מאן יימר אז מ'זאגט נישט אין קיין שום פאל הי"ד אויף אידישע רוצחים? ווייל איר זענט געוואוינט אז א מערדער איז א קרייצצוגלער אדער נאצי?
אין מיין תורה שטייט אז א רוצח איז מחויב מיתה, אפילו ער קען תשובה טוהן, עכ"פ ווילאנג די רוצחים גייען ווייטער אן מיט זייערע מעשי רשע אן די מינדעסטע חרטה, קומט זיך זיי א נקמה אין די פארגאסענע בלוט פון זייערע אומשולדיגע קרבנות, און דאס זאגט די תורה, נישט איך.
מאן יימר אז מ'זאגט נישט אין קיין שום פאל הי"ד אויף אידישע רוצחים? ווייל איר זענט געוואוינט אז א מערדער איז א קרייצצוגלער אדער נאצי?
אין מיין תורה שטייט אז א רוצח איז מחויב מיתה, אפילו ער קען תשובה טוהן, עכ"פ ווילאנג די רוצחים גייען ווייטער אן מיט זייערע מעשי רשע אן די מינדעסטע חרטה, קומט זיך זיי א נקמה אין די פארגאסענע בלוט פון זייערע אומשולדיגע קרבנות, און דאס זאגט די תורה, נישט איך.
כל המרחם על האכזרים סופו להתאכזר על הרחמנים.
ער האט זיך נישט מרחם געווען אויף אכזרים, ער האט סך הכל געזאגט אז מען זאגט נישט הי"ד אויף א איד. איך זאג נישט קיין מיינונג אין דעם, איך זאג סתם אז ער האט זיך נישט מרחם געווען אויף קיינעם דא.
נעכטן שפעט אויפדערנאכט איז פארגעקומען א וויכטיגע אסיפה אין שטאט מאנטריאל אין שטוב פון כ"ק אדמו"ר מ'וויזניץ שליט"א, וואו עס האבן זיך באטייליגט די חשוב'ע רבנים און מנהלי המוסדות פון קהילת סאטמאר , וויזניץ, און סקווירא. די אסיפה האט זיך פארצויגן פאר ארום אנדערטהאלבן שעה, וואו מ'האט ארומגערעדט איבער די וויכטיגקייט און די גרויסע אחריות צוצושטעלן ערליכע בתי חינוך פאר די קינדער פון יוצאי גוואטעמאלא וועלכע האבן זיך באזעצט אין מאנטריאל, אז זיי זאלן זיך קענען איינגלידערן צווישן היימישע אידן און אויפוואקסן ערליכע אידישע קינדער, און אלע קהילות צוגלייך האבן אויסגעדרוקט זייער גרייטקייט צו נעמען א חלק אין די הצלת נפשות, און זיך אונטערגענומען און מתחייב געווען צו נעמען א גלייכע חלק און ארייננעמען די קינדער אין זייערע מוסדות.
עס איז א שווערע שאלה אבער אלע וואס האבן געשריבן הי"ד אויף די הרוגי מירון מיטן טענה אז עס איז געוען א גדר פון די ציונים קענען זיכער מיקיל זיין צו שרייבן היד אויף זיי וק"ל
מאן יימר אז מ'זאגט נישט אין קיין שום פאל הי"ד אויף אידישע רוצחים? ווייל איר זענט געוואוינט אז א מערדער איז א קרייצצוגלער אדער נאצי?
אין מיין תורה שטייט אז א רוצח איז מחויב מיתה, אפילו ער קען תשובה טוהן, עכ"פ ווילאנג די רוצחים גייען ווייטער אן מיט זייערע מעשי רשע אן די מינדעסטע חרטה, קומט זיך זיי א נקמה אין די פארגאסענע בלוט פון זייערע אומשולדיגע קרבנות, און דאס זאגט די תורה, נישט איך.
כל המרחם על האכזרים סופו להתאכזר על הרחמנים.
נאך מער פון דעם,
אין תורה שטייט אז גואל הדם האט רעכט צו הרגענען די רוצח.
דאס גיין מיר נישט טוהן, אבער כאטש דער אויבערשטער זאל דאס טוהן,
דערפאר בעטן מיר: השם יקום דמו.
סענס אף יומער האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 20, 2025 2:31 pm
אין די יעצטיגע מינוטן איז ארעסטירט געווארן דער גר עובדיה גוזמאן, די איליגעל א.ג. דאקטער פון לב טהור.
אן אפענע בריוו פון אונז בני החבורה חשק שלמה דלב טהור דעל נהר כבר בגלות אמעריקע ובכל אתר ואתר, צו אונזערע ברודער אין הוצל דבנימין בבבל ובכל ארץ גוטאמאלא
שלו' וברכה צו אייך דערהויבענע בני חבורה, מיר ווילן דא אביסל שרייבן פון אונזער הארץ צו ענק טייערע חברים
איכה היתה לזונ' קרי' נאמנה, א חלק פון אונז עולי בבל געדענקען נאך די צייטן ווען די חבורה האט זיך געפונען דא אין אמעריקע, אין בארא פארק און דערנאך אין מאנסי בעפאר מען האט זיך געצויגן קיין רימינוב אין קאנאדע, מיר געדענקען די גוטע צייטן, די ווארימקייט און ערליכקייט פון די בני חבורה, עס איז געווען דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלו', דאס איז אנגעגאנגן ביז די ביטערע מחלוקת מיט קאשוי וואס כידוע איז קאשוי רב ז"ל געווען נאנט מיטן רבי'ן ביז די קינדער האבן ליידער אנגעהויבן רודפ'ן דעם רבי'ן, מיר אלע ווייסען וואס דער בלום וויל און קען טוהן, אבער דאהי אין אמעריקע האבן זיי קיין שליטה נישט געקענט האבן אויף די הייליגע חבריא נאר נאך וואס די רעגירונג האט פארטריבן דעם רבי'ן פון אמעריקע וועגן הצלת ישי האט זיך די חבורה געמוזט ציען קיין רימינוב, דארט שפעטער האבן די מוסרים אונז גערודפט ביז מיר זענען אנגעקומען קיין בבל
אונזער חבריא איז באשטאנען פון טהורי לב, חסידים פונעם אמאליגען דור וואס גשמיות האט נישט תופס מקום געווען, מען האט געלעבט צוזאמען אבער פאר זיך ווי עס שטייט מה טובו אוהליך יעקב
אחזו לנו שועלים קטנים מחבלי כרמים, דארטן זענען אנגעקומען די קוצים בכרם, די ביטערע ברודער וואס מען האט געמיינט אז זיי מיינען ערליכקייט און טובת הכלל, די רבי האט זיי מקרב געווען און מחזק געווען און חתונה געמאכט, למעשה במשך התקופה האט זיך אנגעהויבן ארויסשטעלן זיי אמת'דיגע פרצוף ווי זיי האבן מקיים געווען פני הדור כפני הכלב, ווי עס שטייט אין די גמרא ביים דור שבן דוד בא, בית הוועד, זייערע אפיסעס איז געווען לזנו', זיי האבן מקיים געווען מיט אונז דעם ואנשי גבול יסובבו מעיר לעיר ולא יחוננו, וחכמת הסופרים תסרח, ויראי חטא ימאסו, בשעת וואס זיי זענען געזיצן אין תפיסה האבן זיי אונז ארומגעפירט איבער די וועלט, נישט געלאזט קיין מנוחה, צושטערט אונזער חבריא און געפייניגט די קליינע קינדער שלא טעמו טעם חטא, אבער לאמיר א מינוט צוריקגיין, דער ספרא דדיינא און יעצטיגע ריש כלה האט נאך ביים אנטלויפן פון רימינוב מקיים געווען דעם נערים ילבינו פני זקנים וזקנים יעמדו לפני נערים, ער האט זיך מתחצף געווען כמה פעמים פארן רבין, ריש מתיבתא און אב"ד, אלעס צוליב זיין תאוות שררה און שליטה, צו קענען פוסע זיין על ראשי עם קודש, די רבי איז געווען מחולל מפשעיו און האט כמה פעמים נישט געוואלט מער פירן צוליב זייערע התנהגות, זיי זענען די רשעים און ערב רב וואס האבן זיך געמישט אין אונזער הייליגע חבורה, מיר ברויכן זיך צוזאמנעמען און שרייען, ויאמר למלאך המשחית הרף ידיך, נעמט אראפ ענקערע שמוציגע הענט פון אונז! ענק האבן אונז געברענגט צו דעם מצב, נישט נאצי בלום און נישט גרינהוט, ענק חכמים להרע, ענק האבן הנאה בשעת'ן זיצן אין תפיסה ווי אונזערע קינדער ווערן אויסגע'שמד און פארפייניקט, לאמיר זיך צוזאמנעמען און מקיים זיין ובערת הרע מקרבך, לאמיר אויסשפייען די נבל הכרמי, זיי זענען די ציונים פון וועמען מיר האבן אלעמאל מורא געהאט, זיי זענען מורדים באומות, זיי האבן געטרעטן אויף יעדע געזעץ און מורד געווען אין רעגירונג נאך רעגירונג, זיי פירן אן בעצת נערים המנוערים מתורה ומצות, זיי זענען מקיים דעם פסוק פון רחבעם'ס יונגע פריינד "אבי העמיס עליכם על כבד ואני אוסיף על עלכם אבי יסר אתכם בשוטים ואני איסר אתכם בעקרבים"
לאמיר זיך צוזאמנעמען און אונטערווארפן און מקבל זיין דעם עול הגלות בשלימות, ודרשו את שלום העיר אשר הגליתי אתכם שמה, לאמיר לאזן אזעלכע גוטע יודן ווי הרב פויזען אונז העלפן, לאמיר מקיים זיין די עצת זקנים "אם היום תהיה עבד לעם הזה ועבדתם ועניתם ודברת אליהם דברים טובים והיו לך עבדים כל הימים"
אונזערע ברודער אין אמעריקע ווילן העלפן, זיי פארשטייען די דערהויבענקייט פון די בני חבורה, דא כאפט מען נישט קיין קינדער און דא קען מען זיך פירן ווי די רבי האט זיך דא געפירט, די אמעריקאנער רעגירונג רודפט נישט קיין רעליגיע, דער חכם זיצט דא אין תפיסה נאר וועגן די עצת נערים פון די וויינגארטנס, זיי האבן אנגעברענגט את כל התלאה אשר מצאתנו בדרך, זיי זענען פינסטערע רשעים מיט בלוטיגע הענט, זיי באדערט נישט אז אונזערע קינדער גייען צוגרינד ברוחניות ובגשמיות, זיי טוט נישט וויי קיין חילול קברים און בזיון החיים והמתים, זיי זיצן אין תפיסה ווילן זיי אז אונזערע קינדער זאלן אויך זיין, לאמיר אויפדעקן די אמת'ע טמא'נע פרצופים אונטער זייער פאלטשע שמייכל, עד מתי יהיו לנו למוקש, מען ברויך זיי אויסשליסן פון די חבורה און זיך אליינס צוזאמנעמען בדרך התורה והמסורה, דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלו'
מיר וועלן שרייבן נאך מער וועגן זייערע רשעות און תיקונים ווען די צייט וועט קומען, אבער יעצט דארף מען איין זאך "הצלת נפשות ישראל" ראטעווען די קינדער פון שעלטערס און קומען קיין אמעריקע
טייערע ברודער בני החבורה, נעמט אייך צוזאמען און לאמיר ראטעווען אונזערע קינדער
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור,
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!
על פי תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 20, 2025 4:22 pm
אן אפענע בריוו פון אונז בני החבורה חשק שלמה דלב טהור דעל נהר כבר בגלות אמעריקע ובכל אתר ואתר, צו אונזערע ברודער אין @הוצל דבנימין בבבל ובכל ארץ גוטאמאלא