב׳ נחמי יאקאבאוויטש ני״ו
אום 11:10 איז דער רבי צוריק אנגעקומען און די כתר ריזל זאלן צום שמחת החתונה פון החתן בן הרבני הנגיד ר׳ חיים נחום ווערצבערגער הי״ו פון קרית יואל א זוהן פון הרה״ח הישיש ר׳ הערש אלימלך ווערצבערגער הי״ו ראה״ק בקהלתינו הק׳ און מאנסי
הכלה בת הרה״ח ר׳ חיים יצחק מאנדעל הי״ו מנכ״ל מוסדותינו הק׳ און וויליאמסבורג
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשען ברכת קדשו און דערנאך זיך ארויסגעלאזט און א ריקוד מיט דער חתן די מחותנים און די זיידעס
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אין די פרדס פיגא זאלן צום שמחת החתונה פון החתן בן הרה״ח ר׳ מענדל קרויס הי״ו איידעם ביי הרבני הנגיד הרב אליעזר קעסטענבוים שליט״א נשיא כולל דמשק אליעזר הכלה בת הרה״ח ר׳ יעקב גליק הי״ו
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשען ברכת קדשו און דערנאך זיך ארויסגעלאזט און ריקוד מיט דער חתן די מחותנים און די זיידעס און אן עקסטערן ריקוד מיטן זיידע ר׳ אליעזר הי״ו
ארום 12 אזייגער האט זיך דער רבי צוריקגעקערט לביתו נאוה קודש.
~
- דער פאטעטע מייסטער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1005
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
- x 1467
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
רבינו שליט"א ביים שמחת התנאים פון נכדו החתן הרב מאיר אליעזר טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, וואס איז פארגעקומען אין די ספינקא זאל אין ב"פ.
~
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
- דער פאטעטע מייסטער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1005
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
- x 1467
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 12:24 pmבצל הקודש
רבינו שליט"א ביים שמחת התנאים פון נכדו החתן הרב מאיר אליעזר טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, וואס איז פארגעקומען אין די ספינקא זאל אין ב"פ.
~~
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל