שלשלת האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 25, 2025 2:38 am
סענס אף יומער האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 25, 2025 2:05 am
אלע היימישע רבנים האבן אים געהאלפן און געשטיצט אין שפיץ פון סאטמאר.
ליפא קרויס האט פארציילט אין דער איד אפאר חדשים צוריק וועגן זיין עסקנות בשעתו.
עך מיין, קאם אָן מען, ווילסט לייקענען היסטאריע??? ווער האט אים מקרב געווען מיט זיינע משוגענע שטיק פארדעם און נאכדעם? מען טאר שוין נישט קלאפן על חטא?
סאטמאר איז קיינמאל פרום געווען אויף אן עקסטרעמער אופן, דער חידוש פון אסר'ן זאכן פאר א ציבור אנשטאט מאכן אויף א כשר'ע וועג איז א קאשוי חידוש ביי ניקור און ממילא איז עס נאנט געווארן
דער רבי ז"ל האט קיינמאל גע'אסר'ט קיין זאך וואס איז נישט געווען 100% אסור ע"פ תורה ומרגלא בפומיה אם ברור לך הדבר כאחותך אמור ואם לאו אל תאמר, דאס אז מאנכע קוקן נאך אויף ל"ט מיט א נדנוד ספק קומט פון קאשוי, נישטא לענ"ד נאך א מקום ווי עפעס איז גע'אסר'ט לציבור משום חשש רחוק
אויב איז עס נישט סענסיטיוו און שלא כתקנת המקום ביטע מעקן
ביי ל"ט האט מען יארן געגסן בשר בהמה
שלמה העלבראנץ פלעגט זאגן פאר זיינע נאכפאלגערס אז דעם קאשוי רב ז"ל דארף מען אינזין האבן ביי ולמלשינים עפ"ל
ווילסטו מיר איינרעדן אז זייערע חומרות קומען גאר פון קאשוי רב ז"ל?
וועמען האט קאשוי רב געצווינגען צו חתונה האבן?
פאר וועמען האט קאשוי רב געגעבן מלקות?
פאר וועלכע פרוי האט קאשוי רב געהייסן זאל גיין אנגעטוהן שווארץ פון אויבן אראפ?
וועמען האט קאשוי רב אויפגעהעצט אז ער זאל אפהאקן פון זיינע עלטערן?
ווען האט קאשוי רב געזאגט אז מוצאי יום כיפור דארף מען נאך אריינפאסטן ביז שפעט אינמיטן די נאכט?
וכו' וכו' וכו' (ווילסט כ'זאל גיין נאך ווייטער?...)