הדסים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 08, 2025 12:53 am
על פי תורה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 08, 2025 12:50 am
אויך בילדער מיט די לב טהור עלטערן אין גאס...
זיי האבן גערעדט מיט אים?
דאס איז געווען תיכף נאכן בא'שגץ'ן מענדל לאווער און ר' אברהם בראווער (די קליפ וואס איז ארומגעפארן)
גלייך דערנאך איז ר' לייביש ליש, ר' שמואל יואל מילער, און ר' יצחק טייכמאן אנגעקומען, און ווען די לב טהור עלטערן האבן געזען אז מען רעדט דא פון א גרופע געסט האבן זיי שנעל געטוישט טענער, און גערעדט זייער העפליך צו מענדל לאווער, און גאר מכבד געווען מענדל צו כאפן די בילדער...
דאס איז אויך געווען אינעם זעלבן צייט וואס ר' יצחק טייכמאן האט געדיעלט מיט זיי וועגן פסח, און אזוי אויך האט ר' שמואל יואל און ר' יצחק באזוכט אין בבל אפאר טעג ביפאר... ממילא האבן זיי זיך צוגעשטעלט שיין...
בעצם זענען זיי נישט פון די הנהלה, און בלויז די זעלבע קרבנות ווי זייערע קליינע קינדער...