כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
הלבלר בקולמסו
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 788
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 1211

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

קאכעדיג האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 11:23 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 11:13 pm כ'ווייס נישט ווער עס זאגט די באריכטן אויף קרעטשמע (אגב, אמאל איז עס געווען א וואויסנאוט פאר זיין חבר... היינט איז עס שוין א אפיציעלע באריכט)... אבער מען זאגט נישט הי"ד אין קיין שום פאל אויף אידישע קינדער, הי"ד איז געמאכט צו נוצן אויף גוים.

אויף אידן איז מען מתפלל אז זיי זאלן תשובה טון.
איך בין נישט איינער וואס קען פסק'נען אויף די פאל, אבער דאס איז פשוט אז אויף אן עוכר ישראל קען מען זאגן הי"ד פונקט ווי מ'זאגט ימ"ש
ערביך ערבא צריך..
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 509
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5699

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 11:13 pm כ'ווייס נישט ווער עס זאגט די באריכטן אויף קרעטשמע (אגב, אמאל איז עס געווען א וואויסנאוט פאר זיין חבר... היינט איז עס שוין א אפיציעלע באריכט)... אבער מען זאגט נישט הי"ד אין קיין שום פאל אויף אידישע קינדער, הי"ד איז געמאכט צו נוצן אויף גוים.

אויף אידן איז מען מתפלל אז זיי זאלן תשובה טון.
מאן יימר אז מ'זאגט נישט אין קיין שום פאל הי"ד אויף אידישע רוצחים? ווייל איר זענט געוואוינט אז א מערדער איז א קרייצצוגלער אדער נאצי?

אין מיין תורה שטייט אז א רוצח איז מחויב מיתה, אפילו ער קען תשובה טוהן, עכ"פ ווילאנג די רוצחים גייען ווייטער אן מיט זייערע מעשי רשע אן די מינדעסטע חרטה, קומט זיך זיי א נקמה אין די פארגאסענע בלוט פון זייערע אומשולדיגע קרבנות, און דאס זאגט די תורה, נישט איך.

כל המרחם על האכזרים סופו להתאכזר על הרחמנים.
בית הכנסת
פרישער באניצער
פאוסטס: 63
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 11:16 am
x 274

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בית הכנסת »

סענס אף יומער האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 2:03 am
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 11:13 pm כ'ווייס נישט ווער עס זאגט די באריכטן אויף קרעטשמע (אגב, אמאל איז עס געווען א וואויסנאוט פאר זיין חבר... היינט איז עס שוין א אפיציעלע באריכט)... אבער מען זאגט נישט הי"ד אין קיין שום פאל אויף אידישע קינדער, הי"ד איז געמאכט צו נוצן אויף גוים.

אויף אידן איז מען מתפלל אז זיי זאלן תשובה טון.
מאן יימר אז מ'זאגט נישט אין קיין שום פאל הי"ד אויף אידישע רוצחים? ווייל איר זענט געוואוינט אז א מערדער איז א קרייצצוגלער אדער נאצי?

אין מיין תורה שטייט אז א רוצח איז מחויב מיתה, אפילו ער קען תשובה טוהן, עכ"פ ווילאנג די רוצחים גייען ווייטער אן מיט זייערע מעשי רשע אן די מינדעסטע חרטה, קומט זיך זיי א נקמה אין די פארגאסענע בלוט פון זייערע אומשולדיגע קרבנות, און דאס זאגט די תורה, נישט איך.

כל המרחם על האכזרים סופו להתאכזר על הרחמנים.
ער האט זיך נישט מרחם געווען אויף אכזרים, ער האט סך הכל געזאגט אז מען זאגט נישט הי"ד אויף א איד. איך זאג נישט קיין מיינונג אין דעם, איך זאג סתם אז ער האט זיך נישט מרחם געווען אויף קיינעם דא.
קטןודל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 422
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 8:48 am
x 642

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קטןודל »

monseyyid האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 8:16 pm
קטןודל האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 7:02 pm
monseyyid האט געשריבן: זונטאג מאי 18, 2025 11:59 pm

he would be happy to give it for you for free for just $5

https://www.letsgomembers.com/videos
איינער וואס האט עס געזען קען רעקאמענדירן אויב ס'איז אינטערעסאנט ?
yes highly recommend
שוין געזען. ס'איז גאנץ אינטערעסאנט, אריינגערעכנט ווי אזוי הרב פעדער (וואס איז שוין אינעם כת זינט די מאנסי יארן) לויבט אויס זיין פארשטארבענעם רבי'ן (זיין צורה האט ממש אויסגעזען ווי די פריערדיגע צדיקים...) און אז נחמן דער 'חכם' איז א עולה תמימה... ועוד ועוד, אבער א שאד הרב שווארץ איז נישט געקומען בעסער צוגעגרייט, די קשיות וואלטן געקענט זיין אסאך תמימות'דיג-ציפעדיגער
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 509
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5699

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

נעכטן שפעט אויפדערנאכט איז פארגעקומען א וויכטיגע אסיפה אין שטאט מאנטריאל אין שטוב פון כ"ק אדמו"ר מ'וויזניץ שליט"א, וואו עס האבן זיך באטייליגט די חשוב'ע רבנים און מנהלי המוסדות פון קהילת סאטמאר , וויזניץ, און סקווירא. די אסיפה האט זיך פארצויגן פאר ארום אנדערטהאלבן שעה, וואו מ'האט ארומגערעדט איבער די וויכטיגקייט און די גרויסע אחריות צוצושטעלן ערליכע בתי חינוך פאר די קינדער פון יוצאי גוואטעמאלא וועלכע האבן זיך באזעצט אין מאנטריאל, אז זיי זאלן זיך קענען איינגלידערן צווישן היימישע אידן און אויפוואקסן ערליכע אידישע קינדער, און אלע קהילות צוגלייך האבן אויסגעדרוקט זייער גרייטקייט צו נעמען א חלק אין די הצלת נפשות, און זיך אונטערגענומען און מתחייב געווען צו נעמען א גלייכע חלק און ארייננעמען די קינדער אין זייערע מוסדות.
אבד''ק לי והגליל
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 4:27 pm
Location: ירושלים
x 52

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אבד''ק לי והגליל »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 11:13 pm כ'ווייס נישט ווער עס זאגט די באריכטן אויף קרעטשמע (אגב, אמאל איז עס געווען א וואויסנאוט פאר זיין חבר... היינט איז עס שוין א אפיציעלע באריכט)... אבער מען זאגט נישט הי"ד אין קיין שום פאל אויף אידישע קינדער, הי"ד איז געמאכט צו נוצן אויף גוים.

אויף אידן איז מען מתפלל אז זיי זאלן תשובה טון.
עס איז א שווערע שאלה אבער אלע וואס האבן געשריבן הי"ד אויף די הרוגי מירון מיטן טענה אז עס איז געוען א גדר פון די ציונים קענען זיכער מיקיל זיין צו שרייבן היד אויף זיי וק"ל
אוועיטער
ראובי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 190
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 16, 2025 3:54 am
Location: קרית יואל
x 213

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ראובי »

הורקנוס האט געשריבן: זונטאג מאי 18, 2025 10:55 pm
ראובי האט געשריבן: זונטאג מאי 18, 2025 10:43 am
הורקנוס האט געשריבן: זונטאג מאי 18, 2025 9:25 am
ucp.php?i=179
I did that already it's still doesn't work
דארפסט דריקן "שיק" צו סעיוון
שוין געטוהן און עס ארבעט נישט
❤️‍🔥❤️‍🩹א פייער ברענט און הארץ פון א איד!!
בלק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 167
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 9:48 am
x 361

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בלק »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 11:13 pm כ'ווייס נישט ווער עס זאגט די באריכטן אויף קרעטשמע (אגב, אמאל איז עס געווען א וואויסנאוט פאר זיין חבר... היינט איז עס שוין א אפיציעלע באריכט)... אבער מען זאגט נישט הי"ד אין קיין שום פאל אויף אידישע קינדער, הי"ד איז געמאכט צו נוצן אויף גוים.

אויף אידן איז מען מתפלל אז זיי זאלן תשובה טון.
אויף לייבי קלעצקי שרייבן אסאך הי"ד
בלק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 167
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 9:48 am
x 361

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בלק »

משה שפילמאן האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:46 am האט הרה"ג רבי יהושע העשיל בלום שליט"א משפחה דארט אין אויב יא ווער און מער דיטעלס
ייש"כ
שוועסטער
משה שפילמאן
פרישער באניצער
פאוסטס: 23
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 5:47 pm
Location: USA
x 126

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך משה שפילמאן »

בלק האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 10:35 am
משה שפילמאן האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:46 am האט הרה"ג רבי יהושע העשיל בלום שליט"א משפחה דארט אין אויב יא ווער און מער דיטעלס
ייש"כ
שוועסטער
אשת?
וויפיל קינדער?
וואס איז זייער סטאטוס?
האלטן זיי ביים ארויסגיין?
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 378
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 1191

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמועות טובות »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 11:13 pm כ'ווייס נישט ווער עס זאגט די באריכטן אויף קרעטשמע (אגב, אמאל איז עס געווען א וואויסנאוט פאר זיין חבר... היינט איז עס שוין א אפיציעלע באריכט)... אבער מען זאגט נישט הי"ד אין קיין שום פאל אויף אידישע קינדער, הי"ד איז געמאכט צו נוצן אויף גוים.

אויף אידן איז מען מתפלל אז זיי זאלן תשובה טון.
נאר ווען זאגט מען יא הי"ד?
אדרבה, קום אריין קלאר!
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3219
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3629

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אנדערער »

שמועות טובות האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 11:42 am
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 11:13 pm כ'ווייס נישט ווער עס זאגט די באריכטן אויף קרעטשמע (אגב, אמאל איז עס געווען א וואויסנאוט פאר זיין חבר... היינט איז עס שוין א אפיציעלע באריכט)... אבער מען זאגט נישט הי"ד אין קיין שום פאל אויף אידישע קינדער, הי"ד איז געמאכט צו נוצן אויף גוים.

אויף אידן איז מען מתפלל אז זיי זאלן תשובה טון.
נאר ווען זאגט מען יא הי"ד?
אדרבה, קום אריין קלאר!
אויף דר. דעהאן און ר' פנחס סעגאלאוו זאגט מען
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2428
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 5885

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ווער »

משה שפילמאן האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 11:33 am
בלק האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 10:35 am
משה שפילמאן האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:46 am האט הרה"ג רבי יהושע העשיל בלום שליט"א משפחה דארט אין אויב יא ווער און מער דיטעלס
ייש"כ
שוועסטער
אשת?
וויפיל קינדער?
וואס איז זייער סטאטוס?
האלטן זיי ביים ארויסגיין?
משה יוסף ראזנער
שמעיה
ניי צום טיש
פאוסטס: 14
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 11, 2025 6:08 pm
x 53

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמעיה »

סענס אף יומער האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 2:03 am
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 11:13 pm כ'ווייס נישט ווער עס זאגט די באריכטן אויף קרעטשמע (אגב, אמאל איז עס געווען א וואויסנאוט פאר זיין חבר... היינט איז עס שוין א אפיציעלע באריכט)... אבער מען זאגט נישט הי"ד אין קיין שום פאל אויף אידישע קינדער, הי"ד איז געמאכט צו נוצן אויף גוים.

אויף אידן איז מען מתפלל אז זיי זאלן תשובה טון.
מאן יימר אז מ'זאגט נישט אין קיין שום פאל הי"ד אויף אידישע רוצחים? ווייל איר זענט געוואוינט אז א מערדער איז א קרייצצוגלער אדער נאצי?

אין מיין תורה שטייט אז א רוצח איז מחויב מיתה, אפילו ער קען תשובה טוהן, עכ"פ ווילאנג די רוצחים גייען ווייטער אן מיט זייערע מעשי רשע אן די מינדעסטע חרטה, קומט זיך זיי א נקמה אין די פארגאסענע בלוט פון זייערע אומשולדיגע קרבנות, און דאס זאגט די תורה, נישט איך.

כל המרחם על האכזרים סופו להתאכזר על הרחמנים.
נאך מער פון דעם,
אין תורה שטייט אז גואל הדם האט רעכט צו הרגענען די רוצח.
דאס גיין מיר נישט טוהן, אבער כאטש דער אויבערשטער זאל דאס טוהן,
דערפאר בעטן מיר: השם יקום דמו.
לעבער אייער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 273
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
Location: בארא פארק
x 1214

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעבער אייער »

וואס גייט פאר וועמען האט מען יעצט ארעסטירט און פארוואס!
פיילס
IMG_20250520_134614_653.jpg
IMG_20250520_134614_653.jpg (186.71 KiB) געזען געווארן 1690 מאל
IMG_20250520_134618_460.jpg
IMG_20250520_134618_460.jpg (183.51 KiB) געזען געווארן 1690 מאל
לעבער אייער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 273
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
Location: בארא פארק
x 1214

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעבער אייער »

ער איז א גר וואס הייסט עובדיה ברוך איז געווארן ארעסטירט אפאר שעה צוריק,
בשעת ער איז געווען ביי די pgn וועגן זיינע קינדער
צוליב קלאגעס וואס ער האט.......
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 378
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 1191

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמועות טובות »

לעבער אייער האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 1:47 pm וואס גייט פאר וועמען האט מען יעצט ארעסטירט און פארוואס!
נעטפרי ביטע
סאלי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 10:39 am
Location: KJ
x 175

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סאלי »

monseyyid האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 8:16 pm
קטןודל האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 7:02 pm
monseyyid האט געשריבן: זונטאג מאי 18, 2025 11:59 pm

he would be happy to give it for you for free for just $5

https://www.letsgomembers.com/videos
איינער וואס האט עס געזען קען רעקאמענדירן אויב ס'איז אינטערעסאנט ?
yes highly recommend
די לופט אין בבל זעהט זיך אויס אזוי ווי זונטיג נאך אלע משפחות זענען אהיים פין קאנטרי
. אפאר מענטשען פארבליבן
סאלי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 10:39 am
Location: KJ
x 175

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סאלי »

לעבער אייער האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 2:00 pm ער איז א גר וואס הייסט עובדיה ברוך איז געווארן ארעסטירט אפאר שעה צוריק,
בשעת ער איז געווען ביי די pgn וועגן זיינע קינדער
צוליב קלאגעס וואס ער האט.......
איידעם ביי קמחי
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 509
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5699

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

אין די יעצטיגע מינוטן איז ארעסטירט געווארן דער גר עובדיה גוזמאן, די איליגעל א.ג. דאקטער פון לב טהור, וואס אונטער זיין פירערשאפט האט ער נישט ערלויבט קיין לב טהור מיטגלידער וואס זענען געווען נישט געזונט זיך צו גיין היילן ביי א געהעריגע דאקטאר, און דאס האט ליידער געקאסט אסאך אסאך נפשות רח"ל.

Screenshot_20250520-142655.jpg
Screenshot_20250520-142655.jpg (3.9 KiB) געזען געווארן 1460 מאל
בארדיטשוב
פרישער באניצער
פאוסטס: 26
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 8:38 am
x 26

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בארדיטשוב »

בלק האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 10:35 am
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2025 11:13 pm כ'ווייס נישט ווער עס זאגט די באריכטן אויף קרעטשמע (אגב, אמאל איז עס געווען א וואויסנאוט פאר זיין חבר... היינט איז עס שוין א אפיציעלע באריכט)... אבער מען זאגט נישט הי"ד אין קיין שום פאל אויף אידישע קינדער, הי"ד איז געמאכט צו נוצן אויף גוים.

אויף אידן איז מען מתפלל אז זיי זאלן תשובה טון.
אויף לייבי קלעצקי שרייבן אסאך הי"ד
קיינער שרייבט נישט יענער איז אסאך הכל א פאריקטע פארשוין קענסט קוקען אפילו אויף זיין מציבה
סאלי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 10:39 am
Location: KJ
x 175

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סאלי »

סענס אף יומער האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 2:31 pm אין די יעצטיגע מינוטן איז ארעסטירט געווארן דער גר עובדיה גוזמאן, די איליגעל א.ג. דאקטער פון לב טהור, וואס אונטער זיין פירערשאפט האט ער נישט ערלויבט קיין לב טהור מיטגלידער וואס זענען געווען נישט געזונט זיך צו גיין היילן ביי א געהעריגע דאקטאר, און דאס האט ליידער געקאסט אסאך אסאך נפשות רח"ל.


Screenshot_20250520-142655.jpg
נישט זיינע קינדער זענען געווען די קברים?
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1358
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 13934

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

אן אפענע בריוו פון אונז בני החבורה חשק שלמה דלב טהור דעל נהר כבר בגלות אמעריקע ובכל אתר ואתר, צו אונזערע ברודער אין הוצל דבנימין בבבל ובכל ארץ גוטאמאלא

שלו' וברכה צו אייך דערהויבענע בני חבורה, מיר ווילן דא אביסל שרייבן פון אונזער הארץ צו ענק טייערע חברים
איכה היתה לזונ' קרי' נאמנה, א חלק פון אונז עולי בבל געדענקען נאך די צייטן ווען די חבורה האט זיך געפונען דא אין אמעריקע, אין בארא פארק און דערנאך אין מאנסי בעפאר מען האט זיך געצויגן קיין רימינוב אין קאנאדע, מיר געדענקען די גוטע צייטן, די ווארימקייט און ערליכקייט פון די בני חבורה, עס איז געווען דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלו', דאס איז אנגעגאנגן ביז די ביטערע מחלוקת מיט קאשוי וואס כידוע איז קאשוי רב ז"ל געווען נאנט מיטן רבי'ן ביז די קינדער האבן ליידער אנגעהויבן רודפ'ן דעם רבי'ן, מיר אלע ווייסען וואס דער בלום וויל און קען טוהן, אבער דאהי אין אמעריקע האבן זיי קיין שליטה נישט געקענט האבן אויף די הייליגע חבריא נאר נאך וואס די רעגירונג האט פארטריבן דעם רבי'ן פון אמעריקע וועגן הצלת ישי האט זיך די חבורה געמוזט ציען קיין רימינוב, דארט שפעטער האבן די מוסרים אונז גערודפט ביז מיר זענען אנגעקומען קיין בבל
אונזער חבריא איז באשטאנען פון טהורי לב, חסידים פונעם אמאליגען דור וואס גשמיות האט נישט תופס מקום געווען, מען האט געלעבט צוזאמען אבער פאר זיך ווי עס שטייט מה טובו אוהליך יעקב
אחזו לנו שועלים קטנים מחבלי כרמים, דארטן זענען אנגעקומען די קוצים בכרם, די ביטערע ברודער וואס מען האט געמיינט אז זיי מיינען ערליכקייט און טובת הכלל, די רבי האט זיי מקרב געווען און מחזק געווען און חתונה געמאכט, למעשה במשך התקופה האט זיך אנגעהויבן ארויסשטעלן זיי אמת'דיגע פרצוף ווי זיי האבן מקיים געווען פני הדור כפני הכלב, ווי עס שטייט אין די גמרא ביים דור שבן דוד בא, בית הוועד, זייערע אפיסעס איז געווען לזנו', זיי האבן מקיים געווען מיט אונז דעם ואנשי גבול יסובבו מעיר לעיר ולא יחוננו, וחכמת הסופרים תסרח, ויראי חטא ימאסו, בשעת וואס זיי זענען געזיצן אין תפיסה האבן זיי אונז ארומגעפירט איבער די וועלט, נישט געלאזט קיין מנוחה, צושטערט אונזער חבריא און געפייניגט די קליינע קינדער שלא טעמו טעם חטא, אבער לאמיר א מינוט צוריקגיין, דער ספרא דדיינא און יעצטיגע ריש כלה האט נאך ביים אנטלויפן פון רימינוב מקיים געווען דעם נערים ילבינו פני זקנים וזקנים יעמדו לפני נערים, ער האט זיך מתחצף געווען כמה פעמים פארן רבין, ריש מתיבתא און אב"ד, אלעס צוליב זיין תאוות שררה און שליטה, צו קענען פוסע זיין על ראשי עם קודש, די רבי איז געווען מחולל מפשעיו און האט כמה פעמים נישט געוואלט מער פירן צוליב זייערע התנהגות, זיי זענען די רשעים און ערב רב וואס האבן זיך געמישט אין אונזער הייליגע חבורה, מיר ברויכן זיך צוזאמנעמען און שרייען, ויאמר למלאך המשחית הרף ידיך, נעמט אראפ ענקערע שמוציגע הענט פון אונז! ענק האבן אונז געברענגט צו דעם מצב, נישט נאצי בלום און נישט גרינהוט, ענק חכמים להרע, ענק האבן הנאה בשעת'ן זיצן אין תפיסה ווי אונזערע קינדער ווערן אויסגע'שמד און פארפייניקט, לאמיר זיך צוזאמנעמען און מקיים זיין ובערת הרע מקרבך, לאמיר אויסשפייען די נבל הכרמי, זיי זענען די ציונים פון וועמען מיר האבן אלעמאל מורא געהאט, זיי זענען מורדים באומות, זיי האבן געטרעטן אויף יעדע געזעץ און מורד געווען אין רעגירונג נאך רעגירונג, זיי פירן אן בעצת נערים המנוערים מתורה ומצות, זיי זענען מקיים דעם פסוק פון רחבעם'ס יונגע פריינד "אבי העמיס עליכם על כבד ואני אוסיף על עלכם אבי יסר אתכם בשוטים ואני איסר אתכם בעקרבים"
לאמיר זיך צוזאמנעמען און אונטערווארפן און מקבל זיין דעם עול הגלות בשלימות, ודרשו את שלום העיר אשר הגליתי אתכם שמה, לאמיר לאזן אזעלכע גוטע יודן ווי הרב פויזען אונז העלפן, לאמיר מקיים זיין די עצת זקנים "אם היום תהיה עבד לעם הזה ועבדתם ועניתם ודברת אליהם דברים טובים והיו לך עבדים כל הימים"
אונזערע ברודער אין אמעריקע ווילן העלפן, זיי פארשטייען די דערהויבענקייט פון די בני חבורה, דא כאפט מען נישט קיין קינדער און דא קען מען זיך פירן ווי די רבי האט זיך דא געפירט, די אמעריקאנער רעגירונג רודפט נישט קיין רעליגיע, דער חכם זיצט דא אין תפיסה נאר וועגן די עצת נערים פון די וויינגארטנס, זיי האבן אנגעברענגט את כל התלאה אשר מצאתנו בדרך, זיי זענען פינסטערע רשעים מיט בלוטיגע הענט, זיי באדערט נישט אז אונזערע קינדער גייען צוגרינד ברוחניות ובגשמיות, זיי טוט נישט וויי קיין חילול קברים און בזיון החיים והמתים, זיי זיצן אין תפיסה ווילן זיי אז אונזערע קינדער זאלן אויך זיין, לאמיר אויפדעקן די אמת'ע טמא'נע פרצופים אונטער זייער פאלטשע שמייכל, עד מתי יהיו לנו למוקש, מען ברויך זיי אויסשליסן פון די חבורה און זיך אליינס צוזאמנעמען בדרך התורה והמסורה, דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלו'
מיר וועלן שרייבן נאך מער וועגן זייערע רשעות און תיקונים ווען די צייט וועט קומען, אבער יעצט דארף מען איין זאך "הצלת נפשות ישראל" ראטעווען די קינדער פון שעלטערס און קומען קיין אמעריקע
טייערע ברודער בני החבורה, נעמט אייך צוזאמען און לאמיר ראטעווען אונזערע קינדער

מיר שרייבן מיט בענקעניש און ווארטן אייך צוזעהן דא צוזאמען מיט אונז

חבורת עולי בבל
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
Coventry
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:43 pm
x 228

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Coventry »

עפעס וואס @על פי תורה האט יעצט געשריבן האט געמאכט אז די נעפטרי ראבאט זאל בלאקן די לעצטע בלאט
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1122
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1530

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יאנטשי »

על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 4:22 pm
אן אפענע בריוו פון אונז בני החבורה חשק שלמה דלב טהור דעל נהר כבר בגלות אמעריקע ובכל אתר ואתר, צו אונזערע ברודער אין @הוצל דבנימין בבבל ובכל ארץ גוטאמאלא
;)
שרייב פאוסט