אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

נייעס אין אונזער קווארטאל
קיין מיינונג
פרישער באניצער
פאוסטס: 61
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 9:13 pm
Location: new york
x 25

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך קיין מיינונג »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 3:46 pm
יאנטשי האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 3:15 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 3:12 pm
נאר וואס יא, אויב האט דער דורותינו נישט געקענט טרעפן אינעם געזעץ קיין שום לאך, און זיי האבן נאר געקענט טרעפן די איין נארישקייט בדוחק גדול, דאן הייב איך שוין אן טראכטן אז די ישועה איז שוין יא בשלימות. ערנסט.
מאכסט חוזק צו וואס? דורותינו פארמאגט נישט קיין שטאב מיט לויערס וואס זענען איבערגעגאנגען די געזעץ צו טרעפן לעכער...

בד"וו, וואס איז טאקע די פלאן מיט ישיבה קטנה?
איך מאך נישט חוזק... איך קוק א מציאות... איך ווייס פון א קוואל אז זיי האבן שטארק שטארק שטארק פרובירט, און אויך אז זיי קענען טרעפן אפילו דברים שאין בו, און ס'איז מיר א פלא עצום אז זיי האבן עכ"ז נישט געטראפן עפעס בעסערס.

בנוגע ישיבות קטנות, בין איך נישט אינפארמירט גענוי, דערווייל.
ס'דא א באקאנטע מימרא פון הגה"ק ר' יאנקעלע מפשעווארסק ווען א ליטווישער האט זיך אפגערעדט אז די חסידים רעדן אסאך לשון הרע'ס האט ר' יאנקעלע געענטפערט: אזא גרויסע לשון הרע האב איך נאך נישט געהערט פון זיי.. לענינינו, אזא האס און שנאה, אפשיי, צו דורותינו, האב איך קיינמאל נישט געזעהן אין 'דורותינו' אויף אנדערע... סך הכל ווייל דורותינו פרובירט אראפצוגעבן דעם אמת כמו שהוא, און נוצט די אמאליגע שפראך, וואס 'יעדער' האט גענוצט בעפאר ס'איז אריינגעקומען אייגענע 'אינטרעסן', וד"ל, און דא רעדט מען פון 'נארמאלע באזעסענע מענטשן' נישט קיין 'דורותינו' מענטשטן וואס לויט אייערע ווערסיע זוכן נאר... גוט צו זעהן ווער ס''איז בייסיג, היציג, פיינטליך, און זוכט נאר אראפצורייסן...
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6455
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14818

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

קיין מיינונג האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 6:29 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 3:46 pm
יאנטשי האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 3:15 pm

מאכסט חוזק צו וואס? דורותינו פארמאגט נישט קיין שטאב מיט לויערס וואס זענען איבערגעגאנגען די געזעץ צו טרעפן לעכער...

בד"וו, וואס איז טאקע די פלאן מיט ישיבה קטנה?
איך מאך נישט חוזק... איך קוק א מציאות... איך ווייס פון א קוואל אז זיי האבן שטארק שטארק שטארק פרובירט, און אויך אז זיי קענען טרעפן אפילו דברים שאין בו, און ס'איז מיר א פלא עצום אז זיי האבן עכ"ז נישט געטראפן עפעס בעסערס.

בנוגע ישיבות קטנות, בין איך נישט אינפארמירט גענוי, דערווייל.
ס'דא א באקאנטע מימרא פון הגה"ק ר' יאנקעלע מפשעווארסק ווען א ליטווישער האט זיך אפגערעדט אז די חסידים רעדן אסאך לשון הרע'ס האט ר' יאנקעלע געענטפערט: אזא גרויסע לשון הרע האב איך נאך נישט געהערט פון זיי.. לענינינו, אזא האס און שנאה, אפשיי, צו דורותינו, האב איך קיינמאל נישט געזעהן אין 'דורותינו' אויף אנדערע... סך הכל ווייל דורותינו פרובירט אראפצוגעבן דעם אמת כמו שהוא, און נוצט די אמאליגע שפראך, וואס 'יעדער' האט גענוצט בעפאר ס'איז אריינגעקומען אייגענע 'אינטרעסן', וד"ל, און דא רעדט מען פון 'נארמאלע באזעסענע מענטשן' נישט קיין 'דורותינו' מענטשטן וואס לויט אייערע ווערסיע זוכן נאר... גוט צו זעהן ווער ס''איז בייסיג, היציג, פיינטליך, און זוכט נאר אראפצורייסן...
מיר האלטן דא ביין 231'סטע בלאט פון אן אשכול.

מיין באציאונג צו דורותינו איז געווען אקוראט די זעלבע ווען זיי האבן- אויסערליך - געזאגט די זעלבע ווי איך שרייב.

פארוואס טאקע? ווייל איך פארטראג נישט קיין מענטשן-האסער.
אוועיטער
פ. לאקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 263
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 516

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 5:22 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 4:46 pm אויב דו זעסט ערגעץ אינעם געזעץ (אלטע+נייע) אזא התחייבות, איז עס דא.

אויב דו זעסט עס נישט, איז עס נישט דא.
פעלדער איז נאך רעלעוואנט?

דארטן שטייט עס דאכט זיך.
די יעצטיגע געזעץ שרייבט קלאר ארויס אז אויב עפעס אין פעלדער איז מנוגד צו דעם געזעץ איז די יעצטיגע געזעץ שטערקער ווי פעלדער
קאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:14 pm ברויך נישט קיין מקור, עס איז פשוטע 'קאמען סענס'
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
אוועיטער
פ. לאקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 263
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 516

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

איך האב פריער אנגעהויבן שרייבן א לענגערע איבערזיכט אויפן געזעץ שורה ביי שורה, עס האט זיך זייער פארצויגן און אריין געפארן אין צופיל זייטיגע ענינים וואס נעמט אוועק די פליסיגקייט פון ליינען, און דערצו האב איך מער נישט געהאט קיין צייט, דעריבער איז עס אויף פויזע, אפשר מארגן העל איך עס קענען ענדיגן, אדער אפשר קיינמאל...
קאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:14 pm ברויך נישט קיין מקור, עס איז פשוטע 'קאמען סענס'
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
אוועיטער
פ. לאקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 263
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 516

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

222555 האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 2:45 pm
222555 האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 2:30 pm
פארטריבן האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 2:05 pm

איך בין צומישט פון דעם וואס שטייט דא
ער הייבט אן אז עס האט זיך יא געשטוישט, און ער פירט אויס אז עס האט זיך נישט געטוישט
אדער יא אדער ניין, מעיק אפ יור מיינד
ער זאגט אז עס האט נישט געשריבן בפירוש אז מדארף נישט לערנען נאר אין פאקט גייט מען נישט דארפן לערנען ווייל מאיז שוין עקוויוולענט אן דעם דורך נעמען אביסל טעסטס אויף אביסל נושאים
ער ברענגט א לשון פון אדוואקאטן אז מהאט עס נישט געמאכט אויס חיוב דירעקט (דהיינו מהאט נישט געשריבן די ווערטער אז מדארף נישט לערנען) נאר עס געמאכט אויס רעלעוואנט.. (דהיינו אז היות מאיז שוין עקוויוולענט אן לערנען איז שוין נישט רעלעוואנט די גאנצע נושא)
די שאלה איז אויב די קאמישענער מאכט יעצט נייע גיידליינס אז ממוז יא לערנען צי זי קען איבערפארן די געזעץ
אינעם געזעץ שטייט אז נישט
קאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:14 pm ברויך נישט קיין מקור, עס איז פשוטע 'קאמען סענס'
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
קיין מיינונג
פרישער באניצער
פאוסטס: 61
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 9:13 pm
Location: new york
x 25

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך קיין מיינונג »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 6:32 pm
קיין מיינונג האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 6:29 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 3:46 pm

איך מאך נישט חוזק... איך קוק א מציאות... איך ווייס פון א קוואל אז זיי האבן שטארק שטארק שטארק פרובירט, און אויך אז זיי קענען טרעפן אפילו דברים שאין בו, און ס'איז מיר א פלא עצום אז זיי האבן עכ"ז נישט געטראפן עפעס בעסערס.

בנוגע ישיבות קטנות, בין איך נישט אינפארמירט גענוי, דערווייל.
ס'דא א באקאנטע מימרא פון הגה"ק ר' יאנקעלע מפשעווארסק ווען א ליטווישער האט זיך אפגערעדט אז די חסידים רעדן אסאך לשון הרע'ס האט ר' יאנקעלע געענטפערט: אזא גרויסע לשון הרע האב איך נאך נישט געהערט פון זיי.. לענינינו, אזא האס און שנאה, אפשיי, צו דורותינו, האב איך קיינמאל נישט געזעהן אין 'דורותינו' אויף אנדערע... סך הכל ווייל דורותינו פרובירט אראפצוגעבן דעם אמת כמו שהוא, און נוצט די אמאליגע שפראך, וואס 'יעדער' האט גענוצט בעפאר ס'איז אריינגעקומען אייגענע 'אינטרעסן', וד"ל, און דא רעדט מען פון 'נארמאלע באזעסענע מענטשן' נישט קיין 'דורותינו' מענטשטן וואס לויט אייערע ווערסיע זוכן נאר... גוט צו זעהן ווער ס''איז בייסיג, היציג, פיינטליך, און זוכט נאר אראפצורייסן...
מיר האלטן דא ביין 231'סטע בלאט פון אן אשכול.

מיין באציאונג צו דורותינו איז געווען אקוראט די זעלבע ווען זיי האבן- אויסערליך - געזאגט די זעלבע ווי איך שרייב.

אויסער 'דורותינו האסער'....

פארוואס טאקע? ווייל איך פארטראג נישט קיין מענטשן-האסער.
אוועיטער
פ. לאקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 263
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 516

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

מתושלח האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 4:29 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 10:49 am
222555 האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 12:19 am

ניין קיינער דארף נישט נעמען קיין פעטוועי מער!
די סיבה פארוואס עס הייסט נישט אינעם געזעץ "פעטוועי", איז זייער פשוט.

די נאמען פעטוועי האט די עדיוקעישן דעפארטמענט געגעבן, ווען זיי האבן צוגעשטעלט "וועגן צו קאמפלייען" מיט זייערע גיידליינס. דאס הייסט, זיי האבן געמאכט גיידליינס וואס טייטשן אויס די געזעץ אז מען מוז לערנען אלע סובדזשעקטס וואס מ'לערנט אין פובליק שולע, און די אסעסמענטס זענען געווען א "וועג צו ווייזן אז מען קאמפלייט" מיט די "חוב צו לערנען אלעס".

יעצט זענען די טעסטס מער נישט קיין פעטוועי צו אויפווייזן עפעס. נאר דאס אליינס איז די גאנצע חוב פון עקוויווילענסי, צו האבן רעזולטאטן אויף די טעסטס אייניג ווי די פובליק שולע.
אויב די קענסט מיר אויסקלארן,
לפי הדורותינו איז ווייטער געבליבן די חיוב פון דארפן לערנען די זעלבע סאבדזשעקטס ווי ביז היינט,

Capture.PNG

וממליא קומט אויס אז דאס איז א בחינה פון פעטוועי 6,
נישט אזוי?
טעכניש איז די חיוב אוועקגעפאלן, ווייל עס שטייט נישט אין ערגעץ אין קיין שום געזעץ אז עס איז דא א חיוב אויף לימודים.
קאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:14 pm ברויך נישט קיין מקור, עס איז פשוטע 'קאמען סענס'
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
קיין מיינונג
פרישער באניצער
פאוסטס: 61
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 9:13 pm
Location: new york
x 25

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך קיין מיינונג »

אויסער 'דורותינו האסער'....
אוועיטער
פ. לאקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 263
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 516

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

מתושלח האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 4:44 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 4:41 pm
מתושלח האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 4:37 pm איך פרעג גארנישט אפ!
איך בין פשוט נייגעריג . איז דאס אמת אדער נישט?
(ווייל עס שטייט אין דורותינו מיינט אז עס אויסגעזויגן?)
איך האב געענטפערט בעפאר האסט געפרעגט.

קענסט אפשר איבערפרעגן קלארער אן קיין ציטאטן.
איז נישט פארהאנדען יעצט אויפן מינוט א געזעצליכער חיוב אויף די מוסדות צו לערנען די 12 סאבדזשעקטס?
דערווייל נישט, אויסער אויב א ריכטער וועט אנדערש אריין לערנען פשט
קאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:14 pm ברויך נישט קיין מקור, עס איז פשוטע 'קאמען סענס'
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
הדסים
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 883
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 1218

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך הדסים »

פ. לאקס האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 6:38 pm
מתושלח האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 4:44 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 4:41 pm

איך האב געענטפערט בעפאר האסט געפרעגט.

קענסט אפשר איבערפרעגן קלארער אן קיין ציטאטן.
איז נישט פארהאנדען יעצט אויפן מינוט א געזעצליכער חיוב אויף די מוסדות צו לערנען די 12 סאבדזשעקטס?
דערווייל נישט, אויסער אויב א ריכטער וועט אנדערש אריין לערנען פשט
א זייטיגע שאלה
ווער איז דער וואס באשטימט די בארד אף ריזשענט מעמבערס?
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
פארטריבן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 107
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 85

פאוסט דורך פארטריבן »

איך זעה אז איר זענט א גרויסן ידען אינעם נייעם געזעץ
וויל איך וויסן צי אייער סטעטמענט אז א מוסד איז נישט מחוייב צו לערנען די 12 סאבזשעקטס, דאס איז געזאגט געווארן פאר יעדע איינציגע מוסד \ פריוואטע שולע אין נ.י. אפילו אויב די מוסד טוט נישט קיין איינע פון די זאכן, דהיינו נעמט גארנישט קיין טעסטס אדער איז נישט קיין רעזשיסטערד סקול אדער נישט אקרעדיטעד וכו' ?
אדער נאר אויב מען נעמט טעסטס דאן ווערט פאררעכנט (רעקאגנייזד) אז ער ער קומט נאך די געזעץ?
אוועיטער
פ. לאקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 263
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 516

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

הדסים האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 6:44 pm
פ. לאקס האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 6:38 pm
מתושלח האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 4:44 pm

איז נישט פארהאנדען יעצט אויפן מינוט א געזעצליכער חיוב אויף די מוסדות צו לערנען די 12 סאבדזשעקטס?
דערווייל נישט, אויסער אויב א ריכטער וועט אנדערש אריין לערנען פשט
א זייטיגע שאלה
ווער איז דער וואס באשטימט די בארד אף ריזשענט מעמבערס?
סטעיט אסעמבלי און סענאט
קאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:14 pm ברויך נישט קיין מקור, עס איז פשוטע 'קאמען סענס'
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
אוועיטער
פ. לאקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 263
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 516

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

פארטריבן האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 6:55 pm
פ. לאקס האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 6:38 pm
מתושלח האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 4:44 pm

איז נישט פארהאנדען יעצט אויפן מינוט א געזעצליכער חיוב אויף די מוסדות צו לערנען די 12 סאבדזשעקטס?
דערווייל נישט, אויסער אויב א ריכטער וועט אנדערש אריין לערנען פשט
איך זעה אז איר זענט א גרויסן ידען אינעם נייעם געזעץ
וויל איך וויסן צי אייער סטעטמענט אז א מוסד איז נישט מחוייב צו לערנען די 12 סאבזשעקטס, דאס איז געזאגט געווארן פאר יעדע איינציגע מוסד \ פריוואטע שולע אין נ.י. אפילו אויב די מוסד טוט נישט קיין איינע פון די זאכן, דהיינו נעמט גארנישט קיין טעסטס אדער איז נישט קיין רעזשיסטערד סקול אדער נישט אקרעדיטעד וכו' ?
אדער נאר אויב מען נעמט טעסטס דאן ווערט פאררעכנט (רעקאגנייזד) אז ער ער קומט נאך די געזעץ?
גערעכט, נאר א מוסד וואס פאלגט איינע פון די זיבן מהלכים אינעם יעצטיגן געזעץ, אנדערע מוסדות דארפן לערנען וואס די עדיוקעישאן דעפארטמענט באשליסט
קאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:14 pm ברויך נישט קיין מקור, עס איז פשוטע 'קאמען סענס'
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
אוועיטער
פ. לאקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 263
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 516

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

פ. לאקס האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 6:59 pm
פארטריבן האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 6:55 pm
פ. לאקס האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 6:38 pm

דערווייל נישט, אויסער אויב א ריכטער וועט אנדערש אריין לערנען פשט
איך זעה אז איר זענט א גרויסן ידען אינעם נייעם געזעץ
וויל איך וויסן צי אייער סטעטמענט אז א מוסד איז נישט מחוייב צו לערנען די 12 סאבזשעקטס, דאס איז געזאגט געווארן פאר יעדע איינציגע מוסד \ פריוואטע שולע אין נ.י. אפילו אויב די מוסד טוט נישט קיין איינע פון די זאכן, דהיינו נעמט גארנישט קיין טעסטס אדער איז נישט קיין רעזשיסטערד סקול אדער נישט אקרעדיטעד וכו' ?
אדער נאר אויב מען נעמט טעסטס דאן ווערט פאררעכנט (רעקאגנייזד) אז ער ער קומט נאך די געזעץ?
גערעכט, נאר א מוסד וואס פאלגט איינע פון די זיבן מהלכים אינעם יעצטיגן געזעץ, אנדערע מוסדות דארפן לערנען וואס די עדיוקעישאן דעפארטמענט באשליסט
לאמיר אויסברייטערן:

די געזעץ זאגט אז קינדער וואס לערנען "ערגעץ אנדערש" ווי א פובליק סקול דארפן באקומען "סובסטענשעל עקוויווילענט" אינסטראקשען.
וואס דאס מיינט? ביז 2018 האט די עדיוקעישאן דעפט. געקענט אליינס באשליסן.
נאכן פעלדער אמענדמענט (אפילו נאכן אויפגעבן אקרעדיטעישאן) האט עס געזאלט צוימען אז זיי קענען נאר קוקן אויף 4 הויפט סובדשעקטס.
למעשה האט מען אריין גערוקט ווערטער אז זי "מעג" פארלאנגען נאר די 4 סובדשעקטס, אבער זי "מעג" אויך פארלאנגען מער.
די עדיוקעישאן דעפט. האט באשלאסן צו לערנען פשט אז זי "מוז" פארלאנגען סיי די 4 סובדשעקטס, און סיי אלע אנדערע (הגם א געריכט האט געלערנט אנדערש פשט, האט עס אבער די געריכט נישט פארארדנט אינעם ארדער אלץ אפיציעלע אורטייל, דעריבער איז עס נישט לעגאל בינדענד)

דאס הייסט אז די גאנצע מאכט פונעם עדיוקעישאן דעפט. צו פארלאנגען סיי וועלכע לימודים קומט פונעם געזעץ אז עס דארף זיין סובסטענשעל עקוויווילענט, דעריבער האט די דעפארטמענט רעכט צו באשליסן וואס מיינט עקוויווילענט.
אבער אז די געזעץ זאגט אויך וואס מיינט עקוויווילענט, בלייבט די דעפט. אנע לעגאלע דעקונג פארוואס צו פארלאנגען מער לימודים.

דעריבער אז איינער קומט נאך איינע פון די מהלכים וואס די געזעץ זאגט אז דאס מיינט עקוויווילענט, דארף דאס לעגאל צו בינדן זייערע הענט פון פארלאנגען סיי וואס מער.
קאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:14 pm ברויך נישט קיין מקור, עס איז פשוטע 'קאמען סענס'
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
פארטריבן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 107
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 85

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פארטריבן »

פ. לאקס האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 6:37 pm
מתושלח האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 4:29 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 10:49 am

די סיבה פארוואס עס הייסט נישט אינעם געזעץ "פעטוועי", איז זייער פשוט.

די נאמען פעטוועי האט די עדיוקעישן דעפארטמענט געגעבן, ווען זיי האבן צוגעשטעלט "וועגן צו קאמפלייען" מיט זייערע גיידליינס. דאס הייסט, זיי האבן געמאכט גיידליינס וואס טייטשן אויס די געזעץ אז מען מוז לערנען אלע סובדזשעקטס וואס מ'לערנט אין פובליק שולע, און די אסעסמענטס זענען געווען א "וועג צו ווייזן אז מען קאמפלייט" מיט די "חוב צו לערנען אלעס".

יעצט זענען די טעסטס מער נישט קיין פעטוועי צו אויפווייזן עפעס. נאר דאס אליינס איז די גאנצע חוב פון עקוויווילענסי, צו האבן רעזולטאטן אויף די טעסטס אייניג ווי די פובליק שולע.
אויב די קענסט מיר אויסקלארן,
לפי הדורותינו איז ווייטער געבליבן די חיוב פון דארפן לערנען די זעלבע סאבדזשעקטס ווי ביז היינט,

Capture.PNG

וממליא קומט אויס אז דאס איז א בחינה פון פעטוועי 6,
נישט אזוי?
טעכניש איז די חיוב אוועקגעפאלן, ווייל עס שטייט נישט אין ערגעץ אין קיין שום געזעץ אז עס איז דא א חיוב אויף לימודים.
אוודאי איז דא א געזעץ פון א חיוב אויף לימודים, דאס איז קיינמאל נאכנישט בטל געווארן
די נייע אמענדמענט האט נישט קיין שום ארויסגעשריבענע לשון וואס זאל מבטל זיין די חיוב
עס שטייט נאר אז א מוסד וואס נעמט טעסטס (אדער איינע פון די אנדערע אפציעס) איז אויטאמאטיש פאררעכנט אז די מוסד איז סאבסטענשאל עקוויוועלענט און די עדיוקעשאן דעפארטמענט קען נישט פארלאנגען קיין אינספעקשאנס נאכצוקוקען די לימוידם פונעם מוסד.
די שאלה שטעלט זיך וואס איז די שכל'דיגע הסבר אז א מוסד וואס נעמט טעסטס איז פאררעכנט עקוויוועלענט
צי דאס איז ווייל סתם נעמען טעסטס איז גענוג אפילו דו לערנסט נישט די לימודים כדי צו קענען די טעסטס (וואס דאס טענה'ן די וואס האבן געארבעט אויף די אנגעבליכע גאנצע אדער צייטווייליגע ישועה, און האט באמת נישט קיין שום שכל'דיגע הגיון).
צי דער פשט איז אז ווען דו נעמסטס די טעסטס זאגט דער שכל אנושי אז דו לערנסט אויך די אלע זאכן, אוןדאס איז פונקט ווי ביי די אנדערע אפציעס פון רעדזשיסטערד סקול לערנט מען אלעס, און פונקט ווי א אקרעדיטעד סקול וועט די אקרעדיטעשאן קוקן צי מען לערנט אלעס.

עס איז זייער שטארק מסתבר אז די קאמישאנער קיין פרובירן צו טענה'ן אז עס איז נישט שייך צו מאכן טעסטס אויף זאכן וואס מען לערנט נישט, און ממילא איז זיכער אז די געזעץ וואס פאררעכנט א מוסד וואס נעמט טעסטס אלץ עקוויוועלענט איז נאר אויב מען לערנט למעשה די אלע סאבזשעקטס
און בפשטות גייט די שאלה אויך אנקומען ערגעץ במשך הימים אין געריכט און דער שופט וועט דארפן מכריע זיין דערויף.

איך בין נייגעריג צי איינער דא האלט
אז עס איז דא א ריכטער וואס וועט פארשטיין אזא סברא אז מען קען מאכן טעסטס אפילו דו לערנסט עס נישט?
אז די סטעיט אטוירני דזשענעראל וועט פארטיידיגן די געזעץ און זאגן אז מען דארף טאקע נישט לערנען און עס איז גענוג סתם צו מאכן טעסטס?
אז עני סענאטאר אדער אסעמבלימאן אריינגערעכנט אונזערע היימישע פארטרעטער וועלן קענען געבן אזא סטעיטמענט צו זאגן אז ווען זיי האב געשטימט אויף דעם געזעץ האבן זיי געמיינט צו זאגן אז מען זאל קענען מאכן טעסטס אן לערנען?
אוועיטער
פ. לאקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 263
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 516

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

פארטריבן האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 7:18 pm

אין דיין ווערסיע פון ענגליש וואס באדייט די ווערטער "א מוסד וואס קומט נאך די קריטעריע פון די טעסטס זאל ווערן פאררעכנט עקוויווילענט אן קיין שום אנדערע התחייבות"?

אגב עס מאכט בכלל נישט אויס וואס דער סענאטאר אדער אסעמבלימאן האט "געטראכט" בשעת'ן שטימען אויפן געזעץ, עס מאכט נאר אויס דאס וואס שטייט אינעם געזעץ
קאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:14 pm ברויך נישט קיין מקור, עס איז פשוטע 'קאמען סענס'
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
אוועיטער
פ. לאקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 263
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 516

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

פארטריבן האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 7:18 pm אוודאי איז דא א געזעץ פון א חיוב אויף לימודים, דאס איז קיינמאל נאכנישט בטל געווארן עס איז אויך קיינמאל אזא געזעץ נישט געשריבן געווארן
די נייע אמענדמענט האט נישט קיין שום ארויסגעשריבענע לשון וואס זאל מבטל זיין די חיוב
עס שטייט נאר אז א מוסד וואס נעמט טעסטס (אדער איינע פון די אנדערע אפציעס) איז אויטאמאטיש פאררעכנט אז די מוסד איז סאבסטענשאל עקוויוועלענט און די עדיוקעשאן דעפארטמענט קען מער גארנישט פארלאנגען קיין אינספעקשאנס נאכצוקוקען די לימוידם פונעם מוסד
אגב...
קאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:14 pm ברויך נישט קיין מקור, עס איז פשוטע 'קאמען סענס'
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
אוועיטער
פ. לאקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 263
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 516

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

פארטריבן האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 3:04 pm זעהנדיג אין 'דורותינו' ווי זיי צייכענען פארשידענע חילוקים פונעם ארויסגערינענעם דרעפט צום פאקטישן באשטעטיגן נוסח וואס איז אריין אין קראפט, האב איך אליין נאכגעקוקט די צוויי ווערסיעס, און איך זעה אז זיי זענען טאקע 100% פראצענט גערעכט אז עס זענען דא פארשידענע שינויים.

דאס אליין מאכט שוין אין מיינע אויגן א רויטן לעמפל, אז דער געווינס איז גארנישט אזוי גלאטיג
עפעס זאכן האט די רעגירונג נישט געוואלט בשו"א דורכלאזן, וואס ברענגט אויף פראגע צייכענעס צי דאס איז נישט געווען לטובת די עדיוקעשאן דעפארטמענט, איבערצולאזן פאר זיי פלאץ ווי זיי זאלן קענען ווייטער אריינשטעכן זייערע פינסטערע ציין און נעגל

אין די פארגאנגענהייט ביי די פעלדער אמענדמענט, איז אויך דער ציל געווען צו ראטעווען, און מיט אפאר קליינע טוישונגען אין די ווערטער איז געווארן דערפון א חורבן.
דאכטזיך מיר אז זיי האבן דעמאלס צוגעלייגט עפעס ווערטער פון 'אינקלודינג באט נאט לימיטעד', וואס דאס האט שוין אפגע'שחט'ן די גאנצע אויפטוה, וויבאלד דער קאמישאנער האט דאס אויסגעטייטש אלץ הוספה צו דעם וואס ווערט פארלאנגט צו לערנען אלע לימודים, ווי אויך אז דער קאמישאנער זאל זיין דער מכריע צי דער מוסד איז גוט אדער נישט.

יעצט ווען מען אז אין דעם אמענדמענט האבן זיי אויך עפעס משנה געווען פונעם ארגינעלן פארלאנג, וואס איז געשטאנען די ווערטער "פיינעלי דעטערמינד"
DETERMINED.jpg
און זיי האבן דאס געטוישט צו "רעקאגנייזד"
RECOGNIZED.jpg

לויט דעם בין איך זייער שטארק חושש זיין אז עפעס איז נישט אזוי גלאטיג מיט דעם וואס זיי האבן נישט געוואלט בשו"א דורכלאזן די ווארט "דעטערמינד"

לויט ווי איך האב געהערט פון מענטשן וואס זענען געווען אינוואלד, איז זייער מעגליך אז אין פאל די רעגירונג ווייסט זיכער אויף א מוסד אז זיי לערנען גארנישט (צי דורך א מסירה וכדו'), וועט נישט העלפן דאס וואס זיי האבן איינגעגעבן אז זיי נעמען טעסטס
אגב, כאטש דעטערמינד איז אין אלגעמיין טאקע א שטערקערע לשון, איז אין דעם פאל "רעקאגנייזד" בעסער.

ואסביר

בעצם איז די ווארט "דעטערמינד" שטארקער בינדענד ווי "רעקאגנייזד", דעטערמינד מיינט אז עס איז אן ענדגילטיגע באשלוס, בשעת רעקאגנייזט לאזט איבער פלאץ צו פארלאנגען עטוואס מער.
אבער
אין אונזער פאל שטייט עס זאל זיין ענדגילטיג אנערקענט (רעקאגנייזד) אלץ סובסטענשעל עקוויווילענט "אנע שום ווייטער'דיגע התחייבות", וואס דאס בלאקירט די אפציע פון צולייגן סיי וועלכע התחייבות.
אין דעם פאל וואלט דעטערמינד באדייט אז די קאמישינער אדער ווער אימער עס איז די אטאריטעט אויף דעם מוסד דארף פאקטיש "מאכן דעם דעטערמינעישאן", בשעת רעקאגנייזד באדייט אז עס איז "אטאמאטיש אנגענומען" אז מען איז סובסטענשעל עקוויווילענט.
► Show Spoiler
קאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:14 pm ברויך נישט קיין מקור, עס איז פשוטע 'קאמען סענס'
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
הדסים
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 883
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 1218

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך הדסים »

פ. לאקס האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 8:00 pm

דאן פארוואס האבן זיי (די משנים, ווער אימער ס'זאל נאר האבן געווען) געטוישט צו עפעס לטובתינו?
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מכבי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 100
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 11:45 am
x 194

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך מכבי »

פ. לאקס האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 7:20 pm
פארטריבן האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 7:18 pm
פ. לאקס האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 6:37 pm

טעכניש איז די חיוב אוועקגעפאלן, ווייל עס שטייט נישט אין ערגעץ אין קיין שום געזעץ אז עס איז דא א חיוב אויף לימודים.
אוודאי איז דא א געזעץ פון א חיוב אויף לימודים, דאס איז קיינמאל נאכנישט בטל געווארן
די נייע אמענדמענט האט נישט קיין שום ארויסגעשריבענע לשון וואס זאל מבטל זיין די חיוב
עס שטייט נאר אז א מוסד וואס נעמט טעסטס (אדער איינע פון די אנדערע אפציעס) איז אויטאמאטיש פאררעכנט אז די מוסד איז סאבסטענשאל עקוויוועלענט און די עדיוקעשאן דעפארטמענט קען נישט פארלאנגען קיין אינספעקשאנס נאכצוקוקען די לימוידם פונעם מוסד.
די שאלה שטעלט זיך וואס איז די שכל'דיגע הסבר אז א מוסד וואס נעמט טעסטס איז פאררעכנט עקוויוועלענט
צי דאס איז ווייל סתם נעמען טעסטס איז גענוג אפילו דו לערנסט נישט די לימודים כדי צו קענען די טעסטס (וואס דאס טענה'ן די וואס האבן געארבעט אויף די אנגעבליכע גאנצע אדער צייטווייליגע ישועה, און האט באמת נישט קיין שום שכל'דיגע הגיון).
צי דער פשט איז אז ווען דו נעמסטס די טעסטס זאגט דער שכל אנושי אז דו לערנסט אויך די אלע זאכן, אוןדאס איז פונקט ווי ביי די אנדערע אפציעס פון רעדזשיסטערד סקול לערנט מען אלעס, און פונקט ווי א אקרעדיטעד סקול וועט די אקרעדיטעשאן קוקן צי מען לערנט אלעס.

עס איז זייער שטארק מסתבר אז די קאמישאנער קיין פרובירן צו טענה'ן אז עס איז נישט שייך צו מאכן טעסטס אויף זאכן וואס מען לערנט נישט, און ממילא איז זיכער אז די געזעץ וואס פאררעכנט א מוסד וואס נעמט טעסטס אלץ עקוויוועלענט איז נאר אויב מען לערנט למעשה די אלע סאבזשעקטס
און בפשטות גייט די שאלה אויך אנקומען ערגעץ במשך הימים אין געריכט און דער שופט וועט דארפן מכריע זיין דערויף.

איך בין נייגעריג צי איינער דא האלט
אז עס איז דא א ריכטער וואס וועט פארשטיין אזא סברא אז מען קען מאכן טעסטס אפילו דו לערנסט עס נישט?
אז די סטעיט אטוירני דזשענעראל וועט פארטיידיגן די געזעץ און זאגן אז מען דארף טאקע נישט לערנען און עס איז גענוג סתם צו מאכן טעסטס?
אז עני סענאטאר אדער אסעמבלימאן אריינגערעכנט אונזערע היימישע פארטרעטער וועלן קענען געבן אזא סטעיטמענט צו זאגן אז ווען זיי האב געשטימט אויף דעם געזעץ האבן זיי געמיינט צו זאגן אז מען זאל קענען מאכן טעסטס אן לערנען?
אין דיין ווערסיע פון ענגליש וואס באדייט די ווערטער "א מוסד וואס קומט נאך די קריטעריע פון די טעסטס זאל ווערן פאררעכנט עקוויווילענט אן קיין שום אנדערע התחייבות"?
זיין טענה איז אז עס איז דא א מקום צו אריינלערנען אין די דעפעניציע פון די ווארט טעסט אז עס מיינט "לערנען און זיך פארהערן"
222555
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 178
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 12:44 am
Location: new york
x 359

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך 222555 »

פארטריבן האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 7:18 pm
פ. לאקס האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 6:37 pm
מתושלח האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 4:29 pm

אויב די קענסט מיר אויסקלארן,
לפי הדורותינו איז ווייטער געבליבן די חיוב פון דארפן לערנען די זעלבע סאבדזשעקטס ווי ביז היינט,

Capture.PNG

וממליא קומט אויס אז דאס איז א בחינה פון פעטוועי 6,
נישט אזוי?
טעכניש איז די חיוב אוועקגעפאלן, ווייל עס שטייט נישט אין ערגעץ אין קיין שום געזעץ אז עס איז דא א חיוב אויף לימודים.
אוודאי איז דא א געזעץ פון א חיוב אויף לימודים, דאס איז קיינמאל נאכנישט בטל געווארן
די נייע אמענדמענט האט נישט קיין שום ארויסגעשריבענע לשון וואס זאל מבטל זיין די חיוב
עס שטייט נישט אין געזעץ קיין לימודים נאר אז מדארף זיין אייניג
שטייט נישט מיט וואס

זאגט די נייע געזעץ אז מיט רעזולטאטן דהיינו מיט די סקאור אויף די טעסטס אבער נישט וואסערע לימוד עס דארף זיין

דהיינו איך קען באשליסן אליין וואס איך וויל לערנען מתוך די 12 סאבדשעקטס די דארפסט בכלל נישט וויסן וואס איך לערן יא און וואס נישט און אויב האב איך א גוטע סקאור פון די טאטעל טעסטס בין איך גוט צי גיין

דהיינו אויב האב איך כתב ולשון א 90 און סייענס א 0 איז אלעס בסדר ווייל אין טאטעל בין איך גוט לגבי די סקאור פון די פאבליק סקול

נאך מער עס זאגט אז אפילו די טעסט וואס מנעמט יא זאל שטימען מיטן קולטור רעליגיע
דהיינו אז לא די אז לימודים גייט מיר נישט אן וואס די לערנסט פונקטליך נאר אפילו די טעסטס וואס מנעמט יא דארף שטומען מיטן קולטור (כ"ש די לימוד אבער די לימוד איז מילא נישט נוגע)
אוועיטער
פ. לאקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 263
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 516

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

הדסים האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 8:18 pm
פ. לאקס האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 8:00 pm
פארטריבן האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 3:04 pm זעהנדיג אין 'דורותינו' ווי זיי צייכענען פארשידענע חילוקים פונעם ארויסגערינענעם דרעפט צום פאקטישן באשטעטיגן נוסח וואס איז אריין אין קראפט, האב איך אליין נאכגעקוקט די צוויי ווערסיעס, און איך זעה אז זיי זענען טאקע 100% פראצענט גערעכט אז עס זענען דא פארשידענע שינויים.

דאס אליין מאכט שוין אין מיינע אויגן א רויטן לעמפל, אז דער געווינס איז גארנישט אזוי גלאטיג
עפעס זאכן האט די רעגירונג נישט געוואלט בשו"א דורכלאזן, וואס ברענגט אויף פראגע צייכענעס צי דאס איז נישט געווען לטובת די עדיוקעשאן דעפארטמענט, איבערצולאזן פאר זיי פלאץ ווי זיי זאלן קענען ווייטער אריינשטעכן זייערע פינסטערע ציין און נעגל

אין די פארגאנגענהייט ביי די פעלדער אמענדמענט, איז אויך דער ציל געווען צו ראטעווען, און מיט אפאר קליינע טוישונגען אין די ווערטער איז געווארן דערפון א חורבן.
דאכטזיך מיר אז זיי האבן דעמאלס צוגעלייגט עפעס ווערטער פון 'אינקלודינג באט נאט לימיטעד', וואס דאס האט שוין אפגע'שחט'ן די גאנצע אויפטוה, וויבאלד דער קאמישאנער האט דאס אויסגעטייטש אלץ הוספה צו דעם וואס ווערט פארלאנגט צו לערנען אלע לימודים, ווי אויך אז דער קאמישאנער זאל זיין דער מכריע צי דער מוסד איז גוט אדער נישט.

יעצט ווען מען אז אין דעם אמענדמענט האבן זיי אויך עפעס משנה געווען פונעם ארגינעלן פארלאנג, וואס איז געשטאנען די ווערטער "פיינעלי דעטערמינד"
DETERMINED.jpg
און זיי האבן דאס געטוישט צו "רעקאגנייזד"
RECOGNIZED.jpg

לויט דעם בין איך זייער שטארק חושש זיין אז עפעס איז נישט אזוי גלאטיג מיט דעם וואס זיי האבן נישט געוואלט בשו"א דורכלאזן די ווארט "דעטערמינד"

לויט ווי איך האב געהערט פון מענטשן וואס זענען געווען אינוואלד, איז זייער מעגליך אז אין פאל די רעגירונג ווייסט זיכער אויף א מוסד אז זיי לערנען גארנישט (צי דורך א מסירה וכדו'), וועט נישט העלפן דאס וואס זיי האבן איינגעגעבן אז זיי נעמען טעסטס
אגב, כאטש דעטערמינד איז אין אלגעמיין טאקע א שטערקערע לשון, איז אין דעם פאל "רעקאגנייזד" בעסער.

ואסביר

בעצם איז די ווארט "דעטערמינד" שטארקער בינדענד ווי "רעקאגנייזד", דעטערמינד מיינט אז עס איז אן ענדגילטיגע באשלוס, בשעת רעקאגנייזט לאזט איבער פלאץ צו פארלאנגען עטוואס מער.
אבער
אין אונזער פאל שטייט עס זאל זיין ענדגילטיג אנערקענט (רעקאגנייזד) אלץ סובסטענשעל עקוויווילענט "אנע שום ווייטער'דיגע התחייבות", וואס דאס בלאקירט די אפציע פון צולייגן סיי וועלכע התחייבות.
אין דעם פאל וואלט דעטערמינד באדייט אז די קאמישינער אדער ווער אימער עס איז די אטאריטעט אויף דעם מוסד דארף פאקטיש "מאכן דעם דעטערמינעישאן", בשעת רעקאגנייזד באדייט אז עס איז "אטאמאטיש אנגענומען" אז מען איז סובסטענשעל עקוויווילענט.
► Show Spoiler
דאן פארוואס האבן זיי (די משנים, ווער אימער ס'זאל נאר האבן געווען) געטוישט צו עפעס לטובתינו?
אינעם געזעץ האט מען געמאכט שינויים לטב ולמוטב, דעריבער איז נישט אויסגעשלאסן אז דאס האבן די עסקנים געטוישט

איך ווייס נישט ווער עס האט בפועל געוואלט די טויש
קאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:14 pm ברויך נישט קיין מקור, עס איז פשוטע 'קאמען סענס'
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
אוועיטער
פ. לאקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 263
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 516

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

מכבי האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 8:23 pm
פ. לאקס האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 7:20 pm
פארטריבן האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 7:18 pm

אוודאי איז דא א געזעץ פון א חיוב אויף לימודים, דאס איז קיינמאל נאכנישט בטל געווארן
די נייע אמענדמענט האט נישט קיין שום ארויסגעשריבענע לשון וואס זאל מבטל זיין די חיוב
עס שטייט נאר אז א מוסד וואס נעמט טעסטס (אדער איינע פון די אנדערע אפציעס) איז אויטאמאטיש פאררעכנט אז די מוסד איז סאבסטענשאל עקוויוועלענט און די עדיוקעשאן דעפארטמענט קען נישט פארלאנגען קיין אינספעקשאנס נאכצוקוקען די לימוידם פונעם מוסד.
די שאלה שטעלט זיך וואס איז די שכל'דיגע הסבר אז א מוסד וואס נעמט טעסטס איז פאררעכנט עקוויוועלענט
צי דאס איז ווייל סתם נעמען טעסטס איז גענוג אפילו דו לערנסט נישט די לימודים כדי צו קענען די טעסטס (וואס דאס טענה'ן די וואס האבן געארבעט אויף די אנגעבליכע גאנצע אדער צייטווייליגע ישועה, און האט באמת נישט קיין שום שכל'דיגע הגיון).
צי דער פשט איז אז ווען דו נעמסטס די טעסטס זאגט דער שכל אנושי אז דו לערנסט אויך די אלע זאכן, אוןדאס איז פונקט ווי ביי די אנדערע אפציעס פון רעדזשיסטערד סקול לערנט מען אלעס, און פונקט ווי א אקרעדיטעד סקול וועט די אקרעדיטעשאן קוקן צי מען לערנט אלעס.

עס איז זייער שטארק מסתבר אז די קאמישאנער קיין פרובירן צו טענה'ן אז עס איז נישט שייך צו מאכן טעסטס אויף זאכן וואס מען לערנט נישט, און ממילא איז זיכער אז די געזעץ וואס פאררעכנט א מוסד וואס נעמט טעסטס אלץ עקוויוועלענט איז נאר אויב מען לערנט למעשה די אלע סאבזשעקטס
און בפשטות גייט די שאלה אויך אנקומען ערגעץ במשך הימים אין געריכט און דער שופט וועט דארפן מכריע זיין דערויף.

איך בין נייגעריג צי איינער דא האלט
אז עס איז דא א ריכטער וואס וועט פארשטיין אזא סברא אז מען קען מאכן טעסטס אפילו דו לערנסט עס נישט?
אז די סטעיט אטוירני דזשענעראל וועט פארטיידיגן די געזעץ און זאגן אז מען דארף טאקע נישט לערנען און עס איז גענוג סתם צו מאכן טעסטס?
אז עני סענאטאר אדער אסעמבלימאן אריינגערעכנט אונזערע היימישע פארטרעטער וועלן קענען געבן אזא סטעיטמענט צו זאגן אז ווען זיי האב געשטימט אויף דעם געזעץ האבן זיי געמיינט צו זאגן אז מען זאל קענען מאכן טעסטס אן לערנען?
אין דיין ווערסיע פון ענגליש וואס באדייט די ווערטער "א מוסד וואס קומט נאך די קריטעריע פון די טעסטס זאל ווערן פאררעכנט עקוויווילענט אן קיין שום אנדערע התחייבות"?
זיין טענה איז אז עס איז דא א מקום צו אריינלערנען אין די דעפעניציע פון די ווארט טעסט אז עס מיינט "לערנען און זיך פארהערן"
וויאזוי איז דאס מעגליך ווען עס שטייט פונקט פארקערט?
קאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 12:14 pm ברויך נישט קיין מקור, עס איז פשוטע 'קאמען סענס'
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
222555
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 178
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יאנואר 24, 2025 12:44 am
Location: new york
x 359

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך 222555 »

222555 האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 8:26 pm
פארטריבן האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 7:18 pm
פ. לאקס האט געשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 6:37 pm

טעכניש איז די חיוב אוועקגעפאלן, ווייל עס שטייט נישט אין ערגעץ אין קיין שום געזעץ אז עס איז דא א חיוב אויף לימודים.
אוודאי איז דא א געזעץ פון א חיוב אויף לימודים, דאס איז קיינמאל נאכנישט בטל געווארן
די נייע אמענדמענט האט נישט קיין שום ארויסגעשריבענע לשון וואס זאל מבטל זיין די חיוב
עס שטייט נישט אין געזעץ קיין לימודים נאר אז מדארף זיין אייניג
שטייט נישט מיט וואס

זאגט די נייע געזעץ אז מיט רעזולטאטן דהיינו מיט די סקאור אויף די טעסטס אבער נישט וואסערע לימוד עס דארף זיין

דהיינו איך קען באשליסן אליין וואס איך וויל לערנען מתוך די 12 סאבדשעקטס די דארפסט בכלל נישט וויסן וואס איך לערן יא און וואס נישט און אויב האב איך א גוטע סקאור פון די טאטעל טעסטס בין איך גוט צי גיין

דהיינו אויב האב איך כתב ולשון א 90 און סייענס א 0 איז אלעס בסדר ווייל אין טאטעל בין איך גוט לגבי די סקאור פון די פאבליק סקול

נאך מער עס זאגט אז אפילו די טעסט וואס מנעמט יא זאל שטימען מיטן קולטור רעליגיע
דהיינו אז לא די אז לימודים גייט מיר נישט אן וואס די לערנסט פונקטליך נאר אפילו די טעסטס וואס מנעמט יא דארף שטומען מיטן קולטור (כ"ש די לימוד אבער די לימוד איז מילא נישט נוגע)
הרב לאקס ביטע באשטעטיגן צי עס איז ריכטיג מה שכתבתי פה
יאנטשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 677
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 748

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך יאנטשי »

@פ. לאקס מיר ווארטן מיט שפאנונג אויף דיין רייכע איבערזעצונג פון די געזעץ מיט פרוש רש"י און תוספות.
שרייב פאוסט