דאס איז די מופת....ווויל ער איז געווארן אזוי צומישט האט ער גלייך געגעבן די עפראוועלס...יוסף עוזר האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 07, 2025 8:24 pmדי תוכן דערפון ווערט פארלוירן און פארדרייט ווען טרענסלעיטעד דורך גוגלדעת קדשי האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 07, 2025 5:50 pm דאנערשטאג איז אן אינספעקטאר געווען ביי די נייע צעירים בילדינג פאר די סי או וואס איז כידוע זייער א שווערע אינספעקשאן, און ער האט ארום געקוקט די גאנצע בילדינג מיט אלע זאכן, צווישן אנדערן האט ער געזען אויף די ווענט פסוקים מיט מימרות, האט ער ארויסגענומען זיין כלי און געכאפט א בילד און עס אויפגעזוכט מיט גוגל טרענסלעיט, די מימרא וואס ער האט נאכגעזוכט איז 'שנראה כל אחד מעלת חבירינו ולא חסרונם', און ער האט טאקע באקומען אן איבערזעצונג דערפון אויף ענגליש, עס איז אים זייער געפאלן, און ער האט תיכף געגעבן אלע אפראוועלס.
![]()
סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....

קען זיין ער האט געניצט עי איי
(זיי טייטשן געווענליך איבער בעסער)
(זיי טייטשן געווענליך איבער בעסער)
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 548
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 474
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
דאס שטייט ביי מיר דורך גוגל טרענסלעיטיוסף עוזר האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 07, 2025 8:24 pmדי תוכן דערפון ווערט פארלוירן און פארדרייט ווען טרענסלעיטעד דורך גוגלדעת קדשי האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 07, 2025 5:50 pm דאנערשטאג איז אן אינספעקטאר געווען ביי די נייע צעירים בילדינג פאר די סי או וואס איז כידוע זייער א שווערע אינספעקשאן, און ער האט ארום געקוקט די גאנצע בילדינג מיט אלע זאכן, צווישן אנדערן האט ער געזען אויף די ווענט פסוקים מיט מימרות, האט ער ארויסגענומען זיין כלי און געכאפט א בילד און עס אויפגעזוכט מיט גוגל טרענסלעיט, די מימרא וואס ער האט נאכגעזוכט איז 'שנראה כל אחד מעלת חבירינו ולא חסרונם', און ער האט טאקע באקומען אן איבערזעצונג דערפון אויף ענגליש, עס איז אים זייער געפאלן, און ער האט תיכף געגעבן אלע אפראוועלס.
![]()
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 53
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 11:17 pm
- Location: קר''י
- x 127
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
ק/פ
מזל טוב יהדות ניו יארק! יישר כח עדת חסידי סאטמאר!! יישר כח עיר הקודש קרית יואל!!!
אין אן היסטארישער ווענדפונקט וועלכע טוישט דעם ריכטונג און עפנט האפנטליך אן ערנסטער תקופת הצלה פאר'ן הייליגן חינוך פון אידישע קינדער אין ניו יארק רבתי, איז יעצט ביום ה' אח"ק לספירת "נצח שבנצח" פארענדיגט געווארן א יארן-לאנגע הארעוואניע צו פארבעסערן דעם געזעץ איבער פריוואטע שולעס אין ניו יארק סטעיט, נאך ביטער שווערע הארעוואניע אויפ'ן אינציאטיוו פון כ"ק מרן רבינו שליט"א רועה נאמן לעדתו און פארטרעטער פונעם גרעסטן חסידישן מוסד אין ניו יארק.
דער נייער געזעץ איז באזירט אויף א יסוד אז דער חרדישער ציבור זאל בעז"ה נישט דארפן טוישן דעם חינוך צו זיין ווי א פאבליק סקול רח"ל, און אז מ'זאל גארנישט דארפן משנה זיין פון ביז יעצט אינעם "תוכן" אדער אינעם "סדר" פון די לימודים, א מערכה וואס גייט אצינד אריבער א אויפשאקלונג און ברענגט אונז בס"ד צו א שטאפל ווי קיינמאל בעפאר, כאטש וואס ס'איז נישט קיין פולקאמע הונדערט פראצענטיגע ישועה פאר'ן גאנצן מערכה עד הסוף, און ס'איז אויך ערווארטעט אז דער קאמף איז ווייט פון פארטיג מצד די שונאי הדת.
במשך די יארן איז יעדער עדות וויאזוי דער רבי שליט"א מאנט און פאדערט פון די עסקני הכלל אז דער געריכט סיסטעם אליינס איז נישט גענוג צו קענען בייקומען די שונאי הדת, און מען מוז נוצן סיי די לעגיסלאטיווע ברענטשעס אין אלבאני און סיי די עקזעקיוטיווע ברענטש וואס דאס איז די גאווערנאר'ס אפיס, צו ברענגען א דורכברוך אין די נושא, כאטש וואס וואס האבנדיג אזויפיל שונאי הדת דערקעגן איז דאס אזא שווערע און הייקעלע און קאמפליצירטע מערכה צו האבן מיט זיך אזויפיל מאכט צו קענען אזאנס אדורכפירן, אבער וואס טוט מען נישט פאר'ן חינוך און פאר'ן עתיד פונעם יהדות ניו יארק! מ'טוט אלעס וואס מעגליך און מיט סיעתא דשמיא וכחם וזכותם פון אבותינו ורבותינו הקדושים זי"ע האפט מען אנצוקומען צום העכסטן שטאפל פון הצלחה.
דער נייער געזעץ טוט קלאר דעטאלירן אז דאס טוט אפווארפן אלע ביז היינטיגע רעגולאציעס, ברענגענדיג אז די ביטערע גזירה איומה אין א צורה פון "גיידליינס" וואס די ניו יארק "עדיוקעישן קאמישאנער" האט ארויסגעגעבן, ווערט ב"ה יעצט גענצליך אנולירט, דער אפטייטש פונעם אלטן געזעץ פון 120 יאר צוריק ווערט אויסגעבעסערט צו א קלארע מהלך וואס קען נישט אזוי שנעל גענצט ווערן אונז צו טשעפען, און איינצייטיג ווערן אלע 15 מוסדות פון ניו יארק סיטי וועלכע זענען שוין געווען באשטעטיגט אלס "דורכגעפאלן" צוריק לעגאליזירט.
לויט'ן נייעם נארוואס-באשטעטיגטער געזעץ וואס איז אדורך אינעם סטעיט סענאט און דאן אינעם סטעיט אסעמבלי, די 2 לעגיסלאטיווע ברענטשעס פון ניו יארק, און וועט אצינד גיין פאר'ן אונטערשריפט פונעם גאווערנאר וועלכע האט שוין באשטעטיגט איר חתימה זאגנדיג קלאר איינמאל און נאכאמאל אז נאר מיט די חינוך ביל וואס סאטמאר פאדערט וועט זי באשטעטיגן דעם בודזשעט ביל, ווערט אהערגעשטעלט א מהלך פאר די אלטע געזעץ פון "סובסטענשל עקוויווילענט" אז מ'דארף זיך נישט אונטערנעמען צו ווערן עקוויוועלענט צום פאבליק סקול, נאר אנשטאט וועט מען קענען גרינג נאכקומען דעם געזעץ דורך פארשידענע אופנים.
א שליסל פונעם געזעץ וועט זיין אז "טעסטס" וואס ווערן געגעבן פאר די תלמידים דארפן ארויסקומען מיט די "זעלבע סוקסעס ראטע ווי די פובליק שולעס" לויט ווי הויך זייערע ראטעס קומען ארויס אין עוורידזש.
אבער אין די זעלבע צייט איז געווארן גאר שטארק אויסגעברייטערט און פארלייכטערט די נושא פון "טעסטס" זעלבסט אויף א וועג וואס מ'קען עס גרינג נאכקומען אן ח"ו מאכן סיי וועלכע שינוי אין די ביז איצטיגע סדר ותוכן הלימודים, מיט עטליכע נקודות וואס דער נייער געזעץ ברענגט, ווי פאלגנד:
1. די ערשטע נקודה איז ווי געזאגט, אז די טעסטס ווערן נישט געגעבן צוליב א התחייבות פון לימודים, נאר די טעסטס זעלבסט זענען די איינציגסטע התחייבות וואס דער אלטער געזעץ האט געמיינט צו זאגן, און מ'דארף גארנישט טוישן פון סדר ותוכן הלימודים עס נאכצוקומען.
2. עס איז געווארן צוגעלייגט א תנאי אז די טעסטס קענען נאר געגעבן ווערן אויב דאס איז "הייקל צו די רעליגיע פון די שולע", דאס הייסט אז די מוסדות קענען פסל'ען א טעסט וואס קומט נישט נאך אונזער אמונה בשלימות.
3. אין די צייט וואס ניו יארק שטעלט צו טעסטס פאר די שולעס, איז אבער געווארן צוגעלייגט אן אפציע צו אויסוועהלן פון א לאנגע ליסטע פון אנדערע טעסטס צו איינטוישן די ניו יארק'ע טעסטס, און די ליסטע קען וואקסן ווייטער יעדעס מאל עס ווערט באשטעטיגט נאך א טעסט לויט א ספעציפישע רול אוועקגעשטעלט. ד.ה. אז מ'קען איין יאר נוצן איין סארט טעסט, און א יאר דערויף נוצן א צווייטע, און א יאר דערויף א דריטע, אלעס לויט'ן געברויך פונעם מוסד.
4. אנשטאט וואס דער קאמישאנער זאל קענען מאכן אייגענע השערות וויפיל פראצענט א היימישע מוסד מוז סוקסעסירן אינעם טעסט, און דאס איז בו בזמן וואס אין די פובליק שולעס איגנארירן זיי די פאקט אז די פראצענטן פון סוקסעס זענען שרעקליך נידריג, וועט אנשטאט דעם גערעכנט ווערן אונזער סוקסעס לויט אן עוורידזש וואס איז באזירט אויף די טעסט "רעזולטאטן פון די פובליק שולעס", ודי למבין.
5. היות עס איז שוין לאנג איינגעפירט אז די מיידלעך אין שולע נעמען רעגירונג טעסטס, מיט א הויכע סוקסעס ראטע, איז געווארן א נייער טויש אז מען וועט נישט רעכענען די ראטעס פון יעדע בנין המוסד באזונדער, נאר מען וועט רעכענען די גאנצע מוסד אינאיינעם, אריינגערעכנט די חדר און די סקול פון יעדע מוסד וואס איז אונטער איין ווירטשאפט. דאס באדייט אז מען וועט בעז"ה גאנץ גרינג קענען נאכקומען די פארלאנגטע סקאור אויף סיי וועלכע טעסט.
6. עס איז אויך געוטוארן צוגעלייגט ספעציעלע ווערטער זיכער צו מאכן אז אויך די 15 מוסדות אין די סיטי וועלכע זענען שוין באצייכנט געווארן "נאן עקוויווילענט", זאלן אויך גערעכנט ווערן אלס לעגאל און די ביז יעצטיגע רדיפות זאלן זיך אויטאמאטיש מוזן אויפהערן.
7. באזונדער איז געווארן אראפגעשטעלט א שטארקע יסוד וואס וועט העלפן בעז"ה פאר די גאנצע מערכה גאר שטארק, אז היות מען הייבט אן א נייע מהלך, הייבט זיך אלעס אן פון ערשטע קלאס, כיתה א', און עס דויערט 7 יאר ביז מען קומט אן ביז די 8'טע קלאס, דאס הייסט אז דאס נאכקוקן און באשטימען די הצלחה וועט נאר קענען זיין אין 7 יאר ארום.
8. ס'איז דא נאך פארשידענע נקודות אינעם געזעץ, וואס איז בעסער נישט צו אריינגיין אין אלע הייקעלע פרטים, לתועלת הענין, און ווי געזאגט איז ערווארטעט אז דאס וועט נאך אנקומען אין געריכט, חכמים הזהרו בדבריכם.
די עדיוקעישן קאמישאנער, וואס שטייט אין שפיץ פונעם אומ-ערוויילטער "רידזשענטס" קאמיטע וועלכע האבן גוזר געווען דעם גזירת החינוך מיט די ביטערע גיידליינס וואס זענען געווען אקטיוו ביז'ן היינטיגן טאג און געצווינגען מוסדות צו נעמען א "פעטוועי" וואס זאל באשטעטיגן אז מען קומט נאך די שעדליכע גיידליינס ח"ו, האט שוין לעצטע וואך געמאלדן איר שארפע געגנערשאפט צום נייעם געזעץ, ווי פארשטענדליך, און זי האט ארויסגעהויבן די ערווארטונג אז דאס וועט געטראגן ווערן אין געריכט, וואו עס וועט מעגליך זיין דער קומענדיגער סטאנציע פונעם געפעכט, אבער אצינד מיט א פארקערטע שטאנד ווי ביז יעצט, ווען מיר וועלן האבן דעם געזעץ אויף אונזער זייט און זיי וועלן זיי די קלעגער.
עס איז טאקע א וואונדער און א פלא וויאזוי אינעם ליבעראלער ניו יארק זאל קענען פאסירן אזא ערד-ציטערניש, מיט אזא געזעץ וואס זאל באקומען אלע נויטיגע לעגיסלאטיווע שטימען אין א סטעיט וואס שטעלט פאר די גרעסטע ליבראלע אגענדעס און די מערסט-לינקע אנשויאונגען, דארט זאל קענען אזא חוט של חסד אדורכשווימען ביז צו איר ענדע און באקומען א באשטעטיגונג.
דאס איז חסדי ה', גאר גרויסע חסדים און אפשר קען מען עס אפילו רופן "נסים"! אבער די השתדלות איז געטון געווארן צום מאסימום וויפיל דער אויבערשטער האט חונן דעת געווען, דורך דעם וואס השי"ת האט אונז געגעבן א גלות-לעבנס-היטער וואס הייסן "וואלן", און דער אויבערשטער האט געהאלפן אז רובם ככולם פונעם ציבור ווערט נישט פארשלעפט צו קיין פארטייאישע אדער קינדערישע קאמפיין'ס, נאר פאלגט אויס דעם דעת תורה צו וועלן לויט א מהלך, לויט א חשבון, לויט א קלארער דעת תורה וועלכע נעמט אין באטראכט די עסקנות וואס ליגט אויפ'ן טיש און וויאזוי די לאנגיאריגע עסקנים האבן מצליח געווען ביז היינט צו האלטן אונזער עקזיסטענץ אין גלות. ב"ה עס איז פארהאן א וואוילער ציבור, און זיי האבן געברענגט דעם היינטיגן היסטארישער געשעעניש!
אסאך אסאך האט דער ציבור געהאט אויסצושטיין פון אזעלכע וואס האבן נישט פארשטאנען און פארשוועמט געווארן פון די בייזע ווינטן, זאל עס זיין ביי די "זעלדין/האקול" וואלן ווען די גאס האט געפולווערט מיט אן איינרעדעניש אז דער רעפוליקאנער גאווערנאר גייט אריינקומען און אים דארף מען אינדאריסרן כדי צו געראטעוועט ווערן, צי זאל עס זיין שפעטער ביי די לעצטע "סקופיס" וואלן אין קרית יואל ווען א מאסיווע העצעריי-קאמפיין דורך נערים וקטני דעת האט געליאמערט אז "מיט סקופיס וועט נישט זיין קיין חינוך, און נישט קיין ביליגע דירות". בשעת א מח טומלעריי איז זייער שווער צו איבערצייגן יעדנס טעותים ליידער, אבער ווען מען האלט ביי אזא מינוט רופט זיך אויס: אשריכם חסידי סאטמאר! ענקערע שטימען לפי דעת תורה האט געברענגט רעזולטאטן פאר גאנץ יהדות ניו יארק! עס האט זיך געלוינט די שווערע אריבערגאנג! עס האט זיך געלוינט צו איגנארירן די ברייטע גאס! זה זכותכם! דער חינוך פון דורי דורות אי"ה בלי שום שינוי איז אייערס!
עד הנה עזרונו רחמיך, כלל ישראל לויבט השי"ת אויף די גרויסע נסים און דערגרייכונגען פונעם יהדות הגולה, און יעדער איז מתפלל אויף ווייטער, ואל יטשנו ד' אלקינו לנצח, סיי מיט די דאזיגע מערכה וואס איז ווייטער אנגעוויזן אויף פיל סיעתא דשמיא, און סיי מיט אלע אנדערע קריטישע געברויכן פאר אונזער עקזיסטענץ אין גלות אמעריקא ביז משיח וועט אונז פון דא אויסלייזן בקרוב.

- פאוסטס: 70
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 8:25 pm
- Location: קר"י
- x 87
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
wow wow wow
ב''ה שלא השבית לנו גואל....
ב''ה שלא השבית לנו גואל....
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
אשרינו שיש לנו רבי כזה!!
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
כ'וויל נישט דאס לייגן אין די חינוך טעמע ווייל כ'וויל נישט ס'זאל ברענגען היץ
אבער פאר אונז אין שטיבל וויל איך דא דערמאנען די אוויר וואס איז געווען אויפן גאס בשעת די רבי זז''ג מציל חינוך הטהור האט געהייסן וואוטן פארן גאווערנטע האוקעל ווען רוב רובם פון די היימישע גאס האט נישט פארשטאנען/געוואלט פארשטיין מחמת קוצר המשיג וואס דער רבי וויל דא און ער פארקויפט זיך פאר א פָּאר דאלער
און יעצט ווען ס'שטעלט זיך ארויס בפני כל עם ועדה אז דער רבי האט געהאט א ווייטע בליק ופני...חפו...
די צעטל האט בפועל געהאנגען אין די בתי מדרשים אין וומס''ב א טאג נאך די וואלן...
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
נפשי חולת אהבתך....
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
נפשי חולת אהבתך....
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
וועלעכע קאפיטל תהילים לערנט דער רבי פאָר די טעג???...
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
נפשי חולת אהבתך....
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2318
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 7260
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
דער רבי דארף שוין נישט קיין תהלים שיעור היינט צוטאגס, ער האט גראדע היינט געהאט א מייק אין בארא פארק ביים תנאים
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
ס'איז ממש נישט צום גלייבן וואספארא רבי אונז האמיר!!!!דעת קדשי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 08, 2025 11:38 pmכ'וויל נישט דאס לייגן אין די חינוך טעמע ווייל כ'וויל נישט ס'זאל ברענגען היץ
אבער פאר אונז אין שטיבל וויל איך דא דערמאנען די אוויר וואס איז געווען אויפן גאס בשעת די רבי זז''ג מציל חינוך הטהור האט געהייסן וואוטן פארן גאווערנטע האוקעל ווען רוב רובם פון די היימישע גאס האט נישט פארשטאנען/געוואלט פארשטיין מחמת קוצר המשיג וואס דער רבי וויל דא און ער פארקויפט זיך פאר א פָּאר דאלער
און יעצט ווען ס'שטעלט זיך ארויס בפני כל עם ועדה אז דער רבי האט געהאט א ווייטע בליק ופני...חפו...
די צעטל האט בפועל געהאנגען אין די בתי מדרשים אין וומס''ב א טאג נאך די וואלן...
אשרינו מה טוב חלקינו!
(אנטשולדיגט אויב ס'איז צו שוואנצאנוס'דיג, אבער דאס איז די מציאות)
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 15
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 4:06 pm
- x 22
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
א פרייליכע שטימונג הערשט אין די טעג ביי אנשי שלומינו ברחבי ארץ הקודש כולנו בני איש אחד תלמידי וחסידי
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
ווען ס'איז געמאלדן געווארן מיט גרויס פרייד אז דער גרויסארטיגער
מעמד סיום הש"ס
וועט געפראוועט בשבת אחים גם יחד פון אנשי שלומינו ירושלים בני ברק בית שמש,אין א רייזגן זאל אין שטאט "כפר סבא", דעם קומענדיגן ד' תמוז מאנטיג לסדר זאת חוקת התורה
לרגל דעם גרויסארטיגן מעמד שיקט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א א ספציעלן שליח
בנו הגדול הגה"צ אב"ד קהלתינו הק' וויליאמסבורג שליט"א,
צו באשיינען דעם גרויסן מעמד בשליחות הקודש צו משמיע זיין דברי תורה והתחזקות בשליחות אבינו רועינו שליט"א פאר עדת צאן מרעיתו

שטאט כפר סבא איז 20 מינוט פון בניברק אין40 מינוט פון ירשליםירוושלמי22 האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 09, 2025 5:24 am א פרייליכע שטימונג הערשט אין די טעג ביי אנשי שלומינו ברחבי ארץ הקודש כולנו בני איש אחד תלמידי וחסידי
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
ווען ס'איז געמאלדן געווארן מיט גרויס פרייד אז דער גרויסארטיגער
מעמד סיום הש"ס
וועט געפראוועט בשבת אחים גם יחד פון אנשי שלומינו ירושלים בני ברק בית שמש,אין א רייזגן זאל אין שטאט "כפר סבא", דעם קומענדיגן ד' תמוז מאנטיג לסדר זאת חוקת התורה
לרגל דעם גרויסארטיגן מעמד שיקט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א א ספציעלן שליח
בנו הגדול הגה"צ אב"ד קהלתינו הק' וויליאמסבורג שליט"א,
צו באשיינען דעם גרויסן מעמד בשליחות הקודש צו משמיע זיין דברי תורה והתחזקות בשליחות אבינו רועינו שליט"א פאר עדת צאן מרעיתו
סיום השס בארהק 1.jpg
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 516
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:30 pm
- Location: Palm Tree
- x 1199
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
?
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 516
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:30 pm
- Location: Palm Tree
- x 1199
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
פרעג דיין ברסלעווער חבר
עפעס א מעשה וואס א ברסלעווער האט געחלמט (!) אויף עפעס א בן האדמ''ר (?) וואס איז געגאגען צו א אלטע ספרדי (?) אין כפר סבא און ער איז דערנאך געווארן א ברסלעווער (!)
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1925
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 3436
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
העי!
איך נאש אסאך פון ברסלב, ווי אויך קען איך ב"ה נאך אידען וואס זענען נאכמער מקושר צו ברסלב, אין נישט איך אין נישט מיינע באקאנטע האבען געחלומט.
נישט פון קיין אדמו"ר וכו‘.
פון די אנדערע זייט - חלומט יעדער איינער אויף זיינע ווערסיע‘ס

-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 516
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:30 pm
- Location: Palm Tree
- x 1199
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
אויף די ברסלבע האטליינס און גילינות שטייט די חלוםפשוט און גראד האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 09, 2025 12:53 pmהעי!
איך נאש אסאך פון ברסלב, אין כ‘האב גארנישט געחלומט - נישט פון קיין אדמו"ר וכו‘.
פון די אנדערע זייט - חלומט יעדער איינער אויף זיינע ווערסיע‘ס
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1925
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 3436
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
אוי וויי, סאו ס‘ווייזט עפעס אז כ‘בין נישט בסדר??Glass האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 09, 2025 12:55 pmאויף די ברסלבע האטליינס און גילינות שטייט די חלוםפשוט און גראד האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 09, 2025 12:53 pmהעי!
איך נאש אסאך פון ברסלב, אין כ‘האב גארנישט געחלומט - נישט פון קיין אדמו"ר וכו‘.
פון די אנדערע זייט - חלומט יעדער איינער אויף זיינע ווערסיע‘ס
אדרבה ברענג די סחורה..
ברסלב האט נישט קיין האטליינס. ס‘דא האטליינס וואס נעמען קאנטעקסט פון ברסלב.
פאר מער וועגן ברסלב קענען מיר גיין אין יענע אשכול, לאמיר נישט דא פירקלען..
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 136
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 5:25 am
- x 115
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
מזל טוב לכ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
לרגל הולדת נכדתו בת הנולדה אצל נכדו
הרה"ג ר' אלעזר טייטלבוים שליט"א לאנדאן
ר"מ בישיבתינו ישיבה גדולה תורה ויראה לאנדאן
בן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א
לרגל הולדת נכדתו בת הנולדה אצל נכדו
הרה"ג ר' אלעזר טייטלבוים שליט"א לאנדאן
ר"מ בישיבתינו ישיבה גדולה תורה ויראה לאנדאן
בן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
שלחן הטהור ביום ל"ג בעומר עם בחורי חבורת תלמודו בידו
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6295
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 14367
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
עס ווערט אצינד איבערגעמאכט דער פלאר פונעם היכל התורה אין ביהמ"ד הגדול אין וומסב"ג.