סענס אף יומער האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 14, 2025 2:25 pm
גאר א דרינגענדע מעסעדזש פאר אחינו בני ישראל, איבערגעגעבן פון די עסקנים אויפן פראנט:
נאך א געוויסע געשיכטע וואס האט זיך לעצטנס אפגעשפילט, שפירן מיר פאר א פליכט צו ברענגען אן אויפוואכונג און ווארענען דעם ציבור זיך אכטונג צו געבן נישט צו באגיין קיין טעותים און אריינפאלן אין ערנסטע פראבלעמען ח"ו.
די עפיזאד האט פאסירט מיט איינע פון די לב טהור פירער מיטן נאמען אברהם דינקל, דער באטרעפנדער פירער אליינס האט נישט די מעגליכקייט ארויסצופארן פון גאוואטעמאלא בכלל, צוליב דעם וואס ער איז יעצט אויף דער פריי נאר אויף בעיל צוליב זיינע קלאגעס. אבער היות זיין ווייב און קינדער זענען יא ערלויבט ארויספארן פון לאנד, האט דער ריכטער ווי געווענליך פארלאנגט אונטער די פראטאקאלן פאר די לב טהור קעיסעס, אז כדי צו קענען צוריקבאקומען די קינדער און ארויספארן פון גוואטעמאלא, איז ערלויבט צו פארן בלויז צו די דריי דעזיגנירטע לענדער; אמעריקע, קאנאדע, און א"י, וויבאלד מיט די דריי לענדער פארמאגט די רעגירונג א אפמאך און א צוזאמענארבעט זיכער צו מאכן אז די קולט אנטוויקלט זיך נישט נאכאמאל, און די סיסטעם ארבעט ארבעט אז די ריכטער געבט ארויס א דאקומענט וואס ס'שטייט דארט קלאר אלע תנאים פון די באפרייאונג, און מיט דעם באקומען די עלטערן די פארלאנגטע ערלויבעניש צו קענען ארויסנעמען די קינדער פון די שעלטער, און פון דארט טוהט די PGN באגלייטן די קינדער ביזן ארויפשטייכן אויפן פליגער, זיכער צו מאכן
אז זיי פארן טאקע צום לאנד וואס די ריכטער האט פארלאנגט.
איז געגאנגען דער אברהם דינקל, און מיט די הילף פון א געוויסער איד פון בארא פארק, האבן זיי געפעלטשט די געריכטליכע דאקומענט און דאס געמאכט אויסקוקן ווי כאילו די ריכטער האט זיי געגעבן ערלויבעניש ארויסצופארן צו סיי וועלכע לאנד, און אברהם דינקל'ס ווייב מיט די הילף פון דעם איד, האט געוואלט מיט דעם געפעלשטן דאקומענט ארויספארן צוזאמען מיט אירע קינדער קיין ארגענטינע.
אבער ווי ערווארטעט האבן די באאמטע באצייטנס געכאפט דעם שווינדל, און די קינדער זענען פארשטייט זיך נישט ארויס געלאזט געווארן, און צוליב דעם פארברעכערישן אקט, טוהט
דער איד פון בארא פארק אויסשטיין ערנסטע קלאגעס און ס'ווארט אים אפּ שווערע טשארדזשעס פארן פרובירן ארויסצושמוגלען די קינדער פון גוואטעמאלא.
אין ליכט פון די דאזיגע פאסירונג, שפירן פאר גאר וויכטיג ארויסצוקומען און אויפוואכן דעם ציבור אז מ'זאל זיך גאר שטארק אכטונג געבן, וויבאלד די פירער פונעם כת לב טהור ווערט היינט צוטאגס באטראכט ביי די אלע רעגירונגען ווי א קרימינאלע באנדע,
און זיי האלטן א וואכזאם אויג צו זעהן פון וואו זיי באקומען געלט און שטיצע, און יעדע טראנזאקציע צו איינע פון זייערע אדער פארבינדעטע אקאונטס ווערט שטרענג נאכגעקוקט דורך די רעגירונג באאמטע. דעריבער דארף מען זיין עקסטרעם פארזיכטיג און זייער געווארנט
נישט צו שיקן קיין שום געלט צו סיי וועלכע לב טהור פארבינדעטע, אויסער דעם וואס די געלט גייט פאר זייערע געמיינע צוועקן און העלפט זיי אנגיין מיט זייערע מעשי רשע, קען מען דורך דעם אריינפאלן אין ערנסטע לעגאלע פראבלעמען, ממילא זאל מען זעהן צו שטיין ווייט פון אזעלכע זאכן, אויסער פאקטישע עסן קען מען יא - און מ'זאל אוודאי געבן, ווייל דאס ווייסט מען קלאר אז עס גייט פאר הונגעריגע אידן אז זיי זאלן האבן וואס צו עסן.