דער ר' אלעזר רומפלער איז געווען א ממונה אויף משמרת הצניעות פון לב טהור, און געטוהן א פאר ענינים וואס מ'קען דערויף זיצן א ביסל (נישט קיין גרויסע זאכן).לעבער אייער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 24, 2025 5:58 pm באריכט: חסידי הגה"צ אב"ד תהלות ישראל זצ"ל קערן איבער וועלט ארויסצוזעהן הרב אלעזר רומפלער פון טורמע אין על-סאוואדאר. די דארטיגע תפיסות זענען די שווערסטע אויפ'ן כדור העולם, כידוע.
מ'האט אים אפגעשניטן בארד און פיאות ל"ע, מען לאזט נישט צו קיים טו"ת און ער האט ליידער נישט געהאט קיין מצה פסח. ער איז נאך שטארק אנטשלאסן נישט צו דעפאטירט ווערן קיין א"י, ווי ס'ווארט אים אפ קלאגעס פאר'ן פראסקענען קינדער,
די ציונים האבן געמאכט א משפט א קעגן איהם און אין מיטן די משפט איז ער אנטלויפן מיט די הילף פון ר' אהרן יום טוב ע"ה, האבן די ציונים אריינגעגעבן א בקשה פאר ארעסט ביי די אינטערפול.
צופעליג איז ער אנגעקומען צו על סאלוואדאר און מ'האט איהם דארטן ארעסטירט צוליב דעם און געוואלט גלייך ווייטער שיקען קיין ארץ ישראל. דאן יעקב נחום וויינגארטן געגבן א באפעל אז בשום אופן זאל ער זיך נישט לאזן חתמנע'ן, נאר אנשטאט דעם זאל ער בעטן א משפט צי בכלל מ'זאל איהם איבערגעבן פאר די ציונים.
האבן די על סאלוואדארערס געזאגט אז איין איינמאהל דו חתמ'ט אז דו ווילסט נישט מרצונך הטוב גיין קיין ארץ ישראל גייסט אריין אין אונזערע תפיסה סיסטעם עד שירחם המרחם...
ער האט שוין לאנג צוריק געקענט זיין פריי אין ארץ ישראל און האלטן נאף אלעם, דער פראבלעם איז אז המושחת יעקב נחום וויינגארטן האט מורא אז ביי די משפט וואס די ציונים פאדערן גייט ארויסקומען אינפא' וואס ער וויל נישט ס'זאל ארויסקומען (עפעס א נישט קיין שיינע מעשה פון זיין שוועסטער ש' ח' וו') דערפאר הייסט ער דער נעבעך'דיגער יונגערמאן צו בלייבן אין די שווערסטע תפיסה אין די וועלט אן בארד אן פיאות אן א קאפל און אן תפילין און אן גארנישט יידיש רחמנא ליצלן