סתם זיך צו באזעצן איז א שאלה פאר זיך,שינאווער האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 02, 2025 12:14 pmלמאי נפקא מינה?הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 02, 2025 11:53 am אויב איינער קען אנצייגן אין וועלכע פוסקים ווערט מבואר אויב א רב אדער א קהילה קען אפהאלטן איינעם פון זיך באזעצן אין א שטאט. אדער אין א געגנט נעבן דעם שטאט.
אבער דא איז נישט די שאלה צו מען מעג זיך באזעצן, יעדער לאזט וויזניץ קומען וואוינען דא,
בתנאי זיי שטעלן זיך צו, צו אלעם צושטעלן וואס די מרא דאתרא הייסט,
זיי טארן נישט האבן קיין אייגענע שוחט, קיין אייגענע שול בלי רשות והסכמה של המרא דאתרא, קיין אייגענע מוסדות, און קיין אייגענע פלייש, און קיין שום זאך וואס איז קעגן די רצון פון די קהלה בלי רשות המרא דאתרא, און צאלן מעמבערשיפ פאר די קהלה, אפגערעדט לערנען חומש פאר מיידלעך וכדו', זמן רבינו תם וכדו'
אויב זענען זיי גרייט באמת צו מופן על סמך זה, מעגן זיי לכאורה על פי הלכה קומען, און קיינער קען זיי נישט שטערן,
משא"כ יעצט וואס זיי ווילן מאכן קהלה פאר זיך איז פשוט כמבואר בכל הפוסקים אז עס איז אן איסור דאורייתא, ויש בזה כמה איסורי דאורייתא, כמו גזל דרבים, לא תתגודדו, לא תסור , ועוד