איך אויך!!
פון ווי קומען דע מענטשען דא?
איינמאל מען האלט שוין דא, וואס איז די הוה אמינה?
אז איינער געט צדקה ווערט דען זיין פארמעגען ווייניגער?
אפשר איז די טובה פאר יענעמס אינגעל זיך אויסצילערנען אז נישט. יעדעמס לעבען גייט די זעלבע? אפשר מעג מען זיך אויסלערנען נישט דזשאזשען א צווייטען, וואס דאס איז די גרעסטע גורם פאר עגמת נפש, מחלוקת, אפפארען און אפי קרענק, היינטיגע צייטען,
וואס מיינט הוה דן אדם לכף זכות? וואס מיינט שנראה כל אחד מעלות חביריהם ולא חסרונם, איז דעס א ניגון נאר פאר מאדערנע אידען מיט א גיטאר ביי רבי ר' אלימלךס ציון?
יענער איז נישט מיך פינטעל, איך דארף נישט טון יענעמס מהלך החיים אויף טריט און שריט ווייל איך האב נישט יענעמס נסיונות און יענער דארף נישט דאווענען וויאזוי איך דאווען ווייל יענער האט נישט מיינע נסיונות יעדער זאל לערנען חובות הלבבות פלא יועץ מסילת ישרים און טרייען צו פאלגען וואס דארט שטייט לויט ווי זיין מורה דרך זאגט אים, אז מענטשען האבען נסיונות ווערען זיי נאכנישט ערב רב!! אין צעטיל קטן שטייט זאלסט עס נישט זען..
ליידער קען מען ווערען געשלאגען און די הינזיכט אונטער פרומע לבושים