תורתך שעשועי סיום הש"ס
תורתך שעשועי סיום הש"ס
אין די יעצט'דיגע טעג ווערט געמאלדן די דאטום פונעם גרויסארטיגן סיום הש"ס
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 735
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2311
Re: תורתך שעשועי -סיום הש"ס
בערך וויפל מסיימים גייט זיין, בעסער געפרעגט וויפל לומדים האלטן שוין מיט פון אנהייב?
Re: תורתך שעשועי -סיום הש"ס
נישט געוואוסט מען האלט שוין ביים מסיים זיין שס!
קומט מסתם א ריזן טראסק
קומט מסתם א ריזן טראסק
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
די גרויסע טראקס וועט מען אוועקלייגן פאר יסודי התורה
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
פארוואס זאגסטו אזוי?
קען מען נישט מאכן ביי ביידע?...
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 17
- זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:04 pm
- x 14
-
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4385
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 13596
Re: תורתך שעשועי -סיום הש"ס
עס האט זיך אנגעפאנגען מיט 100 אידן
און איך גלייב אז א גרויס חלק האלטן שוין נישט מיט פון אנפאנג!!!
אבער עס איז אויך דא אסאך אידן וואס האבן אנגעפאנגען שפעטער און משלים געווען די מסכתות וואס זיי האבן פארפאסט!!!
אל תדון את חברך עד שתגיע למקומו.
עד ועד בכלל.
עד ועד בכלל.
Re: תורתך שעשועי -סיום הש"ס
איז שוין דא א מקום פארן סיום?
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
WHY RCC its a small place
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
זונטאָג
כחצות היום: "בשעה 1:00 מיטאָג!"
ווערן דראמאטיש געעפנט די תורה'דיגע טויערן פון
"חלוקת לימוד כל הש"ס"
צו אדורכלערנען די 2,711 דפים פון תלמוד בבלי אין טאָג פון היסטאָרישן "סיום והתחלת הש"ס"
אויף אונזער העכסט סאפיסטיקירטן "ש"ס-סיסטעם"
https://limudshas.satmer.org/dashboard
אדער אויף "קול הסיום" 718-970-8976
זקנים עם נערים – חדשים גם ישנים – לומדים ונבחנים – אברכים ובעלי בתים – אהבת קדומים – יושבי אוהל – בעלי בתים – נגידים ושועים – רבנן ותלמידיהון – מורי צדק וראשי ישיבה, כולם כאחד יחד, אלע אינאיינעם: "לימוד כל הש"ס"!
לרגל דעם היסטארישן יום המיוחל, דער לאנג-ערווארטעטער "יום סיום הש"ס", וואס קומט פאר קומענדיגן זונטאג שלח, י"ט סיון הבעל"ט, נאך צוועלף יאר וואס טויזנטער בני הקהלה איבער די גאנצע וועלט האבן אדורכגעלערנט גאנץ ש"ס מיט חודש'ליכע בחינות, איז דער "יום הסיום" באשטימט אלס "יום לימוד כל הש"ס", ווען טויזנטער בני החבורה, זקנים עם נערים, חדשים גם ישנים, וועלן אינאיינעם נאכאמאל איבערלערנען "גאנץ ש"ס", אין איין טאג, אויף איין פלאץ, אין די שעות איידער דער מעמד סיום הש"ס.
דער "יום לימוד הש"ס", וועט זיך אנהייבן מיט א היסטארישע תורה'דיגע פייערונג, ווען אלפי חברי החבורה וועלן, דורכאויס די שעות פונעם טאג, אין א פייערדיגער קול תורה אדיר וחזק, אינאיינעם אדורכלערנען "גאנץ ש"ס", מרישא ועד גמירא, פון די משנה 'מאימתי קורין את שמע בערבין', אנהויב מסכת ברכות, ביז די ברייתא 'אל תקרי הליכות אלא הלכות", ביים סיום פון מסכת נדה, וואס וועט שליסן א היסטאריש-הייליגער גייסט פון אלע בני החבורה, "הדרן עלך כולא תלמודא"!
דאן וועט מען שפאנען מיט תורה'דיגע טריט צום דאפעלטן "סיום הש"ס", וואו מען וועט פייערן א תורה'דיגן פראגראם בראשות גדולי ומאורי ישראל שליט"א, ווען ביים סאמע שפיץ וועט מען פייערליך אויסשרייען: "הדרן עלך כולא תלמודא"!
דער תורה'דיגער רעיון מאחד צו זיין אַלע בני החבורה פון אומעטום דורך נאָכאַמאָל איבערלערנען גאַנץ ש"ס, איז געווארן איבערגעשמועסט און ערהאַלטן די ברכת הקודש פונעם מייסד החבורה, כ"ק אדמו"ר רבינו שליט"א, וועלכער האט אויסגעדריקט זיין התפעלות און פולסטע הסכמה צו דעם רעיון נפלא.
דער עצם געדאנק פון אדורכלערנען "גאנץ ש"ס" אינאיינעם מיט א גאנצע חבורה, איז געווען איינגעפירט בכל תפוצות ישראל נאך אין דער אלטער היים. אין יעדע אידישע קהלה איז געווען א "חברה ש"ס", וואו מ'האט איינגעטיילט אלע מסכתות הש"ס צווישן אלע חבירים, וואו יעדער האט געלערנט זיינע באשטימטע דפים, און צו יעדע צייט-שניט האט מען געפראוועט א סיום הש"ס, און פונדאסניי אנגעהויבן ש"ס מיט א פרישע חלוקה צווישן אלע לומדים.
א שטארקן חידוש להלכה טרעפט מען שוין אין בארימטן ספר שדי חמד (מערכת המ"ם, כלל קצח), וואו ער דערמאנט אזא סארט חלוקה פון איינטיילן ש"ס צווישן מערערע לומדים, און ער שרייבט אז דאס ווערט פאררעכנט פאר יעדן איינציגן פון די לומדים ווי ער וואלט זעלבסט אליינס אדורכגעלערנט גאנץ ש"ס! ווי ער שרייבט בלשונו: "ומצוה שעושין אותה הרבה בני אדם בשותפות, כל אחד נוטל שכר כאילו עשאה כולה לבדה, ומטעם זה נוהגים כל בני ישראל לעשות חברת ש"ס, ומחלקים את הש"ס בין כמה בני אדם, שכל אחד יקח מסכת אחרת, ועושין סיום, ושורת הדין נותנת שיטול כל אחד שכר טוב כאילו למד כל הש"ס כולו".
"כל התורה כולה על רגל אחת"! אין דעם סדר פון "לימוד כל הש"ס" וועט דער ריזן ציפער פון 2,711 דפים פון די 36 מסכתות הש"ס, ווערן צוטיילט צווישן די אלפי לומדים, וועלכע וועלן זיך צונויפקומען כאיש אחד בלב אחד, אין איין טאָג, אויף איין פּלאַץ, אין די שעות איידער דער היסטאָרישער "סיום כל הש"ס", און אינאיינעם אַדורכלערנען "גאנץ ש"ס", אין א אחדות'דיגע אטמאספערע, מיט א פייערדיגן קול תורה, וכולהון מתאחדין בתורתינו הקדושה.

אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
נפשי חולת אהבתך....
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 62
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 8:04 pm
- Location: קרית יואל
- x 67
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
די בלעטער פארן איינס נאכן צווייטן
כאפ ווי לאנג עס איז נאך דא
כאפ ווי לאנג עס איז נאך דא
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
זיכער פארגעקומען פראודרואה ואינו כותב האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 27, 2025 2:09 pm די בלעטער פארן איינס נאכן צווייטן
כאפ ווי לאנג עס איז נאך דא
1:00 איז שוין אסאך מסכת שוין געווען גענומען
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
נפשי חולת אהבתך....
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 62
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 8:04 pm
- Location: קרית יואל
- x 67
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
צווישן חשובע רבנים וואס האבן שוין גענומען בלעטער זענען
הגה"צ דומ"ץ קרית יואל אינאיינעם מיט זיינע קינדער
הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א אינאיינעם מיט זיין זון אב"ד ראצפערט
הגה"צ דומ"ץ קרית יואל אינאיינעם מיט זיינע קינדער
הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א אינאיינעם מיט זיין זון אב"ד ראצפערט
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
די רבי האט די לעצטע חלק און די גבאי די ערשטע
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1685
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 6394
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
מקען נאך נעמען סלאטס?
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
מ'גייט דארפן איבערמאכן די וואלן?...דעת קדשי האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 27, 2025 2:10 pmזיכער פארגעקומען פראודרואה ואינו כותב האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 27, 2025 2:09 pm די בלעטער פארן איינס נאכן צווייטן
כאפ ווי לאנג עס איז נאך דא
1:00 איז שוין אסאך מסכת שוין געווען גענומען
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
Re: תורתך שעשועי סיום הש"ס
נאך געבליבן נאר געציילטע בלעטער צו לערנען ביום הסיום